נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

די פופצען ברכות פון ברכת השחר, האבן חז''ל אונז מתקן געווען אלץ א חלק פון די תקנה אז יעדער איד זאל מאכן מאה ברכות בכל יום. (טור סימן מ''ו בשם ר' נטרונאי גאון, שאלות ותשובות מן השמים שאלה י''ב)

אין תפלה לדוד ליקוטים פון בוטשאטש'ער רב שרייבט ער, אז אויב מען וויל עפענען די שערי שמים פארן דאווענען דאן זאל מען דאנקען דעם אויבערשטען מיט די פופצען ברכות, כמנין י-ה. וזה רמז בפסוק, פתחו לי שערי צדק, אבוא בם אודה י-ה.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכת השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

הנותן לשכוי בינה.

דער מקור פאר די ברכה איז אין די גמרא ברכות ס: כי שמע קול תרנגולא לימא...
דער נוסח וואס ווערט געברענגט אין די גמ' איז, אשר נתן לשכוי.
עס זענען דא ראשונים וואס זיי האבן געהאט א גירסא שנתן (רי''ף, ועוד) אבער אונזער נוסח איז הנותן לשכוי בינה וואס איז א לשון הוה. די מקור איז אין רמב''ם (תפלה ז' ד') וכן באבודרהם, ושלחן ערוך.

דער טייטש פון שכוי איז תרנגול, א האן.
פשט פון די ברכה איז, אז דער אויבערשטער האט געגעבן פארשטאנד פאר א תרנגול צו אפטיילן ווען עס ווערט טאג און ווי נאר ער שפירט אז עס ווערט טאג לאזט ער זיך הערן, כדי דער מענטש זאל האבן א נאטירליכען וועקער זייגער. (רש''י, ראב''ן, ר' מנוח, אבודרהם, ועוד)

דאס אז דער תרנגול האט די שכל מבחין צו זיין בין יום ללילה, איז בעצם גאר א וואונדערליכע זאך אין די בריאה. ווייל אפילו א מענטש וואס איז דער קלוגסטער פון צווישען די באשעפענישען קען אבער נישט מבחין זיין פונקטלעך ווען די עלות השחר איז. און ווי דער רבינו מנוח איז מסביר, האט די תרנגול די כח ההבחנה צוליב דעם וואס דער תרנגול שפירט ווי די ווינטען פון ביינאכט וואס בלאזט איין וועג, טוישט זיך צו די ווינטען פון פארטאגס.

די אלע ברכות וואס חז''ל האבן מתקן געווען על סדר העולם, דארף מען להלכה מאכן אפי' אויב האט מען נישט געהערט קול התרנגול וכדו'.

נאך א פשט אין די ווארט שכוי זענען דא ראשונים, וואס טייטשען דעם ווארט שכוי לב, דהיינו די הארץ פון די מענטש. און א ראיה צו דעם ברענגן די ראשונים פון פסוק אין איוב (ל''ח ל''ו) או מי נתן לשכוי בינה, וואס דארט גייט עס ארויף אויפן הארץ. (רא''ש, רבינו יונה, ספר המנהגות, טור, ועוד)
לויט די ראשונים איז פשט פשוט, הנותן לשכוי בינה דער אויבערשטער האט געגעבן פארשטאנד פאר א מענטש, צו אפטיילן צוווישען טאג און נאכט. די סיבה פארוואס חז''ל האבן אבער מתקן געווען די ברכה מיט אזא אינטערעסאנטען לשון און נישט פשוט הנותן ללב בינה. איז וויבאלד מען וויל שוין דרך אגב אויך דערמאנען דעם תרנגול, און דערפאר האבן אויך חז''ל דאס מתקן געווען צו זאגן ווען מען הערט דעם תרנגול.
אינטערעסאנט איז נאר, אז דאס וואס די ראשונים ברענגען זיך א ראיה פון פסוק אין איוב או מי נתן לשכוי בינה, אז מען זעהט אז שכוי טייטשט הארץ. איז בעצם נישט קיין ראיה, ווייל רש''י טייטשט דארטן אויך תרנגול, און די פשט נעמט רש''י פון די גמרא (ר''ה כו.)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכת השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

שלא עשני גוי/עבד/אשה.

מדינא דגמרא איז די צווייטע ברכה אויף די רייע די ברכה פון פוקח עורים. נאר וויבאלד מיט די ערשטע ברכה הויבט מען שוין אן צו דאנקען אויף דאס וואס א תרנגול/מענטש האט די כח ההבחנה. גייט מען דערנאך אריבער צו די קומענדיגע דריי ברכות, כדי מבחין צו זיין אין די דריי דרגות האדם. (ר''י בן יקר)


די מקור פון די דריי ברכות איז נישט אין די גמרא מסכת ברכות, נאר די גמרא איז אין מסכת מנחות (מג:) וואס דארט שטייט, תניא היה ר' מאיר אומר, חייב אדם לברך שלש ברכות בכל יום אלו הם, שעשני ישראל, שלא עשני אשה, שלא עשני בור (עם הארץ).
די גמרא זאגט דארט אבער אז מען זאל נישט זאגן שלא עשני בור, נאר מען זאל זאגן שלא עשני עבד. עס זענען דא אויף דעם צוויי טעמים 1) וויבאלד עס איז נישט שיין פאר א מענטש זיך אויפצוטוהן אז מען איז נישט קיין עם הארץ. 2) אפילו אן ע''ה איז אויך מחיוב במצוות. (רש''י)

דער נוסח וואס מיר זאגן היינט, שלא עשני גוי, אנשטאט שעשני ישראל, איז מקורו פון תוספתא (ברכות פרק ו' ד''ה ר' יהודה אומר)


די טעם פארוואס מיר זאגן נישט שעשני ישראל נאר דוקא בלשון שלילות, שלא עשני גוי. שרייבט די ב''ח (סימן מ''ו) אז מען קען נישט מאכן א ברכה אויף דאס וואס מען איז באשאפען געווארן, וויבאלד די גמרא בלייבט למעשה אז נח לו לאדם שלא נברא משנברא, אויב אזוי איז נישט שייך צו זאגן שעשני ישראל. אבער וואס מען קען יא, איז מאכן א ברכה אז אויב מען איז שוין יא באשאפען געווארן, איז עס כאטש נישט קיין גוי/עבד/אשה.
נאך א טעם זאגט דער ב''ח, אז וויבאלד אויב זאגט מען שעשני ישראל וואלט שוין נישט שייך צו זאגן ווייטער שעשני בן חורין, ווייל בכלל שעשני ישראל איז שוין אויך דאס אז ער איז נישט קיין עבד. און אזוי אויך וואלט מען נישט געקענט זאגן נאכדעם שעשני איש, וויבאלד מיטן זאגן שעשני ישראל איז שוין משמע אז ער איז א מאן, ווייל א פרוי וואלט געזאגט שעשני ישראלית. און צוליב די סיבות זאגט מען די ברכות בלשון שלילות.


די דריי ברכות גייען דריי דרגות זו למעלה מזו. די ערשטע רעכענט מען אויס שלא עשני גוי, ווייל א גוי איז נישט מחויב במצוות, און אפי' אויב ער טוט יא מצוות באקומט ער נישט קיין שכר (ראב''ן).
און ווי אויך שטייט אין ירושלמי, אז וכל הגוים כאין נגדו, אז די גוים זענען נישט ווערט ביים אויבערשטען גארנישט (אבודרהם).
און אפי' אויב זאל ער זיך מגייר זיין, איז נאך אלץ קשין גרים לישראל כספחת, און זיי זענען מעכב די גאולה, ווי די גמרא זאגט אין נדה. (ר''י בן יקר). און דערנאך גייט מען אריבער צו עבד ואשה.

דאס וואס מיר זאגן די ברכה שלא עשני גוי יעדן טאג נאכאמאל, וואס לכאורה איז איין מאל אין לעבן גענוג. די פשוטער טעם איז וויבאלד חכמינו ז''ל האבן מתקן געווען צו זאגן די אלע ברכות יעדן טאג, אלץ חדשים לבקרים רבה אמונתך. עס איז אבער באקאנט די ווערטער פונעם ריקאנטי, וואס שרייבט אז מען דאנק אויף דעם, וואס ווען די נשמה גייט ארויף ביינאכט בעולם העליון, האט זיך עס נישט פארטוישט מיט א נשמת גוי.

אין שם משמואל (פרשת שמות) שטייט אז די תלמידי ר' יונתן אייבשיץ, האבן געהערט אז זייער רבי ר' יונתן זאגט נישט די ברכה שלא עשני גוי אידערפרי, נאר נאכן זאגן הנותן לשכוי בינה גייט ער תיכף צו שלא עשעני עבד. האבן זיי אים אנגעפרעגט די סיבה דערצו האט ער ג'ענטפערט ''ווען איך שטיי אויף אינדערפרי און איך זעה אז איך בין א איד און נישט קיין גוי האב איך פשוט נישט קיין כח זיך איינצוהאלטן ביזן דאווענען צו זאגן דעם ברכה, נאר עס שרייט זיך פון מיר תיכף ארויס דער ברכה שלא עשני גוי''.



שלא עשני עבד.

די צווייטע דרגה איז אן עבד (כנעני) וואס איז העכער פון א גוי וויבאלד ער איז שוין מחויב מיט א טייל מצוות. אבער דאך איז ער נאך אין א נידריגע מדרגה וויבאלד ער איז פטור ממצות עשה שהזמן גרמא. ווי אויך זענען זיינע עלטערן נישט געשטאנען ביים בארג סיני בשעת קבלת התורה. און ווי אויך האט ער נישט קיין נאמנות ביי קיינעם אזוי ווי די משנה זאגט, מרבה עבדים מרבה גזל. און אזוי אויך זעהען מיר אז ער ווערט פאררעכענט כמעט ווי א גוי, מיט דעם וואס ער איז אסור בבת ישראל.(אבודרהם, המנהיג, ועוד הרבה ראשונים) און ווי אויך איז ער כבהמה וואס האט נישט קיין יחוס. (המנהיג)

בפשטות גייט עבד ארויף אויף אן עבד כנעני, אבער ר''י בן יקר, טייטשט שלא עשני עבד אויך אויף אן עבד עברי. און די טעם דערצו זאגט ער איז וויבאלד ער איז נישט אינגאנצען ברשותו צו קענען מקיים זיין מצוות, ווייל ער איז משועבד צו זיין בעל הבית.

אין ספר הבתים שטייט אז שלא עשני עבד קומט מרמז זיין, אז א מענטש זאל נישט זיין קיין עבד פאר זיינע אייגענע תאוות.



שלא עשני אשה.

די דריטע מדריגה איז א פרוי, וואס זי איז העכער ווי אן עבד, אבער דאך איז זי נאכאלץ נישט אויף די העכסטען מדריגה. וויבאלד זי איז פטור ממצות עשה שהזמן גרמא. (ירושלמי) און ווי אויך איז זי ברשות בעלה, ממילא קען זי נישט מקיים געוויסע מצות, לדוגמא כיבוד אב ואם, און ווי אויך מצות צדקה. און ווי אויך שטייט אין מדרש (?), אז אין חביב להקב''ה אלא הזכר. און ווי אויך זאגט די גמרא (פסחים סה.) אוי לו למי שבניו נקבות. (ר''י בן יקר)


דער סיבה פארוואס מיר מאכן די דריי ברכות יעדן אינדערפרי שרייבט דער רבינו מנוח די טעם. וויבאלד ווען א מענטש גייט ארויס ארבעטען, וועט ער זיך ווארשיינלעך אנטרעפן אין מענטשען וואס געהערן צו די דריי סוגים, גוי, עבד, אשה, און מאכן מיט זיי געשעפטן. האבן חכמינו ז''ל געוואלט אז א מענטש זאל מאכן די דריי ברכות יעדן אינדערפרי, כדי אז ער זעלבסט זאל געדענקען בשעת זיין ארבעט אז ער איז העכער ווי זיי, און אז ער זאל זיך נישט מדמה זיין צו זיי.

די דריי ברכות אינהאלטען אין זיך יעדע איינער פון זיי ניין ווערטער, און דאס איז קעגן די ערשטער פסוק פון די עשרת הדברות, וואס אינהאלט אויך אין זיך ניין ווערטער. און דאס איז כדי מרמז צו זיין, אז מיר האבן חלק אין קבלת התורה וואס הויבט זיך אן מיטן פסוק אנכי, מער ווי גוי, עבד, אשה.(רוקח)

אלע דריי ברכות אינאיינעם, באשטייט פון 27 ווערטער, און דאס איז מרמז צו זיין אויף די כ''ז אותיות התורה (מנצפ''ך בכלל) וואס נאר מיר האבן די זכיה דערצו.(אורחות חיים)



שעשני כרצונו, שלא עשני שפחה, שלא עשני בהמה.

עס זענען דא וואס שרייבן, אז א פרוי זאל נישט זאגן דער ברכה, שלא עשני אשה (כמובן) נאר זי זאל זאגן שעשני כצונו, אז זי איז מצדיק הדין. (אבודרהם, טור, ועיין בט''ז מה שביאור בזה)

מצד אחר זענען דא פוסקים וואס זאגן אז א פרוי זאל זאגן שלא עשני שפחה, אנשטאט שלא עשני עבד. און זיי זאלן נישט זאגן די ברכה שעשני כרצונו, וויבאלד דער נוסח הברכה ווערט נישט דערמאנט אין חז''ל. און אויב זי וויל עס זאגן זאל עס זיין בלי שם ומלכות. (יעב''ץ בסידור, חיד''א קשר גודל, פרי חדש כאן בשלחן ערוך)


אין לקט יושר שרייבט ער, אז זיין רבי דער תרומת הדשן האט געזאגט פאר פרויען צו מאכן א ברכה שלא עשני בהמה.

דער סיבה פארוואס חז''ל האבן נישט מתקן קיין ברכה שלא עשני בהמה, איז וויבאלד מען האט שוין געמאכט פריער א ברכה אלקי נשמה. און דארט דאנקען מיר שוין אויף דעם וואס מיר האבן באקומען א נשמה (משא''כ בהמה אין לו נשמה) און ווי אויך האט מען שוין געמאכט אן אשר יצר את האדם ''בחכמה'' וואס מיט דעם דאנקען מיר אז מיר זענען נישט קיין בהמות. (רבינו מנוח)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכת השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

פוקח עורים

דער מקור הברכה איז אין די גמרא ברכות ס: כי פתח עיניה, לימא ברוך פוקח עורים.
דער רי''ף רא''ש רמב''ם, האבן די גירסא אין די גמרא, כי מנח ידיו על עיניו, און אזוי ווערט עס אויך אראפ געברענגט אין שלחן ערוך. דאס מיינט אז ווען מען שטייט אויף און די אויגען איז נאך פארקלעבט איז די סדר בני אדם אז מען רייבט זיך די אויגען כדי דאס אויפצוקלעבען. און דעמאלט מאכט מען די ברכה, פוקח עורים.

עס איז א שטיקעל פראבלעם פון דאס וואס מיר ווייסען אז פאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, טאר מען נישט צורירען צו די אויגען. און דא רעדט נאך די גמרא פארן זיך אפגיסען. אויף דעם איז די תירוץ אז מיט פארמאכטע אויגען מעג מען יא (פרישה) אדער אז מען רעדט דא נאר דורך א בגד (מג''א, ט''ז).

מיר זאגן די ברכה פוקח עורים, אפי' מיר זענען ב''ה נישט געווען בלינד בעפאר. וויבאלד אין די תורה זעהען מיר אז עס שטייט אויף אדם וחוה, ונפקחו עיניכם אפי' זיי האבן אויך געקענט זעהן בעפאר. נאר ווען מען קען ''זעהן מער'' ווי פארדעם ווערט דאס גערופען עפענען די אויגען, ממילא זאגן מיר פוקח עורים אויף דעם וואס ביים שלאפען זענען די אויגען געווען פארמאכט.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכת השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

מלבוש ערומים

גמרא, ברכות ס: כי לביש לימא ברוך מלבוש ערומים.
בפשטות גייט די ברכה ארויף אויף דעם וואס דער אויבערשטער שטעלט אונז צו קליידער אנצוטוהן, אזוי ווי די גמרא זאגט אין סוטה (יד.) מה הקב''ה מלבוש ערומים...
שרייבט אבער רבינו מנוח, אז מיר דאנקען דא אויף נאך עפעס טיפער, און דאס איז אז דער אויבערשטער האט אין אונז אריינגעגעבן שכל צו פארשטיין אז מען דארף גיין אנגעטוהן, אנדערש ווי די חיות און בהמות. (און היינט אויך גוים)

די סיבה פארוואס מיר זאגן קודם פוקח עורים און נאכדעם מלביש ערומים. שרייבט דער ראב''ן, אז דאס איז על סדר הפסוק ותפקחנה עיני שניהם וידעו כי ערמם הם ויתפרו עלה תאנה ויעשו להם חגרת. קודם איז זיי די אויגן געפענט געווארן, און הערשט נאכדעם באקומען די שכל אז מען דארף זיין אנגעטוהן.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכת השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

מתיר אסורים

גמרא ברכות שם, כי תריץ ויתיב לימא ברוך מתיר אסורים.
תריץ, טייטש דער אבודרהם, אז דאס מיינט זיך אויסצוען די ביינער, כסדר בני אדם ווען מען שטייט אויף.

די ברכה איז זייער ענליך צו די קומענדיגע ברכה, זוקף כפופים, דערפאר ברענגט דער טור בשם ר' עמרם גאון נישט צו זאגן די ברכה מתיר אסורים. הגם די טור קריגט מיט רבי עמרם גאון, איז אבער להלכה אז אויב האט מען געזאגט בטעות זוקף כפופים, בעפאר די ברכה פון מתיר אסורים, זאל מען נישט זאגן די ברכה מתיר אסורים.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

רוקע הארץ על המים

די טבע פון די בריאה איז אז ווען מען לייגט אריין זאמד אין וואסער, גייט די זאמד אראפ אין די וואסער בלייבט פון אויבן. ווען דער אויבערשטער האט אבער באשאפען די יבשה האט ער עס געמאכט אויף אן אופן אז די זאמד זאל זיין פון אויבן און די וואסער פון אונטען, און ער האלט דאס אזוי אן כסדר אז די יבשה זאל נישט צופאלן. און אויף דעם זאגן מיר די ברכה רוקע הארץ על המים (מצודת תהלים קל''ו, לבוש)

אויף נאך א זאך דאנקען מיר מיט די ברכה פון רוקע הארץ. און דאס איז אויף די פלא הבריאה וואס מיר זעהען מיט די אויגען אז די וואסער כוואליעס קומען כסדר ביזן בארטן פונעם וואסער ווי כאילו זיי ווילן איינשלינגען די יבשה. אבער ווי נאר ער קלאפט אן אין די יבשה רופט דער אויבערשטער אויס עד פה תבוא. (כד הקמח גאולה)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

המכין מצעדי גבר

די גמרא דארט אין ברכות, כי מסגי לימא ברוך מצעדי גבר.

רבינו מנוח על הרמב''ם איז מסביר, אז די ברכה זאגן מיר אויף דעם וואס דער אויבערשטער האט באשאפען די פיס פון די מענטש אויף אזא וואונדערליכען וזה לשון קדשו.
וראה תכונה נפלאה שעשה הבורא במצעדים, שהם בעלי גידים רבים, גידי תנועה והרגש, לפי שהם צריכים תנועה רבה, ולהם פרקים הרבה עם קשרים חזקים, שאם היה פרק אחד היו משתברים מרוב בנקל מרוב ההליכה, וכשהם מפרקים רבים הם נקלים להסוב לכל צד שירצה, והכין השם עור הכף קשה, מפני דריסת הקוצים והברקונים ולכתם במקום קשה. ועוד תכונה אחרת שכף הרגל חלולה כדי שלא יתגלגל בעלותו ההרים הגבוהים.
און אזוי ברענגט אויך דער יסוד ושורש העבודה, שער האשמורת.

דער רוקח שרייבט, אז די ברכה האט אין זיך צעהן ווערטער און דאס איז אנקעגן דאס וואס א מענטש קען רוקען די פוס צען מיני וועגן. (עיין מס' אהלות פרק א' משנה ח') און ווי אויך איז דאס אנקעגען די עשר פרסאות וואס א מענטש קען גיין אין איין טאג.

דער ערוך השלחן שרייבט ער אז דאס איז אן הודאה אויף דעם וואס מיר גייען נאר אויף צוויי פיס און די קאפ איז אויף ארויף, און נישט אזוי ווי די בהמות וחיות וואס גייען אויף אלע פיר, און צוליב דעם גייען זיי מיט די קאפ אראפ.

דער ראב''ן לערנט פשט אין די ברכה, מיט דעם פסוק אין משלי (כ' כ''ד) מד' מצעדי גבר ואדם מה יבין דרכו. א מענטש קען זיך מאכען אסאך פלענער, אבער דאס וואס ער זאל למעשה טוהן ווערט געפירט נאר פון אויבערשטען. און ווי אויך איז א מענטש נישט בכח צו גיין אין ערגעץ אן דעם וואס דער אויבערשטער פירט אים (עיין ברלב''ג ובמלבי''ם שם) וואס אויב אזוי איז ער טאקע דער מכין מצעדי גבר.

די נוסח הברכה זענען דא אסאך ראשונים וואס ברענגען כנוסח הגמ' המכין מצעדי גבר, מצד אחר זענען דא אנדערע ראשונים וואס ברענגען א נוסח אשר הכין מצעדי גבר. די מגן אברהם זאגט אז דער מנהג איז אשר הכין. (למעשה מיין איך אז די וועלט זאגט, המכין מצעדי. און דאס איז לכאורה אלץ מנהג האר''י)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

שעשה לי כל צרכי.

די מקור איז אויך אין גמרא ברכות, כי סיים מסאניה, לימא ברוך שעשה לי כל צרכי.

דער רבינו מנוח שרייבט א פשוטע טעם. וויבאלד די סדר בני אדם איז אז די שיך איז דער לעצטער מלבוש וואס מען טוט אן. האבן חז''ל מתקן געווען די ברכה ווען מען טוט אן די לעצטע מלבוש, ווי כאילו יעצט איז דער מענטש נשלם געווארן.

די טעם פארוואס מיר זאגן שעשה לי כל צרכי דוקא נאכן אנטוהן די שיך, זאגט ר''י בן יקר. אז דאס איז צוליב דעם וואס אן די שיך קען א מענטש נישט ארויסגיין אויף די גאס צו ערלעדיגען סיי וואס. אויב אזוי קומט אויס אז ווי לאנג א מענטש האט נישט קיין שיך, אפי' אויב זאל ער אנטוהן אלע אנדערע מלבושים, איז ער נישט קיין גאנצער מענטש. און ממילא ווען ער טוט אן די שיך נאר דעמאלטס קען ער דאנקען שעשה לי כל צרכי.

אין חכמת שלמה (מ''ו א') שרייבט ר' שלמה קלוגער, אז די טעם פארוואס מען זאגט שעשה לי כל צרכי דוקא אויף די שיך, איז וויבאלד חז''ל זאגן לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה מנעלים לרגליו. און פארדעם דאנקען מיר אז מיר האבן שיך און אזוי אויך האבן מיר אלעס חוץ פון שיך, און מיר האבן נישט געדארפט פארקויפען כל מה שיש לנו כדי צו קויפען שיך.

און ערוך השלחן שרייבט ער אז די טעם איז וויבאלד עס איז נישט דא קיין גרעסערע בזיון פאר א מענטש ווי גיין אויפן גאס יחף. און דערפאר האבן חז''ל אויף דעם מתקן געווען אן עקסטערע ברכה.
זיין מקור איז לכאורה אויך פון די גמרא (שבת קכט.) וואס ר' שלמה קלוגער ברענגט, וואס דארט זאגט רש''י שאין לך ביזוי מן המהלך יחף בשוק.

בגירסת הראשונים זענען דא פארשידענע לשונות. ווי, שעשית לי כל צרכי. אדער, אשר נתן לי כל צרכי. שלא חיסר מצרכי כלום.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

אוזר ישראל בגבורה.

די גמרא דארט אין ברכות, כי אסר המייניה לימא ברוך אוזר ישראל בגבורה.
בפשטות הדברים גייט אוזר ישראל בגבורה ארויף אויפן גארטעל.
מען דארף נאר פארשטיין דריי זאכן. 1) פארוואס האבן חז''ל מתקן געווען א ספעציעלע ברכה אויפן גארטעל. 2) פארוואס דוקא ישראל, איז דען א גארטעל נאר א אידישע מלבוש. 3) וואס איז די טייטש פון אוזר ישראל ''בגבורה''.

קודם לאמיר אביסעל אנרירן גאר אין קורצען דאס ענין פון גיין א גארטעל ביים דאווענען, און דערנאך וועלן מיר זיך בעזר ד' צוריק קערן צום ענין.

די גמרא אין מסכת שבת י. אז מען דארף דאווענען מיט א גארטעל. אין די טעם דערפון איז ווייל עס שטייט אין פסוק הכון לקראת אלוקיך ישראל. זאגט רש''י, הכון מיינט התנאה לפניו, און וויבאלד א גארטעל איז געווען בזמניהם א מלבוש וואס האט געהאט אין זיך א משמעותדיגער באדייט האבן חז''ל פארשטאנען אז ווען מען שטעלט זיך לפני מלך מלכי המלכים דארף מען אזוי גיין.

בעצם דער לשון הכון מיינט נישט באמת התנאה, נאר עס מיינט זיך אנגרייטען מלשון הכנה, אזוי טייטשען אלע מפרשים אויפן פסוק אין עמוס (ד' י''ב) און אזוי טייטשט אויך רש''י אין עמוס, אז הכון מיינט זיך אנגרייטען און דאס מיינט תשובה טוהן. נאר וויבאלד אנגרייטען נעמט אריין אין זיך אלע צוגרייטונגען וואס א מענטש דארף מאכן פארן דאווענען, איז דערפאר גייט דאס זיך אנטוהן בכבוד אויך אריין אין כלל פון הכון.
פון די גמרא לערנען די ראשונים ארויס אז בשעת התפילה דארף מען גיין מיט א גארטעל.
(תוס', ספר התרומה, מרדכי, ר''ן, הגהות מיימוניות, רא''ש, סמ''ק)
די מחזור וויטרי שרייבט אן אנדערע סיבה פארוואס מען דארף אנטוהן א גארטעל ווען מען דאווענט. אז די טעם איז נאר שלא יהא ליבו רואה את הערוה.


למעשה אין שלחן ערוך (סימן צ''ב ב') פסק'ענט די מחבר אז מען דארף דאווענען מיט א גארטעל, אע''פ שיש לו מכנסיים ואין לבו רואה את הערוה. (ודלא כהמחזור ויטרי)

דער לבוש שרייבט נאך א טעם פארוואס מען דארף אנטוהן א גארטעל ביים דאווענען, און דאס איז וויבאלד ווען מען טוט זיך אן א גארטעל ספעציעל פארן דאווענען געבט עס מער אן ערענסטער אויסזעהן (כן נראה לעניית דעתי פשט בלבוש)
וז''ל.
וצריך לאדם לאזור אזור בשעת התפלה אפי' יש לו אבנט שאין לבו רואה את הערוה משום הכון שזה הוא הכון כשחגור אזור במתניו נראה הוא עומד יותר זריז מכשהוא בלא חגורה.

רבינו ירוחם שרייבט (נתיב ג' סוף חלק ד') אז ווער עס גייט נישט קיין גארטעל א גאנצען טאג, דער איז נישט מחיוב צו אנטוהן א גארטעל ביים דאווענען.
ער בויעט אויף דעם וואס מיר האבן אנגעהויבען אז דער סדר פון אן אדם חשוב איז געווען צו גיין א חגורה, ממילא ווען ער שטייט לפני המלך דארף ער זיין אנגעטוהן, משא''כ איינער וואס גייט קיינמאל נישט אזוי איז נישט מחיוב. (פרי מגדים)

און אזוי ברענגט עס די מגן אברהם להלכה למעשה. און אזוי איז אויך אין אליה רבה, וכן בערוך השלחן.
דער ערוך השלחן לייגט אבער צו, אז די מדקדקים טוהן יא אן א גארטעל אפילו זיי גייען נישט אזוי א גאנצען טאג.


און יעצט צום ענין.
דער רמב''ם זאגט טאקע פשט אין אוזר ישראל בגבורה, אז דאס גייט ארויף אויפן גארטעל, און אזוי זאגן אויך דער אבודרהם ועוד ראשונים.

די סיבה פארוואס א גארטעל ווערט אנגערופען בלשון גבורה, איז וויבאלד א חגורה קומט סימבאלאזירן אויף שטארקייט. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, אזור נא כגבור חלציך.
און דער טעם פארוואס א חגורה סימבאלאזירט שטארקייט, איז וויבאלד אויפן גארטעל האלט מען די כלי מלחמה. און פארדעם מאכן מיר א ברכה אן עקסטערע ברכה אויפן גארטעל אע''פ וואס מען האט שוין געזאגט די ברכה כוללת פון מלבוש ערומים, דאס איז וויבאלד אן אזור ברענגט ארויס מיר משמעות ווי סיי וועלכער אנדערע מלבוש (ערוך השלחן)
און ''ישראל'' זאגן מיר אע''פ וואס א גוי קען אויך אנטוהן א גארטעל, אבער עס איז דא אן עקסטרע חיוב אויף א איד צו אנטוהן א גארטעל בשעת התפילה (רוקח)

אן אנדערע מהלך אויף די ברכה פון אוזר ישראל, זאגט דער ראב''ד (הובא באבודרהם) און אזוי ברענגט אויך די בית יוסף בשם הרא''ה, אז דאס גייט ארויף אויף דעם ערשטען גארטעל וואס מען טוט אן, כדי לכסות את הערוה, דהיינו דעם הויזען. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, ולא יראה בך ערות דבר.

לויט דעם זאגט דער ב''ח איז פשוט פארוואס א גארטעל ווערט נישט אריינגערעכנט אין מלבוש ערומים, וויבאלד די סדר איז דאך געווען אמאל אז אפי' ווען מען איז געווען אנגעטוהן איז נאכאלץ געווען ליבו רואה את הערוה (מען איז געגאנגען איין לאנגע קלייד) דערפאר זאגט מען אויך אוזר ''ישראל'' וויבאלד א גוי דארף נישט מקפיד זיין אויף דעם מלבוש, קומט אויס אז די מלבוש איז כאילו א אידישער מלבוש. (וכן בט''ז ופר''ח)

רבינו מנוח שרייבט, אז אוזר ישראל בגבורה גייט ארויף אויף דעם וואס דער אויבערשטער שטארקט זיין פאלק מיט כח. און דער לשון אוזר, איז א שם המושאל אזוי ווי דער שטייגער פון א מענטש איז צו זאגען ער האט זיך אונטער ''געגארטעלט' אפי' ווען בעצם האט ער נישט אנגעטוהן קיין גארטעל.

דער רוקח שרייבט אז דער ברכה אוזר ישראל בגבורה האט אין זיך ניין ווערטער, וואס דאס איז אנקעגען די פסוק, ד' עוז לעמו יתן.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

עוטר ישראל בתפארה.

קודם וועלן מיר אביסעל אנרירן דעם שפיץ פונעם ענין פון צודעקן דעם קאפ.

דער מקור פון גיין מיט א קאפעל איז די גמרא אין קידושין דף לא. אמר רבי יהושע בן לוי אסור לאדם שיהלך ארבע אמות בקומה זקופה שנא' מלא כל הארץ כבודו, רב הונא בריה דרב יהושע לא מסגי ארבע אמות בגילוי הראש אמר שכינה למעלה מראשי.

מפשטות הגמרא איז משמע אז דאס איז באמת צוויי עקסטערע זאכן. א) אן איסור להלך בקומה זקופה, און דער טעם דערפון איז וויבאלד עס איז נישט קיין כבוד השכינה צו גיין בקומה זקופה. ב) אז רב הונה בריה דר' יהושע האט מוסיף געווען און זיך געפירט א מידת חסידות שלא לילך ד' אמות בגילוי הראש, וויבאלד די שכינה רוהט אויף די קאפ פון א איד. אבער די צוויי קפידא'ס האבן נישט קיין שייכות.

ווי אויך זעהען מיר אין די גמרא מסכת שבת קנו: אז דער זעלבער רב הונא בריה דרב יהושע האט זיך אויפגעטוהן ''תיתי לי דלא סגינא ד' אמות בגילוי הראש''. וואס פון דעם איז משמע אז אנדערע זענען יא געגאנגען בגילוי הראש.

נאך א גמרא האבן מיר אין מסכת שבת דף קנו: דארט פארציילט די גמרא די באקאנטע מעשה פון ר' נחמן בר יצחק וואס די מאמע האט אים אנגעטאהן עפעס אויפן קאפ, אלץ א סגולה פאר יראת שמים.
אימיה דר"נ בר יצחק אמרי לה כלדאי בריך גנבא הוה לא שבקתיה גלויי רישיה אמרה ליה בכסי רישיך כי היכי דתיהוו עלך אימתא דשמיא ובעי רחמי לא הוה ידע אמאי קאמרה ליה יומא חד יתיב קא גריס תותי דיקלא נפל גלימא מעילויה רישיה דלי עיניה חזא לדיקלא אלמיה יצריה סליק פסקיה לקיבורא בשיניה.
(אולם עיין מהרש''א אז מען רעדט נישטא פון א קאפעל, נאר פון א צודעק אויפן קאפעל)

אין רמב''ם הלכות דעות ברענגט דאס דער רמב''ם אויך נאר אלץ א מילי דחסידתא וז''ל. צניעות גדולה נוהגים תלמידי חכמים בעצמן לא יתבזו ולא יתגלו ראשן ולא גופן.
אין הלכ' תפילה פרק ה' הל' ה' לייגט ער שוין יא צו אביסעל מער, תקון המלבושים כיצד מתקן מלבושיו תחלה ומציין עצמו ומהדר שנאמר השתחוו לה' בהדרת קדש ''ולא יעמוד בתפלה באפונדתו ''ולא בראש מגולה''.

פון דא זעהן מיר שוין יא עפעס א חיוב אויף כיסוי הראש, עכ''פ ביים דאווענען.
אזוי שטייט שוין באמת אין מסכת סופרים (פי"ד, הט"ו) בראשו מגולה אינו רשאי להוציא הזכר' מפיו.

אין שלחן ערוך אורח חיים סימן ב' גייט די בית יוסף נאך א שטאפעל ווייטער. אסור לילך בקומה זקופה, ולא ילך ארבע אמות בגילוי הראש (מפני כבוד השכינה).



עוטר ישראל בתפארה.
די גמרא ברכות ס: כי פריס סודרא על רשיה לימא ברוך עוטר ישראל בתפארה.

תוס' לייגט צו, אז דאס איז לאו דוקא א סודר (טיכעל) נאר יעדן מין צודעק וואס איז דער סדר אנצוטוהן אויפן קאפ דהיינו א היט, קאפעל, אדער סיי וואס.

די טעם פארוואס חז''ל האבן מתקן געווען די ברכה, איז ווייל ווי געזאגט איז די סיבה פארוואס נישט צו גיין בגילוי הראש וויבאלד די שכינה רוהט אויפן קאפ. משא''כ א גוי וואס די שכינה רוהט נישט אויף זיין קאפ, דארף ער טאקע נישט קיין כיסוי הראש. און אויף דעם דאנקען מיר אז מיר זענען מער ווי די גויי הארצות, און די שכינה איז יא למעלה מראשינו. (אבודרהם)

אין טור סימן כ''ה ברענגט ער אז די מנהג פון זיין טאטע דער רא''ש איז געווען אז ער האט געלייגט תפילין פאר די ברכה עוטר ישראל בתפארה, וויבאלד תפילין ווערט אנגערופען פאר און דער לשון הברכה איז ''בתפארה''.
נאך א טעם פארוואס ער האט געלייגט תפילין דעמאלט, איז וויבאלד תפילין איז די עדות אז דער אויבערשטער רוהט אויף די קאפ פון א איד, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק וראו כל עמי הארץ כי שם ד' נקרא עליך וואס די גמרא אין מנחות זאגט אז דאס גייט ארויף אויף די תפילין של ראש.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

הנותן ליעף כח.

די ברכה איז נישט באקאנט פונקטלעך פון וואו דאס שטאמט, וויבאלד דאס ווערט נישט דערמאנט אין די גמרא אדער ספרי הגאונים.
דער ערשטער וואס ברענגט אראפ די ברכה בכלל איז אויף ווי ווייט איך ווייס דער סמ''ג אין עשה כ''ז. און ווי אויך ברענגט דאס דער טור אין סימן מ''ו אז עס איז מנהג אשכנז צו זאגן ברכת הנותן ליעף כח און אזוי אויך ברענגט דאס אראפ דער אבודרהם ויש מקומות שמברכים נותן ליעף כח.
וויבאלד די ברכה ווערט נישט געברענגט אין די גמרא וספרי הגאונים זענען אסאך גדולים געווען שטארק דערקעגן, א שטייגער ווי דער אגור (הלכות ברכות פ''ז) און דער בעל האגודה (ברכות פ''ט סי' ר''י) און אזוי אויך דער בית יוסף שרייבט זייער שטארק דערקעגן זאגענדיג אז קיינער האט נישט קיין רעכט מוסיף צו זיין א ברכה מדעת עצמו, און נאר ברכות וואס ווערן דערמאנט אין די גמרא זאגט מען. און אזוי האבן אנגענומען דער מהרש''ל (סימן ס''ד) ועוד גדולי הפוסקים.
למעשה אבער די רמ''א כרגיל ברענגט יא דער מנהג האשכנזים. און ווי אויך אין לבוש, מגן אברהם, טורי זהב, פרי מגדים, ושאר פוסקים שרייבען דאס יא צו זאגען.

למעשה איז (למיטב ידיעתי) יא אנגענומען אפי' באחינו בני ישראל הספרדים יא צו זאגען דעם ברכה צוליב דעם וואס דער אר''י הק' שרייבט יא שטארק איבער דעם ברכה. (חיד''א, בן איש חי, כף החיים, ועוד)

בנוגע דאס וואס אלע קעגנער פרעגן אז עס איז א ברכה וואס חז''ל האבן נישט מתקן געווען, אויף דעם זאגט דער ב''ח אז אולי איז יא געווען אזא גירסא אין די גמרא. און אזוי איז אויך משמע אין לבוש ווי ער שרייבט תיכף נאכדעם וואס ער ברענגט אראפ דעם ברכה הנותן ליעף כח אז מען טאר נישט צולייגען קיין ברכה וואס ווערט נישט דערמאנט אין די גמרא, וואס פון דעם איז משמע אז ברכת הנותן ליעף כח איז יא געשטאנען אין די גמרא. און אזוי איז אויך משמע אין שער הכוונות (וז''ל והיא אחת מן י''ח ברכות האלו שתקנו קודם התפילה)


טעם הברכה
די ברכה איז נתקן געווארן על פי המדרש וז''ל הטור.
עוד ברכה אחת יש בסידורי אשכנז: "ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם הנותן ליעף כח", ונתקנה על שאדם מפקיד נשמתו בערב ביד הקב"ה עייפה מעבודה קשה כל היום, ומחזירה לו בבוקר שקטה ושלוה. ועל פי המדרש: "חדשים לבקרים רבה אמונתך", בשר ודם מפקיד פקדון ביד חבירו ומחזירו לו בלוי ומקולקל, אבל אדם מפקיד בכל ערב נשמתו ביד הקב"ה והיא עייפה, ומחזירה לו חדשה ורגועה".
דער פרי מגדים שרייבט אז פונקט ווי די אנדערע ברכות וואס שטייט יא אין די גמרא, זאגט מען די ברכה אויך אפילו מען האט נישט געהערט דעם קול תרנגול. אזוי אויך זאגט מען די ברכה פון הנותן ליעף כח אויך אפילו אויב מען איז נישט געלאפען.

דער בוטשאטשער רב זאגט (ספר תפלה לדוד) אז די גמרא זאגט דאך אז יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום, און נאר דער אויבערשטער איז דער וואס געבט א מענטש כח צו גיין ווייטער און נישט אריינפאלן אין די הענט פונעם יצר הרע, און אויף דעם דאנקען מיר הנותן ליעף כח.
ער פירט אויס אז דאס איז פשט וואס דוד המלך זאגט אין תהילים, ולך ד' חסד כי אתה תשלם לאיש כמעשהו, דהיינו ער געבט דעם מענטש שכר כאילו דער מענטש האט אליינס עומד געווען בנסיון. אבער אין אמת אריין איז אלמלא הקב"ה עוזרו אין יכול לו.


פירוש מילת יעף.
בנוגע דער טייטש פון דעם ווארט יעף, איז קודם אלץ אן הקדמה איז וויכטיג צו אנמערקען אז מען זעהט אין תנ''ך צוויי אנדערע ווערטער 1)עיף 2) יעף.
די רד''ק זאגט אז די צוויי ווערטער איז בעצם די זעלבער ווארט, נאר די אותיות זענען זיך מתחלף. אזוי אויך געפונען מיר ביי אסאך אנדערע ווערטער, לדוגמא, כבש-כשב, שלמה-שמלה, חרס-סרח, לא-אל, אזוי זענען דא נאך פארשידענע ווערטער וואס עס קען צומאל געשריבען ווערן באותיות מתחלפת.
די טייטש פון די ווארט יעף-עיף איז אויף ענגליש Exhausted אדער Drained (די זעלבע משמעות ווי ''יגיעה'' רד''ק) און ע''פ רוב מיינט דאס אויסגעמיטשעט פון דארש.

דאס וואס מען טיישט אין חדר עיף-יעף מִיד, איז נישט די עכטער טיישט, נאר א שם המושאל. ווייל מִיד מיינט ווען מען איז ווייניג געשלאפען, אדער ווען עס איז שפעט ביינאכט. אבער עיף-יעף מיינט נישט דאס.
די לשון פון מידעקייט ניצען מיר אויך אויף די ענגלישע שפראך אלץ שם המושאל, א שטייגער ווי, I am sick and tired of that דאס מיינט נישט אז מען איז באמת קראנק אין מיד פון דעם, נאר דאס איז א געבארגטע לשון.

וויבאלד א מענטש קען ווערן אפגעמיטשעט פון עטליכע גורמים, דערפאר זעהען מיר דעם לשון עיף-יעף אלץ תוצאה פון די אלע געשעהענישען.
1) א תוצאה פון נישט שלאפען גענוג. 2) נישט עסן אדער טרינקען א שטייגער ווי נאך א תענית 3) נאכן מאכן שווערע איבונגען 4) נאכן גיין אונטער די זין פאר א לאנגע צייט.

(ווי אויך איז דא נאך א ווארט וואס אין חדר טייטשט מען מיד אבער דאס האט מיט מיד נישט קיין שייכות.
ונלאו מצרים טייטשט מען ''די מצריים וועלן מיד ווערן'', און אזוי אויך ביי לוט, וילאו למצוא הדלת, זיי זענען מיד געווארן פון זוכען דעם טיר. און אזוי אויך אין פרשת יתרו, את כל התלאה, די גאנצער מידעקייט.
דאס איז אבער נישט אמת, נאר דער יסוד פון די ווארט נלאה איז ''לאה'' אזוי ווי מיר זאגען אין די אקדמות, ובלא ''לאו'' שכלליה ובלא תששותא, וואס דאס אלעס איז טייטשט א לשון פון יגיעה, פלאגען, מיטשענען, אזוי טייטשט די רד''ק אין ספר השרשים. די אבן עזרא ורשב''ם האבן א צווייטער טייטש אויף דעם אבער מיר וועלן נישט אריינגיין יעצט אין דעם.)


לאמיר אריינגיין אין אפאר דוגמאות.
די ערשטע מאל וואס מיר באגעגענען זיך מיט די ווארט עיף, איז ביי עשו ווי די תורה זאגט וַיָּזֶד יַעֲקֹב נָזִיד וַיָּבֹא עֵשָׂו מִן הַשָּׂדֶה וְהוּא עָיֵף.
זאגט די אבן עזרא ''רעב וצמא'', הונגעריג און דארשטיג.
מיר ווייסען אלע וואס רש''י זאגט, אז ער איז געווען עָיֵף ברציחה.
רש''י טייטשט נישט דעם ווארט עיף, נאר רש''י זאגט אז עשו איז געווען עיף פון רציחה.
רש''י לערנט ארויס אז דאס גייט ארויף אויף רציחה וויבאלד די תורה שרייבט נישט דעם ווארט רעב וואס דאס איז דער אמתדיגע און פאסיגסטער ווארט צו נוצען ווען מען וויל אויסדריקען הונגער, נאר אנשטאט דעם שרייבט די תורה ''עיף'', און מיר זעהען אויף א צווייטע פלאץ אז דער ווארט עיף האט א שייכות מיט רציחה (ירמיהו ד' ל''א) אֽוֹי־נָ֣א לִ֔י כִּֽי־עָיְפָ֥ה נַפְשִׁ֖י לְהֹרְגִֽים. ממילא פארדעם זאגט רש''י עיף ברציחה(מזרחי)


הגם דארט און ירמיהו איז נישט טייטש עיף מיד פון הרג'ענען, נאר מיד פון ווערן גע'הרג'עט, דאך האבן חז''ל געמאכט אזא שטיקעל גזירה שוה אז דארט רעדט מען פון רציחה, רעדט מען דא אויך פון רציחה. און אזוי אויך האבן חז''ל ארויסגעלערנט נאך 4 עבירות וואס דער רשע האט עובר געווען, נישט וויבאלד אזוי שטייט אין פסוק, נאר ווי אלע אנדערע למודים פון חז''ל וואס איז נישט באמת די טייטש פון די ווארט נאר א קבלה איש מפי איש ביז משה רבינו. און דאס וואס רש''י דערמאנט נישט די אנדערע עבירות איז וויבאלד אין מקרא יוצא מידי פשוטו, און נאר עיף שטימט אריין אפילו מיטן פשטות.

וז''ל רבינו בחיי.
חמש עבירות עבר אותו רשע באותו יום, בא על נערה המאורסה, והרג את הנפש, וכפר בתחיית המתים, וכפר בעקר, ושט את הבכורה, בא על נערה המאורסה כתיב הכא ויבא עשו מן השדה וכתיב התם (דברים כב) כי בשדה מצאה, הרג את הנפש כתיב הכא והוא עיף וכתיב התם (ירמיה ד) כי עיפה נפשי להורגים, כפר בתחיית המתים כתיב הכא הנה אנכי הולך וכתיב התם (איוב ז) כלה ענן וילך, כפר בעקר כתיב הכא למה זה לי וכתיב התם (שמות טו) זה אלי ואנוהו, שט את הבכורה שנאמר ויבז עשו את הבכורה.

א צווייטער מאל אין די תורה זעהען מיר קלאר ווי רש''י אליינס טייטשט דאס ווארט עיף ''דארשטיג'' און דאס איז אין פרשת כי תצא, ואתה עיף ויגע, זאגט רש''י, עיף בצמא.

אזוי אויך אין תהילים, צָמְאָה לְךָ נַפְשִׁי כָּמַהּ לְךָ בְשָׂרִי בְּאֶרֶץ צִיָּה וְעָיֵף בְּלִי מָיִם. זאגט די מצודת, יבשה וכאלו תתאוה למים ''כאדם היעף''. אזו אויך אין ישעיה (כ''ט ח') וְהִנֵּה עָיֵף וְנַפְשׁוֹ שׁוֹקֵקָה, זאגט דער מצודת כי העיף צמא לשתות. (ומקורו לכאורה מרד''ק שורש עוף)

מער קלאר געשריבען אז עיף איז א לשון פון דארשט דוקא און נישט פון הינגער זעהען מיר אין איוב (כ''ב ז') לֹא מַיִם עָיֵף תַּשְׁקֶה וּמֵרָעֵב תִּמְנַע לָחֶם.

יעצט איז אזוי, בעצם דער לשון צמא איז נישט נאר טייטש דארשט, נאר א לשון פון א תשיקה, שוקק זיין, אזוי ווי דוד המלך זאגט צמאה לך נפשי. און ווי אויך אין עמוס (ח' י''א) והשלחתי רעב בארץ לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמע את דברי ד'.

און וויבאלד עס איז שייך דער לשון צמאון אויף דעם, ממילא איז שוין אויך שייך דער לשון עייפות ווען עס איז דא א העדר דערפון (מען האט דאס נישט). אזוי ווי מיר זעהען אין ישעיה (ל''ב ב') כְּצֵל סֶלַע כָּבֵד בְּאֶרֶץ עֲיֵפָה, וואס דארט זאגט רש''י במקום שמש הארץ עיפה שם וחריבה ''ותאבה לצל''.


עכ''פ מען קען אין דעם מער מאריך זיין, אבער אין כאן המקום.

איין זאך וויל איך נאר יא צולייגען,דאס וואס דער מלבי''ם אין ישעיה (מ' כ''ח) וויל מאכען א חילוק צווישען עיף אין יגע, עיף איז א לשון ווען א מענטש ווערט אפגעמיטשעט וויבאלד א מענטש מוז כסדר צוקומען צו זאכען ארום זיך, א שטייגער ווי עסן און טרינקעט, ווען ער האט דאס נישט דאן ווערט ער אנגערופען עיף. משא''כ יגע איז א לשון ווען א מענטש ווערט אפגעמיטשעט פון וואקער א לאנגע שטרעקע, מאכען איבונגען וכדו'. (אולם בגר''א ה' כ''ז משמע להיפך)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

המעביר שנה-ויהי רצון, יהי רצון.

די ברכה פון המעביר שנה איז אויך מקורו אין די גמרא (מסכת ברכות ס:)
כי משי אפיה לימא ברוך המעביר חבלי שינה מעיני ותנומה מעפעפי ויהי רצון מלפניך ד' אלקי' שתרגילני בתורתך ודבקני במצותיך ואל תביאני לא לידי חטא ולא לידי עון ולא לידי נסיון ולא לידי בזיון וכוף את יצרי להשתעבד לך ורחקני מאדם רע ומחבר רע ודבקני ביצר טוב ובחבר טוב בעולמך ותנני היום ובכל יום לחן ולחסד ולרחמים בעיניך ובעיני כל רואי ותגמלני חסדים טובים ברוך אתה ד' גומל חסדים טובים לעמו ישראל.
די ראשונים זענען מסביר, אז ביי די ברכה פון פוקח עורים זאגט די גמרא כי מנח ידיו על עניו, וואס דעמאלט וועקט זיך טאקע דער מענטש אויף פון שלאף, אבער ווען מען וואשט זיך אפ די אויגען און די פנים, דעמאלטסט גייט אינגאנצען אראפ די ''חבלי'' שנה. (רוב ראשונים זענען גורס המעביר חבלי שנה) און עס איז א מצוה זיך צו וואשען די אויגן און דעם פנים יעדן אינדערפרי און אויף דעם האבן חז''ל מתקן געווען אן עקסטרע ברכה. (אבודרהם, ר''י בן יקר, רבינו מנוח)

די ברכה פון המעביר שנה (ביז ויהי רצון) אינהאלט אין זיך 11 ווערטער, און דאס איז צו אנקעגן די 11 מאל וואס שלמה המלך דערמאנט אין ספר משלי דאס גנות פון עצלות. (רוקח)


ויהי רצון.
לשיטת רוב הראשונים זאגט מען ויהי רצון מיט א ''ו'' וויבאלד דאס איז איין לאנגע ברכה. (תוס' ברכות מ''ו. סדר ר' עמרם, אבודרהם, ועוד, אולם רי''ף ורא''ש מביאים הלשון בלא וא''ו)

די סיבה פארוואס חז''ל האבן מתקן געווען א לענגערע תפילה דוקא ביי די ברכה פון המעביר שנה, איז וויבאלד די גאנצע סיבה פארוואס א מענטש שטייט אויך אינדערפרי איז נאר כדי צו קענען דינען דעם אויבערשטען. ממילא איז דוקא ביי די ברכה פון המעביר שנה וואס מען דאנקט אויפן אויפשטיין, לייגט מען אריין די תפילה. (ר''א מלוניל)

א שיינע געדאנק שטיייט, אז וויבאלד די משנה זאגט (מסכת סנהדרין ע''א:) יין ושינה לרשעים הנאה להן והנאה לעולם, ממילא ווען אונז דאנק דעם אויבערשטען פארן אויפשטיין דארפן מיר אויך זיכער מאכן און בעטן דעם אויבערשטען אז עס זאל זיך טאקע האבן געלוינט אויפצושטיין און נישט חלילה אריין גיין אינעם כלל פון שינה לרשעים הנאה להם והנאה לעולם. (עיון תפילה ר' יחיאל מיכל שטערן)


איך וועל נישט אריין גיין דא אין יעדע ווארט פון דער יהי רצון, נאר איך וויל מיך אפשטעלן אויף אפאר נקודות.

ואל תבאנו לא לידי חטא.
דער תוס' יו''ט איז מסביר אז דאס וואס מיר זענען מתפלל ''ואל תבאנו'' גייט ארויף אויף דעם וואס עס איז דא א מאל וואס נאכן טוהן אזוי פיל עבירות איז כביכול מחזיק את לבם להרשיע ונועל בפניהם דרכי התשובה, און אויף דעם זענען מיר מתפלל, אז אפי' חלילה אונז זענען מיר שוין אזוי ווייט אז מיר וואלטן שוין געדארפט אריינגיין אין דעם כלל, דאך בעטן מיר ואל תביאנו לא לידי חטא...(מדעני יו''ט סימן כ''ג ב')

אין ספר המנהגות איז די גירסא ואל תרגילני לדבר עבירה, און ער לערנט פשט אז איך זאל מיך נישט צוגעוואוינען צו קיין עבירות, דהיינו עס זאל נישט ווערן מיין טבע צו טוהן עבירות. (על דרך עבר ושנה נעשית לו כהיתר)


וכוף את יצרינו להשתעבד לך.
אין עטרת זקנים אויפן שלחן ערוך, שרייבט ער אז מען זאל נישט זאגן וכוף את יצרינו וויבאלד מיר ווייסען דאך אז הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, נו אויב אזוי איז נישט צו בעטן דעם אויבערשטען וכוף את יצרינו.
אויף דעם קומט ר' יעקב עמדין מיט א שארפע אטאקע אין ספר מר וקציעה, אז חלילה אויסצומעקן א ווארט וואס שטייט אין די גמרא, און אודאי איז שייך צו מתפלל זיין אז מען זאל נישט זינדיגען, אזוי ווי מיר זעהען קלאר אז חז''ל האבן מתקן געווען די וידוי יו''כ, ''יהי רצון שלא אחטא עוד'', און ווי אויך אז משה רבינו האט מתפלל געווען פאר יהושע קה יושעך מעצת מרגלים.
ער איז מסביר אז א ודאי איז דא א בחירה, נאר מיר ווייסען וואס די גמרא זאגט אז יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום ומבקש המיתו...ואלמלא הקב"ה עוזרו אין יכול לו.
פון דא זעהען מיר קלאר אז מען דארף יא צוקומען צו הילף פונעם הייליגען באשעפער, און אודאי העלפט תפילה אויף עניני יראת שמים, נאר קיין גזירה מוחלטת איז נישטא פון הימעל אויב דער מענטש זאל זינדיגען אדער נישט. פאר א צדיק וועט זיין בא ליטהר מסייעין אותו, און פארקערט אויך בא לטמא פותחין לו. אזוי שרייבט אויך די מהרש''א (ברכות י'. ד''ה חטאים, שבת קנו: ד''ה ובעי)

דער חיד''א אין מחזיק ברכה פראבירט צו פארענטפערן דער עטרת זקנים. און ער זאגט אז דאס וואס דער עטרת זקנים זאגט אונז אן נישט צו זאגן ואל תביאנו, איז וויבאלד אויב זאגט מען די לשון ואל תבאנו איז משמע ווי כאילו אויב בעהט מען נישט דעם אויבערשטען ברענגט דער אויבערשטער יא די מענטש צו אן עבירה, און דאס איז משמע ווי כאילו דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן זינדיגען, און דערפאר ברענגט ער אונז לידי עבירה. און דערפאר זאגט דער עטרת זקנים אז מען זאל טוישן דעם נוסח און זאגן, ויהי רצון שתשמרני מלבא לידי חטא.
און ווי אויך האט דער עטרת זקנים מגיע געווען נישט צו זאגן וכוף עס יצרינו, וויבאלד אפילו מיר ווייסן אז אילמלא הקב''ה עוזרו אין יכול לו, מיינט נאך נישט אז דער אויבערשטער איז דער וואס באצווינגט דעם יצר הרע, נאר אודאי העלפט דער אויבערשטער, אבער דאס עצם היתגברת וכפיות היצר ליגט אויפן מענטש.

למעשה ענדיגט אבער דער חיד''א צו, אז א תפילה וואס ווערט דערמאנט אין חז''ל טאר מען נישט משנה אפילו אויב מען פארשטייט עס נישט. וויבאלד אין יעדע ווארט ליגט באהאלטען אין דעם סודות, א שטייגער ווי פון אר''י הק' שטייט ואל תביאנו לידי חט''א, גייט ארויף די ס''ם, און ולא לידי עבירה גייט ארויף לילי''ת (אין לי עסק בנסתרות, איך שרייב נאר נאך די ווערטער פון הייליגען חיד''א)


ותגמלנו חסדים טובים.
עס זענען דא ראשונים וואס זענען יא גורס דעם חתימה, און אזוי אויך זענען דא ראשונים וואס זענען עס נישט גורס (ר' נטרונאי ור' סעדיה)

בפשטות גייט חסדים טובים ארויף אויף די חסדים וואס דער אויבערשטער טוט מיט א מענטש אין די ענינים וואס מען האט יעצט אויסגערעכנט אין די ברכה, א שטייגער ווי וכוף את יצרנו להשתעבד לך. (ב''ח)

תוס' (ברכות מ''ו.) לערנט אבער פשט אז דאס גייט צוריק ארויף אויף אנהויב פון די ברכה, אזוי מיר ווייסן אז א ברכה דארף מען מסיים זיין מעין הפתיחה. און מיר דאנקען אויף דעם וואס דער אויבערשטער טוט מיט אונז א גמילת חסד אין געבט אונז צוריק די נשמה א יעדן אינדערפרי.


יהי רצון.
דאס איז א תפילה וואס די גמרא (ברכות ט''ז:) זאגט אז רבינו הק' פלעגט מתפלל זיין יעדן טאג.
אין סידור ר'עמרם גאון ווערט עס געברענגט דא אפען פלאץ.
דער מהרש''ל (ס''ד) זאגט אז די פלאץ דאס צו זאגן איז נישט דא, נאר דוקא נאך שמונה עשרה דארט ווי רבינו הק'האט עס מתקן געווען.
און סידור אר''י/ ר' שבתי מראשקוב, ווערן די צוויי יהי רצון'ס יא צוזאמען געשטעלט ע''פ קבלה.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3841

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך שמח »

מ'דארף מאכן א שיינע מסודר'דיגע PDF דערפון!
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

לתועלת הענין האב איך עס צוטיילט אויף עקסטערע טעמעס, אויב האט איר סיי וועלכע הערה אדער סיי וואס מוסיף צו זיין, ביטע לאזט אייך הערן אין די דעזיגנירטע אשכול. א דאנק!

הנותן לשכוי בינה
שלא עשני גוי, עבד, אשה
פוקח עורים
מלבוש ערומים
מתיר אסורים
זוקף כפופים
רוקע הארץ על המים
המכין מצעדי דבר
שעשה לי כל צרכי
אוזר ישראל בגבורה
עוטר ישראל בתפארה
הנותן ליעף כח
המעביר שנה - ויהי רצון, יהי רצון
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך וואוילער »

היות ס'איז אין סטייל צו רעדן אין יעדע טעמע וועגן די קעפל, וויל'ך זאגן אז איך גלייך דעם נייעם קעפל דא.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:16 pm היות ס'איז אין סטייל צו רעדן אין יעדע טעמע וועגן די קעפל, וויל'ך זאגן אז איך גלייך דעם נייעם קעפל דא.
וועלכע? מילי?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:21 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:16 pm היות ס'איז אין סטייל צו רעדן אין יעדע טעמע וועגן די קעפל, וויל'ך זאגן אז איך גלייך דעם נייעם קעפל דא.
וועלכע? מילי?
נקודות הברכה, ע״ש הפייטן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:25 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:21 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:16 pm היות ס'איז אין סטייל צו רעדן אין יעדע טעמע וועגן די קעפל, וויל'ך זאגן אז איך גלייך דעם נייעם קעפל דא.
וועלכע? מילי?
נקודות הברכה, ע״ש הפייטן.
די אנדערע האב איך געטוישט צו מילי דברכות, ווייל איך האב נישט געוויסט אויב ס'מאכט סענס צו געבן א נאמען נאך זיך אליינס. גיי מיר שוין צוריק טוישען צו נקודות.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 787

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך מאטאווירט »

יישר כח פאר דעם סעריע!

געליינט און הנאה געהאט, און אינמיטן קאמענטירן אין די באזונדערע אשכולות האביך באשלאסן אז אנשטאט איבערשרייבן 15 מאל וועל איך אריינקומען דא זיך באדאנקען מיט איין גרויסן ייש כח...
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
אלכסנדר נחמן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
x 116

Re: נקודות הברכה - חמשה עשר ברכות השחר

פאוסט דורך אלכסנדר נחמן »

א גרויסען שכח הרב @נקודות טובות איך האב זייער שטארק הנאה געהאט
שרייב פאוסט