מילי דברכות - ברכת שעשה לי כל צרכי

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2662

מילי דברכות - ברכת שעשה לי כל צרכי

פאוסט דורך נקודות טובות »

די מקור פון די ברכה איז אין די גמרא ברכות ס: כי סיים מסאניה, לימא ברוך שעשה לי כל צרכי.

דער רבינו מנוח שרייבט א פשוטע טעם. וויבאלד די סדר בני אדם איז אז די שיך איז דער לעצטער מלבוש וואס מען טוט אן. האבן חז''ל מתקן געווען די ברכה ווען מען טוט אן די לעצטע מלבוש, ווי כאילו יעצט איז דער מענטש נשלם געווארן.

די טעם פארוואס מיר זאגן שעשה לי כל צרכי דוקא נאכן אנטוהן די שיך, זאגט ר''י בן יקר. אז דאס איז צוליב דעם וואס אן די שיך קען א מענטש נישט ארויסגיין אויף די גאס צו ערלעדיגען סיי וואס. אויב אזוי קומט אויס אז ווי לאנג א מענטש האט נישט קיין שיך, אפי' אויב זאל ער אנטוהן אלע אנדערע מלבושים, איז ער נישט קיין גאנצער מענטש. און ממילא ווען ער טוט אן די שיך נאר דעמאלטס קען ער דאנקען שעשה לי כל צרכי.

אין חכמת שלמה (מ''ו א') שרייבט ר' שלמה קלוגער, אז די טעם פארוואס מען זאגט שעשה לי כל צרכי דוקא אויף די שיך, איז וויבאלד חז''ל זאגן לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה מנעלים לרגליו. און פארדעם דאנקען מיר אז מיר האבן שיך און אזוי אויך האבן מיר אלעס חוץ פון שיך, און מיר האבן נישט געדארפט פארקויפען כל מה שיש לנו כדי צו קויפען שיך.

און ערוך השלחן שרייבט ער אז די טעם איז וויבאלד עס איז נישט דא קיין גרעסערע בזיון פאר א מענטש ווי גיין אויפן גאס יחף. און דערפאר האבן חז''ל אויף דעם מתקן געווען אן עקסטערע ברכה.
זיין מקור איז לכאורה אויך פון די גמרא (שבת קכט.) וואס ר' שלמה קלוגער ברענגט, וואס דארט זאגט רש''י שאין לך ביזוי מן המהלך יחף בשוק.

בגירסת הראשונים זענען דא פארשידענע לשונות. ווי, שעשית לי כל צרכי. אדער, אשר נתן לי כל צרכי. שלא חיסר מצרכי כלום.
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
שרייב פאוסט