מילי דברכות - ברכת שלא עשני גוי, עבד, אשה

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1781
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4716

מילי דברכות - ברכת שלא עשני גוי, עבד, אשה

פאוסט דורך נקודות טובות »

מדינא דגמרא איז די צווייטע ברכה אויף די רייע די ברכה פון פוקח עורים. נאר וויבאלד מיט די ערשטע ברכה הויבט מען שוין אן צו דאנקען אויף דאס וואס א תרנגול/מענטש האט די כח ההבחנה. גייט מען דערנאך אריבער צו די קומענדיגע דריי ברכות, כדי מבחין צו זיין אין די דריי דרגות האדם. (ר''י בן יקר)


די מקור פון די דריי ברכות איז נישט אין די גמרא מסכת ברכות, נאר די גמרא איז אין מסכת מנחות (מג:) וואס דארט שטייט, תניא היה ר' מאיר אומר, חייב אדם לברך שלש ברכות בכל יום אלו הם, שעשני ישראל, שלא עשני אשה, שלא עשני בור (עם הארץ).
די גמרא זאגט דארט אבער אז מען זאל נישט זאגן שלא עשני בור, נאר מען זאל זאגן שלא עשני עבד. עס זענען דא אויף דעם צוויי טעמים 1) וויבאלד עס איז נישט שיין פאר א מענטש זיך אויפצוטוהן אז מען איז נישט קיין עם הארץ. 2) אפילו אן ע''ה איז אויך מחיוב במצוות. (רש''י)

דער נוסח וואס מיר זאגן היינט, שלא עשני גוי, אנשטאט שעשני ישראל, איז מקורו פון תוספתא (ברכות פרק ו' ד''ה ר' יהודה אומר)


די טעם פארוואס מיר זאגן נישט שעשני ישראל נאר דוקא בלשון שלילות, שלא עשני גוי. שרייבט די ב''ח (סימן מ''ו) אז מען קען נישט מאכן א ברכה אויף דאס וואס מען איז באשאפען געווארן, וויבאלד די גמרא בלייבט למעשה אז נח לו לאדם שלא נברא משנברא, אויב אזוי איז נישט שייך צו זאגן שעשני ישראל. אבער וואס מען קען יא, איז מאכן א ברכה אז אויב מען איז שוין יא באשאפען געווארן, איז עס כאטש נישט קיין גוי/עבד/אשה.
נאך א טעם זאגט דער ב''ח, אז וויבאלד אויב זאגט מען שעשני ישראל וואלט שוין נישט שייך צו זאגן ווייטער שעשני בן חורין, ווייל בכלל שעשני ישראל איז שוין אויך דאס אז ער איז נישט קיין עבד. און אזוי אויך וואלט מען נישט געקענט זאגן נאכדעם שעשני איש, וויבאלד מיטן זאגן שעשני ישראל איז שוין משמע אז ער איז א מאן, ווייל א פרוי וואלט געזאגט שעשני ישראלית. און צוליב די סיבות זאגט מען די ברכות בלשון שלילות.


די דריי ברכות גייען דריי דרגות זו למעלה מזו. די ערשטע רעכענט מען אויס שלא עשני גוי, ווייל א גוי איז נישט מחויב במצוות, און אפי' אויב ער טוט יא מצוות באקומט ער נישט קיין שכר (ראב''ן).
און ווי אויך שטייט אין ירושלמי, אז וכל הגוים כאין נגדו, אז די גוים זענען נישט ווערט ביים אויבערשטען גארנישט (אבודרהם).
און אפי' אויב זאל ער זיך מגייר זיין, איז נאך אלץ קשין גרים לישראל כספחת, און זיי זענען מעכב די גאולה, ווי די גמרא זאגט אין נדה. (ר''י בן יקר). און דערנאך גייט מען אריבער צו עבד ואשה.

דאס וואס מיר זאגן די ברכה שלא עשני גוי יעדן טאג נאכאמאל, וואס לכאורה איז איין מאל אין לעבן גענוג. די פשוטער טעם איז וויבאלד חכמינו ז''ל האבן מתקן געווען צו זאגן די אלע ברכות יעדן טאג, אלץ חדשים לבקרים רבה אמונתך. עס איז אבער באקאנט די ווערטער פונעם ריקאנטי, וואס שרייבט אז מען דאנק אויף דעם, וואס ווען די נשמה גייט ארויף ביינאכט בעולם העליון, האט זיך עס נישט פארטוישט מיט א נשמת גוי.

אין שם משמואל (פרשת שמות) שטייט אז די תלמידי ר' יונתן אייבשיץ, האבן געהערט אז זייער רבי ר' יונתן זאגט נישט די ברכה שלא עשני גוי אידערפרי, נאר נאכן זאגן הנותן לשכוי בינה גייט ער תיכף צו שלא עשעני עבד. האבן זיי אים אנגעפרעגט די סיבה דערצו האט ער ג'ענטפערט ''ווען איך שטיי אויף אינדערפרי און איך זעה אז איך בין א איד און נישט קיין גוי האב איך פשוט נישט קיין כח זיך איינצוהאלטן ביזן דאווענען צו זאגן דעם ברכה, נאר עס שרייט זיך פון מיר תיכף ארויס דער ברכה שלא עשני גוי''.



שלא עשני עבד.

די צווייטע דרגה איז אן עבד (כנעני) וואס איז העכער פון א גוי וויבאלד ער איז שוין מחויב מיט א טייל מצוות. אבער דאך איז ער נאך אין א נידריגע מדרגה וויבאלד ער איז פטור ממצות עשה שהזמן גרמא. ווי אויך זענען זיינע עלטערן נישט געשטאנען ביים בארג סיני בשעת קבלת התורה. און ווי אויך האט ער נישט קיין נאמנות ביי קיינעם אזוי ווי די משנה זאגט, מרבה עבדים מרבה גזל. און אזוי אויך זעהען מיר אז ער ווערט פאררעכענט כמעט ווי א גוי, מיט דעם וואס ער איז אסור בבת ישראל.(אבודרהם, המנהיג, ועוד הרבה ראשונים) און ווי אויך איז ער כבהמה וואס האט נישט קיין יחוס. (המנהיג)

בפשטות גייט עבד ארויף אויף אן עבד כנעני, אבער ר''י בן יקר, טייטשט שלא עשני עבד אויך אויף אן עבד עברי. און די טעם דערצו זאגט ער איז וויבאלד ער איז נישט אינגאנצען ברשותו צו קענען מקיים זיין מצוות, ווייל ער איז משועבד צו זיין בעל הבית.

אין ספר הבתים שטייט אז שלא עשני עבד קומט מרמז זיין, אז א מענטש זאל נישט זיין קיין עבד פאר זיינע אייגענע תאוות.



שלא עשני אשה.

די דריטע מדריגה איז א פרוי, וואס זי איז העכער ווי אן עבד, אבער דאך איז זי נאכאלץ נישט אויף די העכסטען מדריגה. וויבאלד זי איז פטור ממצות עשה שהזמן גרמא. (ירושלמי) און ווי אויך איז זי ברשות בעלה, ממילא קען זי נישט מקיים געוויסע מצות, לדוגמא כיבוד אב ואם, און ווי אויך מצות צדקה. און ווי אויך שטייט אין מדרש (?), אז אין חביב להקב''ה אלא הזכר. און ווי אויך זאגט די גמרא (פסחים סה.) אוי לו למי שבניו נקבות. (ר''י בן יקר)


דער סיבה פארוואס מיר מאכן די דריי ברכות יעדן אינדערפרי שרייבט דער רבינו מנוח די טעם. וויבאלד ווען א מענטש גייט ארויס ארבעטען, וועט ער זיך ווארשיינלעך אנטרעפן אין מענטשען וואס געהערן צו די דריי סוגים, גוי, עבד, אשה, און מאכן מיט זיי געשעפטן. האבן חכמינו ז''ל געוואלט אז א מענטש זאל מאכן די דריי ברכות יעדן אינדערפרי, כדי אז ער זעלבסט זאל געדענקען בשעת זיין ארבעט אז ער איז העכער ווי זיי, און אז ער זאל זיך נישט מדמה זיין צו זיי.

די דריי ברכות אינהאלטען אין זיך יעדע איינער פון זיי ניין ווערטער, און דאס איז קעגן די ערשטער פסוק פון די עשרת הדברות, וואס אינהאלט אויך אין זיך ניין ווערטער. און דאס איז כדי מרמז צו זיין, אז מיר האבן חלק אין קבלת התורה וואס הויבט זיך אן מיטן פסוק אנכי, מער ווי גוי, עבד, אשה.(רוקח)

אלע דריי ברכות אינאיינעם, באשטייט פון 27 ווערטער, און דאס איז מרמז צו זיין אויף די כ''ז אותיות התורה (מנצפ''ך בכלל) וואס נאר מיר האבן די זכיה דערצו.(אורחות חיים)



שעשני כרצונו, שלא עשני שפחה, שלא עשני בהמה.

עס זענען דא וואס שרייבן, אז א פרוי זאל נישט זאגן דער ברכה, שלא עשני אשה (כמובן) נאר זי זאל זאגן שעשני כצונו, אז זי איז מצדיק הדין. (אבודרהם, טור, ועיין בט''ז מה שביאור בזה)

מצד אחר זענען דא פוסקים וואס זאגן אז א פרוי זאל זאגן שלא עשני שפחה, אנשטאט שלא עשני עבד. און זיי זאלן נישט זאגן די ברכה שעשני כרצונו, וויבאלד דער נוסח הברכה ווערט נישט דערמאנט אין חז''ל. און אויב זי וויל עס זאגן זאל עס זיין בלי שם ומלכות. (יעב''ץ בסידור, חיד''א קשר גודל, פרי חדש כאן בשלחן ערוך)


אין לקט יושר שרייבט ער, אז זיין רבי דער תרומת הדשן האט געזאגט פאר פרויען צו מאכן א ברכה שלא עשני בהמה.

דער סיבה פארוואס חז''ל האבן נישט מתקן קיין ברכה שלא עשני בהמה, איז וויבאלד מען האט שוין געמאכט פריער א ברכה אלקי נשמה. און דארט דאנקען מיר שוין אויף דעם וואס מיר האבן באקומען א נשמה (משא''כ בהמה אין לו נשמה) און ווי אויך האט מען שוין געמאכט אן אשר יצר את האדם ''בחכמה'' וואס מיט דעם דאנקען מיר אז מיר זענען נישט קיין בהמות. (רבינו מנוח)
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: מילי דברכות - ברכת שלא עשני גוי, עבד, אשה

פאוסט דורך מאטאווירט »

יישר כח! געליינט און הנאה געהאט.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
שרייב פאוסט