מילי דברכות - ברכת מתיר אסורים

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7634

מילי דברכות - ברכת מתיר אסורים

פאוסט דורך נקודות טובות »

די מקור הברכה איז אין די גמרא ברכות ס:, כי תריץ ויתיב לימא ברוך מתיר אסורים.
תריץ, טייטש דער אבודרהם, אז דאס מיינט זיך אויסצוען די ביינער, כסדר בני אדם ווען מען שטייט אויף.

די ברכה איז זייער ענליך צו די קומענדיגע ברכה, זוקף כפופים, דערפאר ברענגט דער טור בשם ר' עמרם גאון נישט צו זאגן די ברכה מתיר אסורים. הגם די טור קריגט מיט רבי עמרם גאון, איז אבער להלכה אז אויב האט מען געזאגט בטעות זוקף כפופים, בעפאר די ברכה פון מתיר אסורים, זאל מען נישט זאגן די ברכה מתיר אסורים.
פיגער עס אויס!
שרייב פאוסט