מילי דברכות - ברכת פוקח עורים

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1781
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4716

מילי דברכות - ברכת פוקח עורים

פאוסט דורך נקודות טובות »

די מקור הברכה איז אין די גמרא ברכות ס: כי פתח עיניה, לימא ברוך פוקח עורים.
דער רי''ף רא''ש רמב''ם, האבן די גירסא אין די גמרא, כי מנח ידיו על עיניו, און אזוי ווערט עס אויך אראפ געברענגט אין שלחן ערוך. דאס מיינט אז ווען מען שטייט אויף און די אויגען איז נאך פארקלעבט איז די סדר בני אדם אז מען רייבט זיך די אויגען כדי דאס אויפצוקלעבען. און דעמאלט מאכט מען די ברכה, פוקח עורים.

עס איז א שטיקעל פראבלעם פון דאס וואס מיר ווייסען אז פאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, טאר מען נישט צורירען צו די אויגען. און דא רעדט נאך די גמרא פארן זיך אפגיסען. אויף דעם איז די תירוץ אז מיט פארמאכטע אויגען מעג מען יא (פרישה) אדער אז מען רעדט דא נאר דורך א בגד (מג''א, ט''ז).

מיר זאגן די ברכה פוקח עורים, אפי' מיר זענען ב''ה נישט געווען בלינד בעפאר. וויבאלד אין די תורה זעהען מיר אז עס שטייט אויף אדם וחוה, ונפקחו עיניכם אפי' זיי האבן אויך געקענט זעהן בעפאר. נאר ווען מען קען ''זעהן מער'' ווי פארדעם ווערט דאס גערופען עפענען די אויגען, ממילא זאגן מיר פוקח עורים אויף דעם וואס ביים שלאפען זענען די אויגען געווען פארמאכט.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: מילי דברכות - ברכת פוקח עורים

פאוסט דורך מאטאווירט »

פזמון: יישר כח! געליינט און הנאה געהאט.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
שרייב פאוסט