מילי דברכות - ברכת המעביר שנה-ויהי רצון, יהי רצון

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5242

מילי דברכות - ברכת המעביר שנה-ויהי רצון, יהי רצון

פאוסט דורך נקודות טובות »

די ברכה פון המעביר שנה איז אויך מקורו אין די גמרא מסכת ברכות ס:
כי משי אפיה לימא ברוך המעביר חבלי שינה מעיני ותנומה מעפעפי ויהי רצון מלפניך ד' אלקי' שתרגילני בתורתך ודבקני במצותיך ואל תביאני לא לידי חטא ולא לידי עון ולא לידי נסיון ולא לידי בזיון וכוף את יצרי להשתעבד לך ורחקני מאדם רע ומחבר רע ודבקני ביצר טוב ובחבר טוב בעולמך ותנני היום ובכל יום לחן ולחסד ולרחמים בעיניך ובעיני כל רואי ותגמלני חסדים טובים ברוך אתה ד' גומל חסדים טובים לעמו ישראל.
די ראשונים זענען מסביר, אז ביי די ברכה פון פוקח עורים זאגט די גמרא כי מנח ידיו על עניו, וואס דעמאלט וועקט זיך טאקע דער מענטש אויף פון שלאף, אבער ווען מען וואשט זיך אפ די אויגען און די פנים, דעמאלטסט גייט אינגאנצען אראפ די ''חבלי'' שנה. (רוב ראשונים זענען גורס המעביר חבלי שנה) און עס איז א מצוה זיך צו וואשען די אויגן און דעם פנים יעדן אינדערפרי און אויף דעם האבן חז''ל מתקן געווען אן עקסטרע ברכה. (אבודרהם, ר''י בן יקר, רבינו מנוח)

די ברכה פון המעביר שנה (ביז ויהי רצון) אינהאלט אין זיך 11 ווערטער, און דאס איז צו אנקעגן די 11 מאל וואס שלמה המלך דערמאנט אין ספר משלי דאס גנות פון עצלות. (רוקח)


ויהי רצון.
לשיטת רוב הראשונים זאגט מען ויהי רצון מיט א ''ו'' וויבאלד דאס איז איין לאנגע ברכה. (תוס' ברכות מ''ו. סדר ר' עמרם, אבודרהם, ועוד, אולם רי''ף ורא''ש מביאים הלשון בלא וא''ו)

די סיבה פארוואס חז''ל האבן מתקן געווען א לענגערע תפילה דוקא ביי די ברכה פון המעביר שנה, איז וויבאלד די גאנצע סיבה פארוואס א מענטש שטייט אויך אינדערפרי איז נאר כדי צו קענען דינען דעם אויבערשטען. ממילא איז דוקא ביי די ברכה פון המעביר שנה וואס מען דאנקט אויפן אויפשטיין, לייגט מען אריין די תפילה. (ר''א מלוניל)

א שיינע געדאנק שטיייט, אז וויבאלד די משנה זאגט (מסכת סנהדרין ע''א:) יין ושינה לרשעים הנאה להן והנאה לעולם, ממילא ווען אונז דאנק דעם אויבערשטען פארן אויפשטיין דארפן מיר אויך זיכער מאכן און בעטן דעם אויבערשטען אז עס זאל זיך טאקע האבן געלוינט אויפצושטיין און נישט חלילה אריין גיין אינעם כלל פון שינה לרשעים הנאה להם והנאה לעולם. (עיון תפילה ר' יחיאל מיכל שטערן)


איך וועל נישט אריין גיין דא אין יעדע ווארט פון דער יהי רצון, נאר איך וויל מיך אפשטעלן אויף אפאר נקודות.

ואל תבאנו לא לידי חטא.
דער תוס' יו''ט איז מסביר אז דאס וואס מיר זענען מתפלל ''ואל תבאנו'' גייט ארויף אויף דעם וואס עס איז דא א מאל וואס נאכן טוהן אזוי פיל עבירות איז כביכול מחזיק את לבם להרשיע ונועל בפניהם דרכי התשובה, און אויף דעם זענען מיר מתפלל, אז אפי' חלילה אונז זענען מיר שוין אזוי ווייט אז מיר וואלטן שוין געדארפט אריינגיין אין דעם כלל, דאך בעטן מיר ואל תביאנו לא לידי חטא...(מדעני יו''ט סימן כ''ג ב')

אין ספר המנהגות איז די גירסא ואל תרגילני לדבר עבירה, און ער לערנט פשט אז איך זאל מיך נישט צוגעוואוינען צו קיין עבירות, דהיינו עס זאל נישט ווערן מיין טבע צו טוהן עבירות. (על דרך עבר ושנה נעשית לו כהיתר)


וכוף את יצרינו להשתעבד לך.
אין עטרת זקנים אויפן שלחן ערוך, שרייבט ער אז מען זאל נישט זאגן וכוף את יצרינו וויבאלד מיר ווייסען דאך אז הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, נו אויב אזוי איז נישט צו בעטן דעם אויבערשטען וכוף את יצרינו.
אויף דעם קומט ר' יעקב עמדין מיט א שארפע אטאקע אין ספר מר וקציעה, אז חלילה אויסצומעקן א ווארט וואס שטייט אין די גמרא, און אודאי איז שייך צו מתפלל זיין אז מען זאל נישט זינדיגען, אזוי ווי מיר זעהען קלאר אז חז''ל האבן מתקן געווען די וידוי יו''כ, ''יהי רצון שלא אחטא עוד'', און ווי אויך אז משה רבינו האט מתפלל געווען פאר יהושע קה יושעך מעצת מרגלים.
ער איז מסביר אז א ודאי איז דא א בחירה, נאר מיר ווייסען וואס די גמרא זאגט אז יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום ומבקש המיתו...ואלמלא הקב"ה עוזרו אין יכול לו.
פון דא זעהען מיר קלאר אז מען דארף יא צוקומען צו הילף פונעם הייליגען באשעפער, און אודאי העלפט תפילה אויף עניני יראת שמים, נאר קיין גזירה מוחלטת איז נישטא פון הימעל אויב דער מענטש זאל זינדיגען אדער נישט. פאר א צדיק וועט זיין בא ליטהר מסייעין אותו, און פארקערט אויך בא לטמא פותחין לו. אזוי שרייבט אויך די מהרש''א (ברכות י'. ד''ה חטאים, שבת קנו: ד''ה ובעי)

דער חיד''א אין מחזיק ברכה פראבירט צו פארענטפערן דער עטרת זקנים. און ער זאגט אז דאס וואס דער עטרת זקנים זאגט אונז אן נישט צו זאגן ואל תביאנו, איז וויבאלד אויב זאגט מען די לשון ואל תבאנו איז משמע ווי כאילו אויב בעהט מען נישט דעם אויבערשטען ברענגט דער אויבערשטער יא די מענטש צו אן עבירה, און דאס איז משמע ווי כאילו דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן זינדיגען, און דערפאר ברענגט ער אונז לידי עבירה. און דערפאר זאגט דער עטרת זקנים אז מען זאל טוישן דעם נוסח און זאגן, ויהי רצון שתשמרני מלבא לידי חטא.
און ווי אויך האט דער עטרת זקנים מגיע געווען נישט צו זאגן וכוף עס יצרינו, וויבאלד אפילו מיר ווייסן אז אילמלא הקב''ה עוזרו אין יכול לו, מיינט נאך נישט אז דער אויבערשטער איז דער וואס באצווינגט דעם יצר הרע, נאר אודאי העלפט דער אויבערשטער, אבער דאס עצם היתגברת וכפיות היצר ליגט אויפן מענטש.

למעשה ענדיגט אבער דער חיד''א צו, אז א תפילה וואס ווערט דערמאנט אין חז''ל טאר מען נישט משנה אפילו אויב מען פארשטייט עס נישט. וויבאלד אין יעדע ווארט ליגט באהאלטען אין דעם סודות, א שטייגער ווי פון אר''י הק' שטייט ואל תביאנו לידי חט''א, גייט ארויף די ס''ם, און ולא לידי עבירה גייט ארויף לילי''ת (אין לי עסק בנסתרות, איך שרייב נאר נאך די ווערטער פון הייליגען חיד''א)


ותגמלנו חסדים טובים.
עס זענען דא ראשונים וואס זענען יא גורס דעם חתימה, און אזוי אויך זענען דא ראשונים וואס זענען עס נישט גורס (ר' נטרונאי ור' סעדיה)

בפשטות גייט חסדים טובים ארויף אויף די חסדים וואס דער אויבערשטער טוט מיט א מענטש אין די ענינים וואס מען האט יעצט אויסגערעכנט אין די ברכה, א שטייגער ווי וכוף את יצרנו להשתעבד לך. (ב''ח)

תוס' (ברכות מ''ו.) לערנט אבער פשט אז דאס גייט צוריק ארויף אויף אנהויב פון די ברכה, אזוי מיר ווייסן אז א ברכה דארף מען מסיים זיין מעין הפתיחה. און מיר דאנקען אויף דעם וואס דער אויבערשטער טוט מיט אונז א גמילת חסד אין געבט אונז צוריק די נשמה א יעדן אינדערפרי.


יהי רצון.
דאס איז א תפילה וואס די גמרא (ברכות ט''ז:) זאגט אז רבינו הק' פלעגט מתפלל זיין יעדן טאג.
אין סידור ר'עמרם גאון ווערט עס געברענגט דא אפען פלאץ.
דער מהרש''ל (ס''ד) זאגט אז די פלאץ דאס צו זאגן איז נישט דא, נאר דוקא נאך שמונה עשרה דארט ווי רבינו הק'האט עס מתקן געווען.
און סידור אר''י/ ר' שבתי מראשקוב, ווערן די צוויי יהי רצון'ס יא צוזאמען געשטעלט ע''פ קבלה.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: מילי דברכות - ברכת המעביר שנה-ויהי רצון, יהי רצון

פאוסט דורך מירון »

אה, שפתיים ישק משיב דברים נכוחים
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1393

Re: מילי דברכות - ברכת המעביר שנה-ויהי רצון, יהי רצון

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

יישר כח @נקודות טובות
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט