בפשטות הדברים גייט אוזר ישראל בגבורה ארויף אויפן גארטעל.
מען דארף נאר פארשטיין דריי זאכן. 1) פארוואס האבן חז''ל מתקן געווען א ספעציעלע ברכה אויפן גארטעל. 2) פארוואס דוקא ישראל, איז דען א גארטעל נאר א אידישע מלבוש. 3) וואס איז די טייטש פון אוזר ישראל ''בגבורה''.
קודם לאמיר אביסעל אנרירן גאר אין קורצען דאס ענין פון גיין א גארטעל ביים דאווענען, און דערנאך וועלן מיר זיך בעזר ד' צוריק קערן צום ענין.
די גמרא אין מסכת שבת י. אז מען דארף דאווענען מיט א גארטעל. אין די טעם דערפון איז ווייל עס שטייט אין פסוק הכון לקראת אלוקיך ישראל. זאגט רש''י, הכון מיינט התנאה לפניו, און וויבאלד א גארטעל איז געווען בזמניהם א מלבוש וואס האט געהאט אין זיך א משמעותדיגער באדייט האבן חז''ל פארשטאנען אז ווען מען שטעלט זיך לפני מלך מלכי המלכים דארף מען אזוי גיין.
בעצם דער לשון הכון מיינט נישט באמת התנאה, נאר עס מיינט זיך אנגרייטען מלשון הכנה, אזוי טייטשען אלע מפרשים אויפן פסוק אין עמוס (ד' י''ב) און אזוי טייטשט אויך רש''י אין עמוס, אז הכון מיינט זיך אנגרייטען און דאס מיינט תשובה טוהן. נאר וויבאלד אנגרייטען נעמט אריין אין זיך אלע צוגרייטונגען וואס א מענטש דארף מאכן פארן דאווענען, איז דערפאר גייט דאס זיך אנטוהן בכבוד אויך אריין אין כלל פון הכון.
פון די גמרא לערנען די ראשונים ארויס אז בשעת התפילה דארף מען גיין מיט א גארטעל.
(תוס', ספר התרומה, מרדכי, ר''ן, הגהות מיימוניות, רא''ש, סמ''ק)
די מחזור וויטרי שרייבט אן אנדערע סיבה פארוואס מען דארף אנטוהן א גארטעל ווען מען דאווענט. אז די טעם איז נאר שלא יהא ליבו רואה את הערוה.
למעשה אין שלחן ערוך (סימן צ''ב ב') פסק'ענט די מחבר אז מען דארף דאווענען מיט א גארטעל, אע''פ שיש לו מכנסיים ואין לבו רואה את הערוה. (ודלא כהמחזור ויטרי)
דער לבוש שרייבט נאך א טעם פארוואס מען דארף אנטוהן א גארטעל ביים דאווענען, און דאס איז וויבאלד ווען מען טוט זיך אן א גארטעל ספעציעל פארן דאווענען געבט עס מער אן ערענסטער אויסזעהן (כן נראה לעניית דעתי פשט בלבוש)
וז''ל.
וצריך לאדם לאזור אזור בשעת התפלה אפי' יש לו אבנט שאין לבו רואה את הערוה משום הכון שזה הוא הכון כשחגור אזור במתניו נראה הוא עומד יותר זריז מכשהוא בלא חגורה.
רבינו ירוחם שרייבט (נתיב ג' סוף חלק ד') אז ווער עס גייט נישט קיין גארטעל א גאנצען טאג, דער איז נישט מחיוב צו אנטוהן א גארטעל ביים דאווענען.
ער בויעט אויף דעם וואס מיר האבן אנגעהויבען אז דער סדר פון אן אדם חשוב איז געווען צו גיין א חגורה, ממילא ווען ער שטייט לפני המלך דארף ער זיין אנגעטוהן, משא''כ איינער וואס גייט קיינמאל נישט אזוי איז נישט מחיוב. (פרי מגדים)
און אזוי ברענגט עס די מגן אברהם להלכה למעשה. און אזוי איז אויך אין אליה רבה, וכן בערוך השלחן.
דער ערוך השלחן לייגט אבער צו, אז די מדקדקים טוהן יא אן א גארטעל אפילו זיי גייען נישט אזוי א גאנצען טאג.
און יעצט צום ענין.
דער רמב''ם זאגט טאקע פשט אין אוזר ישראל בגבורה, אז דאס גייט ארויף אויפן גארטעל, און אזוי זאגן אויך דער אבודרהם ועוד ראשונים.
די סיבה פארוואס א גארטעל ווערט אנגערופען בלשון גבורה, איז וויבאלד א חגורה קומט סימבאלאזירן אויף שטארקייט. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, אזור נא כגבור חלציך.
און דער טעם פארוואס א חגורה סימבאלאזירט שטארקייט, איז וויבאלד אויפן גארטעל האלט מען די כלי מלחמה. און פארדעם מאכן מיר א ברכה אן עקסטערע ברכה אויפן גארטעל אע''פ וואס מען האט שוין געזאגט די ברכה כוללת פון מלבוש ערומים, דאס איז וויבאלד אן אזור ברענגט ארויס מיר משמעות ווי סיי וועלכער אנדערע מלבוש (ערוך השלחן)
און ''ישראל'' זאגן מיר אע''פ וואס א גוי קען אויך אנטוהן א גארטעל, אבער עס איז דא אן עקסטרע חיוב אויף א איד צו אנטוהן א גארטעל בשעת התפילה (רוקח)
אן אנדערע מהלך אויף די ברכה פון אוזר ישראל, זאגט דער ראב''ד (הובא באבודרהם) און אזוי ברענגט אויך די בית יוסף בשם הרא''ה, אז דאס גייט ארויף אויף דעם ערשטען גארטעל וואס מען טוט אן, כדי לכסות את הערוה, דהיינו דעם הויזען. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, ולא יראה בך ערות דבר.
לויט דעם זאגט דער ב''ח איז פשוט פארוואס א גארטעל ווערט נישט אריינגערעכנט אין מלבוש ערומים, וויבאלד די סדר איז דאך געווען אמאל אז אפי' ווען מען איז געווען אנגעטוהן איז נאכאלץ געווען ליבו רואה את הערוה (מען איז געגאנגען איין לאנגע קלייד) דערפאר זאגט מען אויך אוזר ''ישראל'' וויבאלד א גוי דארף נישט מקפיד זיין אויף דעם מלבוש, קומט אויס אז די מלבוש איז כאילו א אידישער מלבוש. (וכן בט''ז ופר''ח)
רבינו מנוח שרייבט, אז אוזר ישראל בגבורה גייט ארויף אויף דעם וואס דער אויבערשטער שטארקט זיין פאלק מיט כח. און דער לשון אוזר, איז א שם המושאל אזוי ווי דער שטייגער פון א מענטש איז צו זאגען ער האט זיך אונטער ''געגארטעלט' אפי' ווען בעצם האט ער נישט אנגעטוהן קיין גארטעל.
דער רוקח שרייבט אז דער ברכה אוזר ישראל בגבורה האט אין זיך ניין ווערטער, וואס דאס איז אנקעגען די פסוק, ד' עוז לעמו יתן.