פורים באריכט און בילדער חלק א'
הלואי וואלט איך געקענט אראפברענגן די געפילן פון א פורים אין קאסא גראנדע
פורים אין קאסא גראנדע איז עפעס וואס ווער עס האט נאר טועם געווען איינמאל דעם קען מען נישט פארנער'ן!
יעדע יום טוב איז דא אזעלכע וואס פארן אוועק צו די עלטערן, אבער נישט פורים, יעדער וואס האט נאר מיטגעלעבט אזא פורים זאגט אן קיין צווייפעל אז עס איז נישטא נאך א פלאץ וואס ס'איז אזוי פרייליך און רואיג פורים, מען קען אנקומען צו אלעס אלעס אלעס וואס מען דארף, און פארברענגן בשבת אחים פאר לאנגע שעות באהבה אחוה שלום ורעות און בעיקר די שמחה וואס קומט דורך די רואיגקייט איז עפעס וואס איז נישטא צו געפינען אין ניו יארק,
מען קען זען אויף די בילדער אז אפילו די קינדער זענען געזיצן ביים מגילה ליינען און אריינגעקוקט מיטצוהאלטן ווארט ביי ווארט, פארשטייט זיך אז דאס איז געקומען נאכדעם וואס זייערע חשובע מלמדים האבן זיי אנגעגרייט מיט די ריכטיגע הכנה ווי ס'פאסט צום הייליגן יום טוב פורים.
איינע פון די שטארק מערקוועדיגע נייעס דאס יאר פורים אין קאסא גראנדע איז געווען א "בני תורה דקאסא גראנדע בחורים גרופ", די גרופ איז באשטאנען פון דריי קאסא גראנדע בחורים וואס זענען געווען אויף פורים, זיי זענען נישט ארומגעפארן מיט א מאויביל צו גבירים שאפן געלט, עה, זיי זענען פשוט ארומגעפארן מיט זייערע בייק'ס צו אלע תושבי ואורחי קאסא גראנדע צו טאנצן און מאכן פרייליך ביי יעדעם אין שטוב. די קאסטום האט איינע פון די חשובע בחורים אליין צאמגעשטעלט, זעטס די איידעלע השגות פון די קאסא גראנדע בחורי חמד.
די סדר פורים איז געווען ווי פאלגענד, פורים ביינאכט האט געליינט די מגילה דער רב הרב חיים שלמה בערגער שליט"א, נאכדעם איז יעדער געגאנגן עסן די סעודה ביי זיך אין שטוב, היות עס זענען דא יונגעלייט וואס האבן נישטא די עלטערן האט זיי דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי איינגעלאדענט צו די סעודה ביי זיך אין שטוב ווי עס איז געווען אנגעגרייט א סעודה כיד המלך, עס זענען געקומען עטליכע יונגעלייט מיט זייער משפחה ביים סעודת ליל פורים.
קליקט די לינק צו זען קליפס פון פורים אין קאסא גראנדע
https://drive.google.com/drive/folders/ ... 2b9IPKjAc5
די בילדער פון קריאת מגילה און ריקודים אין שטוב פונעם מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב ביים סעודת ליל פורים

- IMG-20260308-WA0044.jpg (148.93 KiB) געזען געווארן 1174 מאל

- IMG-20260308-WA0045.jpg (78.53 KiB) געזען געווארן 1174 מאל

- IMG-20260308-WA0047.jpg (76 KiB) געזען געווארן 1174 מאל