טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
-
קוקן פאזיטיוו
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1469
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
- x 1145
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
גענדיגט גאנצע צוויי שעה
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
לענגסטע אין היסטאריע, דאכט זיך.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 135
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 243
- פארבינד זיך:
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
פרעזידענט האט אויסגענוצט זיין סטעיט-אוו-די-יוניאן אדרעס צו פארלייגן א לאנגע ליסטע מיט דערגרייכונגן דורכאויס די ערשטע יאר פון זיין צווייטע קאדענץ: טראמפ'ס רעדע, וועלכע האט זיך געצויגן פאר א רעקארד צייט פון א שעה מיט 48 מינוט, האט זיך אנגעפאנגן נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט באגריסט 4 סופרים קארט ריכטער וועלכע זענען אנוועזענד געווען און געווארן אויפגערופן דורך קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן. נאכ'ן ווערן אויפגערופן איז דער פרעזידענט א לענגערע צייט אפלאדירט געווארן, בעפאר ער האט אנגעפאנגן זיין רעדע, דערקלערענדיג אמעריקא איז צוריק צו איר אמאל, און איז היינט צו טאגס גרעסער, בעסער, רייכער און שטארקער ווי סיי ווען אימער. דער פרעזידענט האט פארגעלייגט א ליסטע עררייכונגן די לעצטע יאר צייט, אנגעבענדיג אז די מארד ראטע איז געפאלן אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געזען אין היסטאריע און אז ער האט פארזיכערט ווי 18 טריליאן דאלאר אויסלענדישע אינוועסטירונגן. געציילטע מינוטן אריין אין טראמפ'ס אדרעס איז קאנגרעסמאן על גרין געווארן ארויס געפירט, פאר'ן האלטן א שילד מיט די ווערטער 'שווארצע מענטשען זענען נישט קיין מאלפעס. דער 78-יעריגער דעמאקראט פון טעקסעס, באקאנט אלץ א גאר שארפטע טראמפ קעגנער, האט עטליכע מאל פראבירט צו אימפיטשן דעם פרעזידענט, און האט א היסטאריע פון שטערן טראמפ'ס רעדעס פאר קאנגרעס. גאר טיף אריין אינ'ם רעדע האט טראמפ אדרעסירט די קריטישע איראנער פראגע, זאגענדיג, אז אמעריקא פארהאנדעלט מיט זיי, און אין ווארהייט ווילן די איראנער א דיעל, אבער זיי זענען נישט גרייט צו זאגן די פשוטע ווערטער אז זיי גייען קיינמאל נישט האבן נוקלעארע וואפן.טראמפ האט באצייכענט די איראנער אלץ שרעקליכע מענטשען וועלכע האבן אומגעברענגט ווייניגסטענס 32 טויזנט פראטעסטירער, און געווארענט אז זיי פארמאגן שוין מיסעלס וועלכע שטעלן א געפאר פאר אייראפע און אמעריקאנער באזעס. דער פרעזידענט האט געווארענט אז די איראנער ארבייטן אויף מיסעלס וועלכע זאלן קענען גרייכן אמעריקא, און טוען איינמאל און נאכאמאל צוריק בויען זייערע נוקלעארע וואפן פראגראמאן טראץ ווארענונגן עס נישט צו טון. ער זאגט אז זיין ערשטע אויסוואל איז צו גרייכן א פארשטענדעניש מיט איראן דורך דיפלאמאטיע, אבער ער וויל זיין זייער קלאר, אז אמעריקא וועט קיינמאל נישט ערלויבן אז די וועלט'ס נומער איינס טעראר שטיצער זאל פארמאגן נוקלעארע וואפן. מער דעטאלן קען מען הערן
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/149947

- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4636
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 32725
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
די דעמאקראטן, בראש די געוועזענע ספיקער נענסי פעלאוסי האבן זיך נעכטן באצירט מיט טאוולען וואס רופן צו ארויסגעבן די עפשטיין פיילס.
די איראניע איז אנגעוויזן געווארן, ווען די ספיקער בשעת עפשטיין'ס ערשטע ארעסט, און בשעת זיין טויט, האט זיך דאן נישט גענומען די מיה ארויסגעגעבן, די דאקומענטן. פרובירט איצט צו העצן

- פיילס
-
- IMG_20260225_185011_636.jpg (7.44 KiB) געזען געווארן 164 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4636
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 32725
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
בעסער שפעטער ווי קיינמאל
עטליכע נאטיצן.
סענאטאר דזשאן פעטערמאן איז געקומען מיט א רעקל, און איז געווען די איינציגסטע דעמאקראט צו רייכן די האנט פונעם פרעזידענט, סיי בעפאר און סיי דערנאך פונעם רעדע.
שטייענדיג טעג נאך די סופרים קארט אורטייל קעגן טאריפ'ס איז געווען מערקבאר אז בלויז 4 ריכטער האבן זיך באטייליגט ביים מעמד, און נישט באגריסט טראמפ. 3 דערפון האבן געשטיצט די אורטייל.
גלייך ביים אנהייב האט די מאדנע קאנגרעסמאן על גרין פרובירט צו פאכענען א שילד וואס האט זיך געליינט 'שווארצע מענטשן זענען נישט קיין מאלפע'ס', די סיקרעט סערוויס האט אים אנגעהאלטן בשעת טראמפ האט אים דורכשפאצירט, און סענאטארן זענען זיך געקומען שלאגן מיט אים. אבער ווען ער איז געבליבן שטיין דערמיט ביי די אנהייב פונעם רעדע, האט מען אים ארויסגעפירט פון זאל.
אזוי אויך איז די גאסט פונעם קאנגרעספרוי טאליב געווארן ארעסטירט אינעם גאסט גאלעריע, דער יעניגער וואס איז געלאדנט געווארן וויבאלד זי איז געווארן ארעסטירט דורך אייס, איז געווארן ווידער ארעסטירט דורך די קעפיטאל פאליציי פארן מאכן מהומות.
די פרעזידענט האט פארטיילט א רייע מעדאלן און אויסצייכענונגען דורכאויס די מעמד, אריינגערעכנט פאר די האקי טיעם וואס האט טעג בעפאר געווינען א פארמעסט, די צוויי געשאסענע נעשאנעל גארד זעלנער פון וואשינגטאן, (פאר די אומגעקומענע פרוי האט עס די משפחה איבערגענומען, און טראמפ האט איבעראשט די פארזאמעלטע מיטן אויפרופן די לעבעדיגע זעלנער וואס האט זיך ארויסגעדרייט פון זיין קריטישע מצב) א וועטעראן פון די צווייטע וועלט'ס קריג וועמענס 100סטע געבורטסטאג וועט זיין דעם קומענדיגן יולי 4, פארוואנדעטע זעלנער פון די מאדורא אקציע, און קאוסט גארד אפיציר וואס האט העלדיש געראטעוועט 164 יונגע מיידלעך ביי די טעקסאס פארפלייצונגען פארגאנגענע יאר, און טראמפ האט ארויסגערופן איינע פון די מיידלעך וואס האט זיך צום ערשטן מאל געטראפן מיט איר רעטער.
טראמפ האט אויסגערופן די אלמנה פון טשארלי קורק, און גערופן פאר די אפשטעל פון פאליטישע ווייעלענס, און באקומען שטייפע אפלאדירונגען פון ביידע זייטן.
אבער די דעמאקראטן זענען כמעט נישט געשטאנען דורכאויס די נאכט, בשעת די רעפובליקאנע זייט איז געזיצן אויף נאדלעך און אויפגעשפרינגען יעדע מינוט אפלאדירן, זענען די דעמאקראטן בלויז אויפגעשטאנען געציילטע מאל.
א ווילדע מאמענט איז געווען ווען טראמפ האט אויסגערופן א מאמע וועמענס טאכטער איז אומגעקומען פון אן אומלעגאלע אימיגראנט, אבער די דעמאקראטן זענען נישט אויפגעשטאנען אפלאדירן פאר איר, טראמפ האט ווילד געשריגן אויף זיי, דעי מענטשן זענען טויט משוגע!
אזוי אויך ווען ער האט זיך בארימט פארן אפשטעלן מענער און פרויען ספארט פארמעסטן האט איר אנגעוויזן ווי קיינער שטייט נישט אויף, משוגעים...
און אוודאי די בארימטע מאמענט ווען ער האט געפרעגט ווער איז מסכים אז די ערשטע פליכט איז צו באשיצן אמעריקאנע בירגער און נישט אומלעגאלע אימיגראנטן און קיין איין דעמאקראט איז נישט אויפגעשטאנען. אויף וואס ער האט שארף רעאגירט. שווערע פאסטקע אינטערשטעלט לרגל די מידטורם'ס.
די סקוואד - ראשידע טאליב און איליאן אומער האבן ווילד אריינגעשריגן ווען טראמפ האט גערעדט איבער סאמאליע, אבער בשעת דזשאנסאן האט זיי געוואלט שטיל מאכן האט טראמפ זיי איבערגעשריגן און זיך נישט געלאזט איבערהאקן. און אויסגעפירט ענק זאלן זיך שעמען פון זיך אליינס, ווייזענדיג אויף די דעמאקראטן, און אומער האט צוריקגעשריגן 'די שעם זיך'
די גאנצע זאל האט אפלאדירט ווען טראמפ האט געבעטן געזעץ געבער זאלן פארבאטן #אינסייד טרעידינג טראמפ איז געווען שאקירט פון די דעמאקראטישע שטיצע און געפרעגט אויב נענסי פעלאוסי שטיצט דאס אויך.... (די רעפובליקאנער טענה'ן אז זי איז רייך געווארן דערפון)
אזוי אויך האט די זאל האט אפלאדירט ווען טראמפ האט אויסגערופן א פרוי וואס פלעגט צאלן $4,000 פאר א דאזע זש"ק באהאנדלונג, אבער צאלט אויף טראמפ RX בלויז $500. טראמפ האט איר געוואונטשן אז זי וועט זיין א גוטע מאמע ואמר כל העם אמן.
טראמפ האט גערעדט איבער זיינע באציאונגען מיט די ווענעזועלע נייע פרעזידענט'קע, און אויסגערופן אן אמעריקאנער בירגער וועמענס פעטער איז ארעסטירט אין ווענעזועלע פאליטישע טורמעס, און גערעדט אז ער האט שוין גערעדט מיט די נייע פרעזידענט אים'ן צו באפרייען.
אין שאק געכאפט די זאל, ווען דער ארעסטאנט האט זיך באוויזן בא הרוג ברגליו, טראמפ האט זיי ווידער פאראייניגט ווען ווענעזועלע האט יענעם באותו היום ארויסגעלאזט.
ווען טראמפ האט זיך בארימט איבער די אפשטעל פון אכט מלחמות האבן די דעמאקראטן געלאכט, טראמפ האט רעאגירט 'איז עס נישט פאני? קראנקע מענטשן'...
אזוי אויך האט טראמפ דערמאנט די קליינע קאמאניסט מעיאר פון ניו יארק מאמדאני, ''א נייס מענטש איך גלייך אים, אבער ער איז א קאמעניסט'' און ער פארלאנגט מער ווי איין ID צו קומען שארן די שניי, אבער וואוטן דארף מען קענען אן א ID.. און געבעטן געזעץ געבער צו דורכפירן די 'סעיוו אמעריקע' געזעץ צו פאלאנגען וואוטער ID
טראמפ האט אנאנסירט א מלחמה קעגן שווינדל, מיט וויצע פרעזידענט ווענס אין שפיץ . צו טרעפן די שווינדלער וואס באגנבענן די קאסע אומלעגאל.
אין די ענדע האט טראמפ באזינגען אמעריקע און גערעדט איבער די 250טע געבורטסטאג דעם קומענדיגן יולי 4. און מיט דעם איז די 108 מינוטיגע דרשה געקומען צו אן ענדע, ברעכנדיג די רעקארד אלס לענגסטע אין היסטאריע.
די דעמאקראטן האבן גלייך ארויסגעיאגט פון זאל, טראמפ האט גערייכט הענט, אינטערגעשריבן א נעקטיי וואס האט זיין בילד, סענאטאר קענעדי האט אים געזאגט, איך מיין איר זאלט זיך גיין אפרוען פאר די איבריגע חלק טאג... These people are crazy!!! טראמפ טאדלט די דעמאקראטן פארן נישט שטיצן א מאמע וועמענס טאכטער איז אומגעקומען דורך אן אומלעגאלע אימיגראנט

- 88854417007-20260224-vpc-trump-sotu-on-iran-thumb-getty-00-00-00-00-still-004.jpg (117.4 KiB) געזען געווארן 71 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4636
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 32725
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
נאך בילדער פון די היסטארישע רעדע
- פיילס
-
- download (4).jpeg (154.98 KiB) געזען געווארן 27 מאל
-
- 88795332007-getty-images-2202797981.jpg (143.84 KiB) געזען געווארן 27 מאל
-
- sotu-40-ap-gmh-260224_1771991872354_hpMain_16x9.jpg (141.22 KiB) געזען געווארן 27 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4636
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 32725
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
מערקט די היסטארישע האמער'ל פון דזשארדזש וואשינגטאן אויפן טישל, לרגל אמעריקע'ס 250טע געבורטסטאג.
טראמפ שרייבט אינטער שניפסל מיט זיין בילד דערויף נאך די רעדע
טראמפ שרייבט אינטער שניפסל מיט זיין בילד דערויף נאך די רעדע
- פיילס
-
- ZSMTT5GYT5BSPLHENNN3BRBHWM.jpg (79.57 KiB) געזען געווארן 18 מאל
-
- U-S--President-Donald-Trump-delivers-the-State-of-the-Union-address-at-the-U-S--Capitol-in-Washingto.jpeg (181.03 KiB) געזען געווארן 18 מאל