דזשיל ביידען - פרוי פונעם געוועזענעם פרעזידענט - האט זיך געעפנט דאס פיסקל צום ערשטן מאל זינט איר מאן האט פארלאזט דעם העכסטן אמט אין די פאראייניגטע שטאטן, און סגיסט זיך סודות און הויפענעס ווארע. חלום חלמתי באריכט:
לכבוד'ן זיך גרייטן ארויסגעגעבן א פרישע ביכל 'מיין בליק פונעם מזרח פליגל' איז מרת ביידען ארויף אויף א פראמינענטע מידיא שאו, אויף CBS. ווי זי האט צום ערשטן מאל אויפגעדעקט איר פערזענליכע בליק ווי זי האט מיטגעהאלטן די ביידען עפאכע, און איר אינטערגאנג, און געגעבן א פריוויו פונעם ביכל פאר די המון.
זי שילדערט וויזוי משפחת ביידן האט מיטגעהאלטן די יאנואר זעקס ראיאטן בעפאר אים סערטיפייען די וואלן ווי שאקירט זי איז געווען. און דאן ווי טויגליך ביידן איז געווען מיט די קאוויד וואקסינאציע און צוריקשטעלן דזשאבס.
זי רעדט איבער דעם האקעלן נושא פון די האנטער ביידען פארדאן: נאכדעם וואס ביידען האט אסאך מאל משך די גאנצע האנטער טרייעל איבערגעזאגט און איבערגעחזרט אז ער וועט נישט פארדאנירן זיין זון, האט ער פלוצלונג אינטערגעשריבן א בלענקעט פארדאן. פרוי ביידן שילדערט אז פון אנהייב האט זיך געהאלטן אז די יוסטיץ דעפארטמענט איז נישט יושר'דיג אבער זי האט גארנישט געטון. ווען דאן האט טראמפ געווינען די וואלן, און מיר האבן געוויסט אז ער וועט זיך פארלייגן אויף האנטער און אים איינזעצן אין תפיסה. מיר האבן זיך נישט געקענט ערלויבן אז האנטער זאל גיין זיצן פאר א קלאגע וואס קיינער איז קיינמאל נישט געזיצן פאר אזאנס.
איבער די פארדאן פאר רוב פון איר פאמיליע און אדמיניסטראציע זאגט זי די זעלבע, זיי האבן פשוט מורא געהאט אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט זיי דערגיין די יארן.
אויף די פראגע וויזוי זי האט נישט מורא צו רעדן אזוי סאך, טראמפ קען דאס פונקט אזוי ניצן קעגן איר, זאגט זי אז זי האט נישט מורא. קוק. דזשאו ווערט אטאקירט יעדן טאג. איך האלט נישט דאס גייט זיך יעצט טוישן.
ווייטער פרעגט דער פרעגער איבער ביידענס מענטל סטאטוס, אויב זי האט געזען וויזוי דער פרעזידענט פאלט אריין אין דיקליין, אויף וואס זי ענפערט א קאטאגארישע ניין.
ניין?
ניין!
ניין?! איך אליינס האב גערעדט מיט עטליכע וואס האבן אליינס געזען, ספעציעל די לעצטע צוויי יאר, ווי זיי רעדן מיט אים, און זיי האבן געהאלטן אז ער שלאפט!
מרת ביידען: הא. קוק ער האט זיך זיכער פארעלטערט, מיר אלע פארעלטערן זיך. די אויפגאבע פון א פרעזידענט מאכט אז דאס זאל געשען שנעלער, אבער דאס איז נישט געווען מער ווי נארמאל.
זי דערמאנט עקסטער אז זי האט באשלאסן דוקא צו בלייבן מיטן נאמען 'מיין בליק פונעם מזרח פליגל', טאקע וויבאלד דער פליגל שטייט שוין נישט, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אראפגעווארפן דעם חלק צו מאכן פלאץ פאר זיין באלרום. די אפיס פונעם ערשטן פרוי פלעגט זיין אין יענעם פליגל, און זי שרייבט א מיט יעדן קנאק האט זיך באשיינפערליך געשפירט ווי מען צוקנאקט אמעריקע'ס היסטאריע.
דאן קומט זי אן צום שפיץ. די דורכגעפאלענע דעבאטע, ווען פרעזידענט ביידען האט נאך עטליכע שווערע אנקעטעס אנגענומען צו דעבאטירן רעפובליקאנע פרעזידענט קאנדידאט טראמפ, נאך בעפאר זיין נאמינאציע, האפנדיג אז ס'וועט זיך איבערשפילן די 2020 דעבאטעס ווי ביידען האט באוויזן ארויסצוקומען די אדאלט אינעם צימער בשעת טראמפ האט געווילדעוועט און געטענטרומט. אבער די ענדע ווייסן מיר אלע, ביידן האט געבראכן היסטאריע. געבראכן היסטאריע ביי זיינע נאנטע וואס זענען קיינמאל נישט געווען אזוי היסטעריש בעפאר, און רעאלעזירט אז ביידען וועט נישט זיין די פרעזידענט אין 2025. איין וועג אדער די צווייטע.
פרוי ביידען שילדערט ווי זי איז געזיצן צווישן די פארזאמלטע און געמיינט אז איר מאן כאפט א סטראוק אויף לייוו טיווי! ער האט שוין אמאל מיטגעמאכט א סטראוק, און איך בין געווען זיכער אז דאס איז וואס געשעהט דא, איך בין געווען דערשראקן צום טויט!
איר פארלוירנקייט האט זיך אנגעזען נאך די דעבאטע ווען זי איז געקומען אפנעמען איר מאן, אים העלפן אראפגיין צוויי קליינע טרעפ, און דאן אים געפירט צו א פאנדרעיזינג אים לויבענדיג ווי א קינדערגארטן קינד, בשעת נאציאנאלע מידיע האט באוויינט די ביידען לעגיסי. אבער לויט איר האט זי קיינמאל נישט געזען איר מאן אין אזא מצב , נישט בעפאר און אויך נישט קיינמאל דערנאך.
זי און איר פאמיליע האבן ווייטער געהאלטן אז ער דארף לויפן, ער איז געווען פערפעקטלי פיין און געטון זיין ארבעט יעדן איינציגן טאג. מרת ביידן דערציילט אז ווען די חברה האבן געזען אז זיי קענען נישט ארויסרוקן דזשאו, זענען זיי געקומען צו איר. זי האט זיך אבער נישט געלאזט און זיך געהאלטן שטארק אז דאס דארף זיין די פרעזידענט'ס אייגענע באשלוס, וויבאלד ער וועט דארפן לעבן דערמיט.
ווען ביידן האט ענדליך באשלאסן ארויסצוגיין פונעם פארמעסט, איז זי געווען איבעראשט ווען העריס האט א מינוט דערויף אנגערופן בעטן אן אפציעלע אינדארסמענט. די פרעזידענט האט געזאגט אז ער דארף זיך נאך איבערטראכטן ער ווייסט נישט, האט העריס געפרעשור'ט און געפרעגט אויב זי קען צוריק רופן אין 20 מינוט.
עווענטועל האט העריס פארלוירן, פרוי ביידן זאגט אז דאס איז געווען אן ערנסטן שאק! זי האט באמת געהאלטן אז העריס גייט געווינען, זי האט געזען די ענטוזיאַזם ביי די העריס ראליס און נישט געגלייבט אז זי קען פארלירן. זי האט ממש נישט געקענט שלאפן יענע נאכט.
דאן שילדערט זי וויאזוי מען האט דיאגנאזירט איר מאן מיט די ביטערע מחלה בלויז 4 חדשים נאכן פארלאזן זיין אמט. זי ווינדערט זיך וויאזוי די ווייסע הויז דאקטוירים האבן נישט געקענט אויפכאפן אזא זאך, לויט איר וויבאלד די אפציעלע רעקאמאנציע פארלאנגט נישט צו איבערזיכן מענער העכער 70 פאר די מחלה דארט ווי ער האט עס באקומען, וואס רעגט איר אויף. איר לייגט דעם מאן אין 'באבל רעפ' און עס ענדיגט מיט קענסער?! עס מאכט נישט קיין סענס.
צום לעצט שילדערט פרוי ביידען ווי נאכן פארלאזן דעם ווייסן הויז איז זי צוריק געווארן א לערערין, און זיי לעבן זיך א רואיג לעבן אין זייער היים אין דעלעווער, הגם זיי פארן אסאך ארום רעדן און קאמפיינען פאר פארשידענע צוועקן.
דזשיל ביידן רעדט - חלום חלמתי
-
חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6337
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51599
דזשיל ביידן רעדט - חלום חלמתי
- פיילס
-
- im-83658964.jpeg (125.42 KiB) געזען געווארן 365 מאל
Re: דזשיל ביידן רעדט - חלום חלמתי
וועלקאם בעק!!!!!!!
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 335
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 2230
Re: דזשיל ביידן רעדט - חלום חלמתי
WOW!
דאס מיינט א ירידה לצורך עליה...
דאס מיינט א ירידה לצורך עליה...
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיין 1000’סטע לייק
Re: דזשיל ביידן רעדט - חלום חלמתי
חלום חלמתי איז צוריק דא!!
גיימיר ליינען. אבער קודם וועלקאם בעק.
גיימיר ליינען. אבער קודם וועלקאם בעק.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: דזשיל ביידן רעדט - חלום חלמתי
אינטערסאנט, און גוט געשריבן
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: דזשיל ביידן רעדט - חלום חלמתי
@חלום חלמתי 
זייער שיין. תנצבה.
זייער שיין. תנצבה.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך