ישוב החדש האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 06, 2026 4:03 am
נאך אסאך פלאג און מיה פונעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין האלט מען דא אז בס"ד טוט קאסא גראנדע באקומען די פולקאמע שטיצע פון די גדולי מאורי דורינו שליט"א, און דאס ארויסטרעטן פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צו שטיצן דעם יישוב אויף אזא פאר עם צו שיקן אייגענע רב/רבנים צו בויען די סאטמאר'ע יישוב אין אריזאנע. איז באמת א דורכברוך אין אדמת אמעריקא. כלל ישראל וואלט געדארפט באשטימען דעם טאג אלץ א יום הודאה, דאס איז א הצלה פאר אלפים ורבבות פון יהדות ניו יארק,
אין די טעג ארבייט דער מייסד היישוב רבי יהושע מיט נאך קהילות צו פיינעלייזן די פולקאמע שטיצע אז זיי זאלן אויך שיקן זייערס א רב און זיך שטעלן אויף די פיס אין קאסא גראנדע אריזאנע.
האלטסט מיט די אפדעיטס אין די קומענדיגע וואכן פון נאך א גאר גרויסע קרייז וואס מען האפט מיט זיין צו פיינעלייזן בס"ד א פלאן צו בויען זייער קהילה אין קאסא גראנדע אריזאנע.
קומטס אין די מאסן הערן ברעכענדע נייעס ביים אסיפה אריזאנע קומענדיגע וואך ליל שישי אין ביהמ"ד הופער.
די עלטערע קינדער פון תלמוד תורה כנסת יהושע דקהל חסידים קאסא גראנדע אריזאנע האבן די וואך באזוכט ביי אדמו"ר מוויען שליט"א וועלעכע וויילט די טעג אין פאלם ספרינגס, צו נעמען ברכת קדשו,
זייענדיג אין פאלם ספרינגס האט די הנהלה גענומען די קינדער אויף א טריפ ארויף צו די שפיצן פון די בערג.
וואספארא מעמד.. הונדערטער אידן זענען געזעצן צוגענאגעלט פאר נאנט צו פיר שעה, אין וויליאמסבורג!. כלל ישראל איז אויסגעמיטשעט, כלל ישראל איז גרייט פאר די קומענדיגע דורכברוך בס"ד. צו פארדאנקן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
ישוב החדש האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 13, 2026 2:52 am
וואספארא מעמד.. הונדערטער אידן זענען געזעצן צוגענאגעלט פאר נאנט צו פיר שעה, אין וויליאמסבורג!. כלל ישראל איז אויסגעמיטשעט, כלל ישראל איז גרייט פאר די קומענדיגע דורכברוך בס"ד. צו פארדאנקן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
זעט דא עטליכע אויסצוגן פונעם הערליכע מעמד,
עס איז געווען א היסטארישע דורכברוך ווען וויליאמסבורג האט באוויזן מיט א הכנה פון איין וואך מארקעטינג צו ארויסשלעפן איבער דריי הונדערט אידן וואס זענען געזיצן ביים אסיפה פאר נאנט צו פיר שעה.
דאס רעכנט אריין ביידע קהילות, אדער בלויז הרב רובין'ס קהילה?
למאי נפקא מינה?..
פאר קבוצת אנ"ש איז עס זיכער נישט נוגע..
אבער אז דו פרעגסט אינעם אשכול פון די מייסד איז עס 22 מיט 11 אזוי מיינעך
אדער 21 מיט 12
אין וועמענ'ס אשכול?.. דער אשכול איז געגרינדעט געווארן דורך קהילה ב, און איז גראדע געניצט געווארן דורך ביידע.
איר מאכט לכאורה א טעות דער פותח האשכול אין יאר 2023 איז לכאורה געווען א באצאלטער ארבייטער ביי די קהלה און עס איז נאר געווען איין קהלה, אזוי פארשטיי איך פון די פאוסטס דא. עס איז גראדע טאקע אינטערסאנט צו צוריקקוקן די תגובות פון @אלע צוזאמען דעמאלס...

נאך א שמועס אין אישי מוז איך אויסקלארן אז @אלע צוזאמען איז נישט געווען א באצאלטער ארבייטער ביי די קהלה, נאר ער טוט מארקעטינג פריוואט פאר פרנסה און די קהלה האט אים ארויסגעגעבן ארבעט. אבער פאוסטן דא די נייעס איז געווען א וואלונטירשאפט אזוי ווי נאך עסקנות וואס ער האט געטון און עס דארף נישט האבן שייכות מיט די געלט פאר די מארקעטינג.
אין וועמענ'ס אשכול?.. דער אשכול איז געגרינדעט געווארן דורך קהילה ב, און איז גראדע געניצט געווארן דורך ביידע.
ב און א ווייסעך נישט דאס דארפט איר פרעגן אנדערע...
עניטינג איבער קבוצת אנ"ש קענט איר מיר פרעגן
כ'האב געמיינט אז איך בין אין די אפציעלע קאסא גראנדע אשכול,
נישט געכאפט אז איך בין אין די קבוצות אנ''ש אשכול...
אויב קבוצת אנ"ש ארבייט אינאיינעם מיט קאסא גראנדע און מיט די ועד העיר אויך מיטן מייסד היישוב ר' יהושע רובין, אויף א פראיעקט וואס איז נוגע אלעמען פון זיי. מעג מען שוין נישט שרייבן דערפון אין די אשכול? און אויב יא ווערט עס אויס די אשכול וואס עס איז?

איר האט נישט פארשטאנען מיין תגובה
אוודאי מעג און זאלן זיי דא שטעלן אלעס איבער די קבוצת אנ''ש!
(יענער האט געמאכט כאילו דא איז די אשכול פון קבוצת אנ''ש - וואס ס'איז גראדע דא אן אנדערע, האב איך ס''ה געוואלט זיכער מאכן אז די אשכול איז פאר ביידע, נישט לאפיקו אז מ'מעג נישט עפעס)