אויב וועט מען האבן גענוג מענטשן ביי קבוצת אנ"ש סאטמאר קען מען מיט די צייט טראכטן פון א עקסטערע געגנט וואס מקען מאכן א אייגענע נאמען ווי קרית יואל אריזאנע אדער קרית ברך משה אריזאנא...
חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
-
ברוך אברהם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 109
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
- x 437
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ער מיינט צו זאגן א אייגענע געגענט אין קאסא גראנדע, צו נעמען איינע פון די HOA'ס אין קאסא גראנדע אין רופן די HOA מיטן היימישע נאמען אנשטאט מיט איר גוי'אישע נאמען און יעדער וועטנעס טאקע רופן על שם די נאמען פון דעם HOA וואס איז א כמו ווילעזש.ברוך אברהם האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 18, 2026 4:06 pmוואָס פעלט אויס א אייגענע געגנט?
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
הזורעים בדמעה ברינה יקצורו.
נעכטן איז פארגעקומען א הערליכע פלעי אפגעשפילט דורך בנות קאסא גראנדע, אלעס פון די פלעי איז געווארן אנגעגרייט דורך די תלמידות, ארויסברענגענדיג די אויסטערלעשע טאלאנטן וואס די בנות קאסא גראנדע אריזאנע פארמאגן.
די פלעי איז פארגעקומען אינעם נייע גיגאנטישע בנין המוסדות וואס איז שוין כמעט גרייט זיך אהין אריינציען.
זעט דא א קליפ אפגעכאפט נאכן שפיל דורך אונזער טאלאנטפולן חבר הקהילה הרב יצחק גרין הי"ו.

כל דכפין ייתי וייכול:
נאך א רינגעלע אינעם קייט פון וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן פונעם "ועד העיר דקאסא גראנדע"
נאך שווערע הארעוואניע און נאך פינף יאר אפערירן די "קאוישער קעניאן גראסערי" אין קאסא גראנדע, האט די ועד העיר דאס יאר מצליח געווען העכער אלע ערווארטונגן, צוצושטעלן פאר אלע תושבי קאסא גראנדע א פסח חלוקה ווי מען קען באשטעלן פון פאראויס אלע פסח פראדוקטן פאר שטוינענד ביליגע פרייזן.
יעדער קען זיך ווענדן צום חבר ועד העיר הרב יצחק גרין הי"ו צו באשטעלן וואס ער וויל קויפן אויף פסח פאר די גאר ביליגע פרייזן.
קליקט דעם לינק צו זען די ליסטע פון אייטעםס און פרייזן און א קאפי פון די אימעיל וואס יעדער האט באקומען אין זיין אינבאקס.

- פיילס
-
- Screenshot 2026-02-19 124945.png (198.59 KiB) געזען געווארן 1991 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
פורים באריכט און בילדער חלק א'
הלואי וואלט איך געקענט אראפברענגן די געפילן פון א פורים אין קאסא גראנדע
פורים אין קאסא גראנדע איז עפעס וואס ווער עס האט נאר טועם געווען איינמאל דעם קען מען נישט פארנער'ן!
יעדע יום טוב איז דא אזעלכע וואס פארן אוועק צו די עלטערן, אבער נישט פורים, יעדער וואס האט נאר מיטגעלעבט אזא פורים זאגט אן קיין צווייפעל אז עס איז נישטא נאך א פלאץ וואס ס'איז אזוי פרייליך און רואיג פורים, מען קען אנקומען צו אלעס אלעס אלעס וואס מען דארף, און פארברענגן בשבת אחים פאר לאנגע שעות באהבה אחוה שלום ורעות און בעיקר די שמחה וואס קומט דורך די רואיגקייט איז עפעס וואס איז נישטא צו געפינען אין ניו יארק,
מען קען זען אויף די בילדער אז אפילו די קינדער זענען געזיצן ביים מגילה ליינען און אריינגעקוקט מיטצוהאלטן ווארט ביי ווארט, פארשטייט זיך אז דאס איז געקומען נאכדעם וואס זייערע חשובע מלמדים האבן זיי אנגעגרייט מיט די ריכטיגע הכנה ווי ס'פאסט צום הייליגן יום טוב פורים.
איינע פון די שטארק מערקוועדיגע נייעס דאס יאר פורים אין קאסא גראנדע איז געווען א "בני תורה דקאסא גראנדע בחורים גרופ", די גרופ איז באשטאנען פון דריי קאסא גראנדע בחורים וואס זענען געווען אויף פורים, זיי זענען נישט ארומגעפארן מיט א מאויביל צו גבירים שאפן געלט, עה, זיי זענען פשוט ארומגעפארן מיט זייערע בייק'ס צו אלע תושבי ואורחי קאסא גראנדע צו טאנצן און מאכן פרייליך ביי יעדעם אין שטוב. די קאסטום האט איינע פון די חשובע בחורים אליין צאמגעשטעלט, זעטס די איידעלע השגות פון די קאסא גראנדע בחורי חמד.
די סדר פורים איז געווען ווי פאלגענד, פורים ביינאכט האט געליינט די מגילה דער רב הרב חיים שלמה בערגער שליט"א, נאכדעם איז יעדער געגאנגן עסן די סעודה ביי זיך אין שטוב, היות עס זענען דא יונגעלייט וואס האבן נישטא די עלטערן האט זיי דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי איינגעלאדענט צו די סעודה ביי זיך אין שטוב ווי עס איז געווען אנגעגרייט א סעודה כיד המלך, עס זענען געקומען עטליכע יונגעלייט מיט זייער משפחה ביים סעודת ליל פורים.
קליקט די לינק צו זען קליפס פון פורים אין קאסא גראנדע https://drive.google.com/drive/folders/ ... 2b9IPKjAc5
די בילדער פון קריאת מגילה און ריקודים אין שטוב פונעם מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב ביים סעודת ליל פורים

פורים באריכט און בילדער חלק ב'
יום הפורים:
די מגילה האט געליינט הרב משה אברהם ברוין מחשובי טובי ועד העיר, וואס בדרכו האט ער געליינט די מגילה מיט א פלאם פייער,
נאכן דאווענען איז דער עולם ארום מקיים זיין די מצוות היום, און דערנאך געגעבן א סעודה, ארום דריי מיטאג איז זיך דער עולם צאמגעקומען אין שטוב פונעם מרא דאתרא דינוב'ע רבי פון ווי מען איז נאכן בענטשן ארום פינף אזייגער געגאנגן אין ביהמ"ד דאווענען מנחה און ממשיך זיין מיטן סעודת משתה היין,
די סעודת משתה היין האט זיך אריינגעשלעפט ביז אפאר שעה נאכן זמן מוצאי, ווי דער עולם האט פארברענגט בגילופין'דיג און ברידערליך. מיטנעמענדיג השפעות טובות ושמחה יתירה פאר די גאנצע יאר ביז נעקסטע פורים הבעל"ט.
קליקט די לינק צו זען קליפס פון פורים אין קאסא גראנדע https://drive.google.com/drive/folders/ ... 2b9IPKjAc5
בילדער ביים סעודת היום אין שטוב פון דינוב'ע רבי, א צאמשטעל פון עטליכע בילדער פון די לעבעדיגע סעודת משתה היין, פאר מער שיינע בילדער פונעם סעודת משתה היין קליקט דעם לינק https://drive.google.com/drive/folders/ ... HwvB8nnOtT

- IMG-20260308-WA0048.jpg (396.12 KiB) געזען געווארן 1736 מאל
-
- IMG-20260309-WA0004.jpg (405.92 KiB) געזען געווארן 1736 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
נאך א תושב, נאך א תושב,
שושן פורים האט קאסא גראנדע זוכה צו געווען צו נאך א משפחה זאל זיך אריינציען אים זייער נייע הויז. ר' אברהם וויינבערג מיט א שטוב געבענטשטע משפחה איז דא געווען אפאר וואכן צוריק און איז שוין געקומען.
אויך האט די חודש געמופט משפחת ר' מענדל גאלדמאן. א שטוב מיט עטליכע קינדער בליעה"ר.
זאל דער באשעפער העלפן אז זיי זאלן נהנה זיין פון די געשמאקע קאסא גראנדע אוויר. און די באשעפער זאל זיי געבן אין זייער נייע יישוב געזונט פרנסה און נחת מיט א גוט מזל.

איך הער אז איינע פון די באקאנטע תושבים פלאנירט זיך צוריק צו ציען קיין קרית יואל
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ריכטיג, הלל ליכטענשטיין פון ראבינאביטש'ס קהילה האט אוועקגעמופט, און נאך איינער מופט יעצט אוועק פון יענע קהילה.
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6340
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51726
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
לשמחה מה זו עושה... די גייסט צוריק באקומען די גאנצע רעשט פונעם מנין ביי דיר אין קווארטאל...
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 714
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1781
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דהיינו? קהלה ב' לעזט זיך אויף?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 09, 2026 1:07 pmלשמחה מה זו עושה... די גייסט צוריק באקומען די גאנצע רעשט פונעם מנין ביי דיר אין קווארטאל...
-
עריק
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 308
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
- Location: ים ברעג
- x 310
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איז ר' יצחק גרין פונעם ועד העיר א ברודער פון שרולי און חיים גרין? (זיין קול הערט זיך ענדליך צו חיים גרינ'ס)
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
קודאס פאר זיי אויב דאס איז וואר. ישלם השם פעלם.
אז מען איז נישט צופרידן אויף יענעם'ס פלאץ מופט מען אוועק, נישט מען בלייבט דארט און מען האקט אונטער.
-
דער פארשער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:05 am
- Location: מאנרא
- x 18
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
צו ווי געהערט די עץ החיים חדר?
דאס איז א בלאק פון טעקסט וואס גייט צוגעלייגט ווערן אונטער יעדע פון דיינע פאוסטס. מערסטנס 255 אותיות זענען ערלויבט.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ממנו ילמדו וכן יעשו
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
פאר קהילה ב'

אונז האפן אז די אנדערע זאלן זען אז זייער מהלך ארבעט נישט און זאלן, אדער זיך צושטעלן אדער אוועקמופן, די עיקר אז זיי זאלן מער נישט זוכן צו צוברעכן קהילה א'חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 09, 2026 1:07 pmלשמחה מה זו עושה... די גייסט צוריק באקומען די גאנצע רעשט פונעם מנין ביי דיר אין קווארטאל...
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ווען איינער מופט אהין צו יענע קהילה שרייבט איר דאס אויך??? גראדע מופן יעצט אהין אפאר אינגעלייט
להוי ידוע יענע קהילה איז זייער סוקסעספול
ווייל ווען נישט וואלסטו נישט געווען אזוי פארנומען מיט זיי
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וויכטיגע מודעה מטעם קבוצת סאטמאר אריזאנא
היות די אימעיל פון די ועד האט יעצט טעכנישע פראבלעמען קען מען דערווייל שיקן אדער ריקוועסטן אפליקעישאנס צי 8378729@gmail.com
היות די אימעיל פון די ועד האט יעצט טעכנישע פראבלעמען קען מען דערווייל שיקן אדער ריקוועסטן אפליקעישאנס צי 8378729@gmail.com
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
שלום עליכם @סגענוג
זען איז גלייבן.
דערווייל זאגן זיי שוין פאר אנדערהאלבן יאר אז יעצט מופן אהין אפאר יונגעלייט, דערווייל האבן געמופט צוויי און אוועקגעמופט צוויי, און איינער גייט צוריק צו קהילה א', ברענגענדיג זיי צו א נעט לאסס פון 10% פון זייערע 10 משפחות גייען זיי יעצט האלטן ביי 9 משפחות, זאגסטו אז יעצט קומען יא עכט משפחות, איך וועל פאלאויען די טרענט.
האט זיך זיי געלוינט די מיטשעניש, צו טרייען צו אינטערהאקן קהילה א'? זיי זען אז כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, קהילה א' האט זיך געדאפעלט, און יעצט ביז פסח קומען נאך אפאר משפחות. אשאהד וואס זיי שלאגן זיך, זאלן זיי שלום מאכן און אויפהערן פייניגן קהילה א'.
אודאי פרייד זיך יעצט קהילה א' אז קהילה ב' פארלירט מאמענטום, ווען זיי וואלטן נישט געפייניגט קהילה א' וואלט קהילה א' נישט געווען פרייליך אז דאס געשעט
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ווילאנג זיי גייען אן איז א שטער פארן יישוב און א דיטערענס פאר פאטענשאל איינוואוינער.
איך ווייס דאס פאר א פאקט פון מענטשן וואס האבן געוואלט אדער אפילו געזאלט אהינגיין.
קודאס פארן מאמענט פארן גיין בייעס פאר קהילה אלף אל דע וועי עד כדאי אראפצולייגן א רובין ווערסיע פון די געשעענישן מלא מלא.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
א גוטן אייךישוב החדש האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 4:03 amשלום עליכם @סגענוג
זען איז גלייבן.
דערווייל זאגן זיי שוין פאר אנדערהאלבן יאר אז יעצט מופן אהין אפאר יונגעלייט, דערווייל האבן געמופט צוויי און אוועקגעמופט צוויי, און איינער גייט צוריק צו קהילה א', ברענגענדיג זיי צו א נעט לאסס פון 10% פון זייערע 10 משפחות גייען זיי יעצט האלטן ביי 9 משפחות, זאגסטו אז יעצט קומען יא עכט משפחות, איך וועל פאלאויען די טרענט.
האט זיך זיי געלוינט די מיטשעניש, צו טרייען צו אינטערהאקן קהילה א'? זיי זען אז כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, קהילה א' האט זיך געדאפעלט, און יעצט ביז פסח קומען נאך אפאר משפחות. אשאהד וואס זיי שלאגן זיך, זאלן זיי שלום מאכן און אויפהערן פייניגן קהילה א'.
אודאי פרייד זיך יעצט קהילה א' אז קהילה ב' פארלירט מאמענטום, ווען זיי וואלטן נישט געפייניגט קהילה א' וואלט קהילה א' נישט געווען פרייליך אז דאס געשעט
זיי האבן בכלל נישט געזאגט דאס אז עס מופן די לעצטע יאר..., און אויך זענען זיי נישט דא איינעם צו געווינען
וואס פאלט אייך איין אז זיי זענען דא אונטער צוהאקן?? מהאט פשוט ארויסגעוארפן פון שול זיי דארפן פלעין האבן וואו צו דאווענען ניין?
וועגן שלום אדרבה זיי זענען גרייט פאר שלום
וועגן אוועקמופן סהאט שוי דא אמאל געוואוינט קרוב צו 50 משפחות, קוקט אויס ווי די ראטע פון אוועקמופן האט קהילה א א גרעסערע ראטע,
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
יא יא ווער ארבעט פאר מאמענט נישט די רב ענקערע??אגד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 11:02 amווילאנג זיי גייען אן איז א שטער פארן יישוב און א דיטערענס פאר פאטענשאל איינוואוינער.