חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1006
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1166

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך איד »

ישוב החדש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 6:26 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:06 am
totty האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:15 pm

ב און א ווייסעך נישט דאס דארפט איר פרעגן אנדערע...
עניטינג איבער קבוצת אנ"ש קענט איר מיר פרעגן
כ'האב געמיינט אז איך בין אין די אפציעלע קאסא גראנדע אשכול,
נישט געכאפט אז איך בין אין די קבוצות אנ''ש אשכול...
אויב קבוצת אנ"ש ארבייט אינאיינעם מיט קאסא גראנדע און מיט די ועד העיר אויך מיטן מייסד היישוב ר' יהושע רובין, אויף א פראיעקט וואס איז נוגע אלעמען פון זיי. מעג מען שוין נישט שרייבן דערפון אין די אשכול? און אויב יא ווערט עס אויס די אשכול וואס עס איז?
איר האט נישט פארשטאנען מיין תגובה
אוודאי מעג און זאלן זיי דא שטעלן אלעס איבער די קבוצת אנ''ש!

(יענער האט געמאכט כאילו דא איז די אשכול פון קבוצת אנ''ש - וואס ס'איז גראדע דא אן אנדערע, האב איך ס''ה געוואלט זיכער מאכן אז די אשכול איז פאר ביידע, נישט לאפיקו אז מ'מעג נישט עפעס)
שטיינער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 2:50 am
x 78

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך שטיינער »

מיר גריצלט געפערליך די נאמען קאסא-גראנדע.
פארוואס נישט רופן דאס פלאץ גראנדע?
העכסטנס אויפן צעטל קען מען שרייבן ק. גראנדע.

שטעל דיר פאר אויב די אונגארישע אידן וואלטן גערופן די שטעט מיט די פולע נאמען, אייערע ציינער וואלט שוין לאנג ארויסגעפאלן.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 788

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך totty »

שטיינער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 18, 2026 12:04 pm מיר גריצלט געפערליך די נאמען קאסא-גראנדע.
פארוואס נישט רופן דאס פלאץ גראנדע?
העכסטנס אויפן צעטל קען מען שרייבן ק. גראנדע.

שטעל דיר פאר אויב די אונגארישע אידן וואלטן גערופן די שטעט מיט די פולע נאמען, אייערע ציינער וואלט שוין לאנג ארויסגעפאלן.
אויב וועט מען האבן גענוג מענטשן ביי קבוצת אנ"ש סאטמאר קען מען מיט די צייט טראכטן פון א עקסטערע געגנט וואס מקען מאכן א אייגענע נאמען ווי קרית יואל אריזאנע אדער קרית ברך משה אריזאנא...
ברוך אברהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 432

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ברוך אברהם »

totty האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 18, 2026 3:30 pm
שטיינער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 18, 2026 12:04 pm מיר גריצלט געפערליך די נאמען קאסא-גראנדע.
פארוואס נישט רופן דאס פלאץ גראנדע?
העכסטנס אויפן צעטל קען מען שרייבן ק. גראנדע.

שטעל דיר פאר אויב די אונגארישע אידן וואלטן גערופן די שטעט מיט די פולע נאמען, אייערע ציינער וואלט שוין לאנג ארויסגעפאלן.
אויב וועט מען האבן גענוג מענטשן ביי קבוצת אנ"ש סאטמאר קען מען מיט די צייט טראכטן פון א עקסטערע געגנט וואס מקען מאכן א אייגענע נאמען ווי קרית יואל אריזאנע אדער קרית ברך משה אריזאנא...
וואָס פעלט אויס א אייגענע געגנט🤔🤔?
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

ברוך אברהם האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 18, 2026 4:06 pm

ער מיינט צו זאגן א אייגענע געגענט אין קאסא גראנדע, צו נעמען איינע פון די HOA'ס אין קאסא גראנדע אין רופן די HOA מיטן היימישע נאמען אנשטאט מיט איר גוי'אישע נאמען און יעדער וועטנעס טאקע רופן על שם די נאמען פון דעם HOA וואס איז א כמו ווילעזש.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

הזורעים בדמעה ברינה יקצורו.

נעכטן איז פארגעקומען א הערליכע פלעי אפגעשפילט דורך בנות קאסא גראנדע, אלעס פון די פלעי איז געווארן אנגעגרייט דורך די תלמידות, ארויסברענגענדיג די אויסטערלעשע טאלאנטן וואס די בנות קאסא גראנדע אריזאנע פארמאגן.

די פלעי איז פארגעקומען אינעם נייע גיגאנטישע בנין המוסדות וואס איז שוין כמעט גרייט זיך אהין אריינציען.

זעט דא א קליפ אפגעכאפט נאכן שפיל דורך אונזער טאלאנטפולן חבר הקהילה הרב יצחק גרין הי"ו.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

כל דכפין ייתי וייכול:

נאך א רינגעלע אינעם קייט פון וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן פונעם "ועד העיר דקאסא גראנדע"

נאך שווערע הארעוואניע און נאך פינף יאר אפערירן די "קאוישער קעניאן גראסערי" אין קאסא גראנדע, האט די ועד העיר דאס יאר מצליח געווען העכער אלע ערווארטונגן, צוצושטעלן פאר אלע תושבי קאסא גראנדע א פסח חלוקה ווי מען קען באשטעלן פון פאראויס אלע פסח פראדוקטן פאר שטוינענד ביליגע פרייזן.

יעדער קען זיך ווענדן צום חבר ועד העיר הרב יצחק גרין הי"ו צו באשטעלן וואס ער וויל קויפן אויף פסח פאר די גאר ביליגע פרייזן.

קליקט דעם לינק צו זען די ליסטע פון אייטעםס און פרייזן און א קאפי פון די אימעיל וואס יעדער האט באקומען אין זיין אינבאקס.
פיילס
Screenshot 2026-02-19 124945.png
Screenshot 2026-02-19 124945.png (198.59 KiB) געזען געווארן 117 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
שרייב פאוסט