די נדבנים זענען אריבער צום איבערגעפרישטן איבערבליק
אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 22048

קאורט אפדעיט:
היינט האט בארשאוו אריינגעגעבן זיינע פאפירן צו ענטפערן אויף די סטעיט'ס טענות.
מארגן עש"ק 11 אזייגער פארמיטאג קומט אי"ה פאר א "קאנפערענס הירינג" דורכן טעלעפאן מיט'ן ריכטער.

די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
בארשאוו האט היינט אריין געגעבן די ענטפער פאפירן צו די סטעיט'ס אנטווארט.פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 24, 2025 1:39 am די סטעיט האט פרייטאג 1:47 נאכמיטאג אריין געגעבן צוויי בריוון צום ריכטער אין באצוג צום אנגייענדער קעיס.
בארשאוו האט געהאט אריין געגעבן א מאושען אין געריכט וואו ער פארלאנגט א "סאמערי דשאדשמענט" אויף די ערשטע קלאגע, (סאמערי דשאדשמענט באדייט אז מען בעט א שנעלע אורטייל פונעם ריכטער וואס זאל קלארשטעלן וועלכע פשט אין א געזעץ איז ריכטיג) און די סטעיט קומט מיט טעכנישע טענות פארוואס מען זאל אנטזאגן די סאמערי דשאדשמענט מאושען, און אנשטאט דעם זאל מען אורטיילן אויף די עצם קלאגע (עס איז נישט עכט א נפקא מינא, ווי די סטעיט זאגט אליינס אז די סיבה פארוואס מען זאל נישט נאכגעבן די מאושען איז ווייל די עצם קלאגע איז בעצם אויך די זעלבע סארט קלאגע ווי די מאושען, און עס איז נישט עכט דא קיין חילוק צווישן די אריגינעלע קלאגע מיט די מאושען, די איינציגסטע זאך וואס איך קען זען אז די סטעיט זאל דא פראבירן צו פארדינען איז אז בארשאוו זאל נישט באקומען קיין געלעגנהייט צו אריינגעבן קאנטער-פאפירן [ביי א מאושען באקומט די צווייטע זייט א געלעגנהייט צו ענטפערן, און דאן די ערשטע זייט א געלעגנהייט צוריק צו ענטפערן])
די צווייטע פאפיר וואס די סטעיט האט אריין געגעבן פארלאנגט אז די געריכט זאל נישט נאכגעבן נישט די פארלאנג פון בארשאוו פאר א "סטעי" אויף די צווייטע און דריטע קלאגעס (די פעלדער קלאגעס) און אויך נישט זיין פארלאנג אז אויב מען געט אים עס נישט זאל מען אים כאטש געבן מער צייט צו ענטפערן. די איינציגסטע זאך וואס די סטעיט איז יא מסכים איז אז מען זאל אים געבן מער צייט צו ענטפערן אויף זייער אייגענע "סאמערי דשאדשמענט" מאושען וואס זיי האבן אריין געגעבן אויף די צווייטע קלאגע. (בארשאוו האט געהאט געשריבן אין זיינע פאפירן אז כאטש מען האט אפגעשמועסט א צייט ביז ווען ער דארף ענטפערן האט אבער די סטעיט אריין געגעבן גאר אסאך פאפירן, און ווי אויך אן אייגענע מאושען וואס דאס איז זיכער נישט געווען אין חשבון)
ער ערווענט אז די סטעיט האט גארנישט צו זאגן קעגן זיינע אריגינעלע פאפירן, סיידן א טעכנישע חילוק. דעריבער בעט ער די געריכט זאל שוין תיכף אורטיילן אויף די גאנצע ערשטע קלאגע - און זיך ניטאמאל באפאסן מיט אן אינדשאנקשאן (אויף די סטעיט באזירט אויף די ערשטע קלאגע וואס אויף דעם איז געווען באזירט די TRO און פרעלימינערי אינדשאנקשאן פארלאנג)
לגבי די צווייטע זאך פון לייגן די צווייטע און דריטע קלאגעס אויף פויזע ביז נאך אן אורטייל אויף די ערשטע קלאגע ערווענט ער אז די סטעיט האט גארנישט געענטפערט אויף זיינע לעגאלע טענות פארוואס מען זאל אים דאס יא נאכגעבן, און אפילו זייערע אייגענע לעגאלע טענות וואס זיי האבן יא געברענגט פארוואס מען זאל דאס נישט נאכגעבן איז באזירט אויף גענצליך אן אנדערע פאל (די סטעיט האט געברענגט א ראי' אז מען זאל נישט שטעלן איין קלאגע אויף סטעיט צוליב א צווייטע קלאגע אלץ א סיבה פארוואס מען זאל דאס נישט נאכגעבן. אויסער וואס בארשאוו האט געברענגט א פרעצעדענט אז אזא פאל זאל מען עס יא לייגן אויף פויזע און זיי האבן גארנישט געענטפערט דערוועגן, האט נאך בארשאוו אצינד צוגעגעבן אז די 2 ראיות וואס די סטעיט האט געברענגט צו זיך רעדט זיך ווען מען וויל אפשטעלן א קעיס און עס לייגן אויף פויזע צוליב א "צווייטע" אומפארבינדעטע קעיס, אבער דא רעדט מען דאך פון לייגן איין קלאגע "פון די זעלבע קעיס" אויף פויזע ביז א צווייטע קלאגע פון די זעלבע קעיס באקומעט אן אורטייל)
אויב איינער איז אינטערעסירט אין ממש מער דעטאלן קען מען אנפרעגן.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
מיר קיקען שטארק ארויס אויף א ברייטערע באריכט אויב מעגלעךפ. לאקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 10:12 pmבארשאוו האט היינט אריין געגעבן די ענטפער פאפירן צו די סטעיט'ס אנטווארט.פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 24, 2025 1:39 am די סטעיט האט פרייטאג 1:47 נאכמיטאג אריין געגעבן צוויי בריוון צום ריכטער אין באצוג צום אנגייענדער קעיס.
בארשאוו האט געהאט אריין געגעבן א מאושען אין געריכט וואו ער פארלאנגט א "סאמערי דשאדשמענט" אויף די ערשטע קלאגע, (סאמערי דשאדשמענט באדייט אז מען בעט א שנעלע אורטייל פונעם ריכטער וואס זאל קלארשטעלן וועלכע פשט אין א געזעץ איז ריכטיג) און די סטעיט קומט מיט טעכנישע טענות פארוואס מען זאל אנטזאגן די סאמערי דשאדשמענט מאושען, און אנשטאט דעם זאל מען אורטיילן אויף די עצם קלאגע (עס איז נישט עכט א נפקא מינא, ווי די סטעיט זאגט אליינס אז די סיבה פארוואס מען זאל נישט נאכגעבן די מאושען איז ווייל די עצם קלאגע איז בעצם אויך די זעלבע סארט קלאגע ווי די מאושען, און עס איז נישט עכט דא קיין חילוק צווישן די אריגינעלע קלאגע מיט די מאושען, די איינציגסטע זאך וואס איך קען זען אז די סטעיט זאל דא פראבירן צו פארדינען איז אז בארשאוו זאל נישט באקומען קיין געלעגנהייט צו אריינגעבן קאנטער-פאפירן [ביי א מאושען באקומט די צווייטע זייט א געלעגנהייט צו ענטפערן, און דאן די ערשטע זייט א געלעגנהייט צוריק צו ענטפערן])
די צווייטע פאפיר וואס די סטעיט האט אריין געגעבן פארלאנגט אז די געריכט זאל נישט נאכגעבן נישט די פארלאנג פון בארשאוו פאר א "סטעי" אויף די צווייטע און דריטע קלאגעס (די פעלדער קלאגעס) און אויך נישט זיין פארלאנג אז אויב מען געט אים עס נישט זאל מען אים כאטש געבן מער צייט צו ענטפערן. די איינציגסטע זאך וואס די סטעיט איז יא מסכים איז אז מען זאל אים געבן מער צייט צו ענטפערן אויף זייער אייגענע "סאמערי דשאדשמענט" מאושען וואס זיי האבן אריין געגעבן אויף די צווייטע קלאגע. (בארשאוו האט געהאט געשריבן אין זיינע פאפירן אז כאטש מען האט אפגעשמועסט א צייט ביז ווען ער דארף ענטפערן האט אבער די סטעיט אריין געגעבן גאר אסאך פאפירן, און ווי אויך אן אייגענע מאושען וואס דאס איז זיכער נישט געווען אין חשבון)
ער ערווענט אז די סטעיט האט גארנישט צו זאגן קעגן זיינע אריגינעלע פאפירן, סיידן א טעכנישע חילוק. דעריבער בעט ער די געריכט זאל שוין תיכף אורטיילן אויף די גאנצע ערשטע קלאגע - און זיך ניטאמאל באפאסן מיט אן אינדשאנקשאן (אויף די סטעיט באזירט אויף די ערשטע קלאגע וואס אויף דעם איז געווען באזירט די TRO און פרעלימינערי אינדשאנקשאן פארלאנג)
לגבי די צווייטע זאך פון לייגן די צווייטע און דריטע קלאגעס אויף פויזע ביז נאך אן אורטייל אויף די ערשטע קלאגע ערווענט ער אז די סטעיט האט גארנישט געענטפערט אויף זיינע לעגאלע טענות פארוואס מען זאל אים דאס יא נאכגעבן, און אפילו זייערע אייגענע לעגאלע טענות וואס זיי האבן יא געברענגט פארוואס מען זאל דאס נישט נאכגעבן איז באזירט אויף גענצליך אן אנדערע פאל (די סטעיט האט געברענגט א ראי' אז מען זאל נישט שטעלן איין קלאגע אויף סטעיט צוליב א צווייטע קלאגע אלץ א סיבה פארוואס מען זאל דאס נישט נאכגעבן. אויסער וואס בארשאוו האט געברענגט א פרעצעדענט אז אזא פאל זאל מען עס יא לייגן אויף פויזע און זיי האבן גארנישט געענטפערט דערוועגן, האט נאך בארשאוו אצינד צוגעגעבן אז די 2 ראיות וואס די סטעיט האט געברענגט צו זיך רעדט זיך ווען מען וויל אפשטעלן א קעיס און עס לייגן אויף פויזע צוליב א "צווייטע" אומפארבינדעטע קעיס, אבער דא רעדט מען דאך פון לייגן איין קלאגע "פון די זעלבע קעיס" אויף פויזע ביז א צווייטע קלאגע פון די זעלבע קעיס באקומעט אן אורטייל)
אויב איינער איז אינטערעסירט אין ממש מער דעטאלן קען מען אנפרעגן.
אין א יישר כח פאר אייערע כסדרדיגע באריכטן
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 22048
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דער געריכט סעסיע אויפן טעלעפאן האט זיך נארוואס געענדיגט.
דער ריכטער האט געמאלדן צוויי זאכן:
1) ער גייט צוערשט בלויז אורטיילן אויף די נייע געזעץ חלק, אזוי ווי די מוסדות (בארשאוו) האבן פארלאנגט, וויבאלד די אורטייל אויף דעם קען באדייטן אז די איבריגע זאלן שוין נישט נוגע זיין אויף יעצט.
2) עס וועט נישט זיין מער נישט קיין ארעל ארגומנענטן און נישט קיין פרישע פאפירן, נאר ער וועט פסק'נען אויפ'ן נייעם געזעץ לויט די טענות וואס מ'האט שוין אריינגעגעבן ביז אהער. ער האט נישט געזאגט א צייט ווי לאנג עס דארף דויערן.
דער ריכטונג זעט אויס גוט ב"ה, אבער ס'איז נאך אלס פארנעפלט וואסערע נייגונג דער ריכטער האט אויפ'ן קעיס, און מ'האפט אויפ'ן בעסטן.
דער ריכטער האט געמאלדן צוויי זאכן:
1) ער גייט צוערשט בלויז אורטיילן אויף די נייע געזעץ חלק, אזוי ווי די מוסדות (בארשאוו) האבן פארלאנגט, וויבאלד די אורטייל אויף דעם קען באדייטן אז די איבריגע זאלן שוין נישט נוגע זיין אויף יעצט.
2) עס וועט נישט זיין מער נישט קיין ארעל ארגומנענטן און נישט קיין פרישע פאפירן, נאר ער וועט פסק'נען אויפ'ן נייעם געזעץ לויט די טענות וואס מ'האט שוין אריינגעגעבן ביז אהער. ער האט נישט געזאגט א צייט ווי לאנג עס דארף דויערן.
דער ריכטונג זעט אויס גוט ב"ה, אבער ס'איז נאך אלס פארנעפלט וואסערע נייגונג דער ריכטער האט אויפ'ן קעיס, און מ'האפט אויפ'ן בעסטן.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דאס באדייט נאכגעגעבן ביידע מאושענס פון בארשאוו, און דערווייל איז אפגעשטופט די סטעיט'ס מאושען.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 29, 2025 11:48 am דער געריכט סעסיע אויפן טעלעפאן האט זיך נארוואס געענדיגט.
דער ריכטער האט געמאלדן צוויי זאכן:
1) ער גייט צוערשט בלויז אורטיילן אויף די נייע געזעץ חלק, אזוי ווי די מוסדות (בארשאוו) האבן פארלאנגט, וויבאלד די אורטייל אויף דעם קען באדייטן אז די איבריגע זאלן שוין נישט נוגע זיין אויף יעצט.
2) עס וועט נישט זיין מער נישט קיין ארעל ארגומנענטן און נישט קיין פרישע פאפירן, נאר ער וועט פסק'נען אויפ'ן נייעם געזעץ לויט די טענות וואס מ'האט שוין אריינגעגעבן ביז אהער. ער האט נישט געזאגט א צייט ווי לאנג עס דארף דויערן.
דער ריכטונג זעט אויס גוט ב"ה, אבער ס'איז נאך אלס פארנעפלט וואסערע נייגונג דער ריכטער האט אויפ'ן קעיס, און מ'האפט אויפ'ן בעסטן.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די מוסדות האבן געקלאגט די סטעיט מיט דריי קלאגעס, די ערשטע באזירט אויף די נייע פרא-חינוך געזעץ, און די צווייטע און דריטע באזירט אויף די פעלדער געזעץ.פ. לאקס האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:20 pmדאס באדייט נאכגעגעבן ביידע מאושענס פון בארשאוו, און דערווייל איז אפגעשטופט די סטעיט'ס מאושען.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 29, 2025 11:48 am דער געריכט סעסיע אויפן טעלעפאן האט זיך נארוואס געענדיגט.
דער ריכטער האט געמאלדן צוויי זאכן:
1) ער גייט צוערשט בלויז אורטיילן אויף די נייע געזעץ חלק, אזוי ווי די מוסדות (בארשאוו) האבן פארלאנגט, וויבאלד די אורטייל אויף דעם קען באדייטן אז די איבריגע זאלן שוין נישט נוגע זיין אויף יעצט.
2) עס וועט נישט זיין מער נישט קיין ארעל ארגומנענטן און נישט קיין פרישע פאפירן, נאר ער וועט פסק'נען אויפ'ן נייעם געזעץ לויט די טענות וואס מ'האט שוין אריינגעגעבן ביז אהער. ער האט נישט געזאגט א צייט ווי לאנג עס דארף דויערן.
דער ריכטונג זעט אויס גוט ב"ה, אבער ס'איז נאך אלס פארנעפלט וואסערע נייגונג דער ריכטער האט אויפ'ן קעיס, און מ'האפט אויפ'ן בעסטן.
די מוסדות האבן געבעטן און באקומען א TRO באזירט אויף די ערשטע קלאגע, א TRO באדייט א צייטווייליגע סטעיט ביז עס וועט פארקומען א הירינג איבער א געהעריגע סטעי - א פרעלימינערי אינדשאנקשען.
די סטעיט האט באקומען עטליכע וואכן צו ענטפערן סיי אויף די דריי קלאגעס, און סיי אויף די מאושען פאר א פרעלימינערי אינדשאנקשאן.
אינעם לעצטן טאג פונעם דעדליין האט די סטעיט אריין געגעבן עטליכע טויזענט זייטן פון דאקומענטן, און דערצו אריין געגעבן אן אייגענע מאושען פאר "סאמערי דשאשמענט" (א שנעלע אורטייל) אויף די צווייטע קלאגע.
בארשאוו האט באקומען א וואך צו ענטפערן אויף די אלע פאפירן, און האט לעמעשה געפיילט צוויי אייגענע מאושענס קעגן די סטעיט.
די ערשטע מאושען האט פארלאנגט "סאמערי דשאדשמענט" אויף די ערשטע קלאגע (די נייע געזעץ), און מען זאל בכלל נישט דן זיין איבער א פרעלימינערי אינדשאנקשאן, נאר תיכף אורטיילן אויף די גאנצע קעיס.
די צווייטע מאושען האט פארלאנגט אז מען זאל צייטווייליג שטעלן די צווייטע און דריטע קלאגעס אויף פויזע ביז נאך אן אורטייל אויף די ערשטע קלאגע, ווייל אן אורטייל אויף די ערשטע קלאגע לטובת די מוסדות באדייט אז די צווייטע און דריטע קלאגעס זענען MOOT און מער נישט נוגע (געריכטן וועלן קיינמאל נישט דן זיין אויף א פראגע וואס איז נאר להלכה ולא למעשה, אויב איז משום איזה סיבה מער נישט נוגע אן אורטייל אויף א קלאגע, און אן אורטייל גייט גארנישט אויסמאכן פאר די קלעגער, וועט מען ארויסווארפן די קלאגע אנע אורטייל)
אין פאל וואס די געריכט וויל עס נישט לייגן אויף פויזע האט בארשאוו געבעטן אז מען זאל אים כאטש געבן מער צייט צו ענטפערן צוליב די לענג פון די פאפירן.
למעשה היינט האט דער ריכטער נאכגעגעבן ביידע פארלאנגען, סיי אז מען וועט נישט דן זיין איבער א פרעלימינערי אינדשאנקשאן נאר גיין דירעקט פאר אן ענדגיליטיגע אורטייל אויף די ערשטע קלאגע.
צווייטנס אז די צווייטע און דריטע קלאגע ווערן געלייגט אויף פויזע ביז נאך אן אורטייל אויף די ערשטע קלאגע.
(לויט מיין ארימע פארשטאנד באדייט נאכגעבן די מאושען צו לייגן די צווייטע און דריטע קלאגעס אויף פויזע אז דער ריכטער האלט כאטש אז עס איז דא שטארקע שאנסן אז די מוסדות וועלן זיגן באזירט אויף די ערשטע קלאגע, ווייל אנדערש האט דאך נישט קיין פשט עס צו שטעלן אויף פויזע, אויב חלילה די מוסדות זיגן נישט אויף די ערשטע קלאגע זענען דאך די צווייטע און דריטע קלאגעס געהעריג ווייטער נוגע.)
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
עס קען זיין אז דו ביזט גערעכט,פ. לאקס האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:36 pm (לויט מיין ארימע פארשטאנד באדייט נאכגעבן די מאושען צו לייגן די צווייטע און דריטע קלאגעס אויף פויזע אז דער ריכטער האלט כאטש אז עס איז דא שטארקע שאנסן אז די מוסדות וועלן זיגן באזירט אויף די ערשטע קלאגע, ווייל אנדערש האט דאך נישט קיין פשט עס צו שטעלן אויף פויזע, אויב חלילה די מוסדות זיגן נישט אויף די ערשטע קלאגע זענען דאך די צווייטע און דריטע קלאגעס געהעריג ווייטער נוגע.)
אבער לויטן צד אז די מוסדות וועלן חלילה נישט זיגן אויף די ערשטע קלאגע און די TRO וועט דאן בטל ווערן, וואס גייט דער ריכטער דערלייגן פון דעם וואס עס איז יעצט אויף פויזע די צווייטע און דריטע קלאגע, עס גייט דאך ממילא צוריק אריין גיין אין אפעקט נאכן פסק אויף די ערשטע קלאגע, וואס דאס גייט ער דאך שוין כמעט פסק'נען?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געווענליך אויב האלטסטו אז די צווייטע און דריטע קלאגעס גייען זיין נוגע געב אים שוין יעצט צייט צו אנגרייטן א תירוץ דערויף, נישט הייס אים זיצן אויף פויזע און דערנאך ווען עס ווערט נוגע זאל מען הערשט דעמאלט אנהייבן - עס פארשלעפט סתםפארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 29, 2025 2:02 pmעס קען זיין אז דו ביזט גערעכט,פ. לאקס האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:36 pm (לויט מיין ארימע פארשטאנד באדייט נאכגעבן די מאושען צו לייגן די צווייטע און דריטע קלאגעס אויף פויזע אז דער ריכטער האלט כאטש אז עס איז דא שטארקע שאנסן אז די מוסדות וועלן זיגן באזירט אויף די ערשטע קלאגע, ווייל אנדערש האט דאך נישט קיין פשט עס צו שטעלן אויף פויזע, אויב חלילה די מוסדות זיגן נישט אויף די ערשטע קלאגע זענען דאך די צווייטע און דריטע קלאגעס געהעריג ווייטער נוגע.)
אבער לויטן צד אז די מוסדות וועלן חלילה נישט זיגן אויף די ערשטע קלאגע און די TRO וועט דאן בטל ווערן, וואס גייט דער ריכטער דערלייגן פון דעם וואס עס איז יעצט אויף פויזע די צווייטע און דריטע קלאגע, עס גייט דאך ממילא צוריק אריין גיין אין אפעקט נאכן פסק אויף די ערשטע קלאגע, וואס דאס גייט ער דאך שוין כמעט פסק'נען?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
שבת נאכמיטאג האט די פארשאלטענע יאפפעד גרופע אריין געגעבן אן אמיקוס אינעם קעיס זיך אנצונעמען פאר די סטעיט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יאפפעד שרייבט אין די טענות אז
1) איידערן קומען אין געריכט האבן די ישיבות געדארפט אדורכגיין אן אדמיניסטריווע פראצעס (דאס איז נאר נוגע פאר די צווייטע און דריטע קלאגעס)
2) די ישיבות האבן שוין פארלוירן אין געריכט קעגן די רעגולאציעס און קענען נישט נאכאמאל קלאגן (אויך נאר נוגע פאר די צווייטע און דריטע קלאגעס, זיי טענה'ן אז די ישיבות זענען רעפרעזענטירט געווארן דורך פערלס אין זייער ערשטע קלאגע, און איינמאל מען פארלירט אין געריכט קען מען נישט נאכאמאל קלאגן איבער די זעלבע זאך - טעכניש איז עס סתם אזוי נישט לעגאל אויסגעהאלטן וואס זיי שרייבן, זינט די ישיבות האבן נאר פארלוירן קעגן די רעגולאציעס "אן איטס פעיס" [וואס באדייט אז די רעגולאציעס אליינס זענען נייטראל געשריבן] אבער די סטעיט און געריכט האט קלאר מודה געווען אז "עז עפלייד" [אויב מען נוצט די געזעץ אויף אן אומלעגאלער אופן] קען מען עס פריש קלאגן)
3) די קלאגע איז געברענגט געווארן צו שפעט (אויך נאר נוגע פאר די צווייטע און דריטע קלאגעס, זיי טענה'ן אז מען האט נאר פיר מאנאטן פון די "פרעלימינערי דעטערמינעישאן" צו קלאגן, נישט פון די "פיינעל דעטערמינעישאן" - א זאך וואס איז זיך ווארשיינליך סותר מיט זייער ערשטע טענה.
4) א לעגאלע דאקטרינע אז אויב מען שלעפט ארום צו לאנג סתם אזוי קען מען נישט נאכדעם קלאגן (דאס איז אויך נאר שייך אויף די צווייטע און דריטע קלאגעס, און ווי אויך דארף מען קענען אויפווייזן זיי אז מען האט געשלעפט אן קיין שום סיבה, און אויך אז די שלעפן האט גורם געווען א פאקטישע שאדן פאר די קלעגער, וואס דאן זאגט מען אז אויב האסט געהאט שאדן, און סתם ארום געשלעפט, קענסטו נישט יעצט קלאגן)
5) דאס איז די ישיבות האבן נישט געטוישט זייער סדר הלימודים באדייט אז זיי האבן אויפגעגעבן זייערע רעכטן צו קלאגן. (פארוואס? ווייל אזוי ווילן זיי... אבער אויך ווארשיינליך נאר נוגע צו די צווייטע און דריטע קלאגעס זינט די טענה איז אז זיי האבן זיך נישט פארבעסערט נאך די אריגינעלע דעטערמינעישאן, וואס נאר די צווייטע און דריטע קלאגעס באציען זיך צו יענע דעטערמינעישאן)
6) די ערשטע קלאגע זאל ארויסגעווארפן ווערן ווייל עס איז נישט באזירט אויף גארנישט - איי עס איז באזירט אויף די נייע געזעץ?, טענה'ן זיי אז די נייע געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנעל, און דעריבער איז עס גארנישט ווערט, קומט אויס אז די קלאגע דארף ארויסגעווארפן ווערן ווייל עס איז נישט באזירט אויף קיין שום געזעץ. (לומדות...)
7) לענגערע טענות פארוואס די סטעיט'ס פשט אינעם געזעץ איז יא די ריכטיגע פשט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
זענען זייערע טענות פארוואס די סטעיט'ס פשט אינעם געזעץ איז יא די ריכטיגע פשט עפעס וואס איז דא וואס מורא צו האבן?פ. לאקס האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 11:53 pmיאפפעד שרייבט אין די טענות אז

האט בארשאוו א רעכט צו ענטפערן?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פון אלעם איז דא וואס מורא צו האבן... מען קען דאך נישט וויסן וואס וועט יא אדער נישט מאכן א רושם אויפן ריכטער.חיים יוסף האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:40 amזענען זייערע טענות פארוואס די סטעיט'ס פשט אינעם געזעץ איז יא די ריכטיגע פשט עפעס וואס איז דא וואס מורא צו האבן?פ. לאקס האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 11:53 pmיאפפעד שרייבט אין די טענות אז
1) איידערן קומען אין געריכט האבן די ישיבות געדארפט אדורכגיין אן אדמיניסטריווע פראצעס (דאס איז נאר נוגע פאר די צווייטע און דריטע קלאגעס)
2) די ישיבות האבן שוין פארלוירן אין געריכט קעגן די רעגולאציעס און קענען נישט נאכאמאל קלאגן (אויך נאר נוגע פאר די צווייטע און דריטע קלאגעס, זיי טענה'ן אז די ישיבות זענען רעפרעזענטירט געווארן דורך פערלס אין זייער ערשטע קלאגע, און איינמאל מען פארלירט אין געריכט קען מען נישט נאכאמאל קלאגן איבער די זעלבע זאך - טעכניש איז עס סתם אזוי נישט לעגאל אויסגעהאלטן וואס זיי שרייבן, זינט די ישיבות האבן נאר פארלוירן קעגן די רעגולאציעס "אן איטס פעיס" [וואס באדייט אז די רעגולאציעס אליינס זענען נייטראל געשריבן] אבער די סטעיט און געריכט האט קלאר מודה געווען אז "עז עפלייד" [אויב מען נוצט די געזעץ אויף אן אומלעגאלער אופן] קען מען עס פריש קלאגן)
3) די קלאגע איז געברענגט געווארן צו שפעט (אויך נאר נוגע פאר די צווייטע און דריטע קלאגעס, זיי טענה'ן אז מען האט נאר פיר מאנאטן פון די "פרעלימינערי דעטערמינעישאן" צו קלאגן, נישט פון די "פיינעל דעטערמינעישאן" - א זאך וואס איז זיך ווארשיינליך סותר מיט זייער ערשטע טענה.
4) א לעגאלע דאקטרינע אז אויב מען שלעפט ארום צו לאנג סתם אזוי קען מען נישט נאכדעם קלאגן (דאס איז אויך נאר שייך אויף די צווייטע און דריטע קלאגעס, און ווי אויך דארף מען קענען אויפווייזן זיי אז מען האט געשלעפט אן קיין שום סיבה, און אויך אז די שלעפן האט גורם געווען א פאקטישע שאדן פאר די קלעגער, וואס דאן זאגט מען אז אויב האסט געהאט שאדן, און סתם ארום געשלעפט, קענסטו נישט יעצט קלאגן)
5) דאס איז די ישיבות האבן נישט געטוישט זייער סדר הלימודים באדייט אז זיי האבן אויפגעגעבן זייערע רעכטן צו קלאגן. (פארוואס? ווייל אזוי ווילן זיי... אבער אויך ווארשיינליך נאר נוגע צו די צווייטע און דריטע קלאגעס זינט די טענה איז אז זיי האבן זיך נישט פארבעסערט נאך די אריגינעלע דעטערמינעישאן, וואס נאר די צווייטע און דריטע קלאגעס באציען זיך צו יענע דעטערמינעישאן)
6) די ערשטע קלאגע זאל ארויסגעווארפן ווערן ווייל עס איז נישט באזירט אויף גארנישט - איי עס איז באזירט אויף די נייע געזעץ?, טענה'ן זיי אז די נייע געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנעל, און דעריבער איז עס גארנישט ווערט, קומט אויס אז די קלאגע דארף ארויסגעווארפן ווערן ווייל עס איז נישט באזירט אויף קיין שום געזעץ. (לומדות...)
7) לענגערע טענות פארוואס די סטעיט'ס פשט אינעם געזעץ איז יא די ריכטיגע פשט.
האט בארשאוו א רעכט צו ענטפערן?
זייערע טענות פארוואס די סטעיט'ס פשט איז זיכטיג איז געבויט אז אין די רעגולאציעס איז דא א דעפיניציע אויף די ווארט נאנ-פובליק סקול, און זיי טענה'ן אז די מוסדות קומען נישט נאך דעם פארלאנג (הגם מ'קען מפלפל זיין דערין). אבער די נייע געזעץ איז דאך געשריבן אויף א וועג צו "אווערריידן" יעדע עקזיסטירנדע געזעץ אדער רעגולאציע, דעריבער קען מען זיך ווארשיינליך אויסקריגן ווי סאך ווערט א רעגולאציע האט איבערן געזעץ.
יא בארשאוו און די סטעיט באקומען ביידע א געלעגנהייט צו זאגן פארוואס מען זאל יא אדער נישט אננעמען דעם אמיקוס, און דערנאך אויב חלילה די געריכט נעמט עס אן עס אפצוענטפערן.
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 381
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 323
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די יאפפעד קלאגע איז נישט קיין אמיקוס, נאר צו אינטערווינען, דאס טייטש ווערן א חלק פון די קלאגע.
איי פארואס רופט עס @פ. לאקס אמיקוס? פלעין א מיסטעיק?
נעמענדיג אין באטראכט זיין היסטאריע פון מאכן אויבנאויפ'דיגע אומשולדיגע מיסטעיקס, און נאכדעם בויען פורים תורות אויף די אומשולדיגע טעותים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז נישט קיין אומשולדיגע מיסטעיק, נאר מיט א כוונה תחילה צו בויען א פרישע פורים תורה, אדער צו פארענטפערן אן אלטע פורים תורה וואס וואלט זיך לכאורה סותר געווען מיט דעם.
די זעלבע זאך מיט זיינע פוינטס, פארשידענע 'קליינע' טעותים און אומפונקטליכקייטן, טייל פארשטיי איך דער ציהל און טייל נאכנישט.

חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6340
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51730
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ביסט דאך א מבין ווייסטו מסתם אז די חילוק פון די צוויי איז ווייניגער ווי די חוט השערה.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 31, 2025 12:15 pm די יאפפעד קלאגע איז נישט קיין אמיקוס, נאר צו אינטערווינען, דאס טייטש ווערן א חלק פון די קלאגע.
איי פארואס רופט עס @פ. לאקס אמיקוס? פלעין א מיסטעיק?
נעמענדיג אין באטראכט זיין היסטאריע פון מאכן אויבנאויפ'דיגע אומשולדיגע מיסטעיקס, און נאכדעם בויען פורים תורות אויף די אומשולדיגע טעותים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז נישט קיין אומשולדיגע מיסטעיק, נאר מיט א כוונה תחילה צו בויען א פרישע פורים תורה, אדער צו פארענטפערן אן אלטע פורים תורה וואס וואלט זיך לכאורה סותר געווען מיט דעם.
די זעלבע זאך מיט זיינע פוינטס, פארשידענע 'קליינע' טעותים און אומפונקטליכקייטן, טייל פארשטיי איך דער ציהל און טייל נאכנישט.
איי פארוואס מאכסטו דא משוגע, פלעין א דיוק?
נאר נעמענדיג אין באטראכט דיין היסטאריע פון מאכן אויבנאויפ'דיגע אומשולדיגע מיסטעיקס, און נאכדעם בויען פורים תורות אויף די אומשולדיגע טעותים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז נישט קיין אומשולדיגע מיסטעיק, נאר מיט א כוונה תחילה צו בויען א פרישע פורים תורה, אדער צו פארענטפערן אן אלטע פורים תורה וואס וואלט זיך לכאורה סותר געווען מיט דעם.
די זעלבע זאך מיט זיינע פוינטס, פארשידענע 'קליינע' טעותים און אומפונקטליכקייטן, טייל פארשטיי איך דער ציהל און טייל נאכנישט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אמאל פלעגט מען הנאה האבן צו הערן אייער מיינונג, צו זעהן די מציאות פון אן אנדערע קיק ווינקלמיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 31, 2025 12:15 pm די יאפפעד קלאגע איז נישט קיין אמיקוס, נאר צו אינטערווינען, דאס טייטש ווערן א חלק פון די קלאגע.
איי פארואס רופט עס @פ. לאקס אמיקוס? פלעין א מיסטעיק?
נעמענדיג אין באטראכט זיין היסטאריע פון מאכן אויבנאויפ'דיגע אומשולדיגע מיסטעיקס, און נאכדעם בויען פורים תורות אויף די אומשולדיגע טעותים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז נישט קיין אומשולדיגע מיסטעיק, נאר מיט א כוונה תחילה צו בויען א פרישע פורים תורה, אדער צו פארענטפערן אן אלטע פורים תורה וואס וואלט זיך לכאורה סותר געווען מיט דעם.
די זעלבע זאך מיט זיינע פוינטס, פארשידענע 'קליינע' טעותים און אומפונקטליכקייטן, טייל פארשטיי איך דער ציהל און טייל נאכנישט.
אבער סתם צו אטאקירן אין ווען מען בעט אביסל פשט ברייטער אויסצושמועסן,ווערט מען פארשווינדן, איז דא גענוג ניקים
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 381
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 323
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
האסט א פוינט, אין א געוויסן זין האט עס צו טוהן ווייל כ'האב היינט ווייניגער צייט, אבער עס האט אויך שטארק צוליב וואס יעדע זאך ווערט דורכגעפלאכטן מיט פארשידענע פיצי ליגנדס אדער גאר איז די גאנצע זאך געבויעט אויף די ליגנס, דעריבער איז שווער זיך צו מטפל זיין דערמיט, סיי צוליב די צייט און סיי צוליב עס פאלירט די וועליו ווען מען אייסערט זיך אויף קליינע שטותים, ווען די יעניגע זאלן ווען צוצייכענען מראי מקומות אויף זייערע זאכן וואט געווען גרינגער און בא'טעמ'טער זיך צו טענה'ן דערויף (אפילו אויף די פיצי ליגענדס).חיים יוסף האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 31, 2025 12:28 pmאמאל פלעגט מען הנאה האבן צו הערן אייער מיינונג, צו זעהן די מציאות פון אן אנדערע קיק ווינקלמיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 31, 2025 12:15 pm די יאפפעד קלאגע איז נישט קיין אמיקוס, נאר צו אינטערווינען, דאס טייטש ווערן א חלק פון די קלאגע.
איי פארואס רופט עס @פ. לאקס אמיקוס? פלעין א מיסטעיק?
נעמענדיג אין באטראכט זיין היסטאריע פון מאכן אויבנאויפ'דיגע אומשולדיגע מיסטעיקס, און נאכדעם בויען פורים תורות אויף די אומשולדיגע טעותים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז נישט קיין אומשולדיגע מיסטעיק, נאר מיט א כוונה תחילה צו בויען א פרישע פורים תורה, אדער צו פארענטפערן אן אלטע פורים תורה וואס וואלט זיך לכאורה סותר געווען מיט דעם.
די זעלבע זאך מיט זיינע פוינטס, פארשידענע 'קליינע' טעותים און אומפונקטליכקייטן, טייל פארשטיי איך דער ציהל און טייל נאכנישט.
אבער סתם צו אטאקירן אין ווען מען בעט אביסל פשט ברייטער אויסצושמועסן,ווערט מען פארשווינדן, איז דא גענוג ניקים
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
@מיטב הגיון איר זענט נאך שולדיג א ביאור אויף אייער פריערדיגע פירכא קעגן @פ. לאקס מיט עפעס א טענה פון א פורים תורה, וואס קיינער האט נישט פארשטאנען וואו עס צילט,
ממילא בעפאר איר קומט מיט פרישע באשולדיגונגען, זייט מוחל און געט צו פארשטיין אייער פריערדיגע ווערטער וואס ווארטן שוין איבער א וואך אויף א ביאור,
און הערשט דערנאך קענט איר גיין ווייטער אויב איר האט פרישע טענות (פארשטייט זיך מיט א הסבר דער עולם זאל פארשטיין),
אבער סתם צו אטאקירן מיט א פורים תורה סינדראם... איז נישט אינטערעסאנט און נישט רעלעוואנט,
ממילא בעפאר איר קומט מיט פרישע באשולדיגונגען, זייט מוחל און געט צו פארשטיין אייער פריערדיגע ווערטער וואס ווארטן שוין איבער א וואך אויף א ביאור,
און הערשט דערנאך קענט איר גיין ווייטער אויב איר האט פרישע טענות (פארשטייט זיך מיט א הסבר דער עולם זאל פארשטיין),
אבער סתם צו אטאקירן מיט א פורים תורה סינדראם... איז נישט אינטערעסאנט און נישט רעלעוואנט,
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
@מיטב הגיון אפשר קומט איר אריין מיט א זעלבסשטענדיגער באריכט וואס איז די יאפעד אונטערווענירונג פיילינג?
צווייטנס, זענען די אלע טעותים עפעס וואס מאכט אויס אויף למעשה פאר פשוטע אידטיש ליינער, אדער איז עס מער די סארט פון אנרופן א לעגאלער דאקומענט מיט א אומריכטיגע טיטל וכדומה, וואס מאכט נאר אויס פאר אידן ווי אייך וואס האבן ארויס די גאנצע עסק?

ברלנד
-
עריק
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 311
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
- Location: ים ברעג
- x 314
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אויב איינער קען מסביר זיין אין קורצן וואס איז פשט די אגודה מיט תורה ומסורה האט לכתחילה אריינגעגעבן א אמיקוס לטובת די מוסדות און דערנאך האט נאר אגודה צוריקגעצויגען?
-
קיין מיינונג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 129
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
- Location: new york
- x 51
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די וואך זענען זיי געגאנגען אין דרוק פריער... פרייטאג אינדערפרי האב איךצעס שוין געזען געדרוקטערהייט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לויט ווי איך האב יעצט געליינט אביסל די פאפירן פון די אפיקורסים פון יאפפע"ד (ימ"ש), טענה'ן זיי אז דאס וואס די נייע געזעץ טוט אווערריידן יעדע עקזיסטירענדע געזעץ\רעגולאציע איז נאר כלפי זאכן וואס 'איז זיך סותר' צו די נייע געזעץ, און וויבאלד אין די נייע געזעץ אליין איז נישטא קיין ביאור וואס עס מיינט 'נאנ-פאבליק סקול' קומט אויס אז די אלטע רעגולאציע פארט 130 וואס איז יא מפרש וואס עס מיינט א 'נאנ-פאבליק סקול' איז זיך נישט סותר צו די נייע געזעץ, און ממילא איז די דעפינישאן וואס שטייט אין די רעגולאציעס אז א 'נאנ-פאבליק סקול' מיינט א סקול וואס קומט נאך די קאמפאלסערי עדיוקעשאן געזעץ יא געבליבן אין קראפט און איז נאך אלץ בינדענד.פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:29 am זייערע טענות פארוואס די סטעיט'ס פשט איז זיכטיג איז געבויט אז אין די רעגולאציעס איז דא א דעפיניציע אויף די ווארט נאנ-פובליק סקול, און זיי טענה'ן אז די מוסדות קומען נישט נאך דעם פארלאנג (הגם מ'קען מפלפל זיין דערין). אבער די נייע געזעץ איז דאך געשריבן אויף א וועג צו "אווערריידן" יעדע עקזיסטירנדע געזעץ אדער רעגולאציע, דעריבער קען מען זיך ווארשיינליך אויסקריגן ווי סאך ווערט א רעגולאציע האט איבערן געזעץ.
בנוסף וואס זיי ברענגען די טענה (וואס די סטעיט האט אויך גענוצט - און געווינען - בשעתו ביי די פעלדער קאורט קעיס) אז לויטן געזעץ האט די אפטייטש פון די אגענטור וואס איז געשטעלט צו ענפארסען דעם געזעץ א שטארקערע כח און די פשט וואס זיי לערנען אינעם געזעץ איז די ריכטיגע פשט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פארוואס איז די ימ"ש אריין גערינגלט? א פשוט'ע טעות? אדער א רינגעלע אין א לאנגע קייט?פארטריבן האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 31, 2025 9:09 pmלויט ווי איך האב יעצט געליינט אביסל די פאפירן פון די אפיקורסים פון יאפפע"ד (ימ"ש), טענה'ן זיי אז דאס וואס די נייע געזעץ טוט אווערריידן יעדע עקזיסטירענדע געזעץ\רעגולאציע איז נאר כלפי זאכן וואס 'איז זיך סותר' צו די נייע געזעץ, און וויבאלד אין די נייע געזעץ אליין איז נישטא קיין ביאור וואס עס מיינט 'נאנ-פאבליק סקול' קומט אויס אז די אלטע רעגולאציע פארט 130 וואס איז יא מפרש וואס עס מיינט א 'נאנ-פאבליק סקול' איז זיך נישט סותר צו די נייע געזעץ, און ממילא איז די דעפינישאן וואס שטייט אין די רעגולאציעס אז א 'נאנ-פאבליק סקול' מיינט א סקול וואס קומט נאך די קאמפאלסערי עדיוקעשאן געזעץ יא געבליבן אין קראפט און איז נאך אלץ בינדענד.פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:29 am זייערע טענות פארוואס די סטעיט'ס פשט איז זיכטיג איז געבויט אז אין די רעגולאציעס איז דא א דעפיניציע אויף די ווארט נאנ-פובליק סקול, און זיי טענה'ן אז די מוסדות קומען נישט נאך דעם פארלאנג (הגם מ'קען מפלפל זיין דערין). אבער די נייע געזעץ איז דאך געשריבן אויף א וועג צו "אווערריידן" יעדע עקזיסטירנדע געזעץ אדער רעגולאציע, דעריבער קען מען זיך ווארשיינליך אויסקריגן ווי סאך ווערט א רעגולאציע האט איבערן געזעץ.
בנוסף וואס זיי ברענגען די טענה (וואס די סטעיט האט אויך גענוצט - און געווינען - בשעתו ביי די פעלדער קאורט קעיס) אז לויטן געזעץ האט די אפטייטש פון די אגענטור וואס איז געשטעלט צו ענפארסען דעם געזעץ א שטארקערע כח און די פשט וואס זיי לערנען אינעם געזעץ איז די ריכטיגע פשט.
conflicting.jpg
בארשאוו האט דאך שוין מסביר געווען בטוב טעם ודעת אז די נייע געזעץ האט נישט קיין שום פשט אדער הגיון אויב נעמט מען אן יענע אפטייטש פונעם ווארט סקול.
אויב א סקול מיינט איינער וואס שטעלט זיך צו צו די רעגולאציע, און די געזעץ זאגט אז אפגעזען וואס עס שטייט אינעם רעגולאציע קען א סקול וואס געט טעסטס הייסן עקוויווילענט, דאן וויאזוי באקומט יענער די נאמען סקול?
לגבי די קאמישינער'ס מאכט צו לערנען פשט אין א געזעץ איז דאך יעדער מודה אז די קאמישינער האט די מאכט סיידן אויב עס איז "ארביטרערי, קאפרישעס, און קאנטערי טו דע לאו" און דאס איז דאך די גאנצע קלאגע אז עס איז יא דאס. דעריבער איז עס גארנישט מחדש
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איןן זייער פראפאזד ענטפער צו די ארגינעלע קלאגע-מאושען, זענען די יאפפע"ד רשעים און אפיקורסים מאריך מיט פארשידענע טענות פארוואס די נייע געזעץ בכלליות איז איז אומקאנסטיטוציאנעל, און זיי שמועסן דארט אויס טאקע אט די אלע פרטים וואס דער נייער געזעץ האט געצילט צו ראטעווען אז דאס זענען קעגן די קאנסטיטוציע,פ. לאקס האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 11:53 pm 6) די ערשטע קלאגע זאל ארויסגעווארפן ווערן ווייל עס איז נישט באזירט אויף גארנישט - איי עס איז באזירט אויף די נייע געזעץ?, טענה'ן זיי אז די נייע געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנעל, און דעריבער איז עס גארנישט ווערט, קומט אויס אז די קלאגע דארף ארויסגעווארפן ווערן ווייל עס איז נישט באזירט אויף קיין שום געזעץ. (לומדות...)
1) די ישיבות וועלן בכלל נישט לערנען די אנדערע סאבזשעקטס אויף וועלכע מען מאכט נישט קיין טעסטס,
2) אפילו די סאבזשעקטס וואס מען וועט יא געבן טעסטס, מוז נאך בכלל נישט זיין אז די ישיבות גייען באמת לערנען,
3) די פרט אז אפיליאירטע סקולס זאלן אויטאמאטיש זיין עקוויוועלענט אפילו מען לערנט גארנישט,
4) דאס אז מען האט נאך צוויי יאר ביזן אנהייבן געבן טעסטס, און די גאנצע פעיז-אין פעריאד, וויבאלד דאס מיינט אז פאר נאך אפאר יאר וועלן אסאך סטודענטן ווערן בארויבט פון זייערער רעכטן צו באקומען א געהעריגע עדיוקעשאן, און די ניו יארק לעגיסלעטור האט נישט געהאט קיין רעכט צו אויפגעבן זייער רעספאנסעביליטי אויף די סטונדענטן פאר די קומענדיגע צוויי יאר
5) אז עס נעמט צו די רעכטן פון עלטערן און סטודענטן צו טשאלענדזשען די מוסדות וואס ווערן באשטעטיגט אלץ עקוויוועלענט, ווי אויך די רעכטן פון די עדיוקעשאן דעפארטמענט צו אינפארסירן די געזעץ,
נאך די אלע טענות קוקט מיר אויס אז מען דארף דא שטארק מתפלל זיין אז די רשעים זאלן נישט באקומען קיין רעכטן אין דעם קעיס, ווייל אויב ח"ו ווערן זיי א חלק פון די קעיס און זייערע טענות ווערן געהעריג באטראכט, ברענגט דאס אריין די גאנצע קעיס צו א פרישע פאזע, וואס מע גייט דן יין איבער די גאנצע נייע געזעץ צי דאס איז געווען אויסגעהאלטן לויט די ניו-יארק סטעיט קאנסטיטוציע, און דאן שטעלט דאס אין א סכנה די גאנצע נייע געזעץ נישט נאר פאר די 3 קלעגער מוסדות, נאר פאר די גאנצע עצם געזעץ אליין.