אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1347

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 1:39 am די סטעיט האט פרייטאג 1:47 נאכמיטאג אריין געגעבן צוויי בריוון צום ריכטער אין באצוג צום אנגייענדער קעיס.

בארשאוו האט געהאט אריין געגעבן א מאושען אין געריכט וואו ער פארלאנגט א "סאמערי דשאדשמענט" אויף די ערשטע קלאגע, (סאמערי דשאדשמענט באדייט אז מען בעט א שנעלע אורטייל פונעם ריכטער וואס זאל קלארשטעלן וועלכע פשט אין א געזעץ איז ריכטיג) און די סטעיט קומט מיט טעכנישע טענות פארוואס מען זאל אנטזאגן די סאמערי דשאדשמענט מאושען, און אנשטאט דעם זאל מען אורטיילן אויף די עצם קלאגע (עס איז נישט עכט א נפקא מינא, ווי די סטעיט זאגט אליינס אז די סיבה פארוואס מען זאל נישט נאכגעבן די מאושען איז ווייל די עצם קלאגע איז בעצם אויך די זעלבע סארט קלאגע ווי די מאושען, און עס איז נישט עכט דא קיין חילוק צווישן די אריגינעלע קלאגע מיט די מאושען, די איינציגסטע זאך וואס איך קען זען אז די סטעיט זאל דא פראבירן צו פארדינען איז אז בארשאוו זאל נישט באקומען קיין געלעגנהייט צו אריינגעבן קאנטער-פאפירן [ביי א מאושען באקומט די צווייטע זייט א געלעגנהייט צו ענטפערן, און דאן די ערשטע זייט א געלעגנהייט צוריק צו ענטפערן])

די צווייטע פאפיר וואס די סטעיט האט אריין געגעבן פארלאנגט אז די געריכט זאל נישט נאכגעבן נישט די פארלאנג פון בארשאוו פאר א "סטעי" אויף די צווייטע און דריטע קלאגעס (די פעלדער קלאגעס) און אויך נישט זיין פארלאנג אז אויב מען געט אים עס נישט זאל מען אים כאטש געבן מער צייט צו ענטפערן. די איינציגסטע זאך וואס די סטעיט איז יא מסכים איז אז מען זאל אים געבן מער צייט צו ענטפערן אויף זייער אייגענע "סאמערי דשאדשמענט" מאושען וואס זיי האבן אריין געגעבן אויף די צווייטע קלאגע. (בארשאוו האט געהאט געשריבן אין זיינע פאפירן אז כאטש מען האט אפגעשמועסט א צייט ביז ווען ער דארף ענטפערן האט אבער די סטעיט אריין געגעבן גאר אסאך פאפירן, און ווי אויך אן אייגענע מאושען וואס דאס איז זיכער נישט געווען אין חשבון)
איך ווייס נישט פארוואס איך האב דאס נישט אויפגעכאפט ביז יעצט, אבער איך כאפ זיך יעצט אז פארגאנגענע וואך פרייטאג איז געווען די דעדליין פאר די סטעיט צו ענטפערן אויף בארשאוו'ס מאושענס לויט ווי ער האט געשריבן אינעם נאטיץ אוו מאושען (די צעטל וואס האט געהאט א מאסיווע סקאנדאל אז ער האט עס צוריק געצויגן צו פאררעכטן 16 איגל צו 15 ((אדער פארקערט))), הגם א ריכטער האט דאס נישט אונטערגעשריבן, זעט אויס אז עס פעלט נישט אויס, ווייסעך נישט.

לויט דעם קען מען ערווארטן בארשאוו צו ענטפערן אויף זייערע פאפירן ביז דעם דאנערשטאג
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
קיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 129
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
Location: new york
x 48

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קיין מיינונג »

unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (634.81 KiB) געזען געווארן 1436 מאל
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (626.21 KiB) געזען געווארן 1436 מאל
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 967
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1076

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך איד »

קיינער האט נישט געוואלט מנדב זיין מער?
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1347

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2025 6:12 pm קיינער האט נישט געוואלט מנדב זיין מער?
די נדבנים זענען אריבער צום איבערגעפרישטן איבערבליק
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8496
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20741

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

קאורט אפדעיט:

היינט האט בארשאוו אריינגעגעבן זיינע פאפירן צו ענטפערן אויף די סטעיט'ס טענות.

מארגן עש"ק 11 אזייגער פארמיטאג קומט אי"ה פאר א "קאנפערענס הירינג" דורכן טעלעפאן מיט'ן ריכטער.
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1347

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 1:39 am די סטעיט האט פרייטאג 1:47 נאכמיטאג אריין געגעבן צוויי בריוון צום ריכטער אין באצוג צום אנגייענדער קעיס.

בארשאוו האט געהאט אריין געגעבן א מאושען אין געריכט וואו ער פארלאנגט א "סאמערי דשאדשמענט" אויף די ערשטע קלאגע, (סאמערי דשאדשמענט באדייט אז מען בעט א שנעלע אורטייל פונעם ריכטער וואס זאל קלארשטעלן וועלכע פשט אין א געזעץ איז ריכטיג) און די סטעיט קומט מיט טעכנישע טענות פארוואס מען זאל אנטזאגן די סאמערי דשאדשמענט מאושען, און אנשטאט דעם זאל מען אורטיילן אויף די עצם קלאגע (עס איז נישט עכט א נפקא מינא, ווי די סטעיט זאגט אליינס אז די סיבה פארוואס מען זאל נישט נאכגעבן די מאושען איז ווייל די עצם קלאגע איז בעצם אויך די זעלבע סארט קלאגע ווי די מאושען, און עס איז נישט עכט דא קיין חילוק צווישן די אריגינעלע קלאגע מיט די מאושען, די איינציגסטע זאך וואס איך קען זען אז די סטעיט זאל דא פראבירן צו פארדינען איז אז בארשאוו זאל נישט באקומען קיין געלעגנהייט צו אריינגעבן קאנטער-פאפירן [ביי א מאושען באקומט די צווייטע זייט א געלעגנהייט צו ענטפערן, און דאן די ערשטע זייט א געלעגנהייט צוריק צו ענטפערן])

די צווייטע פאפיר וואס די סטעיט האט אריין געגעבן פארלאנגט אז די געריכט זאל נישט נאכגעבן נישט די פארלאנג פון בארשאוו פאר א "סטעי" אויף די צווייטע און דריטע קלאגעס (די פעלדער קלאגעס) און אויך נישט זיין פארלאנג אז אויב מען געט אים עס נישט זאל מען אים כאטש געבן מער צייט צו ענטפערן. די איינציגסטע זאך וואס די סטעיט איז יא מסכים איז אז מען זאל אים געבן מער צייט צו ענטפערן אויף זייער אייגענע "סאמערי דשאדשמענט" מאושען וואס זיי האבן אריין געגעבן אויף די צווייטע קלאגע. (בארשאוו האט געהאט געשריבן אין זיינע פאפירן אז כאטש מען האט אפגעשמועסט א צייט ביז ווען ער דארף ענטפערן האט אבער די סטעיט אריין געגעבן גאר אסאך פאפירן, און ווי אויך אן אייגענע מאושען וואס דאס איז זיכער נישט געווען אין חשבון)
בארשאוו האט היינט אריין געגעבן די ענטפער פאפירן צו די סטעיט'ס אנטווארט.

ער ערווענט אז די סטעיט האט גארנישט צו זאגן קעגן זיינע אריגינעלע פאפירן, סיידן א טעכנישע חילוק. דעריבער בעט ער די געריכט זאל שוין תיכף אורטיילן אויף די גאנצע ערשטע קלאגע - און זיך ניטאמאל באפאסן מיט אן אינדשאנקשאן (אויף די סטעיט באזירט אויף די ערשטע קלאגע וואס אויף דעם איז געווען באזירט די TRO און פרעלימינערי אינדשאנקשאן פארלאנג)

לגבי די צווייטע זאך פון לייגן די צווייטע און דריטע קלאגעס אויף פויזע ביז נאך אן אורטייל אויף די ערשטע קלאגע ערווענט ער אז די סטעיט האט גארנישט געענטפערט אויף זיינע לעגאלע טענות פארוואס מען זאל אים דאס יא נאכגעבן, און אפילו זייערע אייגענע לעגאלע טענות וואס זיי האבן יא געברענגט פארוואס מען זאל דאס נישט נאכגעבן איז באזירט אויף גענצליך אן אנדערע פאל (די סטעיט האט געברענגט א ראי' אז מען זאל נישט שטעלן איין קלאגע אויף סטעיט צוליב א צווייטע קלאגע אלץ א סיבה פארוואס מען זאל דאס נישט נאכגעבן. אויסער וואס בארשאוו האט געברענגט א פרעצעדענט אז אזא פאל זאל מען עס יא לייגן אויף פויזע און זיי האבן גארנישט געענטפערט דערוועגן, האט נאך בארשאוו אצינד צוגעגעבן אז די 2 ראיות וואס די סטעיט האט געברענגט צו זיך רעדט זיך ווען מען וויל אפשטעלן א קעיס און עס לייגן אויף פויזע צוליב א "צווייטע" אומפארבינדעטע קעיס, אבער דא רעדט מען דאך פון לייגן איין קלאגע "פון די זעלבע קעיס" אויף פויזע ביז א צווייטע קלאגע פון די זעלבע קעיס באקומעט אן אורטייל)

אויב איינער איז אינטערעסירט אין ממש מער דעטאלן קען מען אנפרעגן.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
חיים יוסף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 230
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 379

פאוסט דורך חיים יוסף »

פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 10:12 pm

מיר קיקען שטארק ארויס אויף א ברייטערע באריכט אויב מעגלעך
אין א יישר כח פאר אייערע כסדרדיגע באריכטן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8496
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20741

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער געריכט סעסיע אויפן טעלעפאן האט זיך נארוואס געענדיגט.

דער ריכטער האט געמאלדן צוויי זאכן:

1) ער גייט צוערשט בלויז אורטיילן אויף די נייע געזעץ חלק, אזוי ווי די מוסדות (בארשאוו) האבן פארלאנגט, וויבאלד די אורטייל אויף דעם קען באדייטן אז די איבריגע זאלן שוין נישט נוגע זיין אויף יעצט.

2) עס וועט נישט זיין מער נישט קיין ארעל ארגומנענטן און נישט קיין פרישע פאפירן, נאר ער וועט פסק'נען אויפ'ן נייעם געזעץ לויט די טענות וואס מ'האט שוין אריינגעגעבן ביז אהער. ער האט נישט געזאגט א צייט ווי לאנג עס דארף דויערן.

דער ריכטונג זעט אויס גוט ב"ה, אבער ס'איז נאך אלס פארנעפלט וואסערע נייגונג דער ריכטער האט אויפ'ן קעיס, און מ'האפט אויפ'ן בעסטן.
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1347

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 11:48 am דער געריכט סעסיע אויפן טעלעפאן האט זיך נארוואס געענדיגט.

דאס באדייט נאכגעגעבן ביידע מאושענס פון בארשאוו, און דערווייל איז אפגעשטופט די סטעיט'ס מאושען.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1347

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פ. לאקס האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:20 pm

די מוסדות האבן געקלאגט די סטעיט מיט דריי קלאגעס, די ערשטע באזירט אויף די נייע פרא-חינוך געזעץ, און די צווייטע און דריטע באזירט אויף די פעלדער געזעץ.
די מוסדות האבן געבעטן און באקומען א TRO באזירט אויף די ערשטע קלאגע, א TRO באדייט א צייטווייליגע סטעיט ביז עס וועט פארקומען א הירינג איבער א געהעריגע סטעי - א פרעלימינערי אינדשאנקשען.

די סטעיט האט באקומען עטליכע וואכן צו ענטפערן סיי אויף די דריי קלאגעס, און סיי אויף די מאושען פאר א פרעלימינערי אינדשאנקשאן.
אינעם לעצטן טאג פונעם דעדליין האט די סטעיט אריין געגעבן עטליכע טויזענט זייטן פון דאקומענטן, און דערצו אריין געגעבן אן אייגענע מאושען פאר "סאמערי דשאשמענט" (א שנעלע אורטייל) אויף די צווייטע קלאגע.
בארשאוו האט באקומען א וואך צו ענטפערן אויף די אלע פאפירן, און האט לעמעשה געפיילט צוויי אייגענע מאושענס קעגן די סטעיט.

די ערשטע מאושען האט פארלאנגט "סאמערי דשאדשמענט" אויף די ערשטע קלאגע (די נייע געזעץ), און מען זאל בכלל נישט דן זיין איבער א פרעלימינערי אינדשאנקשאן, נאר תיכף אורטיילן אויף די גאנצע קעיס.
די צווייטע מאושען האט פארלאנגט אז מען זאל צייטווייליג שטעלן די צווייטע און דריטע קלאגעס אויף פויזע ביז נאך אן אורטייל אויף די ערשטע קלאגע, ווייל אן אורטייל אויף די ערשטע קלאגע לטובת די מוסדות באדייט אז די צווייטע און דריטע קלאגעס זענען MOOT און מער נישט נוגע (געריכטן וועלן קיינמאל נישט דן זיין אויף א פראגע וואס איז נאר להלכה ולא למעשה, אויב איז משום איזה סיבה מער נישט נוגע אן אורטייל אויף א קלאגע, און אן אורטייל גייט גארנישט אויסמאכן פאר די קלעגער, וועט מען ארויסווארפן די קלאגע אנע אורטייל)
אין פאל וואס די געריכט וויל עס נישט לייגן אויף פויזע האט בארשאוו געבעטן אז מען זאל אים כאטש געבן מער צייט צו ענטפערן צוליב די לענג פון די פאפירן.

למעשה היינט האט דער ריכטער נאכגעגעבן ביידע פארלאנגען, סיי אז מען וועט נישט דן זיין איבער א פרעלימינערי אינדשאנקשאן נאר גיין דירעקט פאר אן ענדגיליטיגע אורטייל אויף די ערשטע קלאגע.
צווייטנס אז די צווייטע און דריטע קלאגע ווערן געלייגט אויף פויזע ביז נאך אן אורטייל אויף די ערשטע קלאגע.

(לויט מיין ארימע פארשטאנד באדייט נאכגעבן די מאושען צו לייגן די צווייטע און דריטע קלאגעס אויף פויזע אז דער ריכטער האלט כאטש אז עס איז דא שטארקע שאנסן אז די מוסדות וועלן זיגן באזירט אויף די ערשטע קלאגע, ווייל אנדערש האט דאך נישט קיין פשט עס צו שטעלן אויף פויזע, אויב חלילה די מוסדות זיגן נישט אויף די ערשטע קלאגע זענען דאך די צווייטע און דריטע קלאגעס געהעריג ווייטער נוגע.)
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 602
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 442

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

פ. לאקס האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:36 pm (לויט מיין ארימע פארשטאנד באדייט נאכגעבן די מאושען צו לייגן די צווייטע און דריטע קלאגעס אויף פויזע אז דער ריכטער האלט כאטש אז עס איז דא שטארקע שאנסן אז די מוסדות וועלן זיגן באזירט אויף די ערשטע קלאגע, ווייל אנדערש האט דאך נישט קיין פשט עס צו שטעלן אויף פויזע, אויב חלילה די מוסדות זיגן נישט אויף די ערשטע קלאגע זענען דאך די צווייטע און דריטע קלאגעס געהעריג ווייטער נוגע.)
עס קען זיין אז דו ביזט גערעכט,
אבער לויטן צד אז די מוסדות וועלן חלילה נישט זיגן אויף די ערשטע קלאגע און די TRO וועט דאן בטל ווערן, וואס גייט דער ריכטער דערלייגן פון דעם וואס עס איז יעצט אויף פויזע די צווייטע און דריטע קלאגע, עס גייט דאך ממילא צוריק אריין גיין אין אפעקט נאכן פסק אויף די ערשטע קלאגע, וואס דאס גייט ער דאך שוין כמעט פסק'נען?
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1347

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פארטריבן האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 2:02 pm

געווענליך אויב האלטסטו אז די צווייטע און דריטע קלאגעס גייען זיין נוגע געב אים שוין יעצט צייט צו אנגרייטן א תירוץ דערויף, נישט הייס אים זיצן אויף פויזע און דערנאך ווען עס ווערט נוגע זאל מען הערשט דעמאלט אנהייבן - עס פארשלעפט סתם
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1347

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

שבת נאכמיטאג האט די פארשאלטענע יאפפעד גרופע אריין געגעבן אן אמיקוס אינעם קעיס זיך אנצונעמען פאר די סטעיט.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1347

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פ. לאקס האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 11:08 pm שבת נאכמיטאג האט די פארשאלטענע יאפפעד גרופע אריין געגעבן אן אמיקוס אינעם קעיס זיך אנצונעמען פאר די סטעיט.
יאפפעד שרייבט אין די טענות אז
1) איידערן קומען אין געריכט האבן די ישיבות געדארפט אדורכגיין אן אדמיניסטריווע פראצעס (דאס איז נאר נוגע פאר די צווייטע און דריטע קלאגעס)
2) די ישיבות האבן שוין פארלוירן אין געריכט קעגן די רעגולאציעס און קענען נישט נאכאמאל קלאגן (אויך נאר נוגע פאר די צווייטע און דריטע קלאגעס, זיי טענה'ן אז די ישיבות זענען רעפרעזענטירט געווארן דורך פערלס אין זייער ערשטע קלאגע, און איינמאל מען פארלירט אין געריכט קען מען נישט נאכאמאל קלאגן איבער די זעלבע זאך - טעכניש איז עס סתם אזוי נישט לעגאל אויסגעהאלטן וואס זיי שרייבן, זינט די ישיבות האבן נאר פארלוירן קעגן די רעגולאציעס "אן איטס פעיס" [וואס באדייט אז די רעגולאציעס אליינס זענען נייטראל געשריבן] אבער די סטעיט און געריכט האט קלאר מודה געווען אז "עז עפלייד" [אויב מען נוצט די געזעץ אויף אן אומלעגאלער אופן] קען מען עס פריש קלאגן)
3) די קלאגע איז געברענגט געווארן צו שפעט (אויך נאר נוגע פאר די צווייטע און דריטע קלאגעס, זיי טענה'ן אז מען האט נאר פיר מאנאטן פון די "פרעלימינערי דעטערמינעישאן" צו קלאגן, נישט פון די "פיינעל דעטערמינעישאן" - א זאך וואס איז זיך ווארשיינליך סותר מיט זייער ערשטע טענה.
4) א לעגאלע דאקטרינע אז אויב מען שלעפט ארום צו לאנג סתם אזוי קען מען נישט נאכדעם קלאגן (דאס איז אויך נאר שייך אויף די צווייטע און דריטע קלאגעס, און ווי אויך דארף מען קענען אויפווייזן זיי אז מען האט געשלעפט אן קיין שום סיבה, און אויך אז די שלעפן האט גורם געווען א פאקטישע שאדן פאר די קלעגער, וואס דאן זאגט מען אז אויב האסט געהאט שאדן, און סתם ארום געשלעפט, קענסטו נישט יעצט קלאגן)
5) דאס איז די ישיבות האבן נישט געטוישט זייער סדר הלימודים באדייט אז זיי האבן אויפגעגעבן זייערע רעכטן צו קלאגן. (פארוואס? ווייל אזוי ווילן זיי... אבער אויך ווארשיינליך נאר נוגע צו די צווייטע און דריטע קלאגעס זינט די טענה איז אז זיי האבן זיך נישט פארבעסערט נאך די אריגינעלע דעטערמינעישאן, וואס נאר די צווייטע און דריטע קלאגעס באציען זיך צו יענע דעטערמינעישאן)
6) די ערשטע קלאגע זאל ארויסגעווארפן ווערן ווייל עס איז נישט באזירט אויף גארנישט - איי עס איז באזירט אויף די נייע געזעץ?, טענה'ן זיי אז די נייע געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנעל, און דעריבער איז עס גארנישט ווערט, קומט אויס אז די קלאגע דארף ארויסגעווארפן ווערן ווייל עס איז נישט באזירט אויף קיין שום געזעץ. (לומדות...)
7) לענגערע טענות פארוואס די סטעיט'ס פשט אינעם געזעץ איז יא די ריכטיגע פשט.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
חיים יוסף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 230
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 379

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חיים יוסף »

פ. לאקס האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 11:53 pm

זענען זייערע טענות פארוואס די סטעיט'ס פשט אינעם געזעץ איז יא די ריכטיגע פשט עפעס וואס איז דא וואס מורא צו האבן?
האט בארשאוו א רעכט צו ענטפערן?

חיים יוסף האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:40 am

פון אלעם איז דא וואס מורא צו האבן... מען קען דאך נישט וויסן וואס וועט יא אדער נישט מאכן א רושם אויפן ריכטער.

זייערע טענות פארוואס די סטעיט'ס פשט איז זיכטיג איז געבויט אז אין די רעגולאציעס איז דא א דעפיניציע אויף די ווארט נאנ-פובליק סקול, און זיי טענה'ן אז די מוסדות קומען נישט נאך דעם פארלאנג (הגם מ'קען מפלפל זיין דערין). אבער די נייע געזעץ איז דאך געשריבן אויף א וועג צו "אווערריידן" יעדע עקזיסטירנדע געזעץ אדער רעגולאציע, דעריבער קען מען זיך ווארשיינליך אויסקריגן ווי סאך ווערט א רעגולאציע האט איבערן געזעץ.

יא בארשאוו און די סטעיט באקומען ביידע א געלעגנהייט צו זאגן פארוואס מען זאל יא אדער נישט אננעמען דעם אמיקוס, און דערנאך אויב חלילה די געריכט נעמט עס אן עס אפצוענטפערן.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 287

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

די יאפפעד קלאגע איז נישט קיין אמיקוס, נאר צו אינטערווינען, דאס טייטש ווערן א חלק פון די קלאגע.

איי פארואס רופט עס @פ. לאקס אמיקוס? פלעין א מיסטעיק?

נעמענדיג אין באטראכט זיין היסטאריע פון מאכן אויבנאויפ'דיגע אומשולדיגע מיסטעיקס, און נאכדעם בויען פורים תורות אויף די אומשולדיגע טעותים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז נישט קיין אומשולדיגע מיסטעיק, נאר מיט א כוונה תחילה צו בויען א פרישע פורים תורה, אדער צו פארענטפערן אן אלטע פורים תורה וואס וואלט זיך לכאורה סותר געווען מיט דעם.

די זעלבע זאך מיט זיינע פוינטס, פארשידענע 'קליינע' טעותים און אומפונקטליכקייטן, טייל פארשטיי איך דער ציהל און טייל נאכנישט.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3872
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 23647

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חלום חלמתי »

מיטב הגיון האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 12:15 pm די יאפפעד קלאגע איז נישט קיין אמיקוס, נאר צו אינטערווינען, דאס טייטש ווערן א חלק פון די קלאגע.

איי פארואס רופט עס @פ. לאקס אמיקוס? פלעין א מיסטעיק?

נעמענדיג אין באטראכט זיין היסטאריע פון מאכן אויבנאויפ'דיגע אומשולדיגע מיסטעיקס, און נאכדעם בויען פורים תורות אויף די אומשולדיגע טעותים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז נישט קיין אומשולדיגע מיסטעיק, נאר מיט א כוונה תחילה צו בויען א פרישע פורים תורה, אדער צו פארענטפערן אן אלטע פורים תורה וואס וואלט זיך לכאורה סותר געווען מיט דעם.

די זעלבע זאך מיט זיינע פוינטס, פארשידענע 'קליינע' טעותים און אומפונקטליכקייטן, טייל פארשטיי איך דער ציהל און טייל נאכנישט.
ביסט דאך א מבין ווייסטו מסתם אז די חילוק פון די צוויי איז ווייניגער ווי די חוט השערה.

איי פארוואס מאכסטו דא משוגע, פלעין א דיוק?

נאר נעמענדיג אין באטראכט דיין היסטאריע פון מאכן אויבנאויפ'דיגע אומשולדיגע מיסטעיקס, און נאכדעם בויען פורים תורות אויף די אומשולדיגע טעותים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז נישט קיין אומשולדיגע מיסטעיק, נאר מיט א כוונה תחילה צו בויען א פרישע פורים תורה, אדער צו פארענטפערן אן אלטע פורים תורה וואס וואלט זיך לכאורה סותר געווען מיט דעם.

די זעלבע זאך מיט זיינע פוינטס, פארשידענע 'קליינע' טעותים און אומפונקטליכקייטן, טייל פארשטיי איך דער ציהל און טייל נאכנישט.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן

פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
חיים יוסף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 230
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 379

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חיים יוסף »

מיטב הגיון האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 12:15 pm די יאפפעד קלאגע איז נישט קיין אמיקוס, נאר צו אינטערווינען, דאס טייטש ווערן א חלק פון די קלאגע.

איי פארואס רופט עס @פ. לאקס אמיקוס? פלעין א מיסטעיק?

נעמענדיג אין באטראכט זיין היסטאריע פון מאכן אויבנאויפ'דיגע אומשולדיגע מיסטעיקס, און נאכדעם בויען פורים תורות אויף די אומשולדיגע טעותים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז נישט קיין אומשולדיגע מיסטעיק, נאר מיט א כוונה תחילה צו בויען א פרישע פורים תורה, אדער צו פארענטפערן אן אלטע פורים תורה וואס וואלט זיך לכאורה סותר געווען מיט דעם.

די זעלבע זאך מיט זיינע פוינטס, פארשידענע 'קליינע' טעותים און אומפונקטליכקייטן, טייל פארשטיי איך דער ציהל און טייל נאכנישט.
אמאל פלעגט מען הנאה האבן צו הערן אייער מיינונג, צו זעהן די מציאות פון אן אנדערע קיק ווינקל
אבער סתם צו אטאקירן אין ווען מען בעט אביסל פשט ברייטער אויסצושמועסן,ווערט מען פארשווינדן, איז דא גענוג ניקים
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 287

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

חיים יוסף האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 12:28 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 12:15 pm די יאפפעד קלאגע איז נישט קיין אמיקוס, נאר צו אינטערווינען, דאס טייטש ווערן א חלק פון די קלאגע.

איי פארואס רופט עס @פ. לאקס אמיקוס? פלעין א מיסטעיק?

נעמענדיג אין באטראכט זיין היסטאריע פון מאכן אויבנאויפ'דיגע אומשולדיגע מיסטעיקס, און נאכדעם בויען פורים תורות אויף די אומשולדיגע טעותים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז נישט קיין אומשולדיגע מיסטעיק, נאר מיט א כוונה תחילה צו בויען א פרישע פורים תורה, אדער צו פארענטפערן אן אלטע פורים תורה וואס וואלט זיך לכאורה סותר געווען מיט דעם.

די זעלבע זאך מיט זיינע פוינטס, פארשידענע 'קליינע' טעותים און אומפונקטליכקייטן, טייל פארשטיי איך דער ציהל און טייל נאכנישט.
אמאל פלעגט מען הנאה האבן צו הערן אייער מיינונג, צו זעהן די מציאות פון אן אנדערע קיק ווינקל
אבער סתם צו אטאקירן אין ווען מען בעט אביסל פשט ברייטער אויסצושמועסן,ווערט מען פארשווינדן, איז דא גענוג ניקים
האסט א פוינט, אין א געוויסן זין האט עס צו טוהן ווייל כ'האב היינט ווייניגער צייט, אבער עס האט אויך שטארק צוליב וואס יעדע זאך ווערט דורכגעפלאכטן מיט פארשידענע פיצי ליגנדס אדער גאר איז די גאנצע זאך געבויעט אויף די ליגנס, דעריבער איז שווער זיך צו מטפל זיין דערמיט, סיי צוליב די צייט און סיי צוליב עס פאלירט די וועליו ווען מען אייסערט זיך אויף קליינע שטותים, ווען די יעניגע זאלן ווען צוצייכענען מראי מקומות אויף זייערע זאכן וואט געווען גרינגער און בא'טעמ'טער זיך צו טענה'ן דערויף (אפילו אויף די פיצי ליגענדס).
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 602
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 442

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

@מיטב הגיון איר זענט נאך שולדיג א ביאור אויף אייער פריערדיגע פירכא קעגן @פ. לאקס מיט עפעס א טענה פון א פורים תורה, וואס קיינער האט נישט פארשטאנען וואו עס צילט,

ממילא בעפאר איר קומט מיט פרישע באשולדיגונגען, זייט מוחל און געט צו פארשטיין אייער פריערדיגע ווערטער וואס ווארטן שוין איבער א וואך אויף א ביאור,
און הערשט דערנאך קענט איר גיין ווייטער אויב איר האט פרישע טענות (פארשטייט זיך מיט א הסבר דער עולם זאל פארשטיין),

אבער סתם צו אטאקירן מיט א פורים תורה סינדראם... איז נישט אינטערעסאנט און נישט רעלעוואנט,
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1307
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1829

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יאנטשי »

@מיטב הגיון אפשר קומט איר אריין מיט א זעלבסשטענדיגער באריכט וואס איז די יאפעד אונטערווענירונג פיילינג?

צווייטנס, זענען די אלע טעותים עפעס וואס מאכט אויס אויף למעשה פאר פשוטע אידטיש ליינער, אדער איז עס מער די סארט פון אנרופן א לעגאלער דאקומענט מיט א אומריכטיגע טיטל וכדומה, וואס מאכט נאר אויס פאר אידן ווי אייך וואס האבן ארויס די גאנצע עסק?
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 233

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך עריק »

אויב איינער קען מסביר זיין אין קורצן וואס איז פשט די אגודה מיט תורה ומסורה האט לכתחילה אריינגעגעבן א אמיקוס לטובת די מוסדות און דערנאך האט נאר אגודה צוריקגעצויגען?
קיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 129
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
Location: new york
x 48

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קיין מיינונג »

Captureס.PNG
Captureס.PNG (494.34 KiB) געזען געווארן 290 מאל
Captureך.PNG
Captureך.PNG (276.22 KiB) געזען געווארן 290 מאל
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1347

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

קיין מיינונג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 4:59 pm Captureס.PNG
Captureך.PNG
די וואך זענען זיי געגאנגען אין דרוק פריער... פרייטאג אינדערפרי האב איךצעס שוין געזען געדרוקטערהייט.

שרייב פאוסט