איך ווייס נישט פארוואס איך האב דאס נישט אויפגעכאפט ביז יעצט, אבער איך כאפ זיך יעצט אז פארגאנגענע וואך פרייטאג איז געווען די דעדליין פאר די סטעיט צו ענטפערן אויף בארשאוו'ס מאושענס לויט ווי ער האט געשריבן אינעם נאטיץ אוו מאושען (די צעטל וואס האט געהאט א מאסיווע סקאנדאל אז ער האט עס צוריק געצויגן צו פאררעכטן 16 איגל צו 15 ((אדער פארקערט))), הגם א ריכטער האט דאס נישט אונטערגעשריבן, זעט אויס אז עס פעלט נישט אויס, ווייסעך נישט.פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 24, 2025 1:39 am די סטעיט האט פרייטאג 1:47 נאכמיטאג אריין געגעבן צוויי בריוון צום ריכטער אין באצוג צום אנגייענדער קעיס.
בארשאוו האט געהאט אריין געגעבן א מאושען אין געריכט וואו ער פארלאנגט א "סאמערי דשאדשמענט" אויף די ערשטע קלאגע, (סאמערי דשאדשמענט באדייט אז מען בעט א שנעלע אורטייל פונעם ריכטער וואס זאל קלארשטעלן וועלכע פשט אין א געזעץ איז ריכטיג) און די סטעיט קומט מיט טעכנישע טענות פארוואס מען זאל אנטזאגן די סאמערי דשאדשמענט מאושען, און אנשטאט דעם זאל מען אורטיילן אויף די עצם קלאגע (עס איז נישט עכט א נפקא מינא, ווי די סטעיט זאגט אליינס אז די סיבה פארוואס מען זאל נישט נאכגעבן די מאושען איז ווייל די עצם קלאגע איז בעצם אויך די זעלבע סארט קלאגע ווי די מאושען, און עס איז נישט עכט דא קיין חילוק צווישן די אריגינעלע קלאגע מיט די מאושען, די איינציגסטע זאך וואס איך קען זען אז די סטעיט זאל דא פראבירן צו פארדינען איז אז בארשאוו זאל נישט באקומען קיין געלעגנהייט צו אריינגעבן קאנטער-פאפירן [ביי א מאושען באקומט די צווייטע זייט א געלעגנהייט צו ענטפערן, און דאן די ערשטע זייט א געלעגנהייט צוריק צו ענטפערן])
די צווייטע פאפיר וואס די סטעיט האט אריין געגעבן פארלאנגט אז די געריכט זאל נישט נאכגעבן נישט די פארלאנג פון בארשאוו פאר א "סטעי" אויף די צווייטע און דריטע קלאגעס (די פעלדער קלאגעס) און אויך נישט זיין פארלאנג אז אויב מען געט אים עס נישט זאל מען אים כאטש געבן מער צייט צו ענטפערן. די איינציגסטע זאך וואס די סטעיט איז יא מסכים איז אז מען זאל אים געבן מער צייט צו ענטפערן אויף זייער אייגענע "סאמערי דשאדשמענט" מאושען וואס זיי האבן אריין געגעבן אויף די צווייטע קלאגע. (בארשאוו האט געהאט געשריבן אין זיינע פאפירן אז כאטש מען האט אפגעשמועסט א צייט ביז ווען ער דארף ענטפערן האט אבער די סטעיט אריין געגעבן גאר אסאך פאפירן, און ווי אויך אן אייגענע מאושען וואס דאס איז זיכער נישט געווען אין חשבון)
לויט דעם קען מען ערווארטן בארשאוו צו ענטפערן אויף זייערע פאפירן ביז דעם דאנערשטאג