פארטריבן האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 12:16 am
Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 21, 2025 3:34 am
פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 4:28 pm
זעהט אויס ווי איר ארבעט בשותפות (אדער בגלגול) מיט @הלבלר בקולמסו צו פארענטפערן די דברי כפירה מיט ק"נ סברות של שטותים.
► Show Spoiler
נאר לויט ווי איך פארשטיי פון אייערע ווערטער זענט איר כאטש אביסל מער מחמיר ווי איהם,
דהיינו, איר זענט יא מודה אז ווער עס 'שרייבט בכוונה' נילוס אנשטאט ים סוף איז דאס דברי כפירה אפילו ווען ער האלט נישט דערפון,
נאר איר זענט מחדש א אנדערע היתר, אז נאר ווען איינער שרייבט אויף איינמאל אלע אפיקורסות וואס זענען דא לרחצה אין יעדע פרשה דאן איז דאס זיכער בכוונה לכפירה,
אבער ווען איינער שרייבט נאר איין זאך פון כפירה און ער רעדט נישט פון אלע כפירה טעאריעס פון יעדע פרשה, דאן איז דאס נאר עם הארצות..... און נישט קיין כפירה, והא ראי' ער וואלט געקענט שרייבן נאך (רח"ל)
האלט מיר שוין ביי היתר #11
יעצט איבער די עצם נארישע אויסרייד צו פרובירן איינרעדן דעם עולם אז דאס שרייבן נילוס איז נאר געווען עם הארצות, וועלמיר דא אויסשמועסן עטליכע סיבות פארוואס דאס שטימט אפילו נישט דא צו זאגן,
קודם כל, קוקט אויס ווי איר ווייסט נישט דעם אפטייטש פון דעם באגריף עם הארצות,
עם הארצות מיינט ווען איינער איז פשוט אן אומוויסנדער מענטש און צוליב דעם מישט ער אויס זאכן איינס מיטן צווייטן,
אבער די ווערטער קלעבן ניטאמאל ווען מען רעדט פון א שטודירטע און געלערנטע פרוי, וואס אין די גאנצע 200 בלעטער פונעם קוריקולום זענען אלע 'נעמען' און 'פלעצער' פון די גאנצע חומש משניות און גמרא אלעס אזוי פונקטליך אקוראט, און דו וועסט נישט טרעפן קיין אנדערע ענליכע עם הארצות'דיגע טעות ווי זי האט פארטוישט צווישן די נעמען פון שבטים אדער משה מיט אהרן, אידן מיט די מצרים, יוכבד מיט שפרה און פועה וכדומה (אטו כי רוכלא ליזיל ולחשוב),
איז עפעס א וואונדערליכע זאך געשעהן, אז פונקט ביי די מעשה פון קריעת 'ים סוף', וואס יעדע פיצל קינד וואקסט אויף פון קליינווייז אן פון די מעשה, און ווייסט קלאר אז דער 'באשעפער' האט געשפאלטן דעם 'ים סוף', איז איר באפאלען אזא 'שרעקליכע עם הארצות' אז זי האט געשריבן די 'נילוס'.....
קאם אן, רעד מיך נישט איין אז די אליין גלייבסט אפילו איין רגע אזעלכע שטותים...
והשנית,
אויב וואלט ווען דאס עם הארצות געווען נאר איין פאכיג וואס זי האט נאר פארטוישט 'ים סוף' מיט 'נילוס', אבער זי וואלט נאך אלץ ארויסגעשריבן אז 'דער באשעפער האט געשפאלטן די נילוס', דאן וואלט מען ווען געקענט 'אפשר' טראכטן אז דא איז פשוט געשעהן אן עם הארצות'דיגע טעות, כאטש עס וואלט נאך אלץ געווען מאדנע אזא גראבע טעות, דאך וואלט מען נישט געקענט זאגן אז דאס האט צוטוהן מיט א אפיקורסישע שיטה, וויבאלד זי וואלט כאטש געשריבן אז דער באשעפער האט עס געשפאלטן.
אבער ווען דא זעהט מען א צוויי פאכיגע דאפלטער סילוף, 1) פארטוישט 'ים סוף' אויף 'נילוס'. 2) נישט ארויסשרייבן אז דער באשעפער האט עס געשפאלטן, נאר אז מען לערנט 'וועגן די שפאלטונג' פון נילוס, דאן איז נישטא קיין שום צל של ספק פון עם הארצות, און איז ברור כשמלה אז דאס איז אזוי געשריבן געווארן בכוונה תחילה כדי עס זאל שטימען מיט די רעגירונג סטאנדארטן, וכמבואר לעיל.
והשלישית,
אפילו אויב איינער זאל זיך וועלן איינרעדן אז די שרייבערן פון די קוריקולום מעפינג ווייסט נעבעך נישט אז עס איז געווען קריעת 'ים סוף', דאס וואלט ווען געשטימט צו זאגן אויב זי האט ווען אליין געמאכט די גאנצע קוריקולום מעפינג אן די הילף פון קיינעם,
עס איז אבער דא דאקומענטירט אז זי איז אלעס איבערגעגאנגען מיט די מנהלים פון די ת"ת,
אזויווי עס שטייט אין איינע פון די פערלס אימעילס פאר די אדמיניסטרעיטארס פון די מוסדות, נאך גאנץ אנהייב פון די גזירה בשנת תשע"ז לפ"ק (ווען זיי האבן נאך געארבעט במחשכים און קיינער האט נישט מיטגעהאלטן וואס זיי טוען).
ווי זיי שרייבן אן אפדעיט איבער די קודש קוריקולום מעפינג, אז עס איז פארגעקומען א קאנפערענס קאלל מיט די שרייבערן פון די קוריקולים מעפינג דר. עדינא שיק ווי עס האבן זיך באטייליגט די מנהלים פון די מוסדות סאטמאר, פאפא, וויזניץ (ב"פ), וויען און קלויזנבורג, כדי צו הערן פון די מנהלים וועלכע זאכן מען לערנט אין די חדרים און דורך דעם צו וויסן וועלכע סאבזשעקטס אריינצולייגן אין די קוריקולום,
און די מנהלים זענען דאך זיכער נישט קיין עם הארצים, און זיי האבן זיכער נישט געמאכט די צוויי 'טעותים' צו זאגן אז מען לערנט 'וועגן די שפאלטונג' פון די 'נילוס'.....
Kodesh Conference Call.jpg
והרביעית,
לויט ווי עס זעהט אויס פון דיינע ווערטער אז בעצם ביזטו מודה אז שרייבן אזעלכע ווערטער 'בכוונה' איז כפירה, נאר דא איז עס געשעהן א טעות מכח עם הארצות,
דאן איז דא א מורא'דיגע טענה אויף פערלס, וויבאלד די שערורי' איבער די אפיקורסות פון די קודש קוריקולום און פון דאס שרייבן נילוס אנשטאט ים סוף, האט מען דאך שוין אנגעהויבן מעורר צו זיין איבער 4 יאר צוריק בשנת תשפ"א לפ"ק,
און אויב וואלט געווען אמת אז די דברי כפירה פון נילוס נישט געווען בכוונה תחילה נאר סתם א רעזולטאט פון עם הארצות, דאן וואלט דאך פערלס גלייך געדארפט נאכשיקן א בריוו פאר די רעגירונג צו פאררעכטען דעם שרעקליכן (כמו) טעות כדי עס זאל נישט בלייבן די דברי כפירה, און ווי אויך פארמאכן די מויל פון די אלע מערערים,
פונקט ווי מען האט געטוהן א יאר צוריק ביי די קנאות'דיגע פעטוועי בריוו, וואס נאכן שיקן פרייטאג א נישט ריכטיגע בריוו, האט מען שנעל זונטאג נאכגעשיקט א צווייטע בריוו מיט מער קנאות'דיגע נוסח (אנגעבליך) לויטן פארלאנג פון די דיינים,
און דעמאלס איז ביי די ערשטע פרייטאג'דיגע בריוו נישט געווען קיין ווערטער וואס מען קענט אויסטייטשן אלץ כפירה, דאך האט מען געפילט פאר וויכטיג נאכצושיקן זונטאג די שטערקערע נוסח עפ"י בקשת הרבנים, איז דאך על אחת כמה וכמה ביי עפעס וואס האט דאס מינדעסטע שייכות מיט דברי כפירה, וואלט מען זיכער געדארפט גלייך אריינשיקן פאר די רעגירונג א תיקון טעות צו פאררעכטן די ווערטער,
און למעשה לדאבונינו הרב האלט מען שוין היינט איבער פיר יאר וואס די דברי כפירה ליגט ביי די רעגירונג אין נאמען פון די מוסדות, און עס נאכנישט געווארן אריינגעשיקט קיין שום בריוו דאס צו פאררעכטען (וואס יעדער קען דאס אליין פארלאנגען ביי רעגירונג צו באקומען דורך FOIL).
אהובי ידידי, זיי נישט ברוגז אבער דיין זיך דראפען אויף די גראדע ווענט און אריינלערנען טיפזיניגע דברי כפירה אין יעדע ניק וואס שרייבט אנדערש ווי דיר קריכט שוין פון די נאזלעכער. אני הקטן האב שוין כמה פעמים געגעבן דרשות ברבים וואו איך האב ארומגערעדט און מעורר געווען איבער דאס וואס אסאך 'היימישע' שרייבער און רעדנער זאגן נאך די סארט דברי כפירה. איך האב שוין אויך כמה פעמים געשריבן דערוועגן. איך האב שוין אויך געפירט א פובליק מערכה (ב"ה מיט הצלחה) קעגן אן אויסגאבע וואס האט בלא יודעים פארעפנטליכט אזעלכע פארשלייערטע דברי כפירה. איך בין בכלל נישט פרעמד אין די נושא, און איך זאג בפה מלא אז איר קייעט איבער שטותים און דקות'דיגע סברות און הסברים אריינצולערנען ימ'ען מיט חשבונות אין א קוצו של יוד. איך האב אנגעהויבן שרייבן אביסל הסבר אבער כ'האב עס געמעקט זינט עס איז ברור כשמש אז איר זענט בכלל נישט אינטערעסירט צו הערן א הסבר אנדערש ווי אייער פון-פריער-אפגעמאכטע מסקנה.
איך וועל אייך בלי נדר מער נישט ענטפערן אין די נושא. אסאך הצלחה.
אהובי ידידי, איך בין בכלל נישט ברוגז, פארקערט גאר, איך האב מורא'דיג הנאה צו זעהן ווי די זאך איז געווארן מבורר זייער קלאר און דו האסט נישט וואס צו ענטפערן,
די אלע וואס האבן נישט וואס צו ענטפערן און עס פאסט זיי נישט מודה צו זיין, טרעפן געווענליך א ספין וויאזוי צו אנטלויפן פונעם וויכוח, אז דער צווייטער איז ממילא נישט אינטערעסירט צו הערן.
ווילאנג מיינע ווערטער זענען אפן פאר יעדעם, און דיין תשובה איז סך הכל אז מען דארף דיך טראסטן אלץ מומחה צוליב (אנגעבליכע) דרשות און מערכות וואס קיינער ווייסט נישט דערפון, דאן ווייס איך נישט צו איינער ווערט אפילו איבערגענומען דערפון פאר איין רגע.
אגב, איז מיר זייער אינטערעסאנט צו פארשטיין די חילוק פארוואס ביי דיינע מערכות קעגן היימישע שרייבער און אויסגאבעס האסטו נישט דארפן טראכטן אז אפשר האבן זיי פשוט געשריבן פון עם הארצות, און נאר ווען א צווייטער דעקט אויף פארשלייערטע דברי כפירה (וואס קומט פון דיין פארטיי) דאן קריכט יענער שוין אויף די גראדע ווענט און רעדט שטותים וכו' וכו'.
אפשר ביזטו מגלה סוד וואו מען באקומט די ספעציעלע לייסענס צו קענען פירן מערכות קעגן פארשלייערטע כפירה.
לעולם האב איך נישט געפלאנט צו ענטפערן, היות עס איז ברור אז איר זענט נישט אינטערעסירט אין קיין שום סברא, טענה אדער פאקט וואס שטימט נישט מיט אייער אגענדע (ווי מ'קען זען פון די פאקט אז עטליכע דא האבן שוין אפגעענטפערט אייערע אזויגערופענע 'טענות' מערערע מאל, און עס מסביר געווען אויף יעדע מעגליכע וועג, אוון אנשטאט ענטפערן צום דבר ענטפערט איר מיט ליצנות, פלפולים של הבל און זאמד געווארפעכטס). נאר היות איר האט למעשה א גערעכטע(?) טענה אז איך פערזענליך האב נאכנישט געשריבן די תשובה אויף אייערע דקדוקים של הבל (איך האב עס גראדע יא
געשריבן אבער נאר בקיצור נמרץ), וועל איך עס איינמאל ברייט אויסשמועסן - נישט פאר אייך ווייל כאמור זענט איר בכלל נישט אינטערעסירט אין די אמת, נאר כדי שלא יאמרו מדשתקו וכו'.
א) עס זענען דא הונדערטער, מעגליך טויזנטער, אפיקורס'ישע סברות און הסברים וואס די חברה פרובירן אריינצוזעצן אין (להבדיל אא"ה) די פסוקים פון די תורה הקדושה. צומאל איז עס מסביר צו זיין וויאזוי די נסים ונפלאות וואס ווערן דארט דערמאנט זענען חלילה פאסירונגען בדרך הטבע, צומאל כדי איינצוזעצן אז פארשידענע געשעענישן וואס ווערן דערמאנט אין די תורה זאלן שטימען מיט די אלגעמיינע מהלך אין היסטאריע, אדער צוליב פארשידענע אנדערע (אפיקורס'ישע) סיבות. טייל פון די שיטות זענען ברייט באקאנט (א שטייגער ווי די אפיקורס'ישע 'סייענטיפישע' הסבר אויף בריאת העולם), טייל זענען ווייניגער באקאנט (א שטייגער ווי די אפיקורס'ישע טעאריעס איבער די עשר מכות), טייל זענען אינגאנצן אומבאקאנט נאר זענען אמאל געווארן דערמאנט ערגעץ אין א פארשטופטע צייטונג (א שטייגער ווי די 'לומד'ישע' אפיקורס'ישע הסבר אז די נילוס קען זיך שפאלטן בדרך הטבע און ממילא איז קריעת ים סוף געשען ביים נילוס בדרך הטבע עפ"ל).
ב) איינער וואס גלייבט נישט אין א ווארט פון די הייליגע תורה, איז אן אפיקורס גמור וואס פתו פת עכו"ם, יינו יין נסך און מורידין ולא מעלין. אויב אזוי, וואס טוט זיך מיט די אלע פארצייטישע עמי הארצים? זיי זענען דאך געווען אפיקורסים, נישט עמי הארצים?! די תירוץ אויף דעם איז אז נישט 'וויסן' א ווארט פון די תורה הקדושה און נישט 'גלייבן' א ווארט פון די תורה הקדושה זענען צוויי באזונדערע מסכתות. איינער וואס 'ווייסט' נישט וועגן דעם מבול איז אן עם הארץ, און איינער וואס 'גלייבט' נישט דערין איז אן אפיקורס.
יעצט, אויב איינער זאל איינער למשל (איך גיי דא אויפמאכן א משל ווייל איך וויל נישט אריינקריכן אין עכטע אפיקוס'ישע טעאריע משום הרחק מן הכיעור) דערציילן די מעשה פון שעבוד וגאולת מצרים, נאר ער זאל במקום מצרים דערציילן אז דאס האט פאסירט אין אונגארן, איז ער אן עם הארץ. אויב אבער טוט ער דאס צוליב א געוויסע אפיקורסישע שיטה וואס טוישט מצרים אויף אונגארן ווייל אויף אונגארן האט ער א לומד'ישע הסבר וויאזוי די צען מכות קענען געשען בדרך הטבע (עפ"ל), איז ער אן אפיקורס. וואס טוט זיך אבער אויב דער עם הארץ מיינט אז די אידן זענען געווען אין אונגארן, ווערט ער נישט קיין אפיקורס ווייל דער אפיקורס נוצט די עם הארצות צו קענען אונטערשטיצן זיין אפיקורסות. דער עם הארץ בלייבט אן עם הארץ און דער אפיקורס בלייבט אן אפיקורס.
ג) וואס טוט זיך יעצט אויב קומט איינער און שרייבט אז די אידן זענען געווען אין גלות אונגארן? איז דא דריי מעגליכקייטן: אדער האט ער פשוט געמאכט א טעות (ווי א באקאנטער רעדנער דערמאנט עטליכע מאל אין זיינס א דרשה נאפאליאן דער קעניג פון עסטרייך), אדער איז ער אן עם הארץ, אדער איז ער אן אפיקורס. די פשוט'ע וועג מברר צו זיין וואס ליגט אונטער דעם אונגארן, איז צו זען וואס ער שרייבט בנוגע בריאת העולם, די צען מכות, די מן, וכו' וכו' וכו'. אויב דארט שרייבט ער כהוגן, האט ער אדער געמאכט א טעות אדער געשריבן עם הארצות. אויב אבער שרייבט ער דארט אויך פראבלעמאטיש, איז מסתבר אז עס קומט פון אפיקורסות (כידוע די בריסקע ווארט בנוגע די דריי סימנים פון א שוטה).
וואס טוט זיך אבער אויב ער שרייבט יענער די אזויגערופענע סיפור פון גלות אונגארן און ער שרייבט די צען מכות ווי עס שטייט אין די תורה און אין חז"ל? דעמאלס איז פשוט וברור אז די סיבה פארוואס ער שרייבט אונגארן קען נישט זיין כדי ער זאל קענען דערנאך בויען די אפיקורס'ישע טעאריע איבער די מכות, ווייל דארט שרייבט ער דאך ווי עס שטייט אין חומש! אלא מאי, אדער איז ער א שטיקל מן הארץ, אדער האט ער געמאכט א טעות. \
ד) און יעצט, צום נושא המדובר. אויב וואלטן קודש קוריקולעם געשריבן אז 'די נילוס האט זיך געשפאלטן', וואלט געווען א מקום צו קלערן אז זיי האבן עס געשריבן בכוונה תחילה צילנדיג די אומבאקאנטע אפיקורס'ישע טעאריע, און מען וואלט געדארפט זען וואס טוט זיך אין די איבריגע חלקים פונ'ם בוך בנוגע די אפיקורס'ישע טעאריעס אין - להבדיל אא"ה - די פסוקי תורתנו הקדושה. און גראדע דעמאלס וואלט אויך אויסגעקומען אז עס איז העכסט ווארשיינליך נישט בכוונה, ווי ידידנו ר'
@פארטריבן (וואס איז נישט נחשד אין א נגיעה צו פערל"ס) האט מעיד געווען:
פארטריבן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 10:28 pm
אינטערעסאט נאר אז אין די אלע 200 בלעטער פון די טריפה'נע קוריקולום האט זיך נישט אפילו 'בטעות' פארווארפן נאך אן אנדערע עם הארצות, חוץ דא ווי עס איז 'פערצופאל' דא אזא אפיקורסישע שיטה.
דאס הייסט אז אין די אלע אנדערע הונדערטער פלעצער וואו עס זענען דא ענליכע (און אפילו סאך מער באקאנטע) אפיקורס'ישע שיטות, שרייבן זיי נישט אזוי.
דאס וואלט אלעס געווען, כאמור, ווען זיי שרייבן ווען אז 'די נילוס האט זיך געשפאלטן'. למעשה אבער שרייבן זיי דאך בפירוש אז משה רבינו האט עס געשפאלטן, וואס איז בניגוד גמור צו סיי וועלכע טעאריע אז עס האט זיך אליין געשפאלטן בדרך הטבע, וא"כ איז מוכרח אז די ווארט nile איז א טעות אדער חסרון ידיעה וכדומה (פרוביר מארגן צו פרעגן אין ביהמ"ד וויפיל מענטשן ווייסן וויאזוי די ים סוף הייסט אויף ענגליש, וכן להיפך פרעג אין פלעטבוש וויאזוי די red sea הייסט אין די תורה) אדער פשוט עם הארצות.
און אפילו אין די שפעטערדיגע כתות שטייט נישט אז די nile 'האט זיך' געשפאלטן וואס דאס וואס וואלט געווען א מקום פאר אן אנדייטונג אז מען מיינט צו באטאנען אז עס איז געשען פון זיך אליין (עפ"ל), נאר מען רעדט וועגן 'די שפאלטונג פונ'ם nile' (קריעת nile איבערגעזעצט אויף אידיש), וואס פונקט ווי 'קריעת ים סוף' טראגט נישט די מינדעסטע אנדייטונג אז עס איז געשען אליין איז די זעלבע מיט 'קריעת nile' וע"כ אז די 'nile' חלק איז א טעות, און די פארקירצונג איז ווארשיינליך וויבאלד אין די גרעסערע כיתות רעדט מען פון נאך זאכן פרשת בשלח (ווי יעדער קען זיך אליין איבערצייגן אין די בחורים וואס מען האט געברענגט) האט מען געמוזט שרייבן יעדע זאך אין shorthand.
און בכלל, וואס מען האט געטון מיט די אנדערע כתות איז נישט נוגע ווייל די סברא אז מען האט 'אריינגעברענגט' די ווארט nile וועגן אפיקורסות איז מזויף מתוכו. וכן שטייט אין די סאמע לעצטע ווערסיע דעם ויאמינו בה', וואס שטימט נישט מיט די אפיקורס'ישע סברא, וואס לשיטתך דארף א הסבר פארוואס מען האט עס צוגעלייגט ווען מען ארבעט נאר צו מאכן קריעת ים סוף אויסזעהן וואס מער נאטורליך (עפ"ל).
סך הכל: אויב איז די איינציגסטע 'אפיקורס'ישע טעות' וואס מען האט געטראפן א פארשטופטע, אומבאקאנטע טעאריע, און הערשט שרייבט מען בפירוש פארקערט ווי יענע טעאריע, דארף מען זיין גענצליך, פולשטענדיג, 100% אגענדע געטריבן צו קומען צו די מסקנה אז מען האט דאס אריינגעשטעלט בכוונה צו פארקויפן פאר די רעגירונג אז מיר לערנען די אפיקורס'ישע טעאריע.
דאס איז בלי נדר מיין לעצטע תגובה אין די שמועס.
----
נאך איין נקודה: אויב שטעל איך לינקס צו מיינע דרשות מיינט עס אז איך בין זיך מגלה אין פובליק, און איך האלט נישט דערביי.