אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 243

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

עס איז נישטא גארנישט קיין דברי כפירה אין קודש קוריקולום מעפינג, און מען האט קיינמאל נישט געזאגט פאר קיינעם אז עס איז יא דא אפילו אלס טעות, די מעשה פון ר' משה קעסלער איז לא דובים ולא יער.

בכלל איז נישט דא קיין סיבה עס אריינצושיקן, און אויב איינער וויל זייער שטארק קען ער אליין אריינשיקן א בריוו צום עדיוקעישאן אז מען לערנט נישט אין חדר בכלל אז די נילוס האט זיך געשפאלטן, מען לערנט אז משה רבינו האט געשפאלטן די ים סוף, און במילא איז מען נישט בארעכטגט פאר די אלע געלטער, כ'בין טאקע נישט קיין רב אבער עלי ועל צווארי אז ער איז נישט עובר אויף מסירה.

יעדער רעכט דענקנדער מענטש שטוינט אויף די מאדנע שטותים וויאזוי מען וויל אריינטייטשן און נאכמער אויף די סיבות פארוואס מען זאל עס טוהן, און ווי מער מען האט עס גענוצט אלס מער האט מען עס אפגעלאכט, עס איז שוין בכלל ביי קיינעם קיין ארטיקל, אפגעזעהן וואס ער האלט בעצם בנוגע את וכלבא שוין, אויף אן אנאנימען פארום קען מען דאס איבערקייען, כאילו דאס איז נאך רעלעוואנט, באגלייט מיט פרישע שקרים, וואס אפילו דורותינו האט נישט געוואוסט דערפון.
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 535

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואסאפשט »

ס'שרעקעדיג זיך צו דרייען ארום אזויפיל כופרים דא...

אגב, די אלע וואס זענען פארנומען זיך טענה'ן קעגן די קודש קוריקולום, ווייסט איר אפשר וואס רביה"ק זי"ע שרייבט פארוואס מ'זאל זיך נישט טענה'ן מיט קיין אידישע כופרים??

אפשר זענט איר דאס מקיים?
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:26 pm שרייבן אז די אידן זענען געווען פערציג יאר אין מדבר סאהארא איז כפירה, יא אדער ניין?

פליז אן הסברים.
אויב איינער זאגט אפילו איין ווארט אנדערש ווי עס שטייט אין די תורה הקדושה איז דאס כפירה, און מען איז זיך מחוייב צו לאזן הרג'ענען דערויף
עי' מש"כ רביה"ק בספרו ויואל משה מאמר שלש שבועות סי' ע"ו בשם השלה"ק ובהמשך דבריו
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 243

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

מר, @פארטריבן און @היימיש

עס איז די "האט זיך" vs. משה רבינו מיטן שטעקן, וואס ענק האבן אויפגטראכט

נישט נילוס vs. ים סוף
פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:11 am
הדסים האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 12:19 am
פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 12:14 am איך וועל אנהייבן צוביסלעך על ראשון ראשון,
► Show Spoiler
[/spoil]
לויט די כללים פון סייענס קען זיך דער נילוס שפאלטן?
יא,
פארשטייט זיך נישט דורך א נס וואס משה רבינו האט געמאכט, ווייל א נס עקזיסטירט נישט לויט די כללים פון סייענס,
אלע כופרים און אפיקורסים מוטשענען זיך שוין ארום יארן לאנג וויאזוי מסביר צו זיין די מעשה פון קריעת ים סוף, און זיי פרובירן צו אויפטרעפן פארשידענע אפיקורסישע דמיונות צו מסביר זיין די מעשה,
איינער פון די טריפה'נע מהלכים איז אז דאס איז געשעהן ערגעץ ביי די נילוס, וואס אן אפיקורס סייענטיסט האט אויסגערעכנט א געוויסע פלאץ פון די נילוס, וואס דארט קען שטימען לויט די כללים פון סייענס אז 'בדרך הטבע' האט זיך עס אליין געשפאלטן (= געווארן טרוקן), און דארט זענען די אידן אדורך (פארשטייט זיך אן קיין נס), עפ"ל.
און וועגן דעם שטייט טאקע נישט אין די קודש קוריקולום אז מען לערנט ווי 'משה רבינו' האט געשפאלטן דעם נילוס, ווייל דאס וואלט אויך נישט געשטימט מיט סייענס אז משה רבינו זאל האבן א כח אפצושטעלן די וואסער, נאר זיי האבן בדיוק געשריבן די ווערטער אז מען לערנט 'וועגן די שפאלטונג' פון נילוס, (עפ"ל).

איך וויל נישט דא מעתיק זיין די פונקטליכע טמא'נע כפירה'דיגע ווערטער פונעם אפיקורס, קענסט בעטן פון @הלבלר בקולמסו די ארטיקל, ער האט עס שוין געזעהן.
פארטריבן האט געשריבן: זונטאג יולי 13, 2025 7:09 pm
קיינער האט בכלל נישט גערעדט אז מען האט געמאכט א דיעל איבער לערנען 'קריעת נילוס' (ח"ו).
נאר די זאך איז זייער פשוט, די טריפה'נע קוריקולום איז אויסגעשטעלט געווארן צו ווייזן אז די תורה שטימט (ח"ו) מיט די טריפה'נע רעגירונג סטאנדארטן פון סייענס וכו', יעצט אויב וועט שטיין אין די קוריקולום זאכן וואס שטימט נישט לויט די טריפה'נע כללים פון די אפיקורסישע סייענטיסטן קען מען דאס נישט צושטעלן צו די פארלאנגטע רעגירונג סטאנדארטן, וואס דאן האט מען גארנישט פון מאכן אזא קוריקולום ווייל די רעגירונג וועט זיך בכלל נישט רעכענען דערמיט.
ממילא די 'נס' פון קריעת 'ים סוף' אז משה רבינו האט געשפאלטן דעם 'ים סוף' מיטן שטעקן, איז א זאך וואס איז נישט מעגליך עס זאל שטימען מיט די אפיקורסישע כללים פון סייענס, ממילא אויב וואלט געשטאנען אינעם קוריקולום אז מען לערנט וויאזוי משה רבינו האט געשפאלטן דעם 'ים סוף', וואלט מען דאס נישט געקענט צושטעלען צו די רעגירונג סטאנדארטן פון סייענס, ממילא האבן זיי געטוישט צו די 'נילוס' (עפ"ל).
היימיש האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 3:05 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 2:51 pm איין זאך וואס איר כאפט נישט איז, אז "איר" זענט די מוציר מחבירו, איר זענט דער וואס טענה'ט אז עס איז "כפירה".

איך לייען גוט דא...???
ווען איינער זאגט אז דער וואס שרייבט אז אנשטאט אז מען לערנט מיט די קינדער אז הקב"ה האט געשפאלטן דעם ים סוף, שרייבט מען אז מען לערנט אז די 'נילוס'... "האט זיך" געשפאלטן [רח"ל מהאי דעתא] אז דאס איז דברי כפירה

[און דאס איז טאקע גראדע וואס די פארשאלטענע מינים און אפיקורסים האלטן, כדי צו קענען אנטלויפן פונעם אמת אז אית דין ואית דיין]

דא ליגט ענקער שקר מיט די מאדנע שטותים פשטים.

עס עסזיסטירט נישט אזא זאך אין קודש קוריקולום מעפינג.

באלד וועט מען גיין א טרעפעלע ווייטער
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:44 pm מר, @פארטריבן און @היימיש

עס איז די "האט זיך" vs. משה רבינו מיטן שטעקן, וואס ענק האבן אויפגטראכט

נישט נילוס vs. ים סוף
► Show Spoiler
דא ליגט ענקער שקר מיט די מאדנע שטותים פשטים.

עס עסזיסטירט נישט אזא זאך אין קודש קוריקולום מעפינג.

באלד וועט מען גיין א טרעפעלע ווייטער
אדרבה, אויב איר טענה'ט אז עס עקזיסטירט נישט אזא זאך, און איך האב דאס אליין אויסגעטראכט,
אפשר זייט איר אזוי גוט און ברענגט איר א העתק פון די 'עכטע' קודש קוריקולום (וואס מען האט אריינגעשקיט פאר די רעגירונג) וואו עס שטייט יא אז 'משה רבינו האט געשפאלטן מיטן שטעקן'.

מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:27 pm עס איז נישטא גארנישט קיין דברי כפירה אין קודש קוריקולום מעפינג, און מען האט קיינמאל נישט געזאגט פאר קיינעם אז עס איז יא דא אפילו אלס טעות, די מעשה פון ר' משה קעסלער איז לא דובים ולא יער.

בכלל איז נישט דא קיין סיבה עס אריינצושיקן, און אויב איינער וויל זייער שטארק קען ער אליין אריינשיקן א בריוו צום עדיוקעישאן אז מען לערנט נישט אין חדר בכלל אז די נילוס האט זיך געשפאלטן, מען לערנט אז משה רבינו האט געשפאלטן די ים סוף, און במילא איז מען נישט בארעכטגט פאר די אלע געלטער, כ'בין טאקע נישט קיין רב אבער עלי ועל צווארי אז ער איז נישט עובר אויף מסירה.

יעדער רעכט דענקנדער מענטש שטוינט אויף די מאדנע שטותים וויאזוי מען וויל אריינטייטשן און נאכמער אויף די סיבות פארוואס מען זאל עס טוהן, און ווי מער מען האט עס גענוצט אלס מער האט מען עס אפגעלאכט, עס איז שוין בכלל ביי קיינעם קיין ארטיקל, אפגעזעהן וואס ער האלט בעצם בנוגע את וכלבא שוין, אויף אן אנאנימען פארום קען מען דאס איבערקייען, כאילו דאס איז נאך רעלעוואנט, באגלייט מיט פרישע שקרים, וואס אפילו דורותינו האט נישט געוואוסט דערפון.
מעג מען שרייבן 'נילוס' אנשטאט 'ים סוף', יא אדער ניין?
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 243

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:51 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:44 pm מר, @פארטריבן און @היימיש

עס איז די "האט זיך" vs. משה רבינו מיטן שטעקן, וואס ענק האבן אויפגטראכט

נישט נילוס vs. ים סוף
► Show Spoiler
דא ליגט ענקער שקר מיט די מאדנע שטותים פשטים.

עס עסזיסטירט נישט אזא זאך אין קודש קוריקולום מעפינג.

באלד וועט מען גיין א טרעפעלע ווייטער
אדרבה, אויב איר טענה'ט אז עס עקזיסטירט נישט אזא זאך, און איך האב דאס אליין אויסגעטראכט,
אפשר זייט איר אזוי גוט און ברענגט איר א העתק פון די 'עכטע' קודש קוריקולום (וואס מען האט אריינגעשקיט פאר די רעגירונג) וואו עס שטייט יא אז 'משה רבינו האט געשפאלטן מיטן שטעקן'.
No problem.

הגם איך טוה דאס נישט געווענליך, ווען "יענער" באשולדיגט זאל "יענער" ברענגן באווייז, נישט דער אנדערער.

אבער יעצט בין איך מסכים, כ'וויל נאר וויסן וואס גייט געשעהן נאכדעם? גייסט זאגן אז דו האסט געמאכט א שטיקל טעות אזוי ווי ביי דיינע אנדערע גראבע ליגנדס, און גיין ווייטער, אדער גייט זיין שטערקערע קאנסעקווענצן?

כ'שפיר אז עס מוז קומען עפעס מער פארן אזוי משוגע מאכן דעם ציבור אויף שקר.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 243

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

והנה, און אט איז דער בחור...
פיילס
משה רבינו מיטן שטעקן
משה רבינו מיטן שטעקן
Screenshot 2025-07-22 165625.jpg (115.57 KiB) געזען געווארן 347 מאל
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:05 pm והנה, און אט איז דער בחור...
און דא האסטו אפאר אנדערע בחורים.....

2nd grade NILE.jpg
2nd grade NILE.jpg (99.05 KiB) געזען געווארן 308 מאל
3rd grade NILE.jpg
3rd grade NILE.jpg (98.44 KiB) געזען געווארן 308 מאל
4th grade NILE.jpg
4th grade NILE.jpg (132 KiB) געזען געווארן 308 מאל
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

און נאך איין בחור....
5th grade NILE.jpg
5th grade NILE.jpg (190.82 KiB) געזען געווארן 303 מאל
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 243

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

יישר כח, זאל זיך יעדער איבערצייגן פון וואספארא כפירה מען רעדט דא...

כ'ווייס נישט ווער ס'האט געגבן דעם היתר פון פאוסטן דברי כפירה פאר היימישע אידן, כדי צו געווינען פארלירן אן ארגומענט.

איבערהויפט ווען דו האסט מיטגעלייגט פילע אנדערע זאכן פון דברי כפירה ווי יעדער קען זעהן בחוש די אלע טריפה'נע דברי כפירה וואס די קודש קוריקולום מעפינג איז אנגעפיקעוועט.

כ'מיין ווען דער עולם לייענט דורך די אלע אטטעטשמענטס, פארשטייט מען אליין פארוואס עס איבלט זיך צו מטפל זיין מיט די דברי הבל ורעות רוח, ווען מען איבערצייגט זיך אליין וואספארא שקר דאס איז.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1858
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3294

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הדסים »

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:36 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:05 pm והנה, און אט איז דער בחור...
און דא האסטו אפאר אנדערע בחורים.....

2nd grade NILE.jpg

3rd grade NILE.jpg

4th grade NILE.jpg
איז לאמיר דיר קלארשטעלן מיין מיינונג און איך פוץ אפ בלי"נ.

1. דער פראבלעם ווען מ'שרייבט נילוס אנשטאט ים סוף איז ווען ס'קומט צופרידנצושטעלן אן אפיקורסישע שיטה.

2. אויב איז נישטא קיינער וואס זאגט אזוי איז עס א טייפא, טעות, שטות עם הארצות אדער סיי וואס ווייל ס'האט נישט קיין זינען צו זאגן אז מ'האט סתם געוואלט מסלף זיין די תורה ווען ס'גייט סייווי נישט אריין אינעם פאקטישן קוריקולום און קיינער גייט נישט יעצט טוישן דאס וואס מ'לערנט אין חדר.

מיט דאס געזאגט פארשטייסטו האפנטליך פארוואס מ'טענה'ט זיך אויב ס'מאכט סענס אז זיי זאלן ווילן צופרידנשטעלן א פארשטופטע שיטה (אויב ס'איז פארשטופט, איך ווייס נישט כ'ברענג נאר ארויס אויף וואס די טענה'ריי איז געבויט), און שטיין און שרייען ביי יעדע ארגומענט אז ס'איז נאך א היתר ווייזט אז איר האט נישט געכאפט דעם נקודת הויכוח.

3. במקום אז ס'העלפט נישט ארויס נאכצוקומען סיי וועלכע פארלאנגען איז נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז זיי זאלן סתם-פארוואס-נישט ווילן שרייבן אפיקורסות.

און מיט דעם איז פארענטפערט האפנטליך פארוואס דו דארפסט צושטעלן באווייזן אז ס'וועט זיי העלפן אין סיי וועלכן פאל און מיט דעם ביסטו דער מוציא מחבירו.

________________
4. אויב ווייזט איינער אויף אז זיי האבן געשריבן ערגעצוואו אינמיטן אז 'משה רבינו האט געשפאלטן' האט נישט קיין פשט צו קומען ווייזן אז נאכדעם שטייט עס נישט ווייל זעסט דאך אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו שרייבן אז ס'איז געווען נסים, איז אויב אזוי וואס איז די 'אלא מאי' פון דיין טענה?

______
פארגעסן א קלייניגקייט, ווען עס שטעלט זיך ארויס אז עימיצער האט נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצושטעלן קעגן זיין קהילה און ער זאגט אז יעצט איז עס נישט קיין פראבלעם האט עס א שטארקע נאמנות.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

וואסאפשט האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:40 pm ס'שרעקעדיג זיך צו דרייען ארום אזויפיל כופרים דא...

אגב, די אלע וואס זענען פארנומען זיך טענה'ן קעגן די קודש קוריקולום, ווייסט איר אפשר וואס רביה"ק זי"ע שרייבט פארוואס מ'זאל זיך נישט טענה'ן מיט קיין אידישע כופרים??

אפשר זענט איר דאס מקיים?
רביה"ק שרייבט אין זיין הקדמה צו זיין ספר ויואל משה וז"ל:
וככה אומר גם אני, שאינני כותב כלל לכל אלה הכתות שאסרו חכז"ל להוכיחם, כי אם לאנשים מועטים המבקשים לידע האמת,
[הקדמה עמוד ט"ז]

די זעלבע אויך דא,
ווען עס וואלטן זיך דא געדרייט נאר מענטשן פון די קהילה וועלכע האבן דאס געמאכט, וואלט מען טאקע נישט געמעגט ענטפערן, אבער היות עס דרייען זיך דא פון אלע סארטן און קרייזן, אזעלכע וואס זענען מבקשים לידע האמת,
בלויז צו זיי שרייבט מען

קיינער ערווארט נישט אז די וועלכע באלאנגן צו די קהילה וועלכע האבן דאס אהערגעשטעלט, אז זיי זאלן מודה זיין אז זיי זענען נכשל געווארן און אזעלכע דברים חמורים ביותר
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

@מיטב הגיון דו מיט דיין שותף @הלבלר בקולמסו זענען געשולט צו ווארפן זאמד אין די אויגן ווען מען שטעלט זיי צו די וואנט,

דו האסט געהאט געשריבן
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:44 pm מר, @פארטריבן און @היימיש

עס איז די "האט זיך" vs. משה רבינו מיטן שטעקן, וואס ענק האבן אויפגטראכט
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:44 pm עס עסזיסטירט נישט אזא זאך אין קודש קוריקולום מעפינג.
למעשה נאכן ברענגען 4 מאהל! אינעם קודש קוריקולום איבערגע'חזר'ט די זעלבע זאך לויט ווי איך האב געשריבן,
איז דאס א זאך וואס איך האב אויפגעטראכט, יא אדער ניין?
עקזיסטירט אזא זאך אין קודש קוריקולום, יא אדער ניין?

אינטערעסאנט אז בזמן וואס דו אליינס שרייבסט אויף מיר אז איך האב ב"ה נישט קיין פראבלעם מודה צו זיין ווען איך האב עפעס געשריבן נישט ריכטיג, ווי עס איז שוין געווען דא עטליכע מאהל.
קענסטו דיך ניטאמאל ברענגען צו טון דאס מינימאלע מענשטליכע באזעסענע זאך, און מודה זיין על האמת...

איין זאך וואס דו קענסט יא זייער גוט, איז דאס אוועקמאכן אלע דברי כפירה כאילו דאס איז נאר א זשאוק, רח"ל.
אינטערעסאנט, אז אנהייב האסטו פרובירט צו מאכן דעם אנשטעל כאילו דו האלטסט אויך אז שרייבן אויף דעם וועג פון פארהוילן די נס און נישט ארויסשרייבן אז 'משה האט געשפאלטן מיטן שטעקן' דאס איז טאקע א פראבלעם, נאר דאס איז סתם א 'שקר' וואס איך האב אליין אויפגעטראכט, און עס עקזיסטירט נישט אזא זאך אינעם קוריקולום מעפינג.
יעצט נאכן אויפווייזן אז עס עקזיסטירט יא, האסטו געמאכט א 360 דעגרי טוירן און הייבסט אן אוועקמאכן די גאנצע זאך
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2959
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6910

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:52 pm 4. אויב ווייזט איינער אויף אז זיי האבן געשריבן ערגעצוואו אינמיטן אז 'משה רבינו האט געשפאלטן' האט נישט קיין פשט צו קומען ווייזן אז נאכדעם שטייט עס נישט ווייל זעסט דאך אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו שרייבן אז ס'איז געווען נסים, איז אויב אזוי וואס איז די 'אלא מאי' פון דיין טענה?
@פארטריבן מן הנימוס דארפט איר ענטפערן אויף דעם נקודה, בעפאר איר רעדט ווייטער, אדער ברויכט איר צוריקציען אז די נילוס נושא איז טאקע נישט ווי איר האט געמיינט.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 243

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:17 pm @מיטב הגיון דו מיט דיין שותף @הלבלר בקולמסו זענען געשולט צו ווארפן זאמד אין די אויגן ווען מען שטעלט זיי צו די וואנט,

דו האסט געהאט געשריבן
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:44 pm מר, @פארטריבן און @היימיש

עס איז די "האט זיך" vs. משה רבינו מיטן שטעקן, וואס ענק האבן אויפגטראכט
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:44 pm עס עסזיסטירט נישט אזא זאך אין קודש קוריקולום מעפינג.
למעשה נאכן ברענגען 4 מאהל! אינעם קודש קוריקולום איבערגע'חזר'ט די זעלבע זאך לויט ווי איך האב געשריבן,
איז דאס א זאך וואס איך האב אויפגעטראכט, יא אדער ניין?
עקזיסטירט אזא זאך אין קודש קוריקולום, יא אדער ניין?

אינטערעסאנט אז בזמן וואס דו אליינס שרייבסט אויף מיר אז איך האב ב"ה נישט קיין פראבלעם מודה צו זיין ווען איך האב עפעס געשריבן נישט ריכטיג, ווי עס איז שוין געווען דא עטליכע מאהל.
קענסטו דיך ניטאמאל ברענגען צו טון דאס מינימאלע מענשטליכע באזעסענע זאך, און מודה זיין על האמת...

איין זאך וואס דו קענסט יא זייער גוט, איז דאס אוועקמאכן אלע דברי כפירה כאילו דאס איז נאר א זשאוק, רח"ל.
אינטערעסאנט, אז אנהייב האסטו פרובירט צו מאכן דעם אנשטעל כאילו דו האלטסט אויך אז שרייבן אויף דעם וועג פון פארהוילן די נס און נישט ארויסשרייבן אז 'משה האט געשפאלטן מיטן שטעקן' דאס איז טאקע א פראבלעם, נאר דאס איז סתם א 'שקר' וואס איך האב אליין אויפגעטראכט, און עס עקזיסטירט נישט אזא זאך אינעם קוריקולום מעפינג.
יעצט נאכן אויפווייזן אז עס עקזיסטירט יא, האסטו געמאכט א 360 דעגרי טוירן און הייבסט אן אוועקמאכן די גאנצע זאך
עס שטייט נישט דארט קיין איין מאל "ס'האט זיך" עס שטייט אז זיי לערנען וועגן קריעת ים סוף נילוס, עס שטייט נישט קיין אות אז "ס'האט זיך"
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:52 pm
פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:36 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:05 pm והנה, און אט איז דער בחור...
און דא האסטו אפאר אנדערע בחורים.....

2nd grade NILE.jpg

3rd grade NILE.jpg

4th grade NILE.jpg
איז לאמיר דיר קלארשטעלן מיין מיינונג און איך פוץ אפ בלי"נ.

1. דער פראבלעם ווען מ'שרייבט נילוס אנשטאט ים סוף איז ווען ס'קומט צופרידנצושטעלן אן אפיקורסישע שיטה.

2. אויב איז נישטא קיינער וואס זאגט אזוי איז עס א טייפא, טעות, שטות עם הארצות אדער סיי וואס ווייל ס'האט נישט קיין זינען צו זאגן אז מ'האט סתם געוואלט מסלף זיין די תורה ווען ס'גייט סייווי נישט אריין אינעם פאקטישן קוריקולום און קיינער גייט נישט יעצט טוישן דאס וואס מ'לערנט אין חדר.

מיט דאס געזאגט פארשטייסטו האפנטליך פארוואס מ'טענה'ט זיך אויב ס'מאכט סענס אז זיי זאלן ווילן צופרידנשטעלן א פארשטופטע שיטה (אויב ס'איז פארשטופט, איך ווייס נישט כ'ברענג נאר ארויס אויף וואס די טענה'ריי איז געבויט), און שטיין און שרייען ביי יעדע ארגומענט אז ס'איז נאך א היתר ווייזט אז איר האט נישט געכאפט די נקודת הוויכוח.

3. במקום אז ס'העלפט נישט ארויס נאכצוקומען סיי וועלכע פארלאנגען איז נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז זיי זאלן סתם-פארוואס-נישט ווילן שרייבן אפיקורסות.

און מיט דעם איז פארענטפערט האפנטליך פארוואס דו דארפסט צושטעלן באווייזן אז ס'וועט זיי העלפן אין סיי וועלכן פאל און מיט דעם ביסטו דער מוציא מחבירו.

________________
4. אויב ווייזט איינער אויף אז זיי האבן געשריבן ערגעצוואו אינמיטן אז 'משה רבינו האט געשפאלטן' האט נישט קיין פשט צו קומען ווייזן אז נאכדעם שטייט עס נישט ווייל זעסט דאך אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו שרייבן אז ס'איז געווען נסים, איז אויב אזוי וואס איז די 'אלא מאי' פון דיין טענה?
טו סעט די רעקארד סטרעיט:

1. פערל"ס האט געמאכט דעם קאדעש קאריקולום צוביסלעך, מיטן ציל עס צו מאכן פאר אלע קלאסן, למעשה האבן זיי עספיעט עס צו מאכן בלויז פאר פינעף קלאסן

2. זיי האבן דאס פארהוילן פון סיי וועמען, ציטערנדיג אז אויב דאס וועט נתפרסם ווערן וועט ווערן אן איבערקערעניש און האבן אלץ געשריבען אין יעדע אימעיל וואס האט אדרעסירט דעם קאדעש קאריקולום אז דאס איז סטריקלי קאנפידענשאל...! [מיט רויטע אותיות]

3. די ערשטע מאליגע ווערסיע [פראבע] איז געווען פאר די ערשטן קלאס, דאן האבן זיי נאך געשריבען עטליכע זאכן וואס זאל ענדלן דאס מערסטע וואס שייך צו דעם וואס שטייט אין די תורה, [פארשטייט זיך אז מען האט קיין איינמאל נישט געשריבען, אז הקב"ה האט עפעס 'געמאכט' אדער 'געטוען', און ניטאמאל אז משה רבינו אדער סיי ווער, זאל עפעס האבן עפעס געטוען ווייל הקב"ה האט עם אזוי געהייסן טוען, יעדעס מאל האט זי זיך קונצליך ארויסגעדרייט דערפון...!]

4. אין די אנדערע פיר ווערסיעס וואס פערל"ס האט געמאכט שפעטער, איז געווען פאר קלאסן 2-5, דארט האבן זיי שוין פארמעקט עטליכע [בלויז רעליגיעזע] זאכן וואס זיי האבן געשריבען אין די ערשטע קלאס ווערסיע, און עס איבערגעשריבען מער סעקולאר, און ווי אויך האבן זיי פארבעסערט די מראה מקומות פון וועלכע 'נעקסט דשענערעישאן' סטאנדארטן די מוסדות וועלן נאכקומען ביי יעדע איינציגע פרשה [וואס איז אנגעצייכנט אויף יעדן איינציגן בלאט אין קאדעש קאריקולום]

5. און צוליב דעם וועט מען קענען טרעפען עטליכע זאכן וואס אינעם ערשטן קלאס איז דאס נאך יא געשטאנען, אבער אין די קומענדיגע פיר קלאסן איז דאס מיסטריעזיש פארשווינדן, און עס האט זיך אפילו נישט געמאכט קיין איין טעות, אז זיי זאלן דאס 'בטעות' נאכאמאל איבערשרייבען...!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1858
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3294

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הדסים »

היימיש האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:26 pm
► Show Spoiler
טו סעט די רעקארד סטרעיט:

1. פערל"ס האט געמאכט דעם קאדעש קאריקולום צוביסלעך, מיטן ציל עס צו מאכן פאר אלע קלאסן, למעשה האבן זיי עספיעט עס צו מאכן בלויז פאר פינעף קלאסן

2. זיי האבן דאס פארהוילן פון סיי וועמען, ציטערנדיג אז אויב דאס וועט נתפרסם ווערן וועט ווערן אן איבערקערעניש און האבן אלץ געשריבען אין יעדע אימעיל וואס האט אדרעסירט דעם קאדעש קאריקולום אז דאס איז סטריקלי קאנפידענשאל...! [מיט רויטע אותיות]

3. די ערשטע מאליגע ווערסיע [פראבע] איז געווען פאר די ערשטן קלאס, דאן האבן זיי נאך געשריבען עטליכע זאכן וואס זאל ענדלן דאס מערסטע וואס שייך צו דעם וואס שטייט אין די תורה, [פארשטייט זיך אז מען האט קיין איינמאל נישט געשריבען, אז הקב"ה האט עפעס 'געמאכט' אדער 'געטוען', און ניטאמאל אז משה רבינו אדער סיי ווער, זאל עפעס האבן עפעס געטוען ווייל הקב"ה האט עם אזוי געהייבן טוען, יעדעס מאל זיך קונצליך ארויסגעדרייט דערפון...!]

איך הער גוט?! א מינוט (!) צוריק האסטו געזאגט אז "אויב איז עס געווען א טעות פארוואס האט מען עס נישט פארראכטן?" והנה הגשם חלף עבר "פארוואס האט מען עס יא געטוישט?"
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:24 pm
פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:17 pm @מיטב הגיון דו מיט דיין שותף @הלבלר בקולמסו זענען געשולט צו ווארפן זאמד אין די אויגן ווען מען שטעלט זיי צו די וואנט,

דו האסט געהאט געשריבן
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:44 pm מר, @פארטריבן און @היימיש

עס איז די "האט זיך" vs. משה רבינו מיטן שטעקן, וואס ענק האבן אויפגטראכט
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 4:44 pm עס עסזיסטירט נישט אזא זאך אין קודש קוריקולום מעפינג.
למעשה נאכן ברענגען 4 מאהל! אינעם קודש קוריקולום איבערגע'חזר'ט די זעלבע זאך לויט ווי איך האב געשריבן,
איז דאס א זאך וואס איך האב אויפגעטראכט, יא אדער ניין?
עקזיסטירט אזא זאך אין קודש קוריקולום, יא אדער ניין?

אינטערעסאנט אז בזמן וואס דו אליינס שרייבסט אויף מיר אז איך האב ב"ה נישט קיין פראבלעם מודה צו זיין ווען איך האב עפעס געשריבן נישט ריכטיג, ווי עס איז שוין געווען דא עטליכע מאהל.
קענסטו דיך ניטאמאל ברענגען צו טון דאס מינימאלע מענשטליכע באזעסענע זאך, און מודה זיין על האמת...

איין זאך וואס דו קענסט יא זייער גוט, איז דאס אוועקמאכן אלע דברי כפירה כאילו דאס איז נאר א זשאוק, רח"ל.
אינטערעסאנט, אז אנהייב האסטו פרובירט צו מאכן דעם אנשטעל כאילו דו האלטסט אויך אז שרייבן אויף דעם וועג פון פארהוילן די נס און נישט ארויסשרייבן אז 'משה האט געשפאלטן מיטן שטעקן' דאס איז טאקע א פראבלעם, נאר דאס איז סתם א 'שקר' וואס איך האב אליין אויפגעטראכט, און עס עקזיסטירט נישט אזא זאך אינעם קוריקולום מעפינג.
יעצט נאכן אויפווייזן אז עס עקזיסטירט יא, האסטו געמאכט א 360 דעגרי טוירן און הייבסט אן אוועקמאכן די גאנצע זאך
עס שטייט נישט דארט קיין איין מאל "ס'האט זיך" עס שטייט אז מען רעדט וועגן קריעת ים סוף נילוס, עס שטייט נישט קיין אות אז "ס'האט זיך"
עס שטייט דארטן אז די קינדער וועלן לערנען איבער די שפאלטונג פונעם נילוס, און עס שטייט 'נישט' דארט אז מען וועט לערנען אז הקב"ה האט געהייבן משה רבינו זאל שפאלטן דעם ים סוף[/b], וואס צו דעם איז די רעגירונג נישט מסכים, [אויב מען וויל יוצא זיין זייערע סייענס סטאנדארטן]
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:32 pm
היימיש האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:26 pm
► Show Spoiler
טו סעט די רעקארד סטרעיט:

1. פערל"ס האט געמאכט דעם קאדעש קאריקולום צוביסלעך, מיטן ציל עס צו מאכן פאר אלע קלאסן, למעשה האבן זיי עספיעט עס צו מאכן בלויז פאר פינעף קלאסן

2. זיי האבן דאס פארהוילן פון סיי וועמען, ציטערנדיג אז אויב דאס וועט נתפרסם ווערן וועט ווערן אן איבערקערעניש און האבן אלץ געשריבען אין יעדע אימעיל וואס האט אדרעסירט דעם קאדעש קאריקולום אז דאס איז סטריקלי קאנפידענשאל...! [מיט רויטע אותיות]

3. די ערשטע מאליגע ווערסיע [פראבע] איז געווען פאר די ערשטן קלאס, דאן האבן זיי נאך געשריבען עטליכע זאכן וואס זאל ענדלן דאס מערסטע וואס שייך צו דעם וואס שטייט אין די תורה, [פארשטייט זיך אז מען האט קיין איינמאל נישט געשריבען, אז הקב"ה האט עפעס 'געמאכט' אדער 'געטוען', און ניטאמאל אז משה רבינו אדער סיי ווער, זאל עפעס האבן עפעס געטוען ווייל הקב"ה האט עם אזוי געהייבן טוען, יעדעס מאל זיך קונצליך ארויסגעדרייט דערפון...!]

4. אין די אנדערע פיר ווערסיעס וואס פערל"ס האט געמאכט שפעטער, איז געווען פאר קלאסן 2-5, דארט האבן זיי שוין פארמעקט עטליכע [בלויז רעליגיעזע] זאכן וואס זיי האבן געשריבען אין די ערשטע קלאס ווערסיע, און עס איבערגעשריבען מער סעקולאר, און ווי אויך האבן זיי פארבעסערט די מראה מקומות פון וועלכע 'נעקסט דשענערעישאן' סטאנדארטן די מוסדות וועלן נאכקומען ביי יעדע איינציגע פרשה [וואס איז אנגעצייכנט אויף יעדן איינציגן בלאט אין קאדעש קאריקולום]

5. און צוליב דעם וועט מען קענען טרעפען עטליכע זאכן וואס אינעם ערשטן קלאס איז דאס נאך יא געשטאנען, אבער אין די קומענדיגע פיר קלאסן איז דאס מיסטריעזיש פארשווינדן..., און עס האט זיך אפילו נישט געמאכט קיין איין טעות, אז זיי זאלן דאס 'בטעות' נאכאמאל איבערשרייבען...!
איך הער גוט?! א מינוט (!) צוריק האסטו געזאגט אז "אויב איז עס געווען א טעות פארוואס האט מען עס נישט פארראכטן?" והנה הגשם חלף עבר "פארוואס האט מען עס יא געטוישט?"
לייענט איבער מיין תגובה
און זייט ביטע מסביר אייער שאלה
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1858
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3294

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הדסים »

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:36 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:05 pm והנה, און אט איז דער בחור...
און דא האסטו אפאר אנדערע בחורים.....

2nd grade NILE.jpg

3rd grade NILE.jpg

4th grade NILE.jpg
דאס איז נישט אלע דריי די זעלבע דאקומענטן?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1858
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3294

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הדסים »

היימיש האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:33 pm
► Show Spoiler
זיי מסביר אייער שאלה
מיין שאלה איז צו מ'דארף עסן טשיק-פיעס יום הקדוש שחל בפורים קטן בשנת העיבור.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:36 pm
היימיש האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:33 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:32 pm

איך הער גוט?! א מינוט (!) צוריק האסטו געזאגט אז "אויב איז עס געווען א טעות פארוואס האט מען עס נישט פארראכטן?" והנה הגשם חלף עבר "פארוואס האט מען עס יא געטוישט?"
לייענט איבער מיין תגובה
און זייט ביטע מסביר אייער שאלה
מיין שאלה איז צו מ'דארף עסן טשיק-פיעס יום הקדוש שחל בפורים קטן בשנת העיבור.
עיין בקודש קאריקולם פרשת אחרי פיפטע קלאס, אז לעבן די נילוס, דארף מען, און לעבן די ים סוף איז אסור,
און אויב מען האט געמאכט א 'טעות' און מען האט 'געוואלט' גיין צום 'ים סוף', און מען איז 'בטעות' אנגעקומען צום 'נילוס' איז אויך מותר.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 243

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

ווי אויך ביי די ערשטע קלאס שטייט בכלל נישט אז משה רבינו האט געשלאגן די שטיין נאר ערשט ביי די אנדערע קלאסן, ווי עס שטייט נישט אז משה רבינו האט געשלאגן דעם ים עס זאל זיך שפאלטן, דאס איז כדי עס זאל שטימען לויט די אפיקורס'ישע שיטה אז משה רבינו האט נאר געקענט איינמאל שלאגן מיטן שטיין (וועגן דעם שטייט אויך נישט אז ער האט געשלאגן דעם שטיין 2 מאל, ווייל עס שטימט נישט מיט די אפיקורס'ישע שיטה)

ווי אויך שרייבן זיי בכלל נישט אז די ים האט זיך געשפאלטן ווייל אזוי ווילן זיי זיך קונצליך ארויסדרייען אז מען זאל קענען האבן טענות אויף זיי אז זיי שרייבן דברי כפירה.

וכו' וכו' יכלו הזמן והם לא יכלו, מען קען ספענדן טיוזענטער שעות הונדערטער דרשות און מסביר זיין פארוואס עס איז דא א פ אין מארקעטינג און די כפירה דערפון, כי אין קץ לדברי רוח.
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:33 pm
פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:36 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:05 pm והנה, און אט איז דער בחור...
און דא האסטו אפאר אנדערע בחורים.....

2nd grade NILE.jpg

3rd grade NILE.jpg

4th grade NILE.jpg
דאס איז נישט אלע דריי די זעלבע דאקומענטן?
קוק גוט איבער די באקסלעך פון די לינקע קאלום וועסטו זעהן אז דאס זענען דריי אנדערע דאקומענטן, 2טע קלאס, 3טע קלאס, 4טע קלאס
ביי יעדע קלאס שטייט א אנדערע סכום פסוקים וויפיל מען לערנט
שרייב פאוסט