אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 894
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1520
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דיין זיסקייט דערמאנט מיט פון הרב פרידמאנ'ס זיסע גלייכווערטלעך.
#משוגע_קיוט
#משוגע_קיוט
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 894
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1520
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דאס איז שוין היתר #9הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 7:20 pmאון אויב איינער שרייבט אז די אידן זענען געווען אין מדבר סאהארא איז עס וואס?...
סך הכל איז יענער אן עם הארץ און פערטיג.
גיי שוין, נישט יעדע עמעראצעס פון עפעס א לעדי דארף מען בויען גאנצעטע פיתום און רעמסס...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
איך בין אוועילעבל אויף hadasimyidtish@gmail.com אימעיל אדער טשעט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
צ"ל היתר #10הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:38 pmדאס איז שוין היתר #9הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 7:20 pmאון אויב איינער שרייבט אז די אידן זענען געווען אין מדבר סאהארא איז עס וואס?...
סך הכל איז יענער אן עם הארץ און פערטיג.
גיי שוין, נישט יעדע עמעראצעס פון עפעס א לעדי דארף מען בויען גאנצעטע פיתום און רעמסס...
די אלע פרישע היתרים זענען שוין גענוג מאטריאל פאר נאך א 'מסורה' ביכל.
אינטערעסאט נאר אז אין די אלע 200 בלעטער פון די טריפה'נע קוריקולום האט זיך נישט אפילו 'בטעות' פארווארפן נאך אן אנדערע עם הארצות, חוץ דא ווי עס איז 'פערצופאל' דא אזא אפיקורסישע שיטה.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2108
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 7457
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פארטריבן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 10:28 pmצ"ל היתר #10הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:38 pmדאס איז שוין היתר #9הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 7:20 pm
און אויב איינער שרייבט אז די אידן זענען געווען אין מדבר סאהארא איז עס וואס?...
סך הכל איז יענער אן עם הארץ און פערטיג.
גיי שוין, נישט יעדע עמעראצעס פון עפעס א לעדי דארף מען בויען גאנצעטע פיתום און רעמסס...
די אלע פרישע היתרים זענען שוין גענוג מאטריאל פאר נאך א 'מסורה' ביכל.
אינטערעסאט נאר אז אין די אלע 200 בלעטער פון די טריפה'נע קוריקולום האט זיך נישט אפילו 'בטעות' פארווארפן נאך אן אנדערע עם הארצות, חוץ דא ווי עס איז 'פערצופאל' דא אזא אפיקורסישע שיטה.
ממש אזוי? דאס איז די איינציגסטע אפיקורסות אין דעם ביכל?
גראדע, העפענס טו בי, אז אין כמעט יעדע פרשה אין די תורה זענען דא אפיקורס'ישע טעאריעס און סברות, און רוב פון זיי זענען סאך מער באקאנט און פאפולער צווישן יענע חברה ווי די נילוס טעאריע. אלזא, אויב וואלטן זיי געוואלט אריינלייגן אפיקורסות צו געפעלן די רעגירונג, וואלט געדארפט זיין סאך מער עם הארצות'ער ווי דאס.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איר האט בכלל נישט גוט פארשטאנען מיינע ווערטער,Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 11:56 pm ממש אזוי? דאס איז די איינציגסטע אפיקורסות אין דעם ביכל?
איך האב נישט געשריבן אז דאס איז די איינציגע 'אפיקורסות', עס זענען גראדע דא דארט לרחצה גענוג און נאך אפיקורסות,
(אפיקורסות מיינט נישט דוקא טעאריעס און סברות פון יענע חברה, און אפיקורסות ווערט אויך נישט געמאסטן לויט ווי באקאנט און פאפולער עס איז צווישן יענע חברה,
נאר יעדע זאך וואס מען פארדרייט פון די תורה הק', ובפרט ווען דאס איז אויף אן אופן און מיטן ציהל צו מעלים זיין דאס וואס יעדער איד גלייבט און זאגט ביים ערשטן אני מאמין 'שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים', און אפילו עס איז בכלל נישטא אזא שיטה אין ערגעץ נאר ער האט דאס אליין אויסגעטראכט, דאן איז דאס אפיקורסות, און מען דארף זיך לאזן הרג'ענען דערויף, ווי איינער האט שוין פריער דא נאכגעברענגט די ווערטער פונעם של"ה הקדוש וואס רביה"ק זי"ע ברענגט אראפ אין ויואל משה).
וואס איך האב געשריבן, האב איך געמיינט צו זאגן אז 'לשיטתו' וואס ער פרובירט צו איינרעדן כאילו דאס שרייבן נילוס קומט פשוט פון עם הארצות, איז ממש וואונדערליך פארוואס עס האט זיך נישט פארווארפן נאך אזעלכע סארט אפענע (כלומר'שט) עם הארצות'דיגע טעותים ביי אן ענין וואס די עם הארצות זאל נישט האבן צוטוהן מיט קיין אפיקורסישע שיטה, וד"ל.
זייט אזוי גוט און ליינט איבער אלע מיינע ווערטער וואס מיר האבן געשריבן ביז אהער איבער דעם ענין פון שרייבן די דברי כפירה פון נילוס אנשטאט ים סוף,Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 11:56 pm גראדע, העפענס טו בי, אז אין כמעט יעדע פרשה אין די תורה זענען דא אפיקורס'ישע טעאריעס און סברות, און רוב פון זיי זענען סאך מער באקאנט און פאפולער צווישן יענע חברה ווי די נילוס טעאריע. אלזא, אויב וואלטן זיי געוואלט אריינלייגן אפיקורסות צו געפעלן די רעגירונג, וואלט געדארפט זיין סאך מער עם הארצות'ער ווי דאס.
און צייגט מיר אן פונקטליך ווי איך האב געשריבן אז מען געוואלט אריינלייגן דברי אפיקורסות 'צו געפעלן פאר די רעגירונג'.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2108
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 7457
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 12:36 amאיר האט בכלל נישט גוט פארשטאנען מיינע ווערטער,Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 11:56 pm ממש אזוי? דאס איז די איינציגסטע אפיקורסות אין דעם ביכל?
איך האב נישט געשריבן אז דאס איז די איינציגע 'אפיקורסות', עס זענען גראדע דא דארט לרחצה גענוג און נאך אפיקורסות,
(אפיקורסות מיינט נישט דוקא טעאריעס און סברות פון יענע חברה, און אפיקורסות ווערט אויך נישט געמאסטן לויט ווי באקאנט און פאפולער עס איז צווישן יענע חברה,
נאר יעדע זאך וואס מען פארדרייט פון די תורה הק', ובפרט ווען דאס איז אויף אן אופן און מיטן ציהל צו מעלים זיין דאס וואס יעדער איד גלייבט און זאגט ביים ערשטן אני מאמין 'שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים', און אפילו עס איז בכלל נישטא אזא שיטה אין ערגעץ נאר ער האט דאס אליין אויסגעטראכט, דאן איז דאס אפיקורסות, און מען דארף זיך לאזן הרג'ענען דערויף, ווי איינער האט שוין פריער דא נאכגעברענגט די ווערטער פונעם של"ה הקדוש וואס רביה"ק זי"ע ברענגט אראפ אין ויואל משה).
וואס איך האב געשריבן, האב איך געמיינט צו זאגן אז 'לשיטתו' וואס ער פרובירט צו איינרעדן כאילו דאס שרייבן נילוס קומט פשוט פון עם הארצות, איז ממש וואנדערליך פארוואס עס האט זיך נישט פארווארפן נאך אזעלכע סארט אפענע (כלומר'שט) עם הארצות'דיגע טעותים ביי אן ענין וואס די עם הארצות זאל נישט האבן צוטוהן מיט קיין אפיקורסישע שיטה, וד"ל.
און טאקע דאס האב איך ארויסגעברענגט, אז אזעלכע סארט עם הארצות וואס האבן דייקא יא צו טון מיט אפיקורסות איז דא לרחצה, איז אויב וואלט דאס געווען בכוונה וואלט געדארפט זיין נאך.
וד"ל.
- לעבער מיט שוואמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 212
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
- Location: אין רעצעפט ביך
- x 223
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דאכט זיך מיר אז אבי שיק האט פארלאנגט א TRO פונעם Appellate division אין נישט מצליח געווען
אבער אין דעם פאל איז עס געווען ערווארטעט
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2959
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6965
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך וואונדער זיך פון וועמען פיערלס מאכט שפאס. איך פארשטיי באמת נישט די מהלך. דער עולם איז דאך היינט נישט אזוי האלב געקאכט.... מענטשן ווייסן דאך אלעס מער ווייניגער. וואס איז פשט פון וועלן איינרעדן אז דער TRO איז צו פארדאנקען די אפיעלס פון פערלס? דאס איז אזוי נאריש. און וואס איז פשט אז די שפראך האט זיך בין יום ללילה געגעבן א טויש פון חינוך צו ספעשל עד? עס איז אזוי עקלדיג.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דאס דארף מען קענען!
10 יאר וואס פערלס איז און קאורט, געמאכט פשרות און פארלוירן 'יעדע' קאורט
אבער ווען א צוויטער לייגט זיך אריין און האט ב"ה גרויס הצלחה איז עס גאר זייער קרעדיט...
זיי האבן געמאכט די נייע געזעץ, זיי נעמען קרעדיט אויף די [ערוואטעטע...
] סטעי...
ווען איך זע ווען נישט די צעטל אויף זייער אפציעלע אימעיל וואלט איך געמיינט אז דאס איז א פאשקעוויל

גראדע איז יענץ נישט קיין ראי', ערשטנס מען בעט נישט קיין סטעי פון די קאורט או אפיעלס, און נאך אין די לעצטע מינוט בעפאר די פסק קומט ארויס, צווייטנס די ריכטער האבן דאך שוין געוויסט מער ווייניגער אז פערעלס פארלירט סייווי (א סטעי געבט מען נאר אין פאל יענער האט ערענסטע שאנסן צו געווינען).
ברלנד
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 22016
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
האלטסט פאר א רגע אז דער קעפל און נייעס וואלט אויסגעזען "ענליך" ווען דאס וואלט געווען א פערלס קעיס?יאנטשי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 10:50 amגראדע איז יענץ נישט קיין ראי', ערשטנס מען בעט נישט קיין סטעי פון די קאורט או אפיעלס, און נאך אין די לעצטע מינוט בעפאר די פסק קומט ארויס, צווייטנס די ריכטער האבן דאך שוין געוויסט מער ווייניגער אז פערעלס פארלירט סייווי (א סטעי געבט מען נאר אין פאל יענער האט ערענסטע שאנסן צו געווינען).
#משוגע בלי גבול
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לאכן אדער וויינען? ווען די נושא איז נישט חינוך וואלט איך אויך געלאכט.
ברלנד
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אוודאי נישט, איך זאג נאר אז פערעלס בעטן פאר א TRO איז געווען א שטיק שלאבערישקייט -ווי אויסגעשמועסט בשעתו- און מען קען עס נישט ברענגען פאר א ראי' אז די יעצטיגע TRO איז אזא מעכטיגע געווינס וואס אפילו פערעלס האט נישט געקענט ארלעדיגן.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 10:53 amהאלטסט פאר א רגע אז דער קעפל און נייעס וואלט אויסגעזען "ענליך" ווען דאס וואלט געווען א פערלס קעיס?יאנטשי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 10:50 amגראדע איז יענץ נישט קיין ראי', ערשטנס מען בעט נישט קיין סטעי פון די קאורט או אפיעלס, און נאך אין די לעצטע מינוט בעפאר די פסק קומט ארויס, צווייטנס די ריכטער האבן דאך שוין געוויסט מער ווייניגער אז פערעלס פארלירט סייווי (א סטעי געבט מען נאר אין פאל יענער האט ערענסטע שאנסן צו געווינען).
#משוגע בלי גבול
ברלנד
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך פארשטיי נישט וואס דער עולם איז אזוי איבערגענומען דא פון די פערלס אפדעיט,
דאס איז דאך זייער הויפט אויפטוה אין זייער גאנצע צען יאריגע עקזיסטענץ, אז זיי האבן שוין באוויזן צו טוישן דעם באדייט פון זייער אסאך ווערטער פונעם אידישן לעקסיקאן
פאלגענד זענען עטליכע דוגמאות פון די נייע פערלס ווערטער בוך (דיקשאנערי בלע"ז):
פארלוירן = געוואונען
יענעמ'ס געווינס = מיין קרעדיט
מלחמה = פארהאנדלען
קעמפן = מאכן פשרות
פעטוועי = קנאות בריוו
חינוך הטהור = אריינגעבן טיימליין פלאן
נישט טוישן זיז כל שהו = מאכן נייע ביכער
התגרות באומות = נישט אונטערגעבן פאר די גזירה
דרך ה'מסורה' = הכנעה פאר די גזירות
דרך הסלולה מרבותינו = התחברות מיט אגודה\פעדערעשאן
כפירה = עם הארצות (אדער ליגנט)

ווי מען זעט טאקע זענען די קינדער פון די מוסדות פארטרעטן דורך פערלס אינגאנצן אפגעפארן ה"י היה לא תהיה.פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 1:53 pm איך פארשטיי נישט וואס דער עולם איז אזוי איבערגענומען דא פון די פערלס אפדעיט,
דאס איז דאך זייער הויפט אויפטוה אין זייער גאנצע צען יאריגע עקזיסטענץ, אז זיי האבן שוין באוויזן צו טוישן דעם באדייט פון זייער אסאך ווערטער פונעם אידישן לעקסיקאן
פאלגענד זענען עטליכע דוגמאות פון די נייע פערלס ווערטער בוך (דיקשאנערי בלע"ז):
פארלוירן = געוואונען
יענעמ'ס געווינס = מיין קרעדיט
מלחמה = פארהאנדלען
קעמפן = מאכן פשרות
פעטוועי = קנאות בריוו
חינוך הטהור = אריינגעבן טיימליין פלאן
נישט טוישן זיז כל שהו = מאכן נייע ביכער
התגרות באומות = נישט אונטערגעבן פאר די גזירה
דרך ה'מסורה' = הכנעה פאר די גזירות
דרך הסלולה מרבותינו = התחברות מיט אגודה\פעדערעשאן
כפירה = עם הארצות (אדער ליגנט)
איך טראכט נאר הויעך...
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 894
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1520
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך האלט אויך אז די פעירלס מארקעטינג איז ראנג, אבער גראדע האבן זיי פיין פון וועם זיך צו לערנען...
אינטערעסאנט אז דעמאלטס האט מען נישט קיין פראבלעם מיט היפאקריטיע...
אינטערעסאנט אז דעמאלטס האט מען נישט קיין פראבלעם מיט היפאקריטיע...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איר ברויכט נייע ברילן אויב איר האט געזעהן ערגעץ אין מיינע ווערטער אז די קינדער פון פערלס מוסדות זענען אינגאנצן אפגעפארןלחידודא האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 2:11 pmווי מען זעט טאקע זענען די קינדער פון די מוסדות פארטרעטן דורך פערלס אינגאנצן אפגעפארן ה"י היה לא תהיה.פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 1:53 pm איך פארשטיי נישט וואס דער עולם איז אזוי איבערגענומען דא פון די פערלס אפדעיט,
דאס איז דאך זייער הויפט אויפטוה אין זייער גאנצע צען יאריגע עקזיסטענץ, אז זיי האבן שוין באוויזן צו טוישן דעם באדייט פון זייער אסאך ווערטער פונעם אידישן לעקסיקאן
פאלגענד זענען עטליכע דוגמאות פון די נייע פערלס ווערטער בוך (דיקשאנערי בלע"ז):
פארלוירן = געוואונען
יענעמ'ס געווינס = מיין קרעדיט
מלחמה = פארהאנדלען
קעמפן = מאכן פשרות
פעטוועי = קנאות בריוו
חינוך הטהור = אריינגעבן טיימליין פלאן
נישט טוישן זיז כל שהו = מאכן נייע ביכער
התגרות באומות = נישט אונטערגעבן פאר די גזירה
דרך ה'מסורה' = הכנעה פאר די גזירות
דרך הסלולה מרבותינו = התחברות מיט אגודה\פעדערעשאן
כפירה = עם הארצות (אדער ליגנט)
נאר וואס דען, דאס איז די וועג ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן, מען גיט א שיס אזא לופטיגע סטעטמענטס כאילו איינער האט דעס געזאגט
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לויט אייערע ווערטער אז זיי האבן משנה געווען דער חינוך הטהור, זיך מכניע געווען פאר די גזירה, זיך מתחבר געווען מיט רשעים, געמאכט פשרות און נייע ביכער, וואלט עס געדארפט לאזן עפעס א שלעכטע רושם אויף די קינדער. ניין?פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 3:23 pmאיר ברויכט נייע ברילן אויב איר האט געזעהן ערגעץ אין מיינע ווערטער אז די קינדער פון פערלס מוסדות זענען אינגאנצן אפגעפארןלחידודא האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 2:11 pmווי מען זעט טאקע זענען די קינדער פון די מוסדות פארטרעטן דורך פערלס אינגאנצן אפגעפארן ה"י היה לא תהיה.פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 1:53 pm איך פארשטיי נישט וואס דער עולם איז אזוי איבערגענומען דא פון די פערלס אפדעיט,
דאס איז דאך זייער הויפט אויפטוה אין זייער גאנצע צען יאריגע עקזיסטענץ, אז זיי האבן שוין באוויזן צו טוישן דעם באדייט פון זייער אסאך ווערטער פונעם אידישן לעקסיקאן
פאלגענד זענען עטליכע דוגמאות פון די נייע פערלס ווערטער בוך (דיקשאנערי בלע"ז):
פארלוירן = געוואונען
יענעמ'ס געווינס = מיין קרעדיט
מלחמה = פארהאנדלען
קעמפן = מאכן פשרות
פעטוועי = קנאות בריוו
חינוך הטהור = אריינגעבן טיימליין פלאן
נישט טוישן זיז כל שהו = מאכן נייע ביכער
התגרות באומות = נישט אונטערגעבן פאר די גזירה
דרך ה'מסורה' = הכנעה פאר די גזירות
דרך הסלולה מרבותינו = התחברות מיט אגודה\פעדערעשאן
כפירה = עם הארצות (אדער ליגנט)
נאר וואס דען, דאס איז די וועג ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן, מען גיט א שיס אזא לופטיגע סטעטמענטס כאילו איינער האט דעס געזאגט
איך טראכט נאר הויעך...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דו האסט שוין נעכטן באשולדיגט אז דער בלאט טוט אויך אזוי,הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 3:01 pm איך האלט אויך אז די פעירלס מארקעטינג איז ראנג, אבער גראדע האבן זיי פיין פון וועם זיך צו לערנען...
אינטערעסאנט אז דעמאלטס האט מען נישט קיין פראבלעם מיט היפאקריטיע...
אבער נאכן בעטן פרוף דערויף האסטו גארנישט צוגעשטעלט
איך האב געמיינט אז
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:50 am לויט "קריטיקל טינקינג" דארף מען מאכן "ארגומענטן" באזירט אויף "קלעימס".
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לאזן א שלעכטע רושם מיינט ביי דיר 'אינגאנצן אפגעפארן'?לחידודא האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 3:28 pmלויט אייערע ווערטער אז זיי האבן משנה געווען דער חינוך הטהור, זיך מכניע געווען פאר די גזירה, זיך מתחבר געווען מיט רשעים, געמאכט פשרות און נייע ביכער, וואלט עס געדארפט לאזן עפעס א שלעכטע רושם אויף די קינדער. ניין?פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 3:23 pmאיר ברויכט נייע ברילן אויב איר האט געזעהן ערגעץ אין מיינע ווערטער אז די קינדער פון פערלס מוסדות זענען אינגאנצן אפגעפארן
נאר וואס דען, דאס איז די וועג ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן, מען גיט א שיס אזא לופטיגע סטעטמענטס כאילו איינער האט דעס געזאגט
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לאמיר זיין קלאר.
מען האט זיכער גענוצט די פערלס אורטייל לטובת די יעצטיגע פסק. אבער די קעגנער פון פערלס ווילן עס נישט אנערקענען.
מען האט זיכער נישט גענוצט דעם אורטייל אויף די וועג וויאזוי פערל'ס לייגט עס אראפ. דאס ווילן זיי נישט אנערקענען.
יעדער איז פארנומען שרייען אז דער אנדערער איז א שקרן ווייל ער ברענגט נישט גענוג ארויס זיין זייט פון די מטבע.
ביידע זענען נישט גערעכט.

מען ריפט עס נאך פערלס פסק ווי כאילו סאיז עפעס א פסק וואס פערל"ס האט דעליווערטלחידודא האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 3:35 pm לאמיר זיין קלאר.
מען האט זיכער גענוצט די פערלס אורטייל לטובת די יעצטיגע פסק. אבער די קעגנער פון פערלס ווילן עס נישט אנערקענען.
מען האט זיכער נישט גענוצט דעם אורטייל אויף די וועג וויאזוי פערל'ס לייגט עס אראפ. דאס ווילן זיי נישט אנערקענען.
יעדער איז פארנומען שרייען אז דער אנדערער איז א שקרן ווייל ער ברענגט נישט גענוג ארויס זיין זייט פון די מטבע.
ביידע זענען נישט גערעכט.
איר ווייסט דעי פסק האט פערל"ס פארלוירן אויף א ביטערע שווערע פארנעם
איר ווייסט אפשר אז פערל"ס איז געגאנגען אין געריכט צו טענהן אז די רעגולאציעס פינעם קאמישאנער זענען געמאכט געווארן נישט לעגאל און האבן פארלוירן מיט יעדן פרט
האט איר מיטגעהאלטן די לייוו Oral arguments אדער געליינט די סקריפט ווי מען זעט ווי די סטעיט טענה'ט אז זיי פארשפארן נישט קיין מוסד(מיט שלאס אין ריגל) אין דאס איז קיינמאל נישט געווען זייער שטעלונג
איז פארוואס פארדרייט איר א קאפ
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
זעהט אויס ווי איר ארבעט בשותפות (אדער בגלגול) מיט @הלבלר בקולמסו צו פארענטפערן די דברי כפירה מיט ק"נ סברות של שטותים.Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 1:46 amאון טאקע דאס האב איך ארויסגעברענגט, אז אזעלכע סארט עם הארצות וואס האבן דייקא יא צו טון מיט אפיקורסות איז דא לרחצה, איז אויב וואלט דאס געווען בכוונה וואלט געדארפט זיין נאך.► Show Spoiler
וד"ל.
נאר לויט ווי איך פארשטיי פון אייערע ווערטער זענט איר כאטש אביסל מער מחמיר ווי איהם,
דהיינו, איר זענט יא מודה אז ווער עס 'שרייבט בכוונה' נילוס אנשטאט ים סוף איז דאס דברי כפירה אפילו ווען ער האלט נישט דערפון,
נאר איר זענט מחדש א אנדערע היתר, אז נאר ווען איינער שרייבט אויף איינמאל אלע אפיקורסות וואס זענען דא לרחצה אין יעדע פרשה דאן איז דאס זיכער בכוונה לכפירה,
אבער ווען איינער שרייבט נאר איין זאך פון כפירה און ער רעדט נישט פון אלע כפירה טעאריעס פון יעדע פרשה, דאן איז דאס נאר עם הארצות..... און נישט קיין כפירה, והא ראי' ער וואלט געקענט שרייבן נאך (רח"ל)
האלט מיר שוין ביי היתר #11
יעצט איבער די עצם נארישע אויסרייד צו פרובירן איינרעדן דעם עולם אז דאס שרייבן נילוס איז נאר געווען עם הארצות, וועלמיר דא אויסשמועסן עטליכע סיבות פארוואס דאס שטימט אפילו נישט דא צו זאגן,
קודם כל, קוקט אויס ווי איר ווייסט נישט דעם אפטייטש פון דעם באגריף עם הארצות,
עם הארצות מיינט ווען איינער איז פשוט אן אומוויסנדער מענטש און צוליב דעם מישט ער אויס זאכן איינס מיטן צווייטן,
אבער די ווערטער קלעבן ניטאמאל ווען מען רעדט פון א שטודירטע און געלערנטע פרוי, וואס אין די גאנצע 200 בלעטער פונעם קוריקולום זענען אלע 'נעמען' און 'פלעצער' פון די גאנצע חומש משניות און גמרא אלעס אזוי פונקטליך אקוראט, און דו וועסט נישט טרעפן קיין אנדערע ענליכע עם הארצות'דיגע טעות ווי זי האט פארטוישט צווישן די נעמען פון שבטים אדער משה מיט אהרן, אידן מיט די מצרים, יוכבד מיט שפרה און פועה וכדומה (אטו כי רוכלא ליזיל ולחשוב),
איז עפעס א וואונדערליכע זאך געשעהן, אז פונקט ביי די מעשה פון קריעת 'ים סוף', וואס יעדע פיצל קינד וואקסט אויף פון קליינווייז אן פון די מעשה, און ווייסט קלאר אז דער 'באשעפער' האט געשפאלטן דעם 'ים סוף', איז איר באפאלען אזא 'שרעקליכע עם הארצות' אז זי האט געשריבן די 'נילוס'.....
קאם אן, רעד מיך נישט איין אז די אליין גלייבסט אפילו איין רגע אזעלכע שטותים...
והשנית,
אויב וואלט ווען דאס עם הארצות געווען נאר איין פאכיג וואס זי האט נאר פארטוישט 'ים סוף' מיט 'נילוס', אבער זי וואלט נאך אלץ ארויסגעשריבן אז 'דער באשעפער האט געשפאלטן די נילוס', דאן וואלט מען ווען געקענט 'אפשר' טראכטן אז דא איז פשוט געשעהן אן עם הארצות'דיגע טעות, כאטש עס וואלט נאך אלץ געווען מאדנע אזא גראבע טעות, דאך וואלט מען נישט געקענט זאגן אז דאס האט צוטוהן מיט א אפיקורסישע שיטה, וויבאלד זי וואלט כאטש געשריבן אז דער באשעפער האט עס געשפאלטן.
אבער ווען דא זעהט מען א צוויי פאכיגע דאפלטער סילוף, 1) פארטוישט 'ים סוף' אויף 'נילוס'. 2) נישט ארויסשרייבן אז דער באשעפער האט עס געשפאלטן, נאר אז מען לערנט 'וועגן די שפאלטונג' פון נילוס, דאן איז נישטא קיין שום צל של ספק פון עם הארצות, און איז ברור כשמלה אז דאס איז אזוי געשריבן געווארן בכוונה תחילה כדי עס זאל שטימען מיט די רעגירונג סטאנדארטן, וכמבואר לעיל.
והשלישית,
אפילו אויב איינער זאל זיך וועלן איינרעדן אז די שרייבערן פון די קוריקולום מעפינג ווייסט נעבעך נישט אז עס איז געווען קריעת 'ים סוף', דאס וואלט ווען געשטימט צו זאגן אויב זי האט ווען אליין געמאכט די גאנצע קוריקולום מעפינג אן די הילף פון קיינעם,
עס איז אבער דא דאקומענטירט אז זי איז אלעס איבערגעגאנגען מיט די מנהלים פון די ת"ת,
אזויווי עס שטייט אין איינע פון די פערלס אימעילס פאר די אדמיניסטרעיטארס פון די מוסדות, נאך גאנץ אנהייב פון די גזירה בשנת תשע"ז לפ"ק (ווען זיי האבן נאך געארבעט במחשכים און קיינער האט נישט מיטגעהאלטן וואס זיי טוען).
ווי זיי שרייבן אן אפדעיט איבער די קודש קוריקולום מעפינג, אז עס איז פארגעקומען א קאנפערענס קאלל מיט די שרייבערן פון די קוריקולים מעפינג דר. עדינא שיק ווי עס האבן זיך באטייליגט די מנהלים פון די מוסדות סאטמאר, פאפא, וויזניץ (ב"פ), וויען און קלויזנבורג, כדי צו הערן פון די מנהלים וועלכע זאכן מען לערנט אין די חדרים און דורך דעם צו וויסן וועלכע סאבזשעקטס אריינצולייגן אין די קוריקולום,
און די מנהלים זענען דאך זיכער נישט קיין עם הארצים, און זיי האבן זיכער נישט געמאכט די צוויי 'טעותים' צו זאגן אז מען לערנט 'וועגן די שפאלטונג' פון די 'נילוס'.....
והרביעית,
לויט ווי עס זעהט אויס פון דיינע ווערטער אז בעצם ביזטו מודה אז שרייבן אזעלכע ווערטער 'בכוונה' איז כפירה, נאר דא איז עס געשעהן א טעות מכח עם הארצות,
דאן איז דא א מורא'דיגע טענה אויף פערלס, וויבאלד די שערורי' איבער די אפיקורסות פון די קודש קוריקולום און פון דאס שרייבן נילוס אנשטאט ים סוף, האט מען דאך שוין אנגעהויבן מעורר צו זיין איבער 4 יאר צוריק בשנת תשפ"א לפ"ק,
און אויב וואלט געווען אמת אז די דברי כפירה פון נילוס נישט געווען בכוונה תחילה נאר סתם א רעזולטאט פון עם הארצות, דאן וואלט דאך פערלס גלייך געדארפט נאכשיקן א בריוו פאר די רעגירונג צו פאררעכטען דעם שרעקליכן (כמו) טעות כדי עס זאל נישט בלייבן די דברי כפירה, און ווי אויך פארמאכן די מויל פון די אלע מערערים,
פונקט ווי מען האט געטוהן א יאר צוריק ביי די קנאות'דיגע פעטוועי בריוו, וואס נאכן שיקן פרייטאג א נישט ריכטיגע בריוו, האט מען שנעל זונטאג נאכגעשיקט א צווייטע בריוו מיט מער קנאות'דיגע נוסח (אנגעבליך) לויטן פארלאנג פון די דיינים,
און דעמאלס איז ביי די ערשטע פרייטאג'דיגע בריוו נישט געווען קיין ווערטער וואס מען קענט אויסטייטשן אלץ כפירה, דאך האט מען געפילט פאר וויכטיג נאכצושיקן זונטאג די שטערקערע נוסח עפ"י בקשת הרבנים, איז דאך על אחת כמה וכמה ביי עפעס וואס האט דאס מינדעסטע שייכות מיט דברי כפירה, וואלט מען זיכער געדארפט גלייך אריינשיקן פאר די רעגירונג א תיקון טעות צו פאררעכטן די ווערטער,
און למעשה לדאבונינו הרב האלט מען שוין היינט איבער פיר יאר וואס די דברי כפירה ליגט ביי די רעגירונג אין נאמען פון די מוסדות, און עס נאכנישט געווארן אריינגעשיקט קיין שום בריוו דאס צו פאררעכטען (וואס יעדער קען דאס אליין פארלאנגען ביי רעגירונג צו באקומען דורך FOIL).