הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מוצש"ק יולי 12, 2025 11:24 pm
פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 11, 2025 2:46 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 11, 2025 2:16 pm
ווערט ערווארטעט נאך 52 שיעורים פון הרב ---------- צו אפפרעגן סתירות מיט פירכות, דיוקים און אוקימתות, בייגעלייגט מיט ביליציגע גלייכווערטלעך, אין די איבער פופציג זייטן פון דעם בארשעוו אפירמעישאן...
אויפצודעקן וואס זענען די "אמת'ע מאטיוון" פון די "ישיבה קאונסיל", און וועם זיי טוען "באמת" פארטרעטן.
#פאפקארן_אלערט
שיעורים דארף מען געבן נאר ווען מען פרובירט צו אריינטייטשן אין די הייליגע תורה, כאילו דארט לערנט מען [ח"ו] אויף אן אופן ויאזוי דער גוי פארלאנגט לויט
די 'טריפה'נע רעגירונג סטאנדארטן' פון סייענס און סאשעל סטאדיס, און צוליב דעם האט מען געמוזט פארמעקן זאכן פון די תורה רח"ל, אדער געשריבן זאכן אנדערש כדי עס זאל נישט זיין קיין סתירה מיט די שיטות האפיקורסים, (למשל נילוס אנשטאט ים סוף, ועוד ואכמ"ל).
לויט די שטיקלעך פונעם לויער'ס אפירמעשאן וואס זענען דא אראפגעברענגט געווארן, זעהט נישט אויס ווי ער פרובירט דאס צוצשטעלן צו קיין שום לערנינג סטאנדארטן פון די רעגירונג, נאר עס קוקט מיר ענדערש אויס ווי ער פרובירט צו ברענגען עטליכע משלים ווי אין אונזער גמרא לערנט מען ענינים וואס זענען ידיעות פון מאטעמאטיק און סייענס וכו' (און פארדעם האט ער טאקע נישט צוגעצייכנט קיין איינע פון די סטאנדארטן וואס מען קומט נאך).
און ער האט זיך אויך נישט צוריקגעהאלטן פון שרייבן עטליכע מאל אז די ישיבות קענען 'נישט' לערנען דאס וואס מען לערנט אין פאבליק סקול, ודי בזה.
האסט מיר א לינק צו עפעס אן אפיקורס וואס זאגט נילוס אנשטאט ים סוף?...
איך גלייב אז די מערכת ערלויבט נישט ארויפצולייגן דא ברבים קיין לינקס צו אפיקורסישע מאטריאל,
און איך פערזענליך וויל אויך נישט מכשיל זיין קיין אנדערע אידן מיט ליינען דברי מינות וכפירה.
אבער אויב וועט ארויסקומען דערפון א תועלת, דאן וואלט איך אייך יא געשיקט פריוואט די מראי מקומות דערויף,
ממילא וויל איך אייך דא שטעלן א פראגע און איר זאלט דאס דא ענטפערן ברבים:
וואס וועט זיין נאכדעם וואס איך וועל אייך צושטעלן א לינק צו אן אפיקורס וואס זאגט נילוס אנשטאט ים סוף, דאן וועט איר דא ברבים מודה זיין אז פערלס האט געמאכט און אריינגעגעבן פאר די רעגירונג אן אפיקורסישע ביכל?
אויב יא, דאן וועל איך אייך שיקן בל"נ עטליכע מראי מקומות.
אבער אויב נישט, איז א סימן אז איר זענט נישט נייגעריג צו וויסן דעם אמת, און איר וועט זיך ממילא נישט טוישן, ממילא איז נישטא קיין שום תועלת צי באשמוצן דעם פארום און פארשמירן די אויגן פון די אלע אידן וואס ליינען דא צי דארפן זעהן אזעלכע דברי אפיקורסות.