דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 11, 2025 2:27 pm
היימיש האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 11, 2025 11:18 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 11, 2025 8:59 am
דער לויער בארשאוו איז שוין בעצם געהייערט דורך די 2 מוסדות פאר אנדערטהאלבן יאר.
במשך די צייט, נאך בעפאר די נייע געזעץ, האט בארשאוו געארבעט צו אויפווייזן אז דער פעלדער געזעץ איז געווארן געפעלשט דורכ'ן קאמישאנער. אין איינע פון די הויפט שריט האט ער געשיקט
א 40 זייטיגע באריכט וויאזוי די אידישע תורה אנטהאלט אין זיך אלעס וואס די פעלדער געזעץ פארלאנגט, א זאך וואס די קאמישאנער האט טאטאל נישט אין באטראכט גענומען ביים ריוויו אויף די 18 מוסדות, אין די צייט וואס פעלדער הייסט זיך יא רעכענען דערמיט, לויט די ארגינעלע באדייט פונעם אמענדמענט.
יעצט האט מען מיטגעלייגט דעם גאנצן רעפארט אלס אן אפידעיוויד צום יעצטיגן קלאגע, וואס איז אויך שטארק באזירט אויף די זעלבע מהלך מיט'ן פעלדער געזעץ.
@דער תהלים איד עס זעהט נישט אויס ווי איר האט בכלל געליינט די איצטיגע קלאגע
בארשעוו דערמאנט
2 מאל אין זיין איצטיגע קלאגע, אז ער האט שוין געהאט בעבר אריינגעשיקט א
אפירמעישאן פון
איבער 50 זייטן פארן קאמישענאר בשם די מוסדות נאך בעפאר זיי זענען געווארן געפסל'ט, מיט טענות אז די קאמישענער האט פארפעלט צו קוקן אויך אויף די לימודי קודש,
ממילא האט ער עס איצט מיטגעלייגט
אלס אן 'עקזיביט' [נישט אלס אפידעיוויד]
פששש. וואוו.
איך וועל מוזן גיין מברר זיין וואס דא גייט פאר. ביסט זיכער אז ס'איז 50 זייטן? דו מוזט איבערציילן. אפשר קענען מיר מאכן א פשרה ערגעץ אינמיטן, לאמיר זאגן ביי 45? אדער עטליעסט 49.5 עס נישט ריטשן די נומער 50?
נאכער העמיר אי"ה אנהויבן אן אויספארשונג וועגן די הלכה'דיגע נפק"מ צווישן אן אפידעיוויד און עקזיביט, לויט געוויסע קוועלער איז עקזיביט מער גענויגט צו די דורותינו און אפידעיוויד איז מער צו די זייט פון די פעדערעישן. אבער נעם נישט מיין ווארט, ס'איז נאך אינמיטן די אויספארשונג.
און צו אייך @היימיש: איר קענט מיר זאגן וואס איר ווילט??? אפשר א שיעור אין זכרו אדער דרשו? ס'איז דאך ממש א הארצוויי דאס גיין ליידיג.
מיר האבן אייך געוואלט פשוט אויפמערקזאם מאכן אז ווער עס האט יא געליינט בארשעוו קלאגע, האט גלייך באמערקט פון אייער תגובה
אז איר האט נאך נישט געליינט די קלאגע
נישט ווייל עס האט פערציג אדער פופציג זייטן...
נאר ווייל בארשעוו זעלבסט שרייבט דאס ארויס אין זיין קלאגע מער ווי איין מאל
בלשונו (50+ pages)
ווער עס קען אביסל געריכט לענגוויטש, צו שרייבן אנשטאט עקזיביט, 'אפידעיוויט' איז היבש אביסל עמי הארצות
מיר האבן אייך בלויז געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז איר זאלט זיין א דייק בלשונו, ובפרט ווען די טעותים זאגן אויס אז מען האט נישט אליינס אפגעליינט די פאפירן
כדי דאס זאל ח"ו נישט אוועקנעמען די שטארקע טראסט און נאמנות וואס די לייענער האבן אין אייך
עניוועי, א גרויסן ישר כח פאר נעמן פון אייערע טייערע צייט און שרייבן געשמאקע קרוב צו
זיבן טויזענט תגובות אויף אידטיש