אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
פארטריבן
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 17

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

222555 האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 12:42 am
פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 11:18 pm
קונטסל האט געשריבן: פרייטאג מערץ 21, 2025 9:40 am
סאטמאר 53 איז געווען ביז א יאר צוריק אונטער פערלס?
שוין אפשר פינעף יאר צוריק האט מען זיך אפגעשאקלט פון זיי.[/b]
מוסדות סאטמאר (מהר"א) זענען אפיציעל שוין עטליכע יאר נישט פארבינדן מיט פערלס, אבער נאר די ספעציפישע אפטיילונג פון די סאטמאר 53 תלמוד תורה, וויבאלד זיי זענען געווען אונטער די ארגינעלע קלאגע פון יאפפע"ד, זענען זיי נאך -אומאפיציעל- געבליבן אונטער די לעגאלע פארטרעטערשאפט פון פערלס צוזאמען מיט די אנדערע מוסדות וואס האבן גענוצט די פערלס ארגאניזאציע כלפי די מסירה, און ביז פאריאר זענען זיי נאך געווען לעגאל פארטרעטן דורך פערלס לויער אבי שיק, און זיי האבן נאך באצאלט מעמבערשיפ פאר פערלס נוצנדיג זייער לויער. (אלע איבריגע מוסדות מהר"א אין ברוקלין זענען נישט געווען אונטער די ארגינעלע מסירה פון יאפפע"ד, דעריבער האבן זיי פערזענליך נאכנישט געדארפט נוצען קיין לויער'ס).

ווען די סטעיט האט פאריאר ווינטער (בערך חודש כסלו) געגעבן די פרעלימינערי נעגאטיוו דעטערמינעשאן פאר 12 מוסדות התורה, און פארלאנגט אז זיי מוזן ביז 60 טעג אריינגעבן א טיימליין פלאן וויאזוי זיי גייען זיך צושטעלן צו אלע פארלאנגטע לימודים און אויספאלגן אלע רעגולאציעס, האט דער פערלס לויער דעמאלס קודם געמאלדן פאר די סיטי אז 10 מוסדות וועם ער פארטרעט (דהיינו חוץ די 2 שאפראן קאשוי) וועלן אריינגעבן די פארלאנגטע טיימליין פלאן, נאר ער האט געבעטן א פארלענגערונג פאר נאך אביסל צייט.

אביסל שפעטער ווען עס איז געקומען למעשה צו אריינגעבן די טיימליין פלאן, האבן 3 פון די 10 מוסדות ארויסגעבעקט, וואס דאס זענען טאקע די 3 מוסדות סאטמאר 53 ת"ת און די 2 סקווירא ת"ת (וומס"ב און ב"פ) וואס האבן למעשה נישט געוואלט אריינגעבן קיין טיימליין און נישט געוואלט זיך אונטערנעמען אויסצופירן די נייע גיידליינס, נאר זיי האבן אויפגענומען אן אייגענעם לויער און פרובירט אפצושלאגן די רעגירונג פארלאנגען אז זיי זאלן נישט דארפן אריינגעבן קיין טיימליין, דאס האט זיך געשלעפט בערך א יאר צייט, און די סטעיט איז געבליבן ביי דאס זייעריגע און נישט נאכגעגעבן פון זייער פארלאנג אז די מוסדות מוזן אויך אריינגעבן א טיימליין, און היות די 3 האבן דאס נישט געוואלט צושטעלן, האבן טאקע די 3 מוסדות אויך יעצט באקומען די פיינעל נעגאטיווע דעטערמינעשאן אז זיי זענען קומען נישט נאך די גיידליינס, די זעלבע ווי שאפראן און קאשוי וואס האבן גלייך פון אנהייב זיך אנטזאגט פון אריינגעבן א טיימליין פלאן.
לפי ידעתי איז עס איין בנין פון בית רחל סאטמאר ב"פ נישט פון ת"ת
די אדרעסס פון די סאטמאר ב"פ בילדינג אונטער די מסירה איז 1275 36'סטע סטריט
יעדער קען אליין מברר זיין אז דארט איז די ת"ת און נישט קיין בית רחל
פארטריבן
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 17

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

געצל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 10:15 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 7:41 pm
איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 7:10 pm פון וועלכע פראגראמען רעדט מען, וואס די רעגירונג גייט אויפהערן געבן פאר די פאר מוסדות?
די וואס מען באקומט.

דהיינו: לאנטש פראגראמען, סעקיורעטי פראגראמען און וואוטשערס.

וואטשערס שטייט נישט בכלל, די מוסדות זאגן אז זיי ווייסן נישט איבער דעם
וואוטשערס שטייט טאקע נישט, און בפשטות פאר וואוטשערס מוז מען נישט זיין קיין סקול, פלעיגרופס קענען אויך באקומען, און אויך פריוואטע בעיביסטינג וכדו'
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 191
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 242

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך אנעקדאט »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 2:17 pm
געצל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 10:15 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 7:41 pm

די וואס מען באקומט.

דהיינו: לאנטש פראגראמען, סעקיורעטי פראגראמען און וואוטשערס.

וואטשערס שטייט נישט בכלל, די מוסדות זאגן אז זיי ווייסן נישט איבער דעם
וואוטשערס שטייט טאקע נישט, און בפשטות פאר וואוטשערס מוז מען נישט זיין קיין סקול, פלעיגרופס קענען אויך באקומען, און אויך פריוואטע בעיביסטינג וכדו'
מ'מוז נישט זיין דוקא א סקול, אבער וואס מ'איז אנגעגעבן מוז מען זיין. א פלעי גרופ מוז זיין עפראווד אלץ פלעי גרופ, און א בעביסיטינג מוז זיין עפראווד אלץ בעביסיטינג. א סקול מוז זיכער אויך עפעס נאכקומען, דארף מען נאר וויסן וואס.
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 128

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך בקי ביחוס »

אנעקדאט האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 3:25 pm
פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 2:17 pm
געצל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 10:15 am

וואטשערס שטייט נישט בכלל, די מוסדות זאגן אז זיי ווייסן נישט איבער דעם
וואוטשערס שטייט טאקע נישט, און בפשטות פאר וואוטשערס מוז מען נישט זיין קיין סקול, פלעיגרופס קענען אויך באקומען, און אויך פריוואטע בעיביסטינג וכדו'
מ'מוז נישט זיין דוקא א סקול, אבער וואס מ'איז אנגעגעבן מוז מען זיין. א פלעי גרופ מוז זיין עפראווד אלץ פלעי גרופ, און א בעביסיטינג מוז זיין עפראווד אלץ בעביסיטינג. א סקול מוז זיכער אויך עפעס נאכקומען, דארף מען נאר וויסן וואס.
מדארף זיין א טשיילד קעיר סענטער, און פון 6 יאר און ארויף גיט מען טאקע איין עפטער ליגעל סקול שעות, כמיין פון 3
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 604
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 681

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך איד »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 2:17 pm
געצל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 10:15 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 7:41 pm

די וואס מען באקומט.

דהיינו: לאנטש פראגראמען, סעקיורעטי פראגראמען און וואוטשערס.

וואטשערס שטייט נישט בכלל, די מוסדות זאגן אז זיי ווייסן נישט איבער דעם
וואוטשערס שטייט טאקע נישט, און בפשטות פאר וואוטשערס מוז מען נישט זיין קיין סקול, פלעיגרופס קענען אויך באקומען, און אויך פריוואטע בעיביסטינג וכדו'
לאנטש פראגראמען קען אויך יעדע פלעיגרופ באקומען
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12982

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מ'קען אודאי גארנישט וויסן פאראויס.

אבער לפי הבנתי, איז זייער שווער צו זאגן אז א סקול וואס איז נישט אנערקענט זאל קענען אפראוון זייערע בילדינגס פאר וואוטשערס.

אבער, יכול להיות.
קיין מיינונג
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
Location: new york
x 12

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קיין מיינונג »

בין כ'אביסל רוי... אפשר קענט איר מסביר זיין
א) וואס פשט איין בילדינג יא איין בילדונג נישט, ממ"נ איז דער מוסד עקוויקועלנט איז דאך כשר ביי זיי, אויב נישט, דארף דאך אלעס ווערן געפסלט?
ב) האט דאס עפעס שייכות מיט די 'פעטוועי' מהלכים?
ג) דוכט זיך אז האדמו"ר מהר"א האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן פאר די רעגירונג וואס מען 'דארף'... פאבליק סקול אין מאנראוי יוכיח, טא פארוואס פונקט דא, און פונקט ביי דעם בילדונג כנ"ל איז מען מקפיד נישט צו זאגן?
ד) עפעס האב כ'געהערט אז די חסידי מהר״א באקומען ממילא נישט צופיל פראגראמען אין די סיטי, [איינער איז אפילו געווען 'חד גדיא' ואכמ"ל] האט דאס אפשר שייכות מיט דעם?
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 604
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 681

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך איד »

קיין מיינונג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 4:42 pm
ד) עפעס האב כ'געהערט אז די חסידי מהר״א באקומען ממילא נישט צופיל פראגראמען אין די סיטי, [איינער איז אפילו געווען 'חד גדיא' ואכמ"ל] האט דאס אפשר שייכות מיט דעם?
כ'מיין דו מישסט מיט וויליאמסבורג

אין ב''פּ באקומט מען זייער שיין
קיין מיינונג
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
Location: new york
x 12

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קיין מיינונג »

איינער קען די נעמען פון די באטייליגטע אין לאנדאן?
Screenshot 2025-03-24 164506.png
Screenshot 2025-03-24 164506.png (401.86 KiB) געזען געווארן 1018 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12982

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

קיין מיינונג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 4:42 pm בין כ'אביסל רוי... אפשר קענט איר מסביר זיין
א) וואס פשט איין בילדינג יא איין בילדונג נישט, ממ"נ איז דער מוסד עקוויקועלנט איז דאך כשר ביי זיי, אויב נישט, דארף דאך אלעס ווערן געפסלט?
ב) האט דאס עפעס שייכות מיט די 'פעטוועי' מהלכים?
ג) דוכט זיך אז האדמו"ר מהר"א האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן פאר די רעגירונג וואס מען 'דארף'... פאבליק סקול אין מאנראוי יוכיח, טא פארוואס פונקט דא, און פונקט ביי דעם בילדונג כנ"ל איז מען מקפיד נישט צו זאגן?
ד) עפעס האב כ'געהערט אז די חסידי מהר״א באקומען ממילא נישט צופיל פראגראמען אין די סיטי, [איינער איז אפילו געווען 'חד גדיא' ואכמ"ל] האט דאס אפשר שייכות מיט דעם?
א) אזוי ארבעט די סטעיט, אז יעדע בילדינג איז רעגיסטרירט אלס א מוסד. יעדע בילדינג איז א עקסטערע בעטס קאוד.

ב) לאור הנ"ל האט יעדע בילדינג געקענט אויסוועלן א צווייטע פעטוועי.

ג) ווען מען האט א אישו מיט א געזעץ, און די רעגירונג איז גרייט זיך צו פארמאכן די אויגן, איז דאס א מהלך. משא"כ ווען זיי ווילן "דו זאלסט זיך טוישן", וועט דאס נישט ארבעטן, נאר פארקערט. דו מוזט ווייזן שטארקייט און זאגן "איך טויש נישט".

ד) איך ווייס נשט זיי זאלן באקומען עניטינג ווייניגער ווי א צווייטן. ס'איז געווען אפאר יאר וואס זיי האבן נישט געהעריג באקומען, בשעת ס'איז געווען א אנגייענדע אויספארשונג.
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 820
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 835

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חכם עתיק »

פערל'ס פרעזענטירט ענדגילטיגער אנטווארט צו די קאורט אוו אפיעלס אין בעפארגרייטונג צום אורעל ארגומענטס

אין די יעצטיגע טעג איז פארגעקומען נאך א באדייטנדע אנטוויקלונג אין די געריכטליכע קעיס וואס פערל'ס פירט אן אנטקעגן די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט, מיטן ציהל צו באקעמפן די שרעקליכע חינוך גייטליינס פון ווערן איינגעפירט און אינפארסירט אויף הונדערטער טויזענטער תשב"ר בליעה"ר וואס ווערן נתחנך אין די מוסדות התורה לענגאויס גרעיטער ניו יארק.

די קעיס שטייט אצינד פארנט פונעם קאורט אוו אפיעלס, וואס איז דער העכסטער קאורט אין ניו יארק סטעיט, וואו פערל'ס אפעלירט דעם פסק דין פונעם נידריגערן אפעלאט דיוויזשן קאורט וואס האט צוריקגעדרייט דעם געווינס וואס פערל'ס האט אפגעהאלטן אינעם סופרים קאורט.

דער יעצטיגער אפעלאט פראצעדור האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס פערל'ס האט דעם אנהייב ווינטער אריינגעגעבן א לענגערע שטאנדהאפטיגער באריכט פון קרוב צו זעכציג זייטן, וואו עס איז ארויסגעברענגט געווארן דעם פאקט אז ניו יארק סטעיט פארמאגט נישט די מאכט צו פארשליסן סקול'ס, און אז די רעגולאציעס טוען פארלעצן די קאנסטעטוציאנאלע רעכטן פון די עלטערן, און דערביי אויפגעוויזן אז די עדיוקעשאן דעפארטמענט באגייט זיך מיט "דאפלטע סטאנדארטן" ווען זיי פארמאכן זיך די אויגן אויף דעם דורכגעפאלענעם פובליק סקול סיסטעם, און זיי קוקן מיט א פארגרעסערונג גלאז אויף די חרדי'שע מוסדות התורה.

מיט עטליכע וואכן דערויף האבן די סטעיט אדוואקאטן פארגעשטעלט זייערע ענטפערס צו די טענות פון פערל'ס וואו צווישן אנדערע האבן זיי געשריבן אז זיי באנוצן זיך נישט מיט זייער מאכט צו פארמאכן די ישיבות, וויבאלד כאטש וואס זיי פארמאכן דעם מוסד, לאזן זיי נאך האלטן אפן אינעם בנין פונעם מוסד א קינדערגארטן מיט א ישיבה גדולה… א לעכערליכע טענה וואס יעדע בר דעת פארשטייט אז עס לייגט זיך נישט אויפן שכל, און אויך נאך א צאל ענליכע טענות, און אצינד האט פערל'ס פרעזענטירט זייער ענטפער אויף די סטעיט ארגומענטן.

דער ענטפער פון פערל'ס איז גענוי ווי יעדע לעגאלע שריט געווארן אויסגעארבעט בכובד ראש דורך א געניטע לעגאלע שטאב אין שפיץ פונעם געניאלער אדוואקאט ר' אבי שיק, און עס ציט זיך פאר גאנצע 37 זייטן וועלכע זענען אנגעפולט מיט מאכטפולע און קלארע ארגומענטן וואס טוען אפשלאגן די גרינדן פון די טענות פון ניו יארק סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט.

אצינד טרעט שוין די געריכט אריין אין אירע לעצטע פאזעס, און עס איז באשטימט געווארן א דאטום וואס געפאלט אויס אינעם וואך פון ל"ג בעומר, וואס דעמאלט וועט פארקומען די "אורעל ארגומענטן" וואו די אדוואקאטן פון ניו יארק סטעיט און דער אדוואקאט פון פערל'ס וועלכע רעפערזענטירט די מוסדות התורה וועלן האבן דעם געלעגנהייט פארצושטעלן זייערע טענות פארנט פון א פאנעל פון זיבן ריכטער.

דערנאך איז ערווארטעט צו נעמען ביז זעקס וואכן ביז ווען דער געריכט וועט ארויסגעבן דעם אורטייל, און כלל ישראל איז מתפלל און קוקט ארויס אז מען זאל הערן גוטע בשורות, און אז דער אורטייל זאל אפשלאגן דעם גזירת החינוך וואס דראעט אויף די מוסדות התורה אין ניו יארק, און אז אידישע קינדער זאלן ווייטער קענען מחנך זיין די קינדער על דרך הסלולה אן קיין שוועריגקייטן.

קרעדיט: JDN
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 456

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הדסים »

קיין מיינונג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 4:42 pm בין כ'אביסל רוי... אפשר קענט איר מסביר זיין
א) וואס פשט איין בילדינג יא איין בילדונג נישט, ממ"נ איז דער מוסד עקוויקועלנט איז דאך כשר ביי זיי, אויב נישט, דארף דאך אלעס ווערן געפסלט?
אסאך מוסדות האבן באזונדערע בעדס קאודס (ד.ה. אן אפראוועל פון די רעגירונג אויף א פריוואטע סקול) אויף איטליכער בנין, ממילא ווען עימיצער וויל ברענגען א מסירה/טשאלענזשן די אפראוועל, דארף ער דאס טון אויף יעדע בעדס קאוד/בנין באזונדער.
ב) האט דאס עפעס שייכות מיט די 'פעטוועי' מהלכים?
יא און ניין, די מוסדות וואס זענען יעצט גע'פסל'ט געווארן זענען א חלק פון אן אלטער מסירה,
אבער בעצם זענען אלע מוסדות בערך אינעם זעלבן פעקל נאך די נייע גיידליינס וואס איז געווארן באשטעטיגט א צייט צוריק.
די חילוק פון די פעטוועיס איז נאר וועלכע מהלך צו נעמען דערוועגן, געוויסע מוסדות (ובתוכם סאטמאר מהר"א) האבן נישט גע'ענטפערט די פארלאנג פון די רעגירונג אנצוגעבן וויאזוי זיי וועלן נאכקומען די גיידליינס און דעריבער וועט די רעגירונג דורכפירן אינספעקציעס (איבערזיכטן אין אידיש) צו זען צו מ'קומט עס נאך,
דאס ווערט אויך אנגערופן פעטוועי 7.
און געוויסע מוסדות (ובתוכם סאטמאר מהר"יי) האבן יא גע'ענטפערט פאר די רעגירונג אז זיי זענען גרייט צו געבן פאר די קינדער טעסטס אויפצואווייזן אז זיי קומען נאך די גיידליינס, עפעס וואס איז לכאורה נישט מעגליך, און די ציל איז ווארשיינליך צו שלעפן צייט מיט נאך געריכטן, אנקלאגעס און קריגערייען אויף יעדע נקודה וואס דאס -
1. גיבט צייט אנצוגרייטן א פעדעראלע אנקלאגע (וואס דארף רחמי שמים היות דער פעדעראלער געריכט אין ניו יארק סטעיט איז שטארק לינק).
2. ביזדערווייל ווערן נאך די מוסדות געפאנדעט דורך די רעגירונג ביז'ן ענדגילטיגן דעטערמינעישאן.

ג) דוכט זיך אז האדמו"ר מהר"א האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן פאר די רעגירונג וואס מען 'דארף'... פאבליק סקול אין מאנראוי יוכיח, טא פארוואס פונקט דא, און פונקט ביי דעם בילדונג כנ"ל איז מען מקפיד נישט צו זאגן?
נישט פארשטאנען די שאלה, וואס האט מען געדארפט זאגן און מ'האט נישט געזאגט?
ד) עפעס האב כ'געהערט אז די חסידי מהר״א באקומען ממילא נישט צופיל פראגראמען אין די סיטי, [איינער איז אפילו געווען 'חד גדיא' ואכמ"ל] האט דאס אפשר שייכות מיט דעם?
איך ווייס נישט

נ.ב. דאס איז סך הכל וויאזוי איך האב עס פארשטאנען.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 253

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 5:08 pm פערל'ס פרעזענטירט ענדגילטיגער אנטווארט צו די קאורט אוו אפיעלס אין בעפארגרייטונג צום אורעל ארגומענטס

אין די יעצטיגע טעג איז פארגעקומען נאך א באדייטנדע אנטוויקלונג אין די געריכטליכע קעיס וואס פערל'ס פירט אן אנטקעגן די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט, מיטן ציהל צו באקעמפן די שרעקליכע חינוך גייטליינס פון ווערן איינגעפירט און אינפארסירט אויף הונדערטער טויזענטער תשב"ר בליעה"ר וואס ווערן נתחנך אין די מוסדות התורה לענגאויס גרעיטער ניו יארק.

די קעיס שטייט אצינד פארנט פונעם קאורט אוו אפיעלס, וואס איז דער העכסטער קאורט אין ניו יארק סטעיט, וואו פערל'ס אפעלירט דעם פסק דין פונעם נידריגערן אפעלאט דיוויזשן קאורט וואס האט צוריקגעדרייט דעם געווינס וואס פערל'ס האט אפגעהאלטן אינעם סופרים קאורט.

דער יעצטיגער אפעלאט פראצעדור האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס פערל'ס האט דעם אנהייב ווינטער אריינגעגעבן א לענגערע שטאנדהאפטיגער באריכט פון קרוב צו זעכציג זייטן, וואו עס איז ארויסגעברענגט געווארן דעם פאקט אז ניו יארק סטעיט פארמאגט נישט די מאכט צו פארשליסן סקול'ס, און אז די רעגולאציעס טוען פארלעצן די קאנסטעטוציאנאלע רעכטן פון די עלטערן, און דערביי אויפגעוויזן אז די עדיוקעשאן דעפארטמענט באגייט זיך מיט "דאפלטע סטאנדארטן" ווען זיי פארמאכן זיך די אויגן אויף דעם דורכגעפאלענעם פובליק סקול סיסטעם, און זיי קוקן מיט א פארגרעסערונג גלאז אויף די חרדי'שע מוסדות התורה.

מיט עטליכע וואכן דערויף האבן די סטעיט אדוואקאטן פארגעשטעלט זייערע ענטפערס צו די טענות פון פערל'ס וואו צווישן אנדערע האבן זיי געשריבן אז זיי באנוצן זיך נישט מיט זייער מאכט צו פארמאכן די ישיבות, וויבאלד כאטש וואס זיי פארמאכן דעם מוסד, לאזן זיי נאך האלטן אפן אינעם בנין פונעם מוסד א קינדערגארטן מיט א ישיבה גדולה… א לעכערליכע טענה וואס יעדע בר דעת פארשטייט אז עס לייגט זיך נישט אויפן שכל, און אויך נאך א צאל ענליכע טענות, און אצינד האט פערל'ס פרעזענטירט זייער ענטפער אויף די סטעיט ארגומענטן.

דער ענטפער פון פערל'ס איז גענוי ווי יעדע לעגאלע שריט געווארן אויסגעארבעט בכובד ראש דורך א געניטע לעגאלע שטאב אין שפיץ פונעם געניאלער אדוואקאט ר' אבי שיק, און עס ציט זיך פאר גאנצע 37 זייטן וועלכע זענען אנגעפולט מיט מאכטפולע און קלארע ארגומענטן וואס טוען אפשלאגן די גרינדן פון די טענות פון ניו יארק סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט.

אצינד טרעט שוין די געריכט אריין אין אירע לעצטע פאזעס, און עס איז באשטימט געווארן א דאטום וואס געפאלט אויס אינעם וואך פון ל"ג בעומר, וואס דעמאלט וועט פארקומען די "אורעל ארגומענטן" וואו די אדוואקאטן פון ניו יארק סטעיט און דער אדוואקאט פון פערל'ס וועלכע רעפערזענטירט די מוסדות התורה וועלן האבן דעם געלעגנהייט פארצושטעלן זייערע טענות פארנט פון א פאנעל פון זיבן ריכטער.

דערנאך איז ערווארטעט צו נעמען ביז זעקס וואכן ביז ווען דער געריכט וועט ארויסגעבן דעם אורטייל, און כלל ישראל איז מתפלל און קוקט ארויס אז מען זאל הערן גוטע בשורות, און אז דער אורטייל זאל אפשלאגן דעם גזירת החינוך וואס דראעט אויף די מוסדות התורה אין ניו יארק, און אז אידישע קינדער זאלן ווייטער קענען מחנך זיין די קינדער על דרך הסלולה אן קיין שוועריגקייטן.

קרעדיט: JDN
איינער האט די מאושען?
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 489
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 397

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך תינוק הבורח »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 2:17 pm
געצל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 10:15 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 7:41 pm

די וואס מען באקומט.

דהיינו: לאנטש פראגראמען, סעקיורעטי פראגראמען און וואוטשערס.

וואטשערס שטייט נישט בכלל, די מוסדות זאגן אז זיי ווייסן נישט איבער דעם
וואוטשערס שטייט טאקע נישט, און בפשטות פאר וואוטשערס מוז מען נישט זיין קיין סקול, פלעיגרופס קענען אויך באקומען, און אויך פריוואטע בעיביסטינג וכדו'
מען טאר נישט זיין קיין סקול, וואוטשערס איז א בעיביסיטינג און עפטער סקול פראגראם.
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 820
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 835

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חכם עתיק »

unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (382.32 KiB) געזען געווארן 732 מאל
קיין מיינונג
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
Location: new york
x 12

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קיין מיינונג »

לייג כ' מיך צוביסלעך אריין אינעם ענין... פארשאפט די 'מסורה' גליונות, זייער א רייכע ארבעט...
אבער קודם בין כ' צומישט, ווייל און איינער פון די 'מסורה' גליונות איז געווען אראפגעברענגט א דאקומענט פון הגה"צ
אבד"ק פריימאן ז" ל.ועללכער איז 'נתמנה' געווארן דורך מרן 'רביה"ק מסאטמאר' זצוק"ל צו דינען אלס 'מנהל' התלמוד תורה, אלס א ראי' ווי האדמו"ר מסאטמאר זי"ע האט פארלאנגט מען זאל לערנען מער ווי סתם כתב ולשון, און אין די זעלבע דאקומענט אגט דער פריימאנער רב [לכאורה הרב דייטש פון לאס אנדזשעלעס] זאגט קלאר אז די דעת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל איז געווען ...אז מען מעג 'נאר' לערנען וויפיל די חוקי המדינה פארלאנגען פון די 'רעליגיעזע אידישע ישיבות' און דאס איז 'כתב'... 'לשון'... 'חשבון'... און גארנישט מער
Screenshot 2025-03-26 080115.png
Screenshot 2025-03-26 080115.png (561.22 KiB) געזען געווארן 568 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12982

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך מוז זאגן א ריזיגער WOW אויף די ארבעט וואס פערלס לייגט אראפ מיט די מסורה ביכלעך.

איך רעד נישט יעצט אריין צו ס'איז אמת'ע פאקטן אדער דעמאגאגיע, איך האב נישט געליינט אלעס, איך רעד נאר פונעם כלליות'דיגער ארבעט פון אויפקלערונג (אדער ברעינוואשונג, יור טשויס) אויף א נאכאנאנדע לעוול בלי הרף. אויפ'ן אייגענעם ציבור וואס וויל הערן דעם צד ארבעט עס זיכער גאר שטארק בלי ספק. גרעיט דזשאב.

איין זאך אויף וואס מיינע אויגן זענען דערווייל געפאלן, איז דער שטיקל:
Screenshot 2025-03-26 103616.jpg
Screenshot 2025-03-26 103616.jpg (78.39 KiB) געזען געווארן 514 מאל
איך מיין אז ס'איז זייער א ערנסטע נאנסענס צו פארגלייכן א נושא וואס איז נוגע "יענעם / כלל ישראל" וואו ס'איז א מעלה אויב מ'שלעפט מיט מער קרייזן מיט זיך, צו א נושא וואס איז נוגע "אונזער אייגענע חינוך".

איך זאג נישט אז מ'טאר נישט ארבעטן אינאיינעם מיט די אגודה לגבי חינוך, אויב זאל עס געפירט ווערן אויף אונזער וועג. אבער דער צושטעל איז נאריש.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 403

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

קיין מיינונג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:02 am לייג כ' מיך צוביסלעך אריין אינעם ענין... פארשאפט די 'מסורה' גליונות, זייער א רייכע ארבעט...
אבער קודם בין כ' צומישט, ווייל און איינער פון די 'מסורה' גליונות איז געווען אראפגעברענגט א דאקומענט פון הגה"צ
אבד"ק פריימאן ז" ל.ועללכער איז 'נתמנה' געווארן דורך מרן 'רביה"ק מסאטמאר' זצוק"ל צו דינען אלס 'מנהל' התלמוד תורה, אלס א ראי' ווי האדמו"ר מסאטמאר זי"ע האט פארלאנגט מען זאל לערנען מער ווי סתם כתב ולשון, און אין די זעלבע דאקומענט אגט דער פריימאנער רב [לכאורה הרב דייטש פון לאס אנדזשעלעס] זאגט קלאר אז די דעת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל איז געווען ...אז מען מעג 'נאר' לערנען וויפיל די חוקי המדינה פארלאנגען פון די 'רעליגיעזע אידישע ישיבות' און דאס איז 'כתב'... 'לשון'... 'חשבון'... און גארנישט מער
Screenshot 2025-03-26 080115.png
פון דעם דרינגען זיי אויף, אז כתב ולשון האט נישט דוקא מיט די "סאבזשעקט".
און מען קען אונטער'ן ראם פון כתב ולשון לערנען סייענס...
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 191
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 242

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך אנעקדאט »

איך ווייס נישט פון וועם זיי מאכן ליצנות מיטן ברענגען די שטיקל וואס ענטפערט אפ זייער טענה מיט די אלע אויסצוגן...

כ'האב בייגעלייגט פון לשון קדשו די ארויסגענומענע ווערטער
פיילס
מסורה_page-0001.jpg
Screenshot 2025-03-26 190135.png
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 403

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

אנעקדאט האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 7:06 pm איך ווייס נישט פון וועם זיי מאכן ליצנות מיטן ברענגען די שטיקל וואס ענטפערט אפ זייער טענה מיט די אלע אויסצוגן פון די לעצטע זייט...

כ'האב בייגעלייגט פון לשון קדשו די ארויסגענומענע ווערטער
וועלכע חלק איז ליצנות דא?
פארטריבן
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 17

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:02 am
קיין מיינונג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:02 am לייג כ' מיך צוביסלעך אריין אינעם ענין... פארשאפט די 'מסורה' גליונות, זייער א רייכע ארבעט...
אבער קודם בין כ' צומישט, ווייל און איינער פון די 'מסורה' גליונות איז געווען אראפגעברענגט א דאקומענט פון הגה"צ
אבד"ק פריימאן ז" ל.ועללכער איז 'נתמנה' געווארן דורך מרן 'רביה"ק מסאטמאר' זצוק"ל צו דינען אלס 'מנהל' התלמוד תורה, אלס א ראי' ווי האדמו"ר מסאטמאר זי"ע האט פארלאנגט מען זאל לערנען מער ווי סתם כתב ולשון, און אין די זעלבע דאקומענט אגט דער פריימאנער רב [לכאורה הרב דייטש פון לאס אנדזשעלעס] זאגט קלאר אז די דעת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל איז געווען ...אז מען מעג 'נאר' לערנען וויפיל די חוקי המדינה פארלאנגען פון די 'רעליגיעזע אידישע ישיבות' און דאס איז 'כתב'... 'לשון'... 'חשבון'... און גארנישט מער
Screenshot 2025-03-26 080115.png
פון דעם דרינגען זיי אויף, אז כתב ולשון האט נישט דוקא מיט די "סאבזשעקט".
און מען קען אונטער'ן ראם פון כתב ולשון לערנען סייענס...
אפשר זענט איר אביסל מסביר וויאזוי מען דרינגט פון דעם אויף?
איך טראכט אז איר מיינט אפשר צו זאגן אזוי:
אז מען קען מאכן א ביכל וואס אינדרויסן אויפן דעקל (ראם) זאל שטיין אז דאס איז כתב ולשון, אבער אינעווייניג זאל דארט זיין סייענס, אזוי וועט דער עוילעם נישט כאפן וואס די ביכל איז, און עס וועט בלייבן בלי שום שינוי כל שהוא....
דאס מיינט איר צו זאגן אז אונטער'ן ראם פון כתב ולשון וועט מען לערנען סייענס... אזוי וועט מען אויספאפן די יוונים וואס ווילן אונז מאכן עקוויוועלענט.....
פארטריבן
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 17

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 7:11 pm
אנעקדאט האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 7:06 pm איך ווייס נישט פון וועם זיי מאכן ליצנות מיטן ברענגען די שטיקל וואס ענטפערט אפ זייער טענה מיט די אלע אויסצוגן פון די לעצטע זייט...

כ'האב בייגעלייגט פון לשון קדשו די ארויסגענומענע ווערטער
וועלכע חלק איז ליצנות דא?
די חלק וואס מען וויל אראפמאלן א פאלשע בילד כאילו רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט ביי אידישקייט ענינים געהאלטן אז מען דארף זיך מכניע זיין פאר די פארלאנגען פון די גויים

עס איז אינטערעסאנט ביז גאר אז די פאן טרעגערס פון די שיטה אז מען טאר זיך נישט שלאגן מיט די רעגירונג נאר מען זיין בהכנעה, פארשטייען דאס נאר ווען די רעגירונג וויל אריינרעדן אין די חינוך, אבער ווען עס קומט צו געלט, אויב די רעגירונג וויל עפעס שניידן אדער צוריקהאלטן עפעס פון פראגראמען, דאן פארגעסן זיי פון זייער שיטת הכנעה, און זיי גייען ארויס ביד חזקה ובזרוע נטויה מיט סטראשונקעס...
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 218
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 304

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:41 am איך מוז זאגן א ריזיגער WOW אויף די ארבעט וואס פערלס לייגט אראפ מיט די מסורה ביכלעך.

איך רעד נישט יעצט אריין צו ס'איז אמת'ע פאקטן אדער דעמאגאגיע, איך האב נישט געליינט אלעס, איך רעד נאר פונעם כלליות'דיגער ארבעט פון אויפקלערונג (אדער ברעינוואשונג, יור טשויס) אויף א נאכאנאנדע לעוול בלי הרף. אויפ'ן אייגענעם ציבור וואס וויל הערן דעם צד ארבעט עס זיכער גאר שטארק בלי ספק. גרעיט דזשאב.

איין זאך אויף וואס מיינע אויגן זענען דערווייל געפאלן, איז דער שטיקל:

Screenshot 2025-03-26 103616.jpg

איך מיין אז ס'איז זייער א ערנסטע נאנסענס צו פארגלייכן א נושא וואס איז נוגע "יענעם / כלל ישראל" וואו ס'איז א מעלה אויב מ'שלעפט מיט מער קרייזן מיט זיך, צו א נושא וואס איז נוגע "אונזער אייגענע חינוך".

איך זאג נישט אז מ'טאר נישט ארבעטן אינאיינעם מיט די אגודה לגבי חינוך, אויב זאל עס געפירט ווערן אויף אונזער וועג. אבער דער צושטעל איז נאריש.
כ'אב לעצטנס מיספלעיסד מיין אלטע הארד דרייוו.. תהלים איד אויב די קענסט זיך ביטע אויף די ליטעראטור בשנת ע"ז אז די רבי פלעגט נישט ווארטן אויף די טמא'נע אגודה ביים לוחם זיין...
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
קיין מיינונג
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
Location: new york
x 12

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קיין מיינונג »

בלעטערנדיג די מסורה בלעטער האב איך מיך אנגעשטויסן אין גאר א קאמישע זאך, אפשר קען מיר דאס איינער פארענטפערן, זיי ברענגן [גליון ב' עמוד ד] אז ווייל האדמו"ר מסאטמאר בשנת תש"ח געגרינדעט א לעגאלע סקול האט ער זיך מיט דעם 'פולקאם אונטערגענומען דעם געזעץ פון 'סאבסטענשיל עקוויוועלנד'... לויט ווי אזוי די באורד אף רידשענסט האט עס אויסגעטייטש אלול תשפ"ב לפ"ק!
און דאס איז כאטש בשנת תש"ח האט נאך די רעגירונג נישטאמאל פארלאנגט אפילו פון די פאבליק סקולס אז מען ברויך לערנען 'סייענס'.. אזוי ווי זיי אליין ברענגן אין מסורה [גליון א' עמוד י"ב]אז ערשט אין 1958 - תשי"ח האט די רעגירונג צוגעלייגט די 12'טע סאבדשעקט פון 'סייענס'... ו
פארשטיי כ' נישט ווי אזוי איז דאס געווען א קבלה אויף זאכן וואס מען האט נאך דאמאלטס נישט פארלאנגט?
נאך מער שטעלט זיך די הארבע פראגע, אין אלע דאקומענטן וואס די חשובע מסורה פאראיין ברענגן אראפ אין די מסורה ביכלעך זעהט מען קלאר אז האדמו"ר מסאטמאר האט 'נישט' געלאזט לערנען מער ווי די דריי אר''ס... דאס הייסט כתב, לשון, און חשבון.
איין ביישפיל אין זייערע ערשטן מסורה ביכל האבן זיי 'זעלבסט' אראפגעברענגט א קאפיע פון א דרשה געזאגט ביי א דינער אין בארא פארק אז לויט די רעגירונג ברויך מען 'נאר' קענען כתב ולשון
Screenshot 2025-03-27 004530.png
Screenshot 2025-03-27 004530.png (146.09 KiB) געזען געווארן 273 מאל
Screenshot 2025-03-27 004724.png
Screenshot 2025-03-27 004724.png (62.67 KiB) געזען געווארן 273 מאל

Screenshot 2025-03-27 005102.png
שרייב פאוסט