אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געהערט שמועסן אז ר' חיד"ו פון אנטווערפן גייט זיך טרעפן מיט טראמפ בנוגע די גזירת החינוך אין ענגלאנד.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
- Location: new york
- x 12
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דריטע אפשטימונג פון סקולס ביל אין ענגלאנד ליידער באשטעטיגט - א קריטישע שעה פאר אונזער עתיד
א חלק פון די העסליכע דרשות אין פארלאמענט היינט
Members may not be aware of illegal schools. They tend to be concentrated in specific local authority areas. Usually, they are run by religious groups, which tend to be fundamentalist, extreme, highly controlling or isolationist in their outlook. We know from former pupils of these schools that in many cases they only study religious texts and receive no other form of education. Instead of having a broad and balanced education, children are subjected to indoctrination.
Children attending illegal schools have also been subjected to abuse…….. That is unacceptable and such settings must be regulated. If they are unwilling to be regulated and offer a proper education, they must be shut down.
I refer members to the contribution made by my hon. Friend the Member for North West Cambridgeshire in last week’s Crime and Policing Bill debate for a flavour of the attitude of high-control religious groups towards reporting abuse within their own communities. I also lay on record my thanks to Humanists UK for its work exposing the dreadful practices in illegal schools over the past decade. I welcome this Labour Government’s recognition of the severity of those problems and the swift action taken to safeguard those vulnerable children. I also welcome future discussions on how to manage the problem of part-time settings.
ווען א ביל גייט אדורך דעם דריטן אפשטימונג אין דער הויז אף קאמאנס, איז נאך אלס דא א מעגליכקייט אז דער הויז אף לארדס זאל עס קענען אויסשלעפן אדער פארלאנגען שינויים. די לארדס האבן אבער נישט דעם כוח אינגאנצן אפצושטעלן א געזעץ.

וואס איז דער פלאן למעשה אויף ווייטער אויב דער ביל גייט אריין אין אפעקט?קיין מיינונג האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 7:34 pm דריטע אפשטימונג פון סקולס ביל אין ענגלאנד ליידער באשטעטיגט - א קריטישע שעה פאר אונזער עתיד► Show Spoiler
ווען א ביל גייט אדורך דעם דריטן אפשטימונג אין דער הויז אף קאמאנס, איז נאך אלס דא א מעגליכקייט אז דער הויז אף לארדס זאל עס קענען אויסשלעפן אדער פארלאנגען שינויים. די לארדס האבן אבער נישט דעם כוח אינגאנצן אפצושטעלן א געזעץ.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 8
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:49 am
- x 16
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
מאנטריאל איז נישט ניו יארק, די רעגירונג דארט איז סאך שטרענגער מיט היימישע אידן אין אלע נושאים, און אעפ''כ זענען דא עטליכע מוסדות וואס גייען דארט אן אומלעגאל שוין אפאר יאר.צווייזייטיג האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 21, 2025 2:56 pmניין.אנעקדאט האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 21, 2025 8:32 amאון מאנטריאל זענען זיי געווען שטיל ווען טויזענטער קינדער זענען נישט געווען רעגיסטרירט?צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 12:58 pm
און יאפער מיט זייערע חברים גייען זיך לייגן שלאפן?... כ'הער.
ע"ע מאנטריאל.
און א"כ פארוואס טראכסטו אז דא גייען זיי לכאורה זיכער גארנישט טון?...
איינער דארט האט מיר דערציילט אז זיין 14 יעריג בחור איז אפיציעל נישט רעגיסטרירט אין קיין שום מוסד, ווען די עדיקעישאן דעפארטמענט האט אים אנגעקאלט האט ער געזאגט אז ער קען זיך פשוט נישט קיין עצה געבן מיט זיין בחור, ער האלט נישט ביים לערנען לימודי חול, זיי האבן אים געזאגט אז זיי גייען בלייבן אין קאנטאקט מיט אים זיכער צו מאכן אז דער בחור קומט נישט אן אויף די גאס און פאלט נישט אריין אין דראגס און קריים, אבער אויפן נישט לערנען אליינס קענען זיי אים נישט העלפן, זיי האבן צופיל קינדער מיט סאך גרעסערע פראבלעמען...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך בין נישט באקאנט פונקטליך אין דער נושא אבער עימיצער האט דא צוגעצייכנט אז ניו יארק האט אויך א טרוענסי ראטע פון 43%יואל שרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 2:19 pmמאנטריאל איז נישט ניו יארק, די רעגירונג דארט איז סאך שטרענגער מיט היימישע אידן אין אלע נושאים, און אעפ''כ זענען דא עטליכע מוסדות וואס גייען דארט אן אומלעגאל שוין אפאר יאר.צווייזייטיג האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 21, 2025 2:56 pmניין.
און א"כ פארוואס טראכסטו אז דא גייען זיי לכאורה זיכער גארנישט טון?...
איינער דארט האט מיר דערציילט אז זיין 14 יעריג בחור איז אפיציעל נישט רעגיסטרירט אין קיין שום מוסד, ווען די עדיקעישאן דעפארטמענט האט אים אנגעקאלט האט ער געזאגט אז ער קען זיך פשוט נישט קיין עצה געבן מיט זיין בחור, ער האלט נישט ביים לערנען לימודי חול, זיי האבן אים געזאגט אז זיי גייען בלייבן אין קאנטאקט מיט אים זיכער צו מאכן אז דער בחור קומט נישט אן אויף די גאס און פאלט נישט אריין אין דראגס און קריים, אבער אויפן נישט לערנען אליינס קענען זיי אים נישט העלפן, זיי האבן צופיל קינדער מיט סאך גרעסערע פראבלעמען...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
- Location: new york
- x 12
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אפיציעלער מעלדונג פון העסקן המפורסם ר' אשר אנשיל גראד פון לאנדאן:
מיר האבן יעצט באקומען א באשטעטיגונג אז די צווייטע לייענונג אין דער האוז אף לאורדס איז ב"ה אפיציעל אפגעשטופט געווארן, כדי "צו מאכן פלאץ פאר אנדערע וויכטיגע געזעצן".
דאס מיינט אז די צווייטע לייענונג וועט בע"ה נישט פארקומען ביז נאך פסח הבעל"ט.
מיר האבן געזען אין די לעצטע דריי יאר, אז נאך יעדע איינציגסטע מעמד בקשה ותחנונים פארן פארליאמענט, איז אלעמאל פארגעקומען אויסערגעווענליכע און אפענע שינויים.
דאס דארף אונז געבן א שטארקן חיזוק אנצוגיין מיט אונזער ווידערשטאנד אקעגן די גזירה, לויט די הוראות הגאונים והצדיקים שליט"א.
מיר לייגן דא צו א בריוו פון איינעם פון די גרעסטע פוסקים בדורנו, הגאון האדיר רבי עזריאל אויערבאך שליט"א וואס – נאך דעם וואס ער האט אויסגעהערט דעם מצב אין ענגלאנד, און נאכדעם וואס ער איז פארגעליינט געווארן אונזער דעקלערעישן - האט ער קלאר אונטערגעשריבן אויפן חיוב זיך צו האלטן שטארק אזוי ווי חנני' מישאל ועזרי'.
(ער האט צוגעלייט בע"פ, אז לדעתו דארף מען אויף דעם אפי' מחלל שבת זיין!)
ובזכות זה זאלן מיר זוכה זיין, אז כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות.
אשר אנשיל גראד

- פיילס
-
- דעת תורה הברורה וחובת השעה.pdf
- (50.86 KiB) דאונלאודעד 20 מאל
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
גראדע אצינד זאגן זיי אז עס ארום 35%, אבער כ'מיין עס מאכט נישט קיין גרויסע חילוקהדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:59 pmאיך בין נישט באקאנט פונקטליך אין דער נושא אבער עימיצער האט דא צוגעצייכנט אז ניו יארק האט אויך א טרוענסי ראטע פון 43%יואל שרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 2:19 pmמאנטריאל איז נישט ניו יארק, די רעגירונג דארט איז סאך שטרענגער מיט היימישע אידן אין אלע נושאים, און אעפ''כ זענען דא עטליכע מוסדות וואס גייען דארט אן אומלעגאל שוין אפאר יאר.צווייזייטיג האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 21, 2025 2:56 pm
ניין.
און א"כ פארוואס טראכסטו אז דא גייען זיי לכאורה זיכער גארנישט טון?...
איינער דארט האט מיר דערציילט אז זיין 14 יעריג בחור איז אפיציעל נישט רעגיסטרירט אין קיין שום מוסד, ווען די עדיקעישאן דעפארטמענט האט אים אנגעקאלט האט ער געזאגט אז ער קען זיך פשוט נישט קיין עצה געבן מיט זיין בחור, ער האלט נישט ביים לערנען לימודי חול, זיי האבן אים געזאגט אז זיי גייען בלייבן אין קאנטאקט מיט אים זיכער צו מאכן אז דער בחור קומט נישט אן אויף די גאס און פאלט נישט אריין אין דראגס און קריים, אבער אויפן נישט לערנען אליינס קענען זיי אים נישט העלפן, זיי האבן צופיל קינדער מיט סאך גרעסערע פראבלעמען...
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
- Location: new york
- x 12
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
למעשה האט דער פרעזידענט יר"ה שוין אפגעשפארט דעם עדיקעישן דעפארטמענט?
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2373
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 5572
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
Trump signs order to begin dismantling Education Departmentקיין מיינונג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 20, 2025 6:02 pm למעשה האט דער פרעזידענט יר"ה שוין אפגעשפארט דעם עדיקעישן דעפארטמענט?
CNN
Updated 5:59 PM EDT, Thu March 20, 2025
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
viewtopic.php?p=156727#p156727Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 20, 2025 6:12 pmTrump signs order to begin dismantling Education Departmentקיין מיינונג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 20, 2025 6:02 pm למעשה האט דער פרעזידענט יר"ה שוין אפגעשפארט דעם עדיקעישן דעפארטמענט?
CNN
Updated 5:59 PM EDT, Thu March 20, 2025
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4725
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14064
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
מהאט די וואך אהיימגעשיקט דרייצן הונדערט ארבעטער. ארום העלפט פון די אגענטורס ווארקפארס.קיין מיינונג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 20, 2025 6:02 pm למעשה האט דער פרעזידענט יר"ה שוין אפגעשפארט דעם עדיקעישן דעפארטמענט?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דורותינו גליון ס”ט ימי הפורים תשפ”ה לפ”ק[/b
]-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
- Location: new york
- x 12
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:51 pm
- Location: מאדים
- x 16
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
הא! דערמאנסט מיר פון דער וואס האט געליינט אן אנטיסעמיטישע צייטונג און געטראפן עפעס א ליגנט אין א געוויסע דאטום....
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פון וועלכע פראגראמען רעדט מען, וואס די רעגירונג גייט אויפהערן געבן פאר די פאר מוסדות?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5971
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12982
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פאר לאנטש פראגראמען דארף מען זיין א לעגאלע סקול?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 7:41 pmדי וואס מען באקומט.
דהיינו: לאנטש פראגראמען, סעקיורעטי פראגראמען און וואוטשערס.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
א משהו מער - פינחס גלויבער
א' פקודי פ״ה
די ניו יארק סטעיט האט אוועקגענומען די שולע-סטאטוס פון עטליכע היימישע בתי חינוך. וואס איז פשט פון דער געשעעניש?
https://www.yiddish24.com/analysis/262/125148
א' פקודי פ״ה
די ניו יארק סטעיט האט אוועקגענומען די שולע-סטאטוס פון עטליכע היימישע בתי חינוך. וואס איז פשט פון דער געשעעניש?
https://www.yiddish24.com/analysis/262/125148
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
מוסדות סאטמאר (מהר"א) זענען אפיציעל שוין עטליכע יאר נישט פארבינדן מיט פערלס, אבער נאר די ספעציפישע אפטיילונג פון די סאטמאר 53 תלמוד תורה, וויבאלד זיי זענען געווען אונטער די ארגינעלע קלאגע פון יאפפע"ד, זענען זיי נאך -אומאפיציעל- געבליבן אונטער די לעגאלע פארטרעטערשאפט פון פערלס צוזאמען מיט די אנדערע מוסדות וואס האבן גענוצט די פערלס ארגאניזאציע כלפי די מסירה, און ביז פאריאר זענען זיי נאך געווען לעגאל פארטרעטן דורך פערלס לויער אבי שיק, און זיי האבן נאך באצאלט מעמבערשיפ פאר פערלס נוצנדיג זייער לויער. (אלע איבריגע מוסדות מהר"א אין ברוקלין זענען נישט געווען אונטער די ארגינעלע מסירה פון יאפפע"ד, דעריבער האבן זיי פערזענליך נאכנישט געדארפט נוצען קיין לויער'ס).
ווען די סטעיט האט פאריאר ווינטער (בערך חודש כסלו) געגעבן די פרעלימינערי נעגאטיוו דעטערמינעשאן פאר 12 מוסדות התורה, און פארלאנגט אז זיי מוזן ביז 60 טעג אריינגעבן א טיימליין פלאן וויאזוי זיי גייען זיך צושטעלן צו אלע פארלאנגטע לימודים און אויספאלגן אלע רעגולאציעס, האט דער פערלס לויער דעמאלס קודם געמאלדן פאר די סיטי אז 10 מוסדות וועם ער פארטרעט (דהיינו חוץ די 2 שאפראן קאשוי) וועלן אריינגעבן די פארלאנגטע טיימליין פלאן, נאר ער האט געבעטן א פארלענגערונג פאר נאך אביסל צייט.
אביסל שפעטער ווען עס איז געקומען למעשה צו אריינגעבן די טיימליין פלאן, האבן 3 פון די 10 מוסדות ארויסגעבעקט, וואס דאס זענען טאקע די 3 מוסדות סאטמאר 53 ת"ת און די 2 סקווירא ת"ת (וומס"ב און ב"פ) וואס האבן למעשה נישט געוואלט אריינגעבן קיין טיימליין און נישט געוואלט זיך אונטערנעמען אויסצופירן די נייע גיידליינס, נאר זיי האבן אויפגענומען אן אייגענעם לויער און פרובירט אפצושלאגן די רעגירונג פארלאנגען אז זיי זאלן נישט דארפן אריינגעבן קיין טיימליין, דאס האט זיך געשלעפט בערך א יאר צייט, און די סטעיט איז געבליבן ביי דאס זייעריגע און נישט נאכגעגעבן פון זייער פארלאנג אז די מוסדות מוזן אויך אריינגעבן א טיימליין, און היות די 3 האבן דאס נישט געוואלט צושטעלן, האבן טאקע די 3 מוסדות אויך יעצט באקומען די פיינעל נעגאטיווע דעטערמינעשאן אז זיי זענען קומען נישט נאך די גיידליינס, די זעלבע ווי שאפראן און קאשוי וואס האבן גלייך פון אנהייב זיך אנטזאגט פון אריינגעבן א טיימליין פלאן.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אין די בריוו פון די סטעיט פאר די מוסדות רעכענען זיי אויס בפרטיות לאנטש, באסעס, ביכער, און דערנאך שרייבן זיי בכלליות אז אויך נאך אנדערע פאנדינג און סערוויסעס וועלן ווערן אפגעשטעלט, אבער זיי שרייבן נישט ארויס וואס זיי מיינען עס איז פארשטענדליך פון זיך אליין אז אלע סטעיט פראגראמען וואס איז אוועקגעשטעלט פאר לעגאלע סקולס זענען די ערשטע וואס די סטעיט פלאנט אפצושטעלן, ווי למשל: מענדעיטעד סערוויסעס MSA וואס איז א דירעקטע סטעיט פראגראם, אלע טייטל פראגראמען (דאכט זיך עס איז דא בערך 4-5 טייטל פראגראמען, די מערסט באקאנטע איז טייטל 1), און מסתמא נאך עטליכע זאכן וואס דער עולם ווייסט נישט.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 7:41 pmדי וואס מען באקומט.
דהיינו: לאנטש פראגראמען, סעקיורעטי פראגראמען און וואוטשערס.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ווי האסטו געזען די בריוו?פארטריבן האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 11:37 pmאין די בריוו פון די סטעיט פאר די מוסדות רעכענען זיי אויס בפרטיות לאנטש, באסעס, ביכער, און דערנאך שרייבן זיי בכלליות אז אויך נאך אנדערע פאנדינג און סערוויסעס וועלן ווערן אפגעשטעלט, אבער זיי שרייבן נישט ארויס וואס זיי מיינעןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 7:41 pmדי וואס מען באקומט.
דהיינו: לאנטש פראגראמען, סעקיורעטי פראגראמען און וואוטשערס.
Funding.jpg
עס איז פארשטענדליך פון זיך אליין אז אלע סטעיט פראגראמען וואס איז אוועקגעשטעלט פאר לעגאלע סקולס זענען די ערשטע וואס די סטעיט פלאנט אפצושטעלן, ווי למשל: מענדעיטעד סערוויסעס MSA וואס איז א דירעקטע סטעיט פראגראם, אלע טייטל פראגראמען (דאכט זיך עס איז דא בערך 4-5 טייטל פראגראמען, די מערסט באקאנטע איז טייטל 1), און מסתמא נאך עטליכע זאכן וואס דער עולם ווייסט נישט.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 90
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 225
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לפי ידעתי איז עס איין בנין פון בית רחל סאטמאר ב"פ נישט פון ת"תפארטריבן האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 11:18 pmמוסדות סאטמאר (מהר"א) זענען אפיציעל שוין עטליכע יאר נישט פארבינדן מיט פערלס, אבער נאר די ספעציפישע אפטיילונג פון די סאטמאר 53 תלמוד תורה, וויבאלד זיי זענען געווען אונטער די ארגינעלע קלאגע פון יאפפע"ד, זענען זיי נאך -אומאפיציעל- געבליבן אונטער די לעגאלע פארטרעטערשאפט פון פערלס צוזאמען מיט די אנדערע מוסדות וואס האבן גענוצט די פערלס ארגאניזאציע כלפי די מסירה, און ביז פאריאר זענען זיי נאך געווען לעגאל פארטרעטן דורך פערלס לויער אבי שיק, און זיי האבן נאך באצאלט מעמבערשיפ פאר פערלס נוצנדיג זייער לויער. (אלע איבריגע מוסדות מהר"א אין ברוקלין זענען נישט געווען אונטער די ארגינעלע מסירה פון יאפפע"ד, דעריבער האבן זיי פערזענליך נאכנישט געדארפט נוצען קיין לויער'ס).
ווען די סטעיט האט פאריאר ווינטער (בערך חודש כסלו) געגעבן די פרעלימינערי נעגאטיוו דעטערמינעשאן פאר 12 מוסדות התורה, און פארלאנגט אז זיי מוזן ביז 60 טעג אריינגעבן א טיימליין פלאן וויאזוי זיי גייען זיך צושטעלן צו אלע פארלאנגטע לימודים און אויספאלגן אלע רעגולאציעס, האט דער פערלס לויער דעמאלס קודם געמאלדן פאר די סיטי אז 10 מוסדות וועם ער פארטרעט (דהיינו חוץ די 2 שאפראן קאשוי) וועלן אריינגעבן די פארלאנגטע טיימליין פלאן, נאר ער האט געבעטן א פארלענגערונג פאר נאך אביסל צייט.
אביסל שפעטער ווען עס איז געקומען למעשה צו אריינגעבן די טיימליין פלאן, האבן 3 פון די 10 מוסדות ארויסגעבעקט, וואס דאס זענען טאקע די 3 מוסדות סאטמאר 53 ת"ת און די 2 סקווירא ת"ת (וומס"ב און ב"פ) וואס האבן למעשה נישט געוואלט אריינגעבן קיין טיימליין און נישט געוואלט זיך אונטערנעמען אויסצופירן די נייע גיידליינס, נאר זיי האבן אויפגענומען אן אייגענעם לויער און פרובירט אפצושלאגן די רעגירונג פארלאנגען אז זיי זאלן נישט דארפן אריינגעבן קיין טיימליין, דאס האט זיך געשלעפט בערך א יאר צייט, און די סטעיט איז געבליבן ביי דאס זייעריגע און נישט נאכגעגעבן פון זייער פארלאנג אז די מוסדות מוזן אויך אריינגעבן א טיימליין, און היות די 3 האבן דאס נישט געוואלט צושטעלן, האבן טאקע די 3 מוסדות אויך יעצט באקומען די פיינעל נעגאטיווע דעטערמינעשאן אז זיי זענען קומען נישט נאך די גיידליינס, די זעלבע ווי שאפראן און קאשוי וואס האבן גלייך פון אנהייב זיך אנטזאגט פון אריינגעבן א טיימליין פלאן.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 7:41 pmדי וואס מען באקומט.
דהיינו: לאנטש פראגראמען, סעקיורעטי פראגראמען און וואוטשערס.
וואטשערס שטייט נישט בכלל, די מוסדות זאגן אז זיי ווייסן נישט איבער דעם