די אדרעסס פון די סאטמאר ב"פ בילדינג אונטער די מסירה איז 1275 36'סטע סטריט222555 האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 24, 2025 12:42 amלפי ידעתי איז עס איין בנין פון בית רחל סאטמאר ב"פ נישט פון ת"תפארטריבן האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 11:18 pmמוסדות סאטמאר (מהר"א) זענען אפיציעל שוין עטליכע יאר נישט פארבינדן מיט פערלס, אבער נאר די ספעציפישע אפטיילונג פון די סאטמאר 53 תלמוד תורה, וויבאלד זיי זענען געווען אונטער די ארגינעלע קלאגע פון יאפפע"ד, זענען זיי נאך -אומאפיציעל- געבליבן אונטער די לעגאלע פארטרעטערשאפט פון פערלס צוזאמען מיט די אנדערע מוסדות וואס האבן גענוצט די פערלס ארגאניזאציע כלפי די מסירה, און ביז פאריאר זענען זיי נאך געווען לעגאל פארטרעטן דורך פערלס לויער אבי שיק, און זיי האבן נאך באצאלט מעמבערשיפ פאר פערלס נוצנדיג זייער לויער. (אלע איבריגע מוסדות מהר"א אין ברוקלין זענען נישט געווען אונטער די ארגינעלע מסירה פון יאפפע"ד, דעריבער האבן זיי פערזענליך נאכנישט געדארפט נוצען קיין לויער'ס).
ווען די סטעיט האט פאריאר ווינטער (בערך חודש כסלו) געגעבן די פרעלימינערי נעגאטיוו דעטערמינעשאן פאר 12 מוסדות התורה, און פארלאנגט אז זיי מוזן ביז 60 טעג אריינגעבן א טיימליין פלאן וויאזוי זיי גייען זיך צושטעלן צו אלע פארלאנגטע לימודים און אויספאלגן אלע רעגולאציעס, האט דער פערלס לויער דעמאלס קודם געמאלדן פאר די סיטי אז 10 מוסדות וועם ער פארטרעט (דהיינו חוץ די 2 שאפראן קאשוי) וועלן אריינגעבן די פארלאנגטע טיימליין פלאן, נאר ער האט געבעטן א פארלענגערונג פאר נאך אביסל צייט.
אביסל שפעטער ווען עס איז געקומען למעשה צו אריינגעבן די טיימליין פלאן, האבן 3 פון די 10 מוסדות ארויסגעבעקט, וואס דאס זענען טאקע די 3 מוסדות סאטמאר 53 ת"ת און די 2 סקווירא ת"ת (וומס"ב און ב"פ) וואס האבן למעשה נישט געוואלט אריינגעבן קיין טיימליין און נישט געוואלט זיך אונטערנעמען אויסצופירן די נייע גיידליינס, נאר זיי האבן אויפגענומען אן אייגענעם לויער און פרובירט אפצושלאגן די רעגירונג פארלאנגען אז זיי זאלן נישט דארפן אריינגעבן קיין טיימליין, דאס האט זיך געשלעפט בערך א יאר צייט, און די סטעיט איז געבליבן ביי דאס זייעריגע און נישט נאכגעגעבן פון זייער פארלאנג אז די מוסדות מוזן אויך אריינגעבן א טיימליין, און היות די 3 האבן דאס נישט געוואלט צושטעלן, האבן טאקע די 3 מוסדות אויך יעצט באקומען די פיינעל נעגאטיווע דעטערמינעשאן אז זיי זענען קומען נישט נאך די גיידליינס, די זעלבע ווי שאפראן און קאשוי וואס האבן גלייך פון אנהייב זיך אנטזאגט פון אריינגעבן א טיימליין פלאן.
יעדער קען אליין מברר זיין אז דארט איז די ת"ת און נישט קיין בית רחל