נפתלי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 9:12 am
די גלייכסט צו ר' הערשעלע ספינקער צו וויזניץ???
רביה"ק האט געבעטן רבנים וואס האלטן זיך צו זיין שיטה א שטייגער ווי ר' הערשעלע ספינקער מיט ווידעסלאוו'ע רב קיוויאשד'ער רב מיט שפראן'ע רב
צו עפענען א אייגענע קרעמל און קרית יואל,
די רבי האט אבער נישט געבעטן ר' חיים מאיר'ל אדער בעלזא רב צו די בית ישראל אז זיי זאלן קומען קיין קרית יואל
היינט איז טאקע דא און קר"י בתי מרשים פון קהילת טאהש תולדות אהרן תולדות אברהם יצחק דינוב וומסב"ג ועוד
די האלטסט די רבי האט געוואלט אז מאיר פרוש זאל קומען אויף ראש השנה קיין קרית יואל??????
די האלטסט די רבי האט געוואלט אז מען זאל לערנען חומש און קרית יואל?????? ועוד ועוד
1)די האלטסט די רבי האט געוואלט אז מען זאל לערנען חומש און קרית יואל
צו ווייסט איר אז הגאון ר' חיים פלאר איז געווען דער ראש הכולל אין 214 מעיפיל סאטמער מאנסי, אין דער ר' חיים פלאר האט פארברענגט מיט
רבינו יואל מער ווי איין מאל אויסצוקלרן זיין מסורה, וויאזוי צו לערנען חומש מיט מיידליך איז נישט קיין פראבלעם,
וועלעכע חלקים ער זאל אוויסלאזן און זיין לוטווישע מאנסי'ער מיידעל סקול?
מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 9:54 am
דער רבי האט גערופן די דעברעצינער קהילה בראש פונעם באר משה דער דעברעצינער רב זצ”ל צו קומען זיך ציען קיין קרית יואל. מרעדט דא פון אן אויבערלענדער קהילה וואס רוב בני הקהילה זענען געגאנגען אנע בערד און שטריימל וכו’. אמת מיט ציונות זענען זיי געווען שארף, אבער עס זאגט מיר נאכאלץ אסאך,
2)
ר' אברהם שמואל וויינבערגער האט געזאגט ברבים ביי דינער אז
די ערשטע תושב אין קרית יואל איז געווען א יעקישע איד אן א בארד ר' אלי' בירנבוים אוי איז ער געווען אן איידעלער איד, ער האט געווינט אין בילדיג #1 ער איז געווען פון וואשינגטאן הייטס. ער האט זיך איינגעשריבן און מען איז געגאנגען פרעגן דעם רבי'ן איבער דעם. דער רבי האט געזאגט אז מען זאל אים אנבאדינגט אן-נעמען, צו צייגען אז די שטעטל נעמט אן ערליכע אידן, אנע צווישנשייד פון די בעקגראונד דער רבי אים גאר געזאגט אז ער קען\זאל מאכן א אשכנז'ישער מנין זיינע קינדער זענען אויך געגאנגען ווי יעקישע אידן, אנע בערד.. יא!
ביז איין
נארישער אימפארשעמטער חכם האט גאר געבעטן ר' אלי' בירנבוים אליין.. ער זאל גאר פוילן ביי זיין זון זוך צו לאזן וואקסען א בארד..
האט ר' אלי' געזאגט, עץ דארפט מיר נישט! וועל איך מיר גיין פון דא..! און האט ער געמאפט קיין מאנסי..
בקצר א קהילה
א שטייגער ווי נייטרא וואס האבען שוין געהאט א שעטעל דאמאלט, האט דער רבי נישט געהאט א פארבלם,
זייט קליג א קהילה פון ערליכע אויבערלענדער אידן וואלט קיינמאל נישט געברענגט אראפצונעמען שטריימלעך און בערד פון חסידישע אידן, נאר פארקערט
3)די האלטסט די רבי האט געוואלט אז מאיר פרוש זאל קומען אויף ראש השנה קיין קרית יואל???
האב נישט מורא מאיר פרוש וועט נישט קומען דא ראש השנה, אחוץ אויב ער וויל אז סאטמארע אידן זאלן אים אונטער זיכן זיינע ציין
געדענקט! איר קענט געפינען ביי יעדעם עפּעס א שלעכטע פוינט
דער רבי דער ברך משה האט ליידער אייניקלעך וואס זענען ליידער נישט איינשטימיג וד''ל.. ווען זיי קומען אמאל גייט מען זיי פאר-ווארפן..??
פאר עפעס א טעם האט דער וויזניץ מאנסי'ער רבי א תלמיד מיטן רבין דער
רבינו יואל די לעצע דריי יאר פון זיין לעבן, נישט געקענט פאר-ווארפן פון זיין שול דעם מאיר פרוש [ליידער א חבר הכנסת] א לאנג יעריגער עסקין פון קהלות בויאן.. ווי באקאנט איז
פרוש בכלל נישט געקומען צו ר' מאטעלע אלץ א חסיד, ווער עס ווייסט פרוש'עס פאליטיק.. מיט קהלות בויאן וד''ל.. ער האט זיך געקויפט א פשוטע זיץ און מאנסי ווייל ער האט זיך געדארפט דרייען ביי אן אימפערטייישע אבער חסידישע פלאץ
איך מיט מיינע אויגן [און נאך אסך אנדערע] האבן ליידער יארן צוריק געזען, ווי א היימישע קנות'דיגע ראש הקהל פון סאטמאר ירושלים, האט געגעבן די האנט ברבים, פאר
שר''י אהוד ברק דא און אמעריקע בערך תש''ס יארן און ב&ה, ווען
בארק האט געקויפט דארט עפעס א מאשינדל [עס איז ליידער געווען א שורה פון יונגעלייט אים צו געגעבן די האנט, נאכן זיין איינקויפן] ממילא איר קענט געפינען ביי יעדעם עפּעס א שלעכטע פוינט, ווי מען האט פאר עפעס א טעם, נישט פאר-ווארפן יענעם, ווי און קהלות, טאהש, תולדות אהרן, וד''ל.
4) די גלייכסט צו ר' הערשעלע ספינקער צו וויזניץ???
קהילת מהר"א איז אויך גאנץ נאנט משפחה ווייז צו וויזניץ
קהלות וויזניץ-מאנסי ר' מאטעלע איז געווען א תלמיד אינדערהיים פון דער רבין רבינו יואל, דער קהלה פון ווילימסבורג איז דוקה אננגעמען פאר א פרומע קהלה, ווי דער רבי אליין איז אן איידעם ביי א היימישע קנות'דיגע משפחה פון ווילימסבורג, ביים קיווישד רב, רבי משה האלברשטאם, אין ער איז א שוואגער מיט ר' ברוך נתן האלבערשטאם שליט"א, אב"ד פון סאטמאר לאנדאן אן איידעם ביי פאלטישאן, זיין שווער רבי משה געווען א מחותן מיטן ראב"ד סאטמאר, איז נישט קיין פראבלעם ווען זיי קומען דא
ברוך הבא צו וויזניץ איז שיין און דאס ריכטיגן באדייט, ספעציעל דארף מען פארשטיין אז קהילת מהר"א האט אויף א געוויסע מהלך, נישט פארשריגן.. די גוים האבן וואס האבן פארמאכט די אלטע אפציעס פון אויף בויען נייע אידישע שטעטלעך, מיטן פארשווערן זייער פון אויף בויען נייע ווילידזעס און נ.י. ממילא פאר יענעם אימ'באטעם'טן געזעץ, איז דאס איז דער פרייז, דאס איז דער ריכטיגער נאך ברכה..
אלזא נאכאמאל לאמיר זיין זייער קלאר, דער רבי
רבינו יואל האט געוואלט א שטאט ווי אינדערהיים,
נישט ווי ניי סקווער.. דייקא מיט אלע ערליי אידן, א קהילה שטייגער ווי נייטרא וואס האבען שוין געהאט דאמאלט א שעטעל
בקיצר א קהילה פון ערליכע אויבערלענדער אידן, וואלט קיינמאל נישט ארפגעברענגט ווי אראפצונעמען שטריימלעך און בערד פון חסידישע אידן, נאר פארקערט
א שטאט ווי אינדערהיים גענוי ווי אין דער אלטער היים און שטאט סאטמאר אונטער א תורה'דיגע הנהגת העיר.