צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:07 pm ק/פ
דאס איז טאקע אונזער מלחמה די לעצטע אכט יאר צו אויף ווייזן פאר די רעגירונג אז מיר געבן יא חינוך און עס איז א אומרעכט צו נוצן דעם חינוך געזעץ קעגן אונזער הייליגע אידישע חינוך► Show Spoiler
בע"ה האט מען שטארק מצליח געווען און בע"ה וועט מען ווייטער מצליח זיין
► Show Spoiler
בעט דעם בעל ק/פ זאל ביטע אריינקומען און אויסקלארן אז ער האט געווארפן זאמד אין די אויגן.
לייגסט אראפ א גאנצע פארזעצונג, נאר דו לאזט אויס דעם הויפט געשעעניש אינמיטן: און די מוסרים האבן מצליח געווען, און די סטעיט האט ארויסגעגעבן א גזירת שמד אונטער'ן נאמען "גיידליינס".
כאפסט?
צווייטנס זאג אים, ער זאל נישט שרייבן "מ'האט ב"ה מצליח געווען", ווייל ליידער האט מען דערווייל נישט.