אידישע [קנאי'שע] הרגשים
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21949
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
כאפסט אבער אז יענע לענדער ווילן עס נישט האבן, איא?...
מ'רעדט דא מען פון פאנאטישע דזשיהאדיסטישע בירגער וואס האבן "אריינגעוועלט" כאמאס איינמאל און נאכאמאל. ווער ברויך זיי... זיי זענען אפאר מיליאן בהמות העיר טו סטעי.
אין עצה ואין תבונה.
מ'רעדט דא מען פון פאנאטישע דזשיהאדיסטישע בירגער וואס האבן "אריינגעוועלט" כאמאס איינמאל און נאכאמאל. ווער ברויך זיי... זיי זענען אפאר מיליאן בהמות העיר טו סטעי.
אין עצה ואין תבונה.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 11:27 am כאפסט אבער אז יענע לענדער ווילן עס נישט האבן, איא?...
מ'רעדט דא מען פון פאנאטישע דזשיהאדיסטישע בירגער וואס האבן "אריינגעוועלט" כאמאס איינמאל און נאכאמאל. ווער ברויך זיי... זיי זענען אפאר מיליאן בהמות העיר טו סטעי.
אין עצה ואין תבונה. נגד השם..
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: קנאי’שע הרגשים
לויט וועלכע מאנכע, לויט די סימפאטיקער פון מדינת איזראעל?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 3:02 pmוועלכע פון די היינטיגע פירער אין מדינת ישראל האבן געשטערט ר' מיכאל בער?
(הגם די גאנצער מן המצר איז לויט מאנכע אין גרויס טייל געווען גוטע חלומות, וואס האט מיטן מציאת נישט געקענט שטימען)
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: קנאי’שע הרגשים
אויב מ'זאל רופן די פייער דיפארטמענט צו נישט ווייס איך נישט, איך קען נישט אריינרעדן דערין, דארף מען קוקן וואס סאטמאר רב האט געהאלטן.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 3:10 pmאבער עכ''פ פלאקערט עס נאר אויף מיט קליינליכע פלאמען... זאל מען פארדעם נישט רופן די פייער דעפארטמענט?שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 3:09 pmדי פראבלעם איז אבער אז ביבי מיט די צה''ל'ניקעס קענען נישט אויסלעשען די פייער,נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:58 pm
איך האב אן אנדערע משל.
אמאל איז געקומען אין שטאט א רויבער, און ער האט איבערגענעכטיגט ביים עושר אינדערהיים. נאכן בא'גנב'ענען דעם עושר האט ער אינטערגעצינדען דאס הויז, און אנטלאפען.
איז געקומען צו לויפן דער זוהן פון דעם רויבער און פארלאשען דעם פייער.
ביבי האט קיין פייער נישט אנגעצינדען, און אודאי די היינטיגע 25 יעריגע צה''לניקעס. דו קענסט שרייען אויף די ערשטע ציונים וואס דו ווילסט, דאס איז אבער נישט רעלאוואנט אויף די היינטיגע...
זיי לעשען און לעשען די לעצעטע 75 יאר און די פייער האלט און איין צוריק אויפפלאקערען מען ווערט נישט פערטיג מיט די אידיש בלוט פארגיסונג,
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: קנאי’שע הרגשים
זיי זענען די שלוחים פון די ס"מ צו אנרייצן די אראבישע וועלט נאך מער און נאך מער אויף די אידישע קינדער, מיט א.ג. גוטע סיבות צו זיין די לעשער...העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:48 pm סיי אידן און סיי אראבער האבן געוואינט אין מדינות ישראל.
די בריטישע האבן געהערשט דערויף, נישט די אראבער.
די בריטישע האבן איבערגעגעבן די פירערשאפט פון חלקים פון דאס לאנד פאר די אידן און חלקים זענען געבליבן ביי ישצאלים.
אלס רעזולטאט דערפון האבן די אראבער זיך ארויסגעלאזט אין א בליטיגע מארד צו הארגענען אלע אידן.
באין ברירה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א קאמף צו זיי פארטרייבן פון לאנד.
מען האט נישט צוגענומען זייער הייזער, זיי וואלטן געקענט מאכן שלום מיט די מצב און שלום על ישראל, די אראבער זענען אבער דאך אראבער און זיי האבן געווילט מלחמה, נו, אז דו ווילסט מלחמה האסטו באקומען מלחמה.
קיינער דא האלט נישט אז די ציונים זענען צדיקים און אז זייערע מצוות אין מעשים טובים איז עפעס צו באווינדערן. אבער יא, זיי זענען די שלוחים פון די אייבערשטער צו באשיצן די ערליכע אידן אין מדינת ישראל. און ניין, די פון זיי וועלכע זענען תינוקות שנשבו זענען נישט מחיוב מיתה און די אייבהערשטער האט זיי ליב זיי זענען אידישע קינדער.
(איך זאג נישט דא וואס די סאטמערע אידן ברויכן האלטן, זיי זאלן פאלגן וואס זייערע רבנים הייסן זיי)
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: קנאי’שע הרגשים
ווער האט געהאלטן אז מ'מעג נעמען די מדינה?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 3:30 pmדי ערשטע שאלה איז אויב מען מעג בכלל נעמען א מדינה, אויף דעם איז שיטת פון טייל גדולי ישראל געווען אז מען טאר נישט. און אנדערע האבן געהאלטן אז דאס איז גאר א חיוב און דאס איז וואס וועט ברענגען די גאולה.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 3:11 pm @נקודות טובות אקעי סוי דא מישט מען צוויי טעמעס. אפשר אפטיילן?
טעמע 1: האט מדינת ישראל געברענגט א טובה פאר אידן?
טעמע 2: מעג מען מתפלל זיין זיי זאלן מצליח זיין כדי צו ראטעווען אידן?
די לעצטע פאר בלאט האט מען גערעדט פון טעמע 2, און אויף דעם האב איך געמאכט מיין משל.
ביסט מחולק אין דעם?
אויף דעם איז דא ראיות מחז''ל אויף ביידע וועגן, פון איין זייט איז דא דער ספר ויואל משה, און מצד אחר איז דא דער התקופה הגדולה.
אני כשלעצמי בין נישט גענוג גדול צו מכריע זיין אין אזאלכע ענינים, און אזוי ווי מיין טאטע איז געווען א חסיד פון רבי'ן גיי איך אויך לאורו. (ווען איז עס מיר נוגע? איך גיי נישט צום כותל, הגם רוב פון מיינע משפחה מיטגלידער גייען יא)
יעצט איז דא נאך א שאלה, אויב אויף למעשה האט די הקמת המדינה געברענגט א טובה פאר כלל ישראל אדער נישט. דאס מאכט אבער נישט אויס אויף שאלה איינס.
די מזרחים וועלן זיך ווייטער שלאגען פאר שלימות הארץ, וויבאלד לויט זיי איז דאס א חיוב מן התורה אפי' אויב דאס ברענגט מער רציחות פאר אידן רח''ל. און איך וואס גייט לאורו פון האדמו''ר מסאטמאר זי''ע וועל נישט אנערקענען די מדינה אלץ א אידישע מדינה וואס רעפראזענט מיר, נאר אלץ א מדינה וואס איז געבויט געווארן דורך איסורי דאורייתא. אפי' אויב די מציאות זאל זיין אז די מדינה האט אסאך בעסער געמאכט פאר דאס אידישע פאלק!
כאפסט וואס איך זאג? די הלכה טוישט נישט די מציאות, און דער מציאות טוישט נישט די הלכה!
יעצט איז די שאלה אויב איך מעג מתפלל זיין פאר די הצלחה פון די צה''ל. זאג איך אז וויבאלד די צה''ל איז נישט אריין אין קריג צוליב שלימת הארץ אדער ישוב ארץ ישראל. נאר פשוט וויבאלד די לעבן פון אידישע קינדער זענען אין געפאר, און ס'איז א מצב פון פיקח נפש. ממילא זאל מען מתפלל זיין אז די צה''ל זאל מצליח זיין צו אראפברענגען די כאמאס, כיזבאלא,איסלאמיק דזשיהאד,פאטאח, איראן, ביז צו די אינגרויען טוי נעיל. אזוי ווי די הלכה איז גע'פסק'ענט אז הבא להורגך השכם להרגו. און עס שטייט נישט אין דעם קיינע תנאים איבער ווער עס האט אנגעהויבען די פייט.
אפשר רב קוק (-)
ווען די מדינה איז שוין געשטאנען, און אגודה פירער זענען ארומגעלאפן צו רבנים אז מ'וועט העלפן (...) פון אינעווייניג, האבן געוויסע מסכים געווען, און געוויסע האבן זיך פארלאזט אויף אנדערע געוויסע וואס האבן זיך פארלאזט אויף זיי (וחוזר חלילה), און געוויסע האבן נעבעך געגלייבט אז מ'גייט טאקע אויפטוהן פון אינעווייניג.
עכ"פ דאס איז געווען נאר נאכדעם וואס די מדינה איז שוין געשטאנען, נישט אז מ'מעג עפענען א מדינה רח"ל.
אגב, דו זאגסט אז דו גייסט נישט צום כותל צוליב סאטמאר
איך גיי גראדע אויך נישט צום כותל ווייל מיין רבי האט נישט געוואלט גיין צוליב סאטמאר רב, אבער איך האלט נישט אז כותל איז די זעלבע ארג ווי די גאנצע ויואל משה,
איך מיין אז זאלסט ענדערש גיין צום כותל, און איבערלערנען נאכאמאל ויואל משה עטליכע מאל, און דערנאך זאלסטו קומען שרייבן דא וועגן צה"ל...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: קנאי’שע הרגשים
דו ביסט בארעכטיגט פאר א מיינונג אפשרנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 4:11 pmאזוי האלט איר, איר זענט בארעכטיגט פאר א מיינונג. אבער איך אויך.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 4:10 pmיא, אז ס'איז א פאלשע זאך, אדער א חלק אדער אינגאנצן.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 4:07 pm פונעם ספר קול התור פונעם גר''א האט איר אמאל געהערט?
אבער קום נישט זאגן אז דו ביסט א סאטמאר חסיד...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: קנאי’שע הרגשים
דו דערמאנסט מיך די מעשה, פון א בחור וואס האט געוואלט זייער גיין ארבעטן,נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 3:53 pmאיך בעט אז די צה''ל זאל האבן אזא סוקסעס, אז אפילו איין צה''לניק זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערןשמח האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 3:52 pmאויב זענט איר נישט מתפלל אזוי ווי איר שרייבט דארט אנפאנג לעבט איר אביסל אין א טעות!
אמת מ'מעג מתפלל זיין עס זאל גיין אויף דער אופן וואס קוקט אייך אויס גוט, אבער ווען איר האט א מהלך וואס וועט בוודאי ברענגען שווערע קאנסעקווענצן פארוואס זאלט איר בעטן אויף דעם מהלך?! בעטסט אז דער אייבערשטער זאל העלפן אויף א די ריכטיגע מהלך וואס זאל נישט האבן די קאנסעקווענצן.
אויפן טענה פונעם ר"י הלמאי ביטול תורה, האט ער געעפנטפערט, אז ער גייט דארפן שפייזן זיין פאמיליע דארף ער האבן גענוג געלט דערויף.
האט אים די ר"י געפרעגט, וויאזוי ווייסטו בכלל אז דיין גיין ארבעטן יעצט וועט אריינברענגען געלט אוועקצולייגן?
תירוץ: איך גלייב באמונה שלימה, און איך האב בטחון אז איך וועל מאכן גענוג געלט צו קענען אוועקלייגן.
האט אים די ר"י געפרעגט, וויאזוי ווייסטו אז דו גייסט טרעפן א גוטע שידוך?
תירוץ: איך גלייב באמונה שלימה, און איך האב בטחון אז איך וועל טרעפן א גוטע שידוך.
האט אים די ר"י געפרעגט, וויאזוי ווייסטו אז דו גייסט האבן קינדער?
תירוץ: איך גלייב באמונה שלימה, און איך האב בטחון אז איך וועל האבן קינדער.
האט אים די ר"י געזאגט, הא, הייסט, די גלייבסט באמונה שלימה און דו האסט בטחון אז דו וועסט מאכן גענוג געלט יעצט, אז דו וועסט טרעפן א שידוך, און דו גייסט האבן קינדער.
און די גלייבסט נישט באמונה שלימה, און דו האסט נישט קיין בטחון, אז דער אייבערשטער הזן ומפרנס לכל, וועט דיר טרעפן א גוטע פרנסה דעמאלטס נאך דיין חתונה, און ער וועט דיר געבן צו שפייזן דיין פאמיליע...
=
לענינינו:
איך גלייב באמונה שלימה און איך האב בטחון אז דער אייבערשטער גייט מאכן סדר פון די רוצחים, און אויך באזונדער פון די רשעים, און משיח וועט קומען.
און ס'זענען נעבעך דא אנדערע וואס גלייבן באמונה שלימה און האבן בטחון אז צה"ל גייט געוואונען אויסצוראטן די רוצחים און עס גייט נישט קאסטן גארנישט קיין אידיש בלוט.
גיי געב עצות פארן אייבערשטן...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: קנאי’שע הרגשים
איך בין גראדע נישט קיין סאטמארער, און איך בין נישט מחונך געווארן ווי מאנכע אין סאטמאר זענען מחונך געווארן...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 9:22 amוואס פארא שאלה איז דאס בכלל.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 10:29 pmחלילה וחס, די צדוקים זענען געווען כופרים בתורה שבעל פה פינטעל! און זיי זענען נישט מצרף צו קיין מנין, יינם יין נסך, זייער שחיטה איז נבילה, און אזוי ווייטער מיט אלע דיני אפקורסים האבן זיי נישט קיין חלק אין כלל ישראל!דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:17 pm @נקודות טובות האסט מיר ערנסט שאקירט.
דו ווייסט אודאי אז די צדוקים האבן אויך געהאט מיינונג. איא?!
יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלע רב.
שומו שמים, א איד וואס האט די זכי' אז זיינע זיידעס זענען נישט געפאלן פאר די עוקרי התורה (מזרחי וקודמיהם) זאל האבן אזא גרייזיגע בליק. איך בין מתפלל אז דו זאלסט אנערקענען דיין טעות חמור.
וויל איך וויסען אויב איז אמאל געווען אז אונזערע רבי'ס די קעגענער פונעם מזרחי זאלן זיך צוזאמען נעמן, און אויפציעל מחרים זיין און ארויס שטעלן דעם מזרחי פון כלל ישראל? ווי לאנג דאס איז נישט געשעהן, זענען זיי נכלל אין כלל ישראל. מען קען זיי מצרף זיין צו מנין וכדו'.
קען זיין אז דו גייסט פאדערן אז די תנאים זאלן האבן מחרים געווען די מזרחי... דעמאלס וועל איך דיר נישט קענען העלפן. אבער אלע אונזערע צדיקים, קדושים, רבנים, מנהיגים, וואס זענען געווען פון די צייטן ווען די מזרחי איז געווארן, האבן געהאלטן אז זיי זענען מינים ואפיקורסים!
איך האב נישט קיין ציטאטן אויסנווייניג, קוק אריין אין ספר משכנות הרועים וועסטו טרעפן וויפיל ציטאטן דו ברויכסט.
ניין און ניין, דאס איז נישט קיין מחלוקות מ"א מיטן גר"א ווען ס'איז סו"ז קרי"ש, און אפילו נישט קיין מחלוקות שואל ומשיב מיט רבי שלמה קלוגר איבער מאשין מצות. חס ושלום!
און דאס וואס דו שרייבסט אז ביסט א סאטמאר'ע חסיד דאס ציפט זייער, ווייל עס ווייזט אז ס'פעלט אסאך חינוך אין סאטמאר! שרייען פוי איז נישט קיין חינוך... נאר באמת קענען די נושאים און לערנען דברי רבותינו. עס פעלט עס פעלט. דער סאטמאר רבי זי"ע וואלט פשוט געריסן קריעה ליינענדיג דא.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
מסתמא זענען די קרייץ ציגלער געווען אראבער'ס. ניין?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 4:43 pmאיי עם סארי, אבער אין ויואל משה איז מען מברר הלכה, נישט קיין מציאות. פאר מציאות קענסטו גיין אויף ויקיפדיה.
וואס איז געווען די תירוץ אויף שנאת ישראל פאר די הקמת המדינה? איז טאקע די ערשטע פאגראם אויף אידן געווען נאך די פאמירונג פון די חבבי ציון?
מסתמא זענען די דייטשן געווען אראבער'ס. ניין?
מסתמא זענען די אינקוויזיציע געווען אראבער'ס. ניין?
מסתמא זענען די רשעים פון די גזירות ת"ח ות"ט געווען אראבער'ס. ניין?
מסתמא איז די רוסישע צאר, ואחריו סטאלין, געווען אראבער'ס. ניין?
מסתמא האט דער תוס' יו"ט, דער ש"ך, די בעלי תוספות (איך מיש צוזאמען אסאך דורות), געווען אראבער'ס. ניין?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2306
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7681
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
@מסתמא איך בין שאקירט פון דיר!
דו ביסט א געלערנטער מאן, דיינע תגובות קען מען נישט געווענדליך אפליינען אין איין שאס צוליב דעם תוכן וואס מען דארף זיך קאנצעטרירן. אבער דא האסטו מיך איבעראשט! ביסט מדמה ענינים כעור הממש באפילה.
וואס איז דער דמיון פון א משיח (שקר?) וואס חז''ל האבן באמת נישט געקענט מכריע זיין אויב ער איז באמת משיח אדער נישט, נאר ווען לבסוף איז גברה שיטת המכחישים? (און אפי' אזוי איז נישט שייך צו זאגן אז דער גדול הדור ר' עקיבא האט זיך טועה געווען, נאר מיר פארשטייען בכלל נישט אין די ענינים)
א מיליטער וואס האט אויסגע'הרג'עט מיליאנען גיום, איינגענומען פילע לענדער. אלעס מיטן ציל אויסצולייזן די אידן פון גלות און בויען דעם דריטען בית המקדש וואס מיסוד הנבואה וועט דאס בלייבן לעולם. אבער (א טייל פון)די חכמים האבן געהאלטען אז ס'איז עדיין לא הגיע זמן, און דעריבער האט מען אים דן געווען למיתה, ממילא האבן די רומיים באקומען שליטה אויף אים.
וואו איז דא א פסק אין א מציאות כמציאותינו? ווער נאך אזוי ווי דיר האט אזוי שיין מחלק געווען צווישען א געווענדליכע מלחמה, ביז די יעצטיגע מצב? האסט אן הוראה אין ויואל משה אויף דעם? האבן זיך די אידן אין ביתר זיך נישט קעגן געשטעלט?
@א קלער דאס וואס די רבי איז מבאר אז מלחמה איז נאר בסנהדרין רעדט זיך פארשטייט זיך אויף כיבוש ארצות כמבואר ברמב''ם, האט דען די רבי געקריגט אויפן שלחן ערוך פון עיר שהיקפוה? איך האב קלאר געשריבען אז איך רעד פון די איצטיגע מצב, וואס איז טאקע א תולדה פונעם אני מתיר. אבער צו זאגן אז דיני פיקוח נפש וועט טריגערען א גרעסערע אני מתיר?? דו רבי זאגט דאך כמה פעמים אז די מלחמת סיני וששת הימים האבן די ציונים געטריגערט משום ההתגרות. אבער ווער עס קען די היסטאריע פון כאמאס ווייסט אז דא איז די מציאות דוקא אינגאנצען להיפך! נישטא קיין הוה אמינא אז מען דארף א סנהדרין!
@דער תהלים איד סימפאטיע האב איך פארשטייט זיך נישט געזאגט אז סאטמארע אידן באוויינען די אראבישע פגרים, איך האב מיך באצויגען צו די וואס קוקען אן די כאמאס אלץ פרידליכע בירגער וואס די מדינה האט פשוט און פראסט אנגעהויבן רודפ'ען בלא עון בכפם! ווען אין מציאות ווייסט מען אז קיין איין אראבישע לאנד וויל זיי נישט, יעדער פון די פראי אדם האט מורא פאר זיי!
שמיני עצרת ווען די נייעס איז אריין געקומען ביי אונז אין ביהמ''ד, בין איך געשטאנען נעבן אן עלטערע איד וואס זיין ערשטע רעאקציע איז געווען ''זאלן זיי זיך שוין אויפהערן צו רייצען מיט די אראבער'', פון דעם רעד איך. בשעת מעשה האט מען געמיינט אז מען רעדט פון צוויי הונדערט שומרי שבת, זאג נאר דו ביסט משוגע??? דאס איז דיין ערשטע רעאקציע??? זאג כאטש צוויי ווערטער ''רחמנא ליצלן'' אדער ''השם ירחם'' וכדו', און נאכדעם ווען איך הערן ווי די ביסט פוער פיך אויף די ציונים!
@רעגנדיג דער שטיקעל וואס די ברענגסט איז קלאר אויף לפני המלחמה, קוק אריין ווי די רבי זאגט די ווערטער קלאר למנוע המלחמה!

פיגער עס אויס!
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
ווייסט ווי מ'נוצט אסאך די מחלוקת השגת הראב"ד אויפן רמב"ם, איבער די י"ג עקריםנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 4:55 pmאיר ווייסט אז דער ראב''ד קריגט זייער שארף אויף איינער פון די י''ג עיקרים להרמב''ם. און אזוי ווי דער רמב''ם שרייבט אז ווער עס האט ספיקות אין איינער פון די עיקרים איז א מין און אפיקורס. נו אויב אזוי פיר דו אויס, לויט דעם איז דער ראב''ד געווען אן א***** (איך קען אפילו נישט שרייבען אזאלכע ווערטער)דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 4:43 pm4 ווערטער צו דיר:נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 4:38 pm
דו מיינסט אז די אלע מחלוקת אין די גמרא וואס מיר ווייסען היינט אז זיי זענען אלו ואלו, איז בשעת מעשה נישט געווען קיין מחלוקה וואס די וועלט האט זיך איבערגעדרייעט?
רחמנא, ליצלן, מהאי, דעתא.
אין אזא טשולנט קוגל עולם הדמיון צו לעבן? אוי וויי.
אויף די אפיקורסישע ק"ש
אויסער אויב אין די לעצטע עטליכע יאר וואס איך וויל אפי' נישט קוקן אויף PDF וואס קומט פון דארט, האט ק"ש תשובה געטוהן... ביזדערווייל לאזן עס נאך די פילטער'ס נישט דורך...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
דו ווייסט אז אויך מיט כ"ת ש"ץ זענען מיטגעשטאנען ערליכע אנפאנגנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 5:10 pmאדרבה, איך וויל הערן פון דיר. מאך מיר דעם חילוק?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 5:06 pmטא פארוואס אין די וועלט ביסטו איינגערעדט אז די צדוקים זענען אויסגעשלאסן פון כלל ישראל?!נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 4:55 pm
איר ווייסט אז דער ראב''ד קריגט זייער שארף אויף איינער פון די י''ג עיקרים להרמב''ם. און אזוי ווי דער רמב''ם שרייבט אז ווער עס האט ספיקות אין איינער פון די עיקרים איז א מין און אפיקורס. נו אויב אזוי פיר דו אויס, לויט דעם איז דער ראב''ד געווען אן א***** (איך קען אפילו נישט שרייבען אזאלכע ווערטער)
און די רעפארמער איז דאך אפגערעדט! מיינסט אז זיי האבן נישט קיין תורה'דיגע בלעטער אויף וויקפידיע?! א רעטעך... זיי זענען פעסטע אלו ואלו'ניקעס! ווי דעם רמב"ם און דער ראב"ד!
דו ווייסט אז אויך מיט א חלק משכילים מיט זייער חומשים זענען מיטגעשטאנען ערליכע אנפאנג
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21949
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
און צום וויפלטן מאל.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:27 pm וואו איז דא א פסק אין א מציאות כמציאותינו?
ביטע אפלערנען מיט ישוב הדעת, און לייגן די נאציאנאליסטישע תאוות אין א זייט.
viewtopic.php?p=28749#p28749
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
דאס איז א תירוץנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 9:58 pmדאכט זיך מיר אז ר' מענדל שרייבט אין זיין הקדמה אז ער האט דאס יא דורך געלערנט.
אבער אין א סייד נאוט, די סאטמארע האבן אלעמאל געוויינט אז קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג פונעם ויואל משה. ביז ס'איז געקומען איין אויבער חכם (נישט ר' מענדל איך רעד פון אן אנדערע מחבר) וואס האט ארויסגעגעבן ספר אפצופרעגען דעם ויואל משה, דעמאלט זענען מיר ווילד געווארן.
א רגע, וואס האסטו געוואלט?....
צוליב דעם זאל מען זיך ווייטער נישט וואוסענדיג מאכן פונעם ויואל משה?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21949
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
כ'ווייס נישט וואס חאמאס איז, אבער די פאלעסטינער אין אלגעמיין זענען בירגער פון דעם לאנד וואס זענען פארטריבן געווארן דורך די ציוניסטישע טעראריסטן פון אצל און לח"י, אא"וו.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:27 pm@דער תהלים איד סימפאטיע האב איך פארשטייט זיך נישט געזאגט אז סאטמארע אידן באוויינען די אראבישע פגרים, איך האב מיך באצויגען צו די וואס קוקען אן די כאמאס אלץ פרידליכע בירגער וואס די מדינה האט פשוט און פראסט אנגעהויבן רודפ'ען בלא עון בכפם! ווען אין מציאות ווייסט מען אז קיין איין אראבישע לאנד וויל זיי נישט, יעדער פון די פראי אדם האט מורא פאר זיי!
זייערע מעשים זענען שרעקליך, אבער דער גורם איז אך ורק מדינת ישראל.
יעדער ערליכער סאטמארער איד האט געזאגט גלייך ביידע! סיי די רחמנא ליצלן הי"ד, און סיי די ציונים זענען שולדיג.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:27 pm שמיני עצרת ווען די נייעס איז אריין געקומען ביי אונז אין ביהמ''ד, בין איך געשטאנען נעבן אן עלטערע איד וואס זיין ערשטע רעאקציע איז געווען ''זאלן זיי זיך שוין אויפהערן צו רייצען מיט די אראבער'', פון דעם רעד איך. בשעת מעשה האט מען געמיינט אז מען רעדט פון צוויי הונדערט שומרי שבת, זאג נאר דו ביסט משוגע??? דאס איז דיין ערשטע רעאקציע??? זאג כאטש צוויי ווערטער ''רחמנא ליצלן'' אדער ''השם ירחם'' וכדו', און נאכדעם ווען איך הערן ווי די ביסט פוער פיך אויף די ציונים!
קען זיין אז נעבן דיר דרייען זיך דזשיהאדיסטן, ס'דא אין יעדע געמיינדע נעבעך.... אדער קען זיין אז דו הערסט נאר איין חלק ווייל ס'איז בבחינת נעתרות נשיקות וגו'...
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 898
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 2026
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
איך האב אנגערופן אין גדר אפיס.
זיי האבן באקומען קאמפלעינטס אז דא איז געשטאנען ציונות, ממילא האבן זיי דאס געבלאקט. זיי פרובירן נישט אריינצוגיין אין פארהערן נאר נעמען אן יעדע ערנסטע קאמפלעינט.
למעשה ווערט געזוכט איינער זאל באריכטן קאמפלעינטס אויף די אנדערע סייט'ס וואו עס קומען פאר אסאך ארגערע וויכוחים אן קיין שום נארמאלע אוועקגעשטעלטע מהלך וואס יא און וואס נישט.... אבער עכ"פ מצדינו פארשטייען מיר זייער אישו און מיר בעטן טאקע יעדן צו זיין מער נזהר, פי שניים, בפרט אז מיר האבן הונדערטער בעלי מכשירים וואס זוכן צו טרעפן א פסול...
----
מצדינו לאמיר זאגן אונזער קלארער מהלך:
ציונות איז דא נישט ערלויבט. חס ושלום!
מזרחי איז דא טמא, אזוי ווי ביי אלע ערליכע אידן שומרי תורה היראים לדבר ה'.
וויכוחים איבער נושאים וואס זענן פארנעפלט, איז אדרבה, ס'איז בלויז א בענעפיט זינט גאר אסאך אינגעלייט זענען טאקע צומישט, און זיי ווערן נאר קלאר ווען עס ווערט געהעריג אויסגעשמועסט. ס'איז בלויז א טובה, און געווענליך דער וואס שרייבט דא אויפ'ן צווייטן צד וויל 'אליינס' אויך קלאר ווערן, כאטש עס קוקט צומאל אויס ווי ער איז פאר'עקשנ'ט.
אבער, ווי געזאגט פריער, מ'דארף זיין זייער נזהר אין וואס און וויאזוי מען שרייבט, ס'זאל ח"ו נישט קענען ארויסקומען קיין מכשול אדער קאלטקייט אין דברים העומדים ברומו של עולם, ועיקרי האמונה.
און ווידער א יישר כח פאר אלעמען, ס'איז ב"ה א קידוש השם די הערליכע שמועסן.
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
דו דאנקסט דעם אייבערשטן, בעת סאטמאר רב (אויף וועמען דו פאריפסט זיך) א געוויינט טייכן טרערןנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:22 pmאיך ברעך אויך ווען גאנץ ענדיגט צו מיטן פסוק ד' עוז לעמו יתן. און ווי אויך ווען נתניהו איז מסביר דעם כל ישראל ערבים זה לזה. וכדו'.► Show Spoiler
זיי זענען כופרים ואפיקורסים, לויט כמעט אלע פוסקים האבן זיי א דין פון מורידין ולא מעלין (האפענטליך וועלן זיי נאך אמאל תשובה טוהן, און האפענטליך וועל איך אויך אמאל תשובה טוהן אויף מיינע חטאים). זיי זענען לויט רוב פוסקים נישט קיין תינוקת שנשב. זיי זענען מצער דעם מלך מלכי המלכים אין זיין פאלאץ וואס דאס איז ירושלים עיר הקודש. זיי סעפורטען כל מיני תועבה שבעולם. זיי סעפורטען חילול שבת בפרהסיא. און נאך....
אבער איך זאגט מיך פאר אחינו בני ישראל שומרי תורה ומצוות שבארצינו הקדושה וואס זענען נתונים בצרה! געוואלד געשריגען, קיינער ווייסט נישט וואו דער מצב קען אנקומען. און די כאמאס האט שוין געקאסט כמה וכמה נפשות יקרות מישראל שומרי תורה ומצוות. און מדין השלחן ערוך זענען אלע פרומע אידן זיך מחיוב אנצושליעסן אין מיליטער עד יעבור זעם. ווייל אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך אז מען דארף טוהן בשעת מלחמה, און דאס איז אויך דוחה שבת מפני פיקוח נפש.
נאר וואס דען, איך דאנק דעם אויבערשטען אז עס זענען דא אזאלכע וואס האבן זיך מדעת עצמם אנגעשלאסען אין מיליטער, נישט פון היינט, נאר מיט יארן צוריק. אין הגם זיי זענען מיט דעם מורד במלכות שמים, איז אבער כעת א שעת פיקוח נפש. און אזוי ארום קענען די שומרי תורה ומצוות אנגיין ווייטער בתורה ותפלה, וואס דאס איז באמת וואס באשיצט כלל ישראל.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
דאכט זיך מיר אז זיי ווילן א פייער אפשטעל, און די ציונים זענען נישט מסכים, צוליב? צוליב וואס זיי מוזן זיך ווייזן אלס דער געוואונער, זיי מוזן אפווישן טעראר פון דער וועלט (וואס די היסטאריע האט געוויזן אז ס'קען מילא נישט געשעהן ביז ביאת המשיח.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:12 pmווי לאנג עס פליען ראקעטן איז ביי מיר נאך א שעת סכנה. און ווי לאנג די כאמאס ווערט נישט פולקום אינטערדריקט, איז די סכנה נישט פארביי. יעצט עס ווי ספיעק איז די גרעניץ נאכנישט פארזיכערט! טא וואס ווילסטו??
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
דאכט זיך מיר אז די שומרים איז בהכנעה בין האומות, און די פאליציי איז מסכים דערויף, און מ'העלפט זיי נאך צינקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:10 pmאפשר איז די חברה שומרים אויך אן התגרות באומת? דער אויבערשטער האט אונז געשיקט אין גלות בין העמים, און מיר זענען אונטער זיי. מיט וואספארא רעכט קומען מיר מיט אייגענע שומרים וואלענטירן. און מיר שלאגען אפ אטאקעס פון די גוים ביי וועמען מיר זענען אין גלות?ירחמיאל מאניש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:56 pmזייט מיר מוחל, דיין אינטערשריפט כשרט נישט דיינע ווערטער וואס די רעדסט,נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:50 pm
קיינער איז נישטא פאר נקמה יעצט. יעצט צוברעכט מען די פיינט ימח שמם וזכרם, אזוי ווי די הלכה איז אויף עיר שהוקפוה!
סאיז קלאר אז דאס איז התגרות באמות,
אויב זענען דא שומרים מיטגלידער אדער שומרים ווארטזאגער'ס וואס זאגן אנדערש, איז עס טאקע א פראבלעם
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
די בריונים האבן גערעדט בערך ווי דיר, אבער ר' יוחנן בן זכאי האט געהאלטן אנדערשהעלדיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:54 pmקען זיין אז אין רבינו יואל ביזטו אן עקספערט, אבער אין קריגס פירונג ווארשיינדליך נישט...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:48 pmפארוואס שרייבסטו אז מ'האט געברענגט קלאר, ווען מ'האט פאקטיש געברענגט אז ס'איז אומקלאר?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:44 pm
מען האט דאך שוין נעכטען געברענגט קלאר פון רבי'ן אין לשון קדשו אז בשעת מעשה איז נישט נוגע די שלש שבועות, און בעצם איז דאס אן הלכה פסוקה אין שלחן ערוך!
און אידערוועי איז עס נישט נוגע. דער רבי און דער שו"ע רעדן ביידע פון הרג'נען איינעם בשעת ער קומט צו דיר אין א מלחמה אויפשטאנד. דאס איז שוין בעצם געטון געווארן.
אריינגיין אין עזה האט נישט קיין שייכות דערמיט. דאס איז נ קמה וואס קען אדער יא אדער נישט העלפן בעתיד דערשרעקן אדער שוואך מאכן וכו'
די טעראריסטן זיצן דארטן און לאקערן אויף אידן, זיי ווארטן אויף א שעת הכושר דיר צו ערלעדיגן, יא מען מוז זיי נאכיאגן און פאטיליגן, ס'איז נישט דא קיין צווייטע ברירה...
הבא להרגך ''השקם'' להרגו, ווארט נישט ביז די מעסער איז איבערגעמויגן איבער דיין האלדז...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
איך האב א אינטערעסאנטע פראגע.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:37 pmכ'ווייס נישט וואס חאמאס איז, אבער די פאלעסטינער אין אלגעמיין זענען בירגער פון דעם לאנד וואס זענען פארטריבן געווארן דורך די ציוניסטישע טעראריסטן פון אצל און לח"י, אא"וו.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:27 pm@דער תהלים איד סימפאטיע האב איך פארשטייט זיך נישט געזאגט אז סאטמארע אידן באוויינען די אראבישע פגרים, איך האב מיך באצויגען צו די וואס קוקען אן די כאמאס אלץ פרידליכע בירגער וואס די מדינה האט פשוט און פראסט אנגעהויבן רודפ'ען בלא עון בכפם! ווען אין מציאות ווייסט מען אז קיין איין אראבישע לאנד וויל זיי נישט, יעדער פון די פראי אדם האט מורא פאר זיי!
זייערע מעשים זענען שרעקליך, אבער דער גורם איז אך ורק מדינת ישראל.
יעדער ערליכער סאטמארער איד האט געזאגט גלייך ביידע! סיי די רחמנא ליצלן הי"ד, און סיי די ציונים זענען שולדיג.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:27 pm שמיני עצרת ווען די נייעס איז אריין געקומען ביי אונז אין ביהמ''ד, בין איך געשטאנען נעבן אן עלטערע איד וואס זיין ערשטע רעאקציע איז געווען ''זאלן זיי זיך שוין אויפהערן צו רייצען מיט די אראבער'', פון דעם רעד איך. בשעת מעשה האט מען געמיינט אז מען רעדט פון צוויי הונדערט שומרי שבת, זאג נאר דו ביסט משוגע??? דאס איז דיין ערשטע רעאקציע??? זאג כאטש צוויי ווערטער ''רחמנא ליצלן'' אדער ''השם ירחם'' וכדו', און נאכדעם ווען איך הערן ווי די ביסט פוער פיך אויף די ציונים!
קען זיין אז נעבן דיר דרייען זיך דזשיהאדיסטן, ס'דא אין יעדע געמיינדע נעבעך.... אדער קען זיין אז דו הערסט נאר איין חלק ווייל ס'איז בבחינת נעתרות נשיקות וגו'...
פארוואס ברויך א סאטמערע חסיד האלטן אז מדינות ישראל איז שילדיג??? ס'איז א פראגע אין מציאות.
אפגעזען פון וואס מען האלט אויף די מדינה...
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
ביזט גערעכט. אבער נאר אויב די קענסט ריכטיג פארגלייכן די רומיים מיט די חאמאס טעראריסטןאני-הק' האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:49 pmדי בריונים האבן גערעדט בערך ווי דיר, אבער ר' יוחנן בן זכאי האט געהאלטן אנדערשהעלדיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:54 pmקען זיין אז אין רבינו יואל ביזטו אן עקספערט, אבער אין קריגס פירונג ווארשיינדליך נישט...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:48 pm
פארוואס שרייבסטו אז מ'האט געברענגט קלאר, ווען מ'האט פאקטיש געברענגט אז ס'איז אומקלאר?
און אידערוועי איז עס נישט נוגע. דער רבי און דער שו"ע רעדן ביידע פון הרג'נען איינעם בשעת ער קומט צו דיר אין א מלחמה אויפשטאנד. דאס איז שוין בעצם געטון געווארן.
אריינגיין אין עזה האט נישט קיין שייכות דערמיט. דאס איז נ קמה וואס קען אדער יא אדער נישט העלפן בעתיד דערשרעקן אדער שוואך מאכן וכו'
די טעראריסטן זיצן דארטן און לאקערן אויף אידן, זיי ווארטן אויף א שעת הכושר דיר צו ערלעדיגן, יא מען מוז זיי נאכיאגן און פאטיליגן, ס'איז נישט דא קיין צווייטע ברירה...
הבא להרגך ''השקם'' להרגו, ווארט נישט ביז די מעסער איז איבערגעמויגן איבער דיין האלדז...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21949
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
ווייל ווער דען זאל אזוי האלטן, איינער וואס זיין הארץ איז פול-טו-קעפעסעטי מיט א נגיעה צו זען פארקערט?
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
אפשר זאל מען ארויסקומען אקעגן די צער פון רוסלאנד? די מישט אויס היסטאריע מיט מציאותאני-הק' האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:45 pmדו דאנקסט דעם אייבערשטן, בעת סאטמאר רב (אויף וועמען דו פאריפסט זיך) א געוויינט טייכן טרערןנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:22 pmאיך ברעך אויך ווען גאנץ ענדיגט צו מיטן פסוק ד' עוז לעמו יתן. און ווי אויך ווען נתניהו איז מסביר דעם כל ישראל ערבים זה לזה. וכדו'.► Show Spoiler