דער איזראעלי סיטואציע צימער ביי אונז אין וויליאמסבורג און זיין שרעקעדיגער גענעראל

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 541

דער איזראעלי סיטואציע צימער ביי אונז אין וויליאמסבורג און זיין שרעקעדיגער גענעראל

פאוסט דורך העלדיש »

לאנגע מינטן איידער די געפאר איז פאקטיש אנגעקומען האט זיך שוין אנגעזען די ערשטע סימנים אז א ערד אינוואזיע איז אונטערוועגנס, די וועלכע זענען שטענדיגע תושבים האבן געקענט פאראויסזאגן מיט א זיכערקייט אז ס'קומט. דו סמנים זענען געוון מערקבאר.

ס'איז די גענעראל, האבן די אנוועזנדע געשישקעט צווישן זיך מיט א שמייכל, זיכערמאכנדיג אז ביינוש, אדער ווי מען רופט דא אין מקוה; די 'גענעראל', הערט נישט. די וועלכע זענען געווען אין בור האבן גיך אפגעיאגט פון שטח, קיינער וויל זיך נישט טרעפן מיט ביינוש אין שווים באסיין.
זיינע שווערע קרעכצן האבן ארויסגעגעבן זיין גענויע לאקאציע פאר יעדן וואס איז נאר געווען אינטערעסירט צו וויסן, (זייער ווינציג מענטשן גייען אריין אין דעם קאַטעגאָריע.) טאקע גלייך דערנאך האט זיך די אייזערנע שטאנג א ריר געגעבן און ביינוש האט 'אריינגעראולט' אין מקוה אריין.

"ביינוש". א ווארט וועלכע רופט ארויס פחד און עקל צוגלייך, איז א עלטערע פערזאן אין זיינע פיפציגער יארן, א רינדיכס שטעקט זיך ארויס פון אונטער זיין אנטיק רעקל און זיינע וואנדשעס זענען שוין געל פון אזוי פיל רייכענען, מאנכע זענען גרייט צו וועטן גרויסע געלטער אויף די טעאריע וועלכע דרייעט זיך ארום אז דער ביינוש קומט במקור פון א באנגעלאו נאר איז מיט די יארן אריבער עסקאלאציע ביז ס'האט אנגעהויבן צו גיין אויף צוויי פיס פונקט ווי די בני אנוש, און דערפאר הייסט ער ביינוש, מיט א פשוטע אויג קוקט עס אויס ווי די נענסטע צו די מציאות...


ביינוש נעמט א האנטוך און גלייך דערנאך נעמט ער איין די גאנצע באנק. קודם לייגט ער אראפ זיין גרויסן זעקל דערנאך לייגט ער זיין רעקל און גלייך דערנאך האט נאכגעפאלגט די גאנצע ביינוש, אההה, לאזט ער ארויס שמעקעדיגע אטעם און עס איז קענטליך אז ער איז גוט פארסאפעט. וואס גייט פאר? גייט ער גלייך צו צום ענין פרעגנדיג פון איינע פון די אנוועזנדע, וואס זענען די לעצטיגע אפדעיטס פון די צפון פראנט? הע? יענער איז געווען אומבאקאנט מיט די געזעצן, ער שאקעלט מיט די קאפ און וויל גיין ווייטער, אבער ביינוש וויל שמעוסן...
ס'איז פאר יעדן קלאר אז ביינוש איז אהערגעקומען מיט אן אגענדע, ער ברויך 'עדווייזן' די וועלט פירער מיט וויכטיגע סטראטעגיעס. און פאר דעם איז ער דא.

וואס זאגסטע פרעגט ער פון דעם פרעמדן מענטש, דו האלטסט אז זיי מוזן אריינגיין מיט א 'גראונד'? אדער ס'איז גענוג די 'באמינגס' פון די לופטן? זיין שאלה איז געבליבן הענגן אין די לופט אן קיין אנטווארט.

אזוי בשעת'ן אדורכטון דברים העומדים על הפרק האט ער צוגעטרויטן צו די ערשטע טייל פון זיין טעגליכע מיסיע, דאס נעמט אריין אויס טון די רעקל זיינער, אזוי אויך אראפנעמען דעם שאל וועלכע נעמט ארום זיין דאבל טשין, (אסאך ווינדערן זיך וואס איז פשט פון דעם מאדערענע שאל וועלכע ביינוש טראגט מיט ווי אימער ער גייט נאר, ס'איז די איינציגסטע טייל פון זיין קליידונג וועלכע איז נאכנישט עקספייערט, די יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז דאס דינט ווי אן אנדענק און א עדות'שאפט איבער די טעג אין וועלכע אונזער ביינוש האט געדינט אלץ ראש הקהל. אבער ס'איז בלויז שפעקולאציעס, די אמת ווייסט קיינער.) און אזוי אויך אויפקניפן זיין פרעכטיגע קנאבל וועלכע באשיינט זיין פנים מיט א מורא'דיגע אור, דאס איז א ערנסטע עבודה. זיין קנאבל איז עפעס וואס איז ווערט אן ארטיקל פאר זיך, ס'איז גרויס ס'איז מאנסטאריש ס'איז קאלירפול, ממש אלץ וואס ס'קען נאר זיין במקום 'אחר', און ס'דינט אויך אלץ א באזע פאר פיבערהאפטיגע אקטיוויטעטן, מיט גרויס אנשטרענגונג האט ער ענדליך באוויזן צו באפרייען די מאסע פון האר וועלכע זענען געווען פארשקלאפט אונטער דעם ראבער בענד און זיי האבן זיך ווילד פארשפרייעט.

ווי נאר ער איז פארטיג געווארן מיט די ערשטע חלק פון זיין אפעראציע איז ביינוש גראד צוגעגאנגען צו די קומענדיגע פאזעס פון זיין גוט פלאנירטע פלאן, ביינוש פראבירט ניטאמאל צו עפענען די שיך בענדל, ס'אשאד די צייט, מיט זיינע 'העווי דוטי' פיס פלאך לייגט ער שטארקע דרוק אויף דעם אנדערן שיך און עס טראסקעט אראפ אויפן פאדלאגע. ווי נאר זיין זאקן איז ארויסגעקומען לאור העולם האט זיך די פעלאושען אין די גאנצע אימגעגנט געהויבן צו סכנות'דיגע שטאפלען, א מערדעליכע גערוך האט זיך פארשפרייט ארויס פון קאנטראל. די וועלכע האבן געהאט די יכולות ארויסצולויפן האבן דאס געטון אויפן ארט, און די אנדערע האבן פראבירט צווייפלהאפטיגע אלטערנאטיוון זיך צו ראטעווען פון דעם כעמישע וואפן, די גאנצע צימער איז אין כאאס.

אויסער ביינוש.

ער ווייסט ניטאמאל אז עפעס קומט פאר, ביי אים איז אלעס ממש ווי רוטין, מיט זיין גראבע פינגער הייבט ער אן צו אויסקעמען די 'פאנגעס' וועלכע שפרודלען אויף זיינע רגלים ווי ביי טאטן אין וויינגארטן, ער ברויך ניטאמאל אויסטון די זאקן דערפאר, זיין אזויגערופענע זאק איז געווען צלתו מרובה מחמתו, און אזוי בשעת מעשה אינמיטן קראצן און רייבן קריכט ער צו צום קומענדיגע נושא, די אנטיסעמיטיזם אין די קאמפוס'ס ארום אמעריקא, ס'איז געפערליך שרייעט ער צו זיין שכן וועלכע איז אין שאוער, דעי חברה זענען ערגער ווי די נעצי'ס, פאר ביינוש איז פיזישע ווייטקייט נישט קיין אפהאלט פון פירן ווייטער זיין געשפרעך, יעע, ענטפערט יענער צוריק און שמייכלט זיך אונטער פון די באנוס אז יעדער קען מיטהאלטן זיין דרשה...

העמיר נישט צופיל מאריך זיין אין דעם צוליב בעל תשקצו אבער ס'איז ווייט פון א קידוש...

יעצט קומט מען אן צום קלימאקס, ביינוש מאכט זיין וועג פון די באנק וועלכע ער האט אקופירט ביז יעצט און ער גייט גראד אין בור אריין, ער האט נישט קיין איבריגע צייט צו זיך גייען וואשן ביפאר דעם, ער האט אן איבערגעפילטע סדר היום. ס'טייטש, די וועלט איז אימסטאביל און ער זאל פארטאכלעווען טייערע מינוטן פאר אזא נישט וויכטיגע זאך ווי א 'שאוער'?

ספלעש...
בערך האלב פון די פערציג סעה וועלכע איז געווען סטאנציאנירט אין דער בור האט זיך ספאנטאניש געהויבן אויף ארויף אין שיעור נישט פארפלייצט די גאנצע צימער. א 'האריקעין' האבן מענטשן געשריגן מיט פחד. ווי עס הייסט איז דא א געניטע שטאב פון דיינים וועלכע קוקן איבער די מקוה נאך יעדער באזוך פון ביינוש'ן.

דער מעקרון איז א גרויסע רעדנער, אבער ער טוט נישט גארנישט, זאגט ער מיט קענטליכע ווייטאג צום בחור'ל וועלכע האט נישט געוויסט אז מיט ביינוש אין איין בור איז זעלבסטמארד, דער בחור קוקט אן דעם עלטערן איד מיט דערשראקענע בליקן, ווער איז מעקרון? פרעגט ער מיט תמימות פון דעם ערפארענע פאליטיקאנט? אוי, וואס פארשטייען די יונגווארג, צוקרעכצט ער זיך מיט טרויער. נו שוין, העל'עך שוין ווארטן אויף די 'חברה' זאגט ביינוש מיט ביטול צו דעם פארשעמטן בחור'ל.

די באשעפער האט רחמנות געהאט אויף די צווילע בירגער וועלכע זענען פערצופאל אריינגעפאלן מיט ביינוש'ן אין מקוה און ער האט געשיקט פאר ביינוש זיינע שותפים, די פארשטייער'ס צו פאליטיק און קריגס פירונג, עכ''פ זענען זיי זיין עידזש. ס'האט טאקע גענומען פופצן מינוט אבער די פענסיאנערן זענען אנגעקומען...

'קאלעקטיוו פאנעשמענט' איז די זאך וואס ברענגט אינטער די מדינה, האט זיך ביינוש אויסגעדריקט מיט טרויער, אן צו האבן אן אהנונג וואס די ווערטער מיינען. יעפ, האבן זיינע חברים מיטגעשטימט מיט אים בשעת'ן פארמירן שטורעמעס אין די בור. דערנאך איז ביינוש אריבער צו רעדן איבער די בעסטע וועגן ווי צו אינוואדירן עזה, דא למשל צייגט ער אויך די איבעריגע אנהאלטער איז כאהן יוניס, פארשטייסט, די מרכבה דארף אריינקומען פון דא, אזוי וועלן זיי אויסמיידן די שווערסטע פייער...
א היציגע אויסטויש איז אנשטאנען ווען איינער פון זיין קאבינעט האבן פרובירן צו פרעגן קשיות איבער זיינע קאמפס פעהיגקייטן, גרויסע כוואליעס האבן זיך געוואקלט אהן און צוריק, און די שפייעכץ וואס איז גערינען פון ביינוש'ן האט צוריק אנגעפילט אלץ וואס ער האט פריער אויסגעגאסן, און נאך מיט ריבית...

ס'האט נאך גענומען א שיינע פאר מינוט ביז זיי זענען געקומען צו א פארשטענדעניש, אבער אין זאך קען איך דיר זאגן, זיי זענען פון דארט נישט ארויס איידער זיי האבן געהאט א קלארע קריגס סטראטעגיע פאר די בעפארשטייענדע קריג.

פערציג מינוט שפעטער:
'דער איז נאו וועי' אז זיי זאלן געווינען און אריינצוגיין 'פול פארסס' האט ביינוש פארענדיגט דעם היציגע סעסיע מיט א 'קלאוזינג סטעיטמענט' בשעת ווען ער ארבעט איבערמידליך אריינצושטופן זיין פיס און זיין שיך...

ביינוש איז נישט א מענטש, ס'איז א מהות, יעדער קען א ביינוש, מוז נישט זיין דווקא אין מקוה, ס'קען זיין אין קאווע שטיבל ביי די ארבעט אדער סתם א נודזש, און ס'קומט צו לאכן ווען מען זעט מענטשן פארגיסן גרויסע סומעס פון אימשולדיגע שפייאכץ זיך איינרעדענדיג אז זיי פירן די די וועלט אדער אז זייער ווערטער זאלן ווען האבן זיי וועלכע ווירקונג אויף די מציאות, אבער פאר אונז דארף דאס דינען אלץ א משל אז אונז זאלן פארשטיין אז פונקט ווי די ביינושים זענען נישט אין קאנטראל פון די וועלט זענען מיר נישט אין קאנטראל אין אסאך זאכן וועלכע מיר רעדן זיך איין אז מיר קאנטראלירן.

מיר קאנטראלירן גארנישט און מיר זענען מאכטלאז.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 732
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1194

Re: דער איזראעלי סיטואציע צימער ביי אונז אין וויליאמסבורג, און איר שרעקעדיגע גענעראל...

פאוסט דורך ווירקליך »

😂😂😂
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 845
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1112

Re: דער איזראעלי סיטואציע צימער ביי אונז אין וויליאמסבורג, און איר שרעקעדיגע גענעראל...

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

גוט גוט, פיינע פעדער,
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 732
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1194

Re: דער איזראעלי סיטואציע צימער ביי אונז אין וויליאמסבורג, און איר שרעקעדיגע גענעראל...

פאוסט דורך ווירקליך »

האמיר ארויסגעפרינט דעם ארטיקל און צוגעוויזן פאר אונזער לאקאלער ביינוש..

ער טענה’ט אבער אז ער מיינט עס ערנסט.. מברויך א אווערנעס זאגט ער.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1312
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1831

Re: דער איזראעלי סיטואציע צימער ביי אונז אין וויליאמסבורג, און איר שרעקעדיגע גענעראל...

פאוסט דורך טיפע טאשן »

צופראסקעט, יוא לייגסטו עס גוט אראפ,
יאפס האב מיר זיך באגעגענט מיט אינזער בייניש פרייטאג נאכמיטאג, ר”ל...
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
נאכנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:51 pm
x 84

Re: דער איזראעלי סיטואציע צימער ביי אונז אין וויליאמסבורג און זיין שרעקעדיגער גענעראל

פאוסט דורך נאכנישט »

👍👍👍
שרייב פאוסט