אידישע [קנאי'שע] הרגשים

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 290
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 93

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך א קלער »

@נקודות טובות איך האב מיר באצוגען איבער גיין אין מלחמה וואס די רבי איז מבאר אז מען מעג נאר על פי סנהדרין...
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:35 pm
ניקל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:31 pm את אשר יגורנו בא
צה"ל 1500 חרדים וואס האבן געהאט א פטור צו דינען און מיליטער האבן אריינגעגעבן א ביטע צו זיך מתגייס זיין און די מיליטער
כגלייב אז סאיז נאר יעצט ווען אסאך אפילו היימישע קרייזן האלטן אז סאיז בגדר הבא להרגך השכם להורגו
איך גלייב (בעסער געזאגט, ס'מיר ברור) אז דאס איז צוליב די תאוות הנקמה וואס ליגט אין יעדעס מענטשליך הארץ.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:02 pm

סאיז בפועל אדער אדער... סאיז קלאר אז אדער קאפיטולירט מען אדער פייט מען צוריק פשוט צו בלייבן לעבן.

צו מהאט פניות.. יא.. אבער דא איז נקמה בעצם אינטן אויף די ליסטע. טאמער מלחמה (על הצד) איז טאקע מותר אין די פאל אלץ הבא להרגך איז עס נישט בלויז מותר, נאר זאגאר א חיוב (אויב נישט בפועל כאטש שטיצע מיט עסן און סיי וואס מעגליך). די נושא פון פניות איז א זאך פאר בני עליה.. א איד טוט וואס ער האט צו טון מיט אלע פניות.

נאכאמאל, לויט רבינו הקדוש מסאטמאר זי”ע איז ביי די נושא פון די מדינה נישט עכט חל די הבא להרגך אויב טוט מען עס אין די ראמען פון די איזרעילי גאווערנמענט, דהיינו צולייגן א האנט צו א מרידה במלכות שמים רח”ל. ענדערש שב ועל תעשה בתפילה ותחנונים אויף זיך און אויף כלל ישראל און דער אויבערשטער וועט אונז אפהיטן.

(נ.ב. א יחיד נוטראליזירן א טעראריסט איז בפשטות לשיטת סאטמאר גאר עפעס אנדערש און מאיז מחיוב ממש יענעם צו אפשטעלן)
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 65

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך רעגנדיג »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:13 am
און ווי אויך יעדע מאל וואס די רבי זאגט נאך דעם משל, גייט ער נאכאמאל מיט דעם אז מען טאר זיי נישט אנקוקען ווי די וואס ראטעווען, נאר מען דארף וויסען אז זיי זענען די וואס האבן אנגעברעגט די גאנצע פראבלעם. אבער קיינמאל האט ער נישט געזאגט אז בשעת מלחמה זאל מען נישט צוריק אטאקירן!
קיינמאל האט ער בשעת מלחמה נישט פארלאנגט אז מען זאל זויפארט צוריק געבן דאס לאנד פאר די UN. דאס איז שטותים והבלים!
ער האט קיינמאל אפי' קיין ענליכע ווערטער צו דעם געזאגט, וחס מלהזכיר!

מיר דארפען וויסען אז מפני פיקוח נפש ווערט אין שלחן ערוך הלכות שבת און ווי אויך אין הלכות תענית גע'פסק'ענט אז אויב גוים זענען נאר אפילו נעבן די די שטאט, נישט אויב זיי האבן בפועל אטאקירט, נאר אפי' אויב זיי זענען נעבן שטאט איז דא חיוב צו מחלל שבת זיין און צוזאמען נעמען א מיליטער צו גיין קעמפען די גוים מפני פיקוח נפש! מי הוא זה ואיזה הוא אשר מלאו ליבו צו גיין קעגן דעם פסק השלחן ערוך און זאגן ניין, אז מען זאל גיין צו די UN ????
פיילס
Screenshot 2023-10-15 195218.png
Screenshot 2023-10-15 195218.png (178.77 KiB) געזען געווארן 463 מאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2849
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3394

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך וואוילער »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:20 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:02 pm
מסתמא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:35 pm

כגלייב אז סאיז נאר יעצט ווען אסאך אפילו היימישע קרייזן האלטן אז סאיז בגדר הבא להרגך השכם להורגו
איך גלייב (בעסער געזאגט, ס'מיר ברור) אז דאס איז צוליב די תאוות הנקמה וואס ליגט אין יעדעס מענטשליך הארץ.
סאיז בפועל אדער אדער... סאיז קלאר אז אדער קאפיטולירט מען אדער פייט מען צוריק פשוט צו בלייבן לעבן.

צו מהאט פניות.. יא.. אבער דא איז נקמה בעצם אינטן אויף די ליסטע. טאמער מלחמה (על הצד) איז טאקע מותר אין די פאל אלץ הבא להרגך איז עס נישט בלויז מותר, נאר זאגאר א חיוב (אויב נישט בפועל כאטש שטיצע מיט עסן און סיי וואס מעגליך). די נושא פון פניות איז א זאך פאר בני עליה.. א איד טוט וואס ער האט צו טון מיט אלע פניות.
איז עס דען א מציאות אז אויב מ'שיסט נישט אויס עזה איז מען אין א סכנה?
מ'קען זיי אפשטעלן אויפן מינוט מיט אביסל באמבעס, און דערנאך איז שוין דא אנדערע וועגן צו מסדר זיין די זאך.

די מהלך פון אויסשיסן און פלאך מאכן עזה, איז בלויז נקמה.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מסתמא »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:35 pm
מסתמא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:20 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:02 pm

איך גלייב (בעסער געזאגט, ס'מיר ברור) אז דאס איז צוליב די תאוות הנקמה וואס ליגט אין יעדעס מענטשליך הארץ.
סאיז בפועל אדער אדער... סאיז קלאר אז אדער קאפיטולירט מען אדער פייט מען צוריק פשוט צו בלייבן לעבן.

צו מהאט פניות.. יא.. אבער דא איז נקמה בעצם אינטן אויף די ליסטע. טאמער מלחמה (על הצד) איז טאקע מותר אין די פאל אלץ הבא להרגך איז עס נישט בלויז מותר, נאר זאגאר א חיוב (אויב נישט בפועל כאטש שטיצע מיט עסן און סיי וואס מעגליך). די נושא פון פניות איז א זאך פאר בני עליה.. א איד טוט וואס ער האט צו טון מיט אלע פניות.
איז עס דען א מציאות אז אויב מ'שיסט נישט אויס עזה איז מען אין א סכנה?
מ'קען זיי אפשטעלן אויפן מינוט מיט אביסל באמבעס, און דערנאך איז שוין דא אנדערע וועגן צו מסדר זיין די זאך.

די מהלך פון אויסשיסן און פלאך מאכן עזה, איז בלויז נקמה.
מקען זיין א סאטמארער און נישט פארלייקענען רעאליטעט אז די איינציגסטע עצה בדרך הטבע איז א פול סקעיל גראונד אפערעישאן צו עוקר זיין כאמאס אינגאנצן און אירע וואפן זאפאסן און באהעלטעניש טונעלן. די איינציגסטע עצה איז א פרישע לידערשיפ אין עזה.

די דאזיגע געשעהעניש לערנט פאר יעדע נארמאלע מענטש אז די ביז יעצטיגע סטאטוסקווא פון באמבאדירן פון דערויסן האט נישט געארבעט, והא ראיה דאס וואס האט פאסירט.. סאיז געוועזן א ריזן טעות דאס לאזן כאמאס-אייסיס אנגיין ביז יעצט. די שטילקייט איז געוועזן גארנישט מער ווי די שטילקייט פארן שטורעם. פאטאח איז קלאר אנדערש אין די נושא, מדארף עס זיי איבערגעבן ווי פארפוילט זיי זענען

די יעצטיגע גראונד אפערעישאן איז ”מוז”.
לאמיר זיך מצייר זיין אז אונגארן טוט די דזשאב, לאמיר ארויסנעמען איזראעל פון די בילד בכדי צו קענען האלטן די קאפ גראד.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2849
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3394

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך וואוילער »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:10 pm
► Show Spoiler
מקען זיין א סאטמארער און נישט פארלייקענען רעאליטעט אז די איינציגסטע עצה איז א פול סקעיל גראונד אפערעישאן צו עוקר זיין כאמאס אינגאנצן און אירע וואפן זאפאסן און באהעלטעניש טונעלן. די איינציגסטע עצה איז א פרישע לידערשיפ אין עזה.

די דאזיגע געשעהעניש לערנט פאר יעדע נארמאלע מענטש אז די ביז יעצטיגע סטאטוסקווא פון באמבאדירן פון דערויסן האט נישט געארבעט, והא ראיה דאס וואס האט פאסירט.. סאיז געוועזן א ריזן טעות
אמעריקע האט דאס שוין פרובירט עטליכע מאל, און דאכט זיך אז ס'האט זיך דערווייל נישט אויסגעארבעט...

ווען מיר וואלטן נאכנישט געהאט די עקספיריענס, וואלט אזא פלאן אויסגעקוקט גוט.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מסתמא »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:13 pm
מסתמא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:10 pm
► Show Spoiler
מקען זיין א סאטמארער און נישט פארלייקענען רעאליטעט אז די איינציגסטע עצה איז א פול סקעיל גראונד אפערעישאן צו עוקר זיין כאמאס אינגאנצן און אירע וואפן זאפאסן און באהעלטעניש טונעלן. די איינציגסטע עצה איז א פרישע לידערשיפ אין עזה.

די דאזיגע געשעהעניש לערנט פאר יעדע נארמאלע מענטש אז די ביז יעצטיגע סטאטוסקווא פון באמבאדירן פון דערויסן האט נישט געארבעט, והא ראיה דאס וואס האט פאסירט.. סאיז געוועזן א ריזן טעות

לאמיר זיך מצייר זיין אז אונגארן די די דזשאב, לאמיר ארויסנעמען איזראעל פון די בילד בכדי צו קענען האלטן די קאפ גראד.
אמעריקע האט דאס שוין פרובירט עטליכע מאל, און דאכט זיך אז ס'האט זי דערווייל נישט אויסגעארבעט...
דאס? קיינמאל!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2849
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3394

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך וואוילער »

וואס דען? וויפיהל מאל האט שוין אמעריקע געוואלט איבערנעמען רעגירונגען?!
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מסתמא »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:16 pm וואס דען? וויפיהל מאל האט שוין אמעריקע געוואלט איבערנעמען רעגירונגען?!
ווי קומט דאס צו די פיצי עזה סטריפ?

אגב, רוב רעגירונגען אין די מיטל מזרח איז מיט געצוואנג... ברוטאלע מערדער. עגיפטן איז אינטער א דיקטעיטערשיפ וכו’ אין די מיטל מזרח האט קיינמאל גארנישט אנדערש געארבעט, און סארבעט נישט עפעס אנדערש.. מדארף א מערדערישע פירערשאפט. נארוואסדען, מער א פריינטליכע אזא סארט וואס זוכט נישט קיין ”אינטערנאציאנאלע” טעראריזם וכדומה.

כקלער אז מדינת ישראל און אירע אליאירטע (אמעריקע וכו’) זאלן פארפירן ביי די אינטערנאציאנאלע וועלט אז עזה זאל ווערן אנערקענט צוריק אלץ עגיפטן און פארטיג.. דאס איז עס געווען אמאל און דאס זאל עס ווייטער זיין. טעות לעולם חוזק.. סטוט באנק יענע נצחונות אויף עגיפטן.. א שאד מהאט עס איינגענומען מתחילה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2736
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 2742

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שמח »

"גוט געטון איז בעסער ווי גוט געזאגט." (היום יום)
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 294
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 192

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך יאנטשי »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:19 pm קלער אז מדינת ישראל און אירע אליאירטע (אמעריקע וכו’) זאלן פארפירן ביי די אינטערנאציאנאלע וועלט אז עזה זאל ווערן אנערקענט צוריק אלץ עגיפטן און פארטיג.. דאס איז עס געווען אמאל און דאס זאל עס ווייטער זיין. טעות לעולם חוזק.. סטוט באנק יענע נצחונות אויף עגיפטן.. א שאד מהאט עס איינגענומען מתחילה.
עגיפטן דארף זיי נישט! קיינער דארף זיי נישט.

אפילו יעצט ווען עגיפטן שרייט אז די מדינה זאל אויפהערן די באמבארדירונגען קעגן ציווילע לאזן זיי נישט אריין קיין שום ציווילע צו זיך, ניטאמאל די מיט מערב וועלט בירגערשאפט.

#באנק טאהן די נצחונות
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 182

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך אני-הק' »

העלדיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 1:14 pm
בן תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:57 pm און ווער האט געהיטן אויף די אידן פון ארץ ישראל פון חורבן בית שני ביזן הקמת המדינה?

ווען האבן זיי באקומען די מעסעזש פון אויבערשטן אז זיי זענען זיינע שלוחים און זיי דארפן אנהויבן טוהן זייער שליחות? און נאכאמאל פארוואס האט דער אויבערשטער אויסגעוועלט מענטשן וואס היטן נישט זיין תורה צו זיין זיינע שלוחים?
גוטע קשיה, איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.
אבער טרעף מיר איין איד וועלכע וואינט אין מדינות ישראל וועלכע וועט טענה'ן אז די ישראלים זאלן אראפלייגן די געווער, איינס.
ס'איז נישטא, די וועלט פארט בדרך הטבע און די טבע איז אז מ'דארף קעמפן צו זיגן.
תורה טרייע אידן
אידן וואס האבן מקבל געווען פון צדיקים ובתוכם סאטמאר רב די ריכטיגע אמונה ודעת תורתינו הקדושה

איך ווייס נישט צו זיי האלטן אז די איזראעלים זאלן אראפלייגן די געווער,
אבער זיי האלטן זיכער נישט אז די איזראלים זאלן אויפהייבן און אנהאלטן די געווער,
געווער איז געמאכט פאר די וואס די תורה זאגט "ועל חרבך תחיה" עשיו הרשע ודורותיו, (נישט זיכער אז די היינטיגע אראבער'ס זענען אלע אייניקלעך פון ישמעאל...)

איי וואס יא, וויאזוי זאל זיך נישט גיסן קיין אידיש בלוט?
נאר דורך תפילה ותחנונים לפני הקב"ה,
דרך הטבע און השתדלות איז אויך באשטימט דורך די תורה"ק, און אזאך וואס איז נגד התורה, הייסט נישט השתדלות, נאכדערצו אז די גמ' זאגט קלאר די שטראף דערויף, און מ'זעהט עס אויך מן השכל והמציאות די לעצטע זיבעציג יאר...

ס'איז מיר עכט אינטערעסאנט אז די ציונים לערנען זיך נישט פון היסטאריע...
מיך גייט עס אבער נישט אן!
ווייל איך זוך נישט וועלכע ס'איז די בעסטע מהלך וואס זיי זאלן טוהן, צו זיי זאלן אפווישן און פלאך און נקמה נעמען פון די אראבער'ס, אדער רופן פאר שלום אין די וועלט, אדער צוזאגן געלט, אדער סתם איינזעצן אין תפיסה יעדעם... אדער סיי וועלכע מהלך.
איך זוך דאס נישט,
איך זוך ביטול המדינה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ, אויך זוך איך ביטול הרע והרציחה מן העולם וכל הרשע כולה ב(כ)עשן תכלה.
און וויאזוי זאל/וועט עס געשעהן? נאר דורך דעם אייבערשטן אליינס!
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 182

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך אני-הק' »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:47 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:59 amזאג אפאר קאפיטלעך אז די וואס זענען כעת די שליחים פון הימעל צו פראטעקטען כלל ישראל זאלן מצליח זיין אויסצוראטען די וואס זייער גאנצע תאווה און ציהל אין לעבן איז נאר צו זעהן נאך אידיש בלוט פארגאסען. (קען זיין אז מגלגלין חובה ע''י חייב, אבער קודם זאל שטיל ווערן)
וואס עפעס דארף מענן געבן עצות פאר'ן רבוש"ע?

זיי מתפלל די פארכאפטע זאלן געראטעוועט ווערן! פיניש. פינטל.

וויאזוי? דער אויבערשטער האט אונז שוין גענוג מאל סופרייזד. פארוואס זאל איך "מתפלל זיין" אז ס'זאל קומען דורך כופרים?!
אויב ווען דו גייסט צום דאקטער ביסטו אויך נישט מתפלל אז די דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער דאקטער זאל צוטרעפען צום פראבלעם, נאר אז די ישועה זאל קומען באיזה אופן. און אויב ווען די קומסט ארויס אינדערפרי און דיין קאר סטארט זיך נישט, רופסטו נישט חברים, נאר דו ביסט מתפלל אז באיזה אופן זאלסטו קענען דאווענען מיט מנין, און האבן געלט צו שפייזען דיין פאמיליע. בין איך גרייט צו הערן פון דיר דעם שפראך.
אויב אבער דו פירסט א חי גשמי, און דו ביסט פארנומען מיט דיין השתדלות בדרך הטבע, קענסטו אויך דא רואיג מתפלל זיין פארן דרך הטבע!
די תורה זאגט אז מ'זאל גיין צום דאקטער, פרוביר איך צו גיין צום דאקטער.
די תורה זאגט אז מ'זאל טוהן השתדלות ביי סיי וועלכע זאך אין פרנסה והנהגות החיים, פרוביר איך צו רופן חברים, און מאכן געלט צו שפייזן מיין פאמיליע.

די תורה זאגט אז אונז זעמיר גלות אידן, און די השתדלות זאל זיי מיט הכנעה אונטער די גוים, און נישט אונטער א אידישע מדינה, ממילא פרוביר איך דאס אויך צו טוהן.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מסתמא »

ק/פ פון אייוועלט
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:47 am
לייקוס האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 1:15 am
יעצט וואס האט סאטמער רב געהאלטען אויב אלע יודען טוען היינט תשובה ברויך מען צוריקגעבען דעם לאנד?
איך וואלט וועין געוואלט הערען א קלארקייט פון די סאטמערע יודען דא.
בפשטות, שוין יעצט אפשפארן אן קיין חשבונות, זינט דאס איז ביהרג ועל יעבור (עפעס וואס די אנדערע האלטן נישט לכאורה אויף אזוי ווייט)

איז דאך באקאנט אז דער ישמח משה האט געזאגט אז ער איז גרייט צו פארלירן עולם הבא און עולם הזה אלעס אבי כבוד שמים זאל דערהויבן ווערן. סאו אויב זענען אלע בני ארץ ישראל גרייט עס אפצושפארן נאר נישט אויפן חשבון פון געהארגעט ווערן האבעך זיי אן עצה.. זיי קענען עס לייגן אויפן רבי’נס באנק אקאונט.. האלט אפען די מדינה פאר נאך 30-40 יאר מיט די צה”ל וכו’ אבער מיט א תנאי כפול, קיין שום פרישע אידישע תושב קומט נישט צו און יערליך זאלן אימיגרירן אוועק פון די מדינה 250k טויזנט אידן.. נאך 30 יאר בערך איז אויס מדינה בכי טוב. נארוואסדען, עטץ (נישט אייך הרב לייקוס) האלטס נישט דערביי!!!

די קשיא פון וואס זאלעך טון יעצט איז נעריש, ווייל ווען סאיז ווען עכט א קשיא איז דא זייער סימפל סעלושאנס.. סדינט נאר ענדערש ווי א סטעיטמענט: כגיי נישט קיין ערגעץ.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
בן תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 410

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך בן תורה »

@אני-הק' זאגסט זייער גוט, די פראבלעם איז די א.ג. סאטמארע ווילן נישט הערן קיין תירוצים. מהאט שוין דא ציטירט קלארע דיבורים פון רבי'ן ז"ל ווי ער זאגט אז מטאר נישט צוריקשלאגן און נאר משיח קען אונז אויסלייזן, אדער די לשון פון על הגאולה אז ווען מזאל מוותר זיין אויפן מדינה וואלט מען בלי ספק געקענט שליכטן די מלחמה.

אבער די סאטמארע מיט א 'ברייטע' בליק ווילן דאס נישט הערן.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 182

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך אני-הק' »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:20 pm
לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:04 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:59 am וואס רודערט מען דא איבער משלים פון צינדערס/לעשערס? דם ישראל איז נשפך כמים רח''ל, און יעצט איז נישט די צייט צו באשולדיגען קיינעם!
גיי נעם א תהילים און זאג אפאר קאפיטלעך אז די וואס זענען כעת די שליחים פון הימעל צו פראטעקטען כלל ישראל זאלן מצליח זיין אויסצוראטען די וואס זייער גאנצע תאווה און ציהל אין לעבן איז נאר צו זעהן נאך אידיש בלוט פארגאסען. (קען זיין אז מגלגלין חובה ע''י חייב, אבער קודם זאל שטיל ווערן)

סאיז סיי ווי נישט דא קיין אנדערע ברירה יעצט ע''פ דרך הטבע, וואס ווילסטו זאלן די צה''ל טוהן יעצט? נישט אטאקירן ווייל דאס איז אנקעגן די שלוש שבועות???
הבא להרגך השכם להרגו, יעדע עזה'ניק גייט אריין אין דעם כלל יעצט!
נישט דא קיין שום מקום צו זאגן אז די צה''ל דארפן אראפלייגען די גווער, און ווארטען אויף א ישועה מן השמים שלא ע''פ טבע!
ס’דא אבער א תורה אויך אויף אזעלכע מצבים, די תורה ווערט נישט בטל ווען די נאמען חרבות ברזל ווערט אקטיוויזירט! ע”פ תורה דארף די מדינה צוריק געבן די לאנד פאר די u n
די UN האט געגעבן דעם לאנד פאר דאס אידישע פאלק, איז וואס ווילסטו אז ביבי זאל זיי דאס צוריק געבן?
ווי אזוי גייט דאס העלפן מיטן מלחמה יעצט? און וואס מיינסטו גייט געשעהן נאכדעם?

פראצענטאעל זענען מער אידן גע'הרג'עט געווארן דורך די אראבער פארן הקמת המדינה, ווי נאכן הקמת המדינה. אודאי איז דאס אן איסור גמור אראפ צו ווארפען פון זיך דעם עול הגלות. אבער סתם צו זאגן אז די מדינה איז א זאך וואס האט געברענגט מער שנאת ישראל, און מער רציחה. איז פשוטע ליגענט! עס זענען נאך נישט געווען זייט חורבן בית ראשון אזאלכע רואיגע זמנים פאר אידישע קינדער קיינמאל!
יעצט דאס איז קלאר אז נישט די מדינה איז וואס שטייט אונטער דעם וואס היינט לעבט מען ברוך השם רעלאטיוו רואיג, נאר דאס איז א פערזענדליכע מתנה פון הימעל. אבער צו זאגן אז היינט איז שנאת ישראל שטערקער ווי 100-150-200-250-300-350-400-450-500 יאר צוריק, איז שקר וכזב!
געגעבן דעם לאנד פאר דאס אידישע פאלק? פאר וועמען? פאר בעלזא רב זצוקל"ה, פאר גורער רבי זצוקל"ה, פאר סאטמאר רב זצוקל"ה, פארן קלויזנבורגער רב זצוקל"ה, פאר אלע צדיקים משרידי דור הישן זצוקל"ה???
אדער פאר פושעים ורשעים ומחללי שבתות ואוכלי נבילות וטריפות,
כלומרשטע פארזארגער'ס און א.ג. פארטרעטער'ס (פאררעטער'ס) פונעם אידישן פאלק...

די UN האט אויפגעזוכט דאס אידישע פאלק און זיי עס געגעבן במתנה? אדער ס'איז געקומען נאך פראוואקאציע'ס און איך וויל נישט זאגן וואס נאך, און איבער רעדן בשם כלל ישראל, אז נאך די ביטערע וועלט מלחמה (וואס זיי האבן געשטערט צו ראטעווען אידיש בלוט) קומט זיך זיי עס...

רק-בדם-תהיה-לנו-הארץ#
ס'איז דא עדות דערויף. דו קריגסט דערויף?
אזוי האבן זיי באקומען די לאנד, דורך אידיש בלוט! און דאס מיינט נאך אז די UN האט עס געבעבן פארן אידישן פאלק...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 182

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך אני-הק' »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:51 am @אני-הק' זאגסט זייער גוט, די פראבלעם איז די א.ג. סאטמארע ווילן נישט הערן קיין תירוצים. מהאט שוין דא ציטירט קלארע דיבורים פון רבי'ן ז"ל ווי ער זאגט אז מטאר נישט צוריקשלאגן און נאר משיח קען אונז אויסלייזן, אדער די לשון פון על הגאולה אז ווען מזאל מוותר זיין אויפן מדינה וואלט מען בלי ספק געקענט שליכטן די מלחמה.

אבער די סאטמארע מיט א 'ברייטע' בליק ווילן דאס נישט הערן.
איך בין נישט קיין סאטמארער, איך בין א תורה טרייער איד
מיינע רבי'ס נבג"מ האבן זיך נישט כסדר געקאכט און גערעדט וואס סאטמאר רב האט גערעדט, און זיכער נישט יעדע וואך געלערנט סאטמאר רב'ס תורות, אבער האבן מיטגעשטאנען און מיטגעהאלטן מיטן גענעראל, סיי מיטן מונקאטשער רב בימיו, און סיי מיטן סאטמאר רב בימיו. און געהאלטן אז אלעס וואס ער האט מברר להלכה איז אמת ואמונה.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 182

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך אני-הק' »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:39 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:29 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:09 pm

אויב ווען דו גייסט צום דאקטער ביסטו אויך נישט מתפלל אז די דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער דאקטער זאל צוטרעפען צום פראבלעם, נאר אז די ישועה זאל קומען באיזה אופן. און אויב ווען די קומסט ארויס אינדערפרי און דיין קאר סטארט זיך נישט, רופסטו נישט חברים, נאר דו ביסט מתפלל אז באיזה אופן זאלסטו קענען דאווענען מיט מנין, און האבן געלט צו שפייזען דיין פאמיליע. בין איך גרייט צו הערן פון דיר דעם שפראך.
אויב אבער דו פירסט א חי גשמי, און דו ביסט פארנומען מיט דיין השתדלות בדרך הטבע, קענסטו אויך דא רואיג מתפלל זיין פארן דרך הטבע!
מתפלל זיין אז די דרך הטבע'דיגע השתדלות פון די צה''ל זאל מצליח זיין מיינט דאס

1. אז עס גייט אפקאסטן הונדרעטע אדער גאר טויזענטע אידישע נפשות רח''ל, נישט מעגליך צו געווינען בדרך הטבע אן דעם, אונז זעמיר נישט מוותר קיין איין נפש מישראל.

2. די פראבלעמם גייט בכלל נישט געלעזט ווערן, עס גייט ווערן שטיל ביז די נעקסעטע רציחות רח''ל אזווי די לעצעטע 75 יאר,

די איינציגסעטע עצה דא איז מתפלל זיין אז די מלכות המינות זאל בטל ווערן אן עס זאל קאסטן אפילו איין נפש בישראל, וויאזוי? נישט מיינע דאגות
דאס איז זיכער אז די נקמה יעצט וועט זיין אויף סאך אסאך א שטערקערע שטאפל, וואס דאס וועט יא ארבעטן בעזר השם. מצרים און ירדן האט מען אויך אמאל געמיינט אז מען קען זיי נישט שטיל מאכן...

בנוגע נישט מוותר זיין אויף שיין אידיש נפש. איז פארשטייט זיך נאר פאר אפענסיוו, און נישט דעפענסיווע. נישט קיין ספק אין דעם, ס'איז אן הלכה פסוקה אין שלחן ערוך אז עס ליגט א חיוב צו גיין אין מלחמה.
מצרים האט מען שטיל געמאכט דורך אן אינוואזיע, און דורך פלאך מאכן זייערע שטחים...
אדער דורך שלום פלענער?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:19 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:16 pm וואס דען? וויפיהל מאל האט שוין אמעריקע געוואלט איבערנעמען רעגירונגען?!
ווי קומט דאס צו די פיצי עזה סטריפ?

אגב, רוב רעגירונגען אין די מיטל מזרח איז מיט געצוואנג... ברוטאלע מערדער. עגיפטן איז אינטער א דיקטעיטערשיפ וכו’ אין די מיטל מזרח האט קיינמאל גארנישט אנדערש געארבעט, און סארבעט נישט עפעס אנדערש.. מדארף א מערדערישע פירערשאפט. נארוואסדען, מער א פריינטליכע אזא סארט וואס זוכט נישט קיין ”אינטערנאציאנאלע” טעראריזם וכדומה.

כקלער אז מדינת ישראל און אירע אליאירטע (אמעריקע וכו’) זאלן פארפירן ביי די אינטערנאציאנאלע וועלט אז עזה זאל ווערן אנערקענט צוריק אלץ עגיפטן און פארטיג.. דאס איז עס געווען אמאל און דאס זאל עס ווייטער זיין. טעות לעולם חוזק.. סטוט באנק יענע נצחונות אויף עגיפטן.. א שאד מהאט עס איינגענומען מתחילה.
ס'קלאר אז מיט א גשמיות'דיגע בליק דארפ/ן זיי אראפווארפן כאמאס. פשוט ווייל וואס דען זאלן זיי טון... ס'מוז זיין א פרייז פאר אזא רציחה.

אבער ווען ס'איז פארמישט אידיש בלוט, איז דא א תורה. מוז מען נעמען אין באטראכט אז כאמאס ארויף כאמאס אראפ, דער פראבלעם ווערט נישט געלעזט! נאכאמאל קלאר פאר ווער ס'קוקט די מציאות אין פנים: דער פראבלעם ווערט נישט געלעזט! איסלאמישע טעראר אין מדינת ישראל איז נאכנישט געווארן געלעזט אפילו פאר איין טאג זינט הקמת המדינה. וועסט טוישן ירדן, וועט קומען עגיפטן. זאלסט טוישן עגיפטן, וועט קומען לבנון. זאלסט טוישן לבנון (נאכנישט געשען), וועט קומען כאמאס. זאלסט טוישן כאמאס, איז דא איסלאמיק דזשיהאד. ס'איז נאריש צו טראכטן אז ס'דא א וועג דאס מסדר צו זיין "איינמאל פאר אלעמאל". שטיות.

לייג אוועק די תגובה... ליין עס איבער 10 יאר ארום. 10 יאר צוריק האב איך געהאט די זעלבע וויכוחים, בשעתו אויף אייוועלט. 2012, 2014, יעדעס מאל עקסטער. מען לעבט אין חלומות. לייג עס גוט אוועק!...

ממילא, איז נישטא קיין שום היתר צו איינשטעלן אידיש בלוט! אפילו פון סאלדאטן וואס זענען גרייט דערויף. כלשכן וכלשכן ווען ס'איז דא משכונות! אין שום היתר בעולם. א פראסטע הפקירות אויף אידיש בלוט!
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 182

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך אני-הק' »

העלדיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:46 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:29 pm און תימן אויך נישט.

אלא מאי? איינער הייסט דיר וואוינען אין פאקיסטאן? מ'רעדט דאך פון די רואיגקייט אין די ציוויליזרטע לענדער ב"ה. דאס האט גארנישט מיט מדינת ישראל, בלויז פארקערט.
געפילטע פיש מיט לינזן...

דו האסט געזאגט אז בעצם וואלט נישט געווען קיין מלחמות אין מדינות ישראל ווען נישט די תירוץ פון אקופאציע וויבאלד די לענדער זענען געווארן מער ציוויליזירט, זאג איך דיר, ניין. די אראבישע וועלט זענען פארבליבן די זעלבע מערדער.

און בד''וו איך קריג זיך מיט דער פאקט וואס דו שטעלסט אראפ אז די וועלט איז געווארן ציוויליזירט און מער וועט מען נישט רצחנ'ן. פאר די צווייטער וועלט מלחמה האט מען אויך אזוי געמיינט... וואס יא, יעצט איז די וועלט בחסדי שמים און א רואיגע סיטואציע. גאט זאל באהיטן אויף ווייטער.
אמת, בחסדי השם איז די וועלט יעצט אין א רואיגע סיטואציע.
אבער ליידער, איז די א.ג. מדינת ישראל קיינמאל נישט געווען אין די זעלבע רואיגע סיטואציע ווי די גאנצע מעריב וועלט.
נישט פון די ארומיגע שנאת ישראל, און נישט ליידער פון די א.ג. אידישע פארטרעטער'ס און פארזארגער'ס די אייגענע רעגירונג וואס אינטערדרוקט ווען אימער זיי קענען (אמאל מער, היינט עטוואס ווייניגער) אידישקייט און תורה טרייע אידן.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:57 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:19 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:16 pm וואס דען? וויפיהל מאל האט שוין אמעריקע געוואלט איבערנעמען רעגירונגען?!
ווי קומט דאס צו די פיצי עזה סטריפ?

אגב, רוב רעגירונגען אין די מיטל מזרח איז מיט געצוואנג... ברוטאלע מערדער. עגיפטן איז אינטער א דיקטעיטערשיפ וכו’ אין די מיטל מזרח האט קיינמאל גארנישט אנדערש געארבעט, און סארבעט נישט עפעס אנדערש.. מדארף א מערדערישע פירערשאפט. נארוואסדען, מער א פריינטליכע אזא סארט וואס זוכט נישט קיין ”אינטערנאציאנאלע” טעראריזם וכדומה.

כקלער אז מדינת ישראל און אירע אליאירטע (אמעריקע וכו’) זאלן פארפירן ביי די אינטערנאציאנאלע וועלט אז עזה זאל ווערן אנערקענט צוריק אלץ עגיפטן און פארטיג.. דאס איז עס געווען אמאל און דאס זאל עס ווייטער זיין. טעות לעולם חוזק.. סטוט באנק יענע נצחונות אויף עגיפטן.. א שאד מהאט עס איינגענומען מתחילה.
ס'קלאר אז מיט א גשמיות'דיגע בליק דארפ/ן זיי אראפווארפן כאמאס. פשוט ווייל וואס דען זאלן זיי טון... ס'מוז זיין א פרייז פאר אזא רציחה.

אבער ווען ס'איז פארמישט אידיש בלוט, איז דא א תורה. מוז מען נעמען אין באטראכט אז כאמאס ארויף כאמאס אראפ, דער פראבלעם ווערט נישט געלעזט! נאכאמאל קלאר פאר ווער ס'קוקט די מציאות אין פנים: דער פראבלעם ווערט נישט געלעזט! איסלאמישע טעראר אין מדינת ישראל איז נאכנישט געווארן געלעזט אפילו פאר איין טאג זינט הקמת המדינה. וועסט טוישן ירדן, וועט קומען עגיפטן. זאלסט טוישן עגיפטן, וועט קומען לבנון. זאלסט טוישן לבנון (נאכנישט געשען), וועט קומען כאמאס. זאלסט טוישן כאמאס, איז דא איסלאמיק דזשיהאד. ס'איז נאריש צו טראכטן אז ס'דא א וועג דאס מסדר צו זיין "איינמאל פאר אלעמאל". שטיות.

לייג אוועק די תגובה... ליין עס איבער 10 יאר ארום. 10 יאר צוריק האב איך געהאט די זעלבע וויכוחים, בשעתו אויף אייוועלט. 2012, 2014, יעדעס מאל עקסטער. מען לעבט אין חלומות. לייג עס גוט אוועק!...

ממילא, איז נישטא קיין שום היתר צו איינשטעלן אידיש בלוט! אפילו פון סאלדאטן וואס זענען גרייט דערויף. כלשכן וכלשכן ווען ס'איז דא משכונות! אין שום היתר בעולם. א פראסטע הפקירות אויף אידיש בלוט!
דאס באלאנגט אין די קאמענטארן אשכול און נישט אין די השקפה אשכול. לאמיר רעדן כאילו אונגארן נעמט קעיר.

דזשיהאד און טעראריזם אין די מיטל מזרח איז א כראנישע קרענק און מדארף כסדר דארטן האבן א גארבידזש טראק/שארער טראק אויסצופיצן דאס פלאץ אז א ציווילע מענטש זאל דארטן בכלל קענען לעבן.

עס איגנארירן און לייגן די קאפ אין די זאמד ווי א בת היענה איז עקזעקטלי וואס האט (ע”פ דרך הטבע) ערלויבט דאס וואס האט יעצט פאסירט.

אונגארן האט נישט קיין צוויי ברירות נאר אריינקומען און אויסמארדענען די אייסיס מערדער. אין 10 יאר פון היינט ברויכן זיי דאס טון פון פריש נוסח שארן די שניי... דאס איז בכלל נישט עפעס אויף וואס מקען סיי ווען אפצייכענען ”מיסיע פארטיג”.. נישטא אזאנס בדרך הטבע

הלואי הלואי סאיז דא אן אופן צו דאמפן עזה אויף א צווייטע אראבישע לאנד וואס זאל רעדן מיט זיי אויף אראביש..
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
חשבונות
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:42 am
x 8

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך חשבונות »

לעצטע פאר בלעטער פון די אשכול[
attachment=0]Screenshot 2023-10-16 110050.png[/attachment]
פיילס
Screenshot 2023-10-16 110050.png
Screenshot 2023-10-16 110050.png (94.33 KiB) געזען געווארן 309 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@מסתמא נעם אין באטראכט אז דא איז נישט בלויז די כראנישע מיטל-מזרח איסלאמישע דזשיהאד, נאר ס'איז פארמישט א מלחמת קיום פון א פאלק/פארזאמלונג/מאנטשהייט (האועווער) פון א פאלעסטינע פאלק וואס גייט זיך אלעמאל שלאגן פאר זייער רעכט קעגן מדינת ישראל.

חוץ אויב דו ווילסט גלייבן אין א 2 שטאטן שלום פלאן, וואס אמעריקא גלייבט דערין און איך נישט...
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 182

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך אני-הק' »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:58 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:52 pm מיין נקודה (טובה..) איז נישט געווען צו דער דאקטאר איז געלערנט. מענגעלע ימ"ש איז אויך געווען א געלערנטער דאקטאר. נישט דאס מאכט אויס.

נאר אז דער דאקטאר איז נישט קיין דאקטאר וואס היילט מיר, נאר א דאקטאר וואס איז מיך מצער און צופעליג קומט צומאל ארויס א היילונג.
איך האב אן אנדערע משל.
אמאל איז געקומען אין שטאט א רויבער, און ער האט איבערגענעכטיגט ביים עושר אינדערהיים. נאכן בא'גנב'ענען דעם עושר האט ער אינטערגעצינדען דאס הויז, און אנטלאפען.
איז געקומען צו לויפן דער זוהן פון דעם רויבער און פארלאשען דעם פייער.

ביבי האט קיין פייער נישט אנגעצינדען, און אודאי די היינטיגע 25 יעריגע צה''לניקעס. דו קענסט שרייען אויף די ערשטע ציונים וואס דו ווילסט, דאס איז אבער נישט רעלאוואנט אויף די היינטיגע...
די רויבער איז נישט אנטלאפן נאכן אינטערצינדן די הויז
זיי זענען דארט געבליבן און בעלעבאטעוועט. זיינע יורשים האבן געירשנט זייערע עלטערנ'ס גניבות און רויבערייען,
און צוליב זייער א.ג. כלומרשטע גוטס'קייט האבן זיי געלאזט די ארגינעלע איינוואוינער קומען וואוינען אין די קעלער פון די הויז, און פארשטייט זיך אייביג אנגעשריגן און אונטערדריקט פאר יעדע מינדענסטע נויז פון זייערע קינדער, אדער פארן איינפלאנצן בלומען אינדרויסן וכדו'
יעצט איז געשעהן א פייער אין די הויז, אויך צוליב זיי אליינ'ס וואס זיי האבן זיך אנגעווערטשאפט, נישט קענעענדיג קער נעמען פון די הויז אויף א געהעריגע אופן נישט פארשטייענדיג דערצו,
די הויז האט געברענט און געברענט אסאך שעות, און די יורשים זענען אויך אנטלאפן פון די הויז, נאר די קינדער פון די יורשים זענען אנגעקומען מיט א וואסער טראק און אנגעפאנגען צו שפריצן, און צוברעכן פענסטער'ס, און שטילערהייט גנבנן חפצים אינמיטן לעשן...
און נאך איין וויכטיגע זאך, זיי האבן געהאט פארנאכלעסטיגט די פייער אינשורענסט פון די גאנצע הויז, און די אינשורענס קאמפאני (נמשל: תורה הקדושה) האט זיי באשטראפט מיטן אראפשיקן פאליציי וואס זענען אויך געווען גנבים, און געגנבט און געפלינדערט (כאמאס) וואס איז נאך יא געבליבן פון די הויז...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
שרייב פאוסט