אידישע [קנאי'שע] הרגשים
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: קנאי’שע הרגשים
כהאב אמאל געארבעט פאר א טעלעפאן ליין צו שרייבן די סארט ענינים, און כהאב דעמאלס געהערט פון הגה"צ ר' בנציון לאוב שליט"א זייער א ריכטיגע נקודה וואס איך מיין אז דאס איז וואס ס'פעלט אינעם הבנת הענין.
ווען א איד טוט מיר א טובה, און העלפט מיר ארויס, בין איך אים דאנקבאר! נאר, עכ"ז, גלייב איך באמונה אז די גוטע זאך וואלט ממילא געשען, ווייל אויב איז עס געשען איז פשט אז פון הימל האט מען דאס אזוי געמאכט. נאר יענער האט געהאט די זכי' צו זיין דער גוטער שליח. אבער נישט אז אן יענעם וואלט עניטינג געווען אנדערש. אן יענעם וואלט דער אויבערשטער געשיקט א צווייטן צדיק. יעצט איז יענער דער צדיק! און עס קומט אים פול דאנקבארקייט פאר זיין צדקות און איבערגעגענקייט.
יעצט, וואס טוט זיך אויב יענער איז מיין דם-שונא, יענער האט מיר נעכטן נאכט געשטאכן מיט נ ידלעך און געצאפט דאס בלוט... נאר יעצט אויפ'ן מינוט לוינט אים מאיזה סיבה מיר צו טון א טובה. וואס טראכט איך דעמאלס? איך היפ איבער די דאנקבארקייט פאר'ן מיטעלסטן... און איך דאנק בלויז דעם אויבערשטן! און ס'איז דאך באמת אזוי אז דער אויבערשטער האט געוואלט מיך ראטעווען, נאר ליידער איז מיר נישט באשערט געווען ס'זאל קומען דורך א גוטער פריינט, נאר דוקא דורך דעם שייגאץ און בלוט צאפער...
סאטמאר רב זצ"ל ברענגט פון די ספה"ק אז ס'איז א קללה פאר א מענטש אז דער אויבערשטער שיקט אים א ישועה דורך א רשע. ממילא אודאי איז מען נישט מתפלל פאר אזא זאך. מ'איז מתפלל מיט עכטע אמונה אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און ער קען ראטעווען בכל אופן. העט מען זוכה זיין וועט עס זיין דורך צדיקים, העט מען נישט זוכה זיין וועט עס זיין דורך רשעים.
"ואל יאבד ישראל", און ס'זאל זיין דורך "האומרים שמע ישראל"! (דאס איז שוין מיין הוספה..)

זאל איך מתפלל זיין אז די ציונים זאלן געווינען די מלחמה?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:59 am וואס רודערט מען דא איבער משלים פון צינדערס/לעשערס? דם ישראל איז נשפך כמים רח''ל, און יעצט איז נישט די צייט צו באשולדיגען קיינעם!
גיי נעם א תהילים און זאג אפאר קאפיטלעך אז די וואס זענען כעת די שליחים פון הימעל צו פראטעקטען כלל ישראל זאלן מצליח זיין אויסצוראטען די וואס זייער גאנצע תאווה און ציהל אין לעבן איז נאר צו זעהן נאך אידיש בלוט פארגאסען. (קען זיין אז מגלגלין חובה ע''י חייב, אבער קודם זאל שטיל ווערן)
סאיז סיי ווי נישט דא קיין אנדערע ברירה יעצט ע''פ דרך הטבע, וואס ווילסטו זאלן די צה''ל טוהן יעצט? נישט אטאקירן ווייל דאס איז אנקעגן די שלוש שבועות???
הבא להרגך השכם להרגו, יעדע עזה'ניק גייט אריין אין דעם כלל יעצט!
נישט דא קיין שום מקום צו זאגן אז די צה''ל דארפן אראפלייגען די גווער, און ווארטען אויף א ישועה מן השמים שלא ע''פ טבע!
זיי האבן שוין צענדליגע מאל געווינען מלחמות געהרג'ט טערעריסטן באבמעדירט עזה און די פראבלעמען די בלוט פארגיסונגען אויף אידישע קינדער הערן זיך דארט נישט אויף.
ענדערשט וועל איך מתפלל זיין אז דער אייבישעטער זאל אפהיטן יעדן אידיש נפש און ברענגן רואיגקייט אויף אידישע קינדער אין ארץ ישראל.
וויאזוי? דאס איז בכלל נישט מיינע דאגות, דער אייבערשטער דארף לכאורה נישט מיינע עצות וויאזוי עס צו מאכן.
אויך מתפלל זיין אז די מדינה הטמאה זאל בטל ווערן אן קאסטן אפילו איין אידיש נפש.
Re: קנאי’שע הרגשים
גוטע קשיה, איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.בן תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:57 pm און ווער האט געהיטן אויף די אידן פון ארץ ישראל פון חורבן בית שני ביזן הקמת המדינה?
ווען האבן זיי באקומען די מעסעזש פון אויבערשטן אז זיי זענען זיינע שלוחים און זיי דארפן אנהויבן טוהן זייער שליחות? און נאכאמאל פארוואס האט דער אויבערשטער אויסגעוועלט מענטשן וואס היטן נישט זיין תורה צו זיין זיינע שלוחים?
אבער טרעף מיר איין איד וועלכע וואינט אין מדינות ישראל וועלכע וועט טענה'ן אז די ישראלים זאלן אראפלייגן די געווער, איינס.
ס'איז נישטא, די וועלט פארט בדרך הטבע און די טבע איז אז מ'דארף קעמפן צו זיגן.
Re: קנאי’שע הרגשים
דאס איז זיכער אמת.שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 1:13 pmזאל איך מתפלל זיין אז די ציונים זאלן געווינען די מלחמה?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:59 am וואס רודערט מען דא איבער משלים פון צינדערס/לעשערס? דם ישראל איז נשפך כמים רח''ל, און יעצט איז נישט די צייט צו באשולדיגען קיינעם!
גיי נעם א תהילים און זאג אפאר קאפיטלעך אז די וואס זענען כעת די שליחים פון הימעל צו פראטעקטען כלל ישראל זאלן מצליח זיין אויסצוראטען די וואס זייער גאנצע תאווה און ציהל אין לעבן איז נאר צו זעהן נאך אידיש בלוט פארגאסען. (קען זיין אז מגלגלין חובה ע''י חייב, אבער קודם זאל שטיל ווערן)
סאיז סיי ווי נישט דא קיין אנדערע ברירה יעצט ע''פ דרך הטבע, וואס ווילסטו זאלן די צה''ל טוהן יעצט? נישט אטאקירן ווייל דאס איז אנקעגן די שלוש שבועות???
הבא להרגך השכם להרגו, יעדע עזה'ניק גייט אריין אין דעם כלל יעצט!
נישט דא קיין שום מקום צו זאגן אז די צה''ל דארפן אראפלייגען די גווער, און ווארטען אויף א ישועה מן השמים שלא ע''פ טבע!
זיי האבן שוין צענדליגע מאל געווינען מלחמות געהרג'ט טערעריסטן באבמעדירט עזה און די פראבלעמען די בלוט פארגיסונגען אויף אידישע קינדער הערן זיך דארט נישט אויף.
ענדערשט וועל איך מתפלל זיין אז דער אייבישעטער זאל אפהיטן יעדן אידיש נפש און ברענגן רואיגקייט אויף אידישע קינדער אין ארץ ישראל.
וויאזוי? דאס איז בכלל נישט מיינע דאגות, דער אייבערשטער דארף לכאורה נישט מיינע עצות וויאזוי עס צו מאכן.
Re: קנאי’שע הרגשים
שטארקע ווערטערדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:57 pm כהאב אמאל געארבעט פאר א טעלעפאן ליין צו שרייבן די סארט ענינים, און כהאב דעמאלס געהערט פון הגה"צ ר' בנציון לאוב שליט"א זייער א ריכטיגע נקודה וואס איך מיין אז דאס איז וואס ס'פעלט אינעם הבנת הענין.
ווען א איד טוט מיר א טובה, און העלפט מיר ארויס, בין איך אים דאנקבאר! נאר, עכ"ז, גלייב איך באמונה אז די גוטע זאך וואלט ממילא געשען, ווייל אויב איז עס געשען איז פשט אז פון הימל האט מען דאס אזוי געמאכט. נאר יענער האט געהאט די זכי' צו זיין דער גוטער שליח. אבער נישט אז אן יענעם וואלט עניטינג געווען אנדערש. אן יענעם וואלט דער אויבערשטער געשיקט א צווייטן צדיק. יעצט איז יענער דער צדיק! און עס קומט אים פול דאנקבארקייט פאר זיין צדקות און איבערגעגענקייט.
יעצט, וואס טוט זיך אויב יענער איז מיין דם-שונא, יענער האט מיר נעכטן נאכט געשטאכן מיט נ ידלעך און געצאפט דאס בלוט... נאר יעצט אויפ'ן מינוט לוינט אים מאיזה סיבה מיר צו טון א טובה. וואס טראכט איך דעמאלס? איך היפ איבער די דאנקבארקייט פאר'ן מיטעלסטן... און איך דאנק בלויז דעם אויבערשטן! און ס'איז דאך באמת אזוי אז דער אויבערשטער האט געוואלט מיך ראטעווען, נאר ליידער איז מיר נישט באשערט געווען ס'זאל קומען דורך א גוטער פריינט, נאר דוקא דורך דעם שייגאץ און בלוט צאפער...
סאטמאר רב זצ"ל ברענגט פון די ספה"ק אז ס'איז א קללה פאר א מענטש אז דער אויבערשטער שיקט אים א ישועה דורך א רשע. ממילא אודאי איז מען נישט מתפלל פאר אזא זאך. מ'איז מתפלל מיט עכטע אמונה אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און ער קען ראטעווען בכל אופן. העט מען זוכה זיין וועט עס זיין דורך צדיקים, העט מען נישט זוכה זיין וועט עס זיין דורך רשעים.
"ואל יאבד ישראל", און ס'זאל זיין דורך "האומרים שמע ישראל"! (דאס איז שוין מיין הוספה..)
Re: קנאי’שע הרגשים
קוקט אויס אז זיי זענען מועל בשליחותם נאכן דורכפאלן צו באשיצן כלל ישראל די לעצטע 75 יאר .......
בשעת'ן קריג ווען זיי האבן געשטערט ר' מיכאל בער'ס הצלה פלענער, זענען זיי אויך געווען שליחים פונעם....שטן.
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 345
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
- x 388
Re: קנאי’שע הרגשים
אונז מיינען אז די וועלט פארט בדרך הטבע, אלעס ווערט געפירט פון אויבן! פונעם באשעפער! און אז דער באשעפער העלפט קען מען בכלל עפעס אנהייבן טוהן! יעצט, ס’דא אזא זאך אז א רשע איז מצליח, אבער דעיס איז נאר למען הבחירה והנסיון, אז ס’זאל אויסקוקן ווי ס’איז דא טבע מקרה און מזל.העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 1:14 pmגוטע קשיה, איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.בן תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:57 pm און ווער האט געהיטן אויף די אידן פון ארץ ישראל פון חורבן בית שני ביזן הקמת המדינה?
ווען האבן זיי באקומען די מעסעזש פון אויבערשטן אז זיי זענען זיינע שלוחים און זיי דארפן אנהויבן טוהן זייער שליחות? און נאכאמאל פארוואס האט דער אויבערשטער אויסגעוועלט מענטשן וואס היטן נישט זיין תורה צו זיין זיינע שלוחים?
אבער טרעף מיר איין איד וועלכע וואינט אין מדינות ישראל וועלכע וועט טענה'ן אז די ישראלים זאלן אראפלייגן די געווער, איינס.
ס'איז נישטא, די וועלט פארט בדרך הטבע און די טבע איז אז מ'דארף קעמפן צו זיגן.
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
Re: קנאי’שע הרגשים
ווען איז געווען די קריג? צוויי יאר צוריק?
ר' איד מ'רעדט פון זייער איר איר אייניקליך. ס'מיינט נישט אז זיי זענען יא גוט אדער פארקערט, אבער פארמיש נישט די יוצרות.
איך ווייס נישט וועגן דיר אבער איך בין געווען אין ארץ הקודש און רובא דרובא פון די פרייער זענען נישט די סארט וואס ווילן הארגענען אידן פאר זייערע פריוואטע אינטערעסן..
(מיטן אויסנאם פון די ארכי לינקע, אפשר)
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: קנאי’שע הרגשים
איך בין יא א סאטמארע איד, און איך קריג נישט מיט דיר נאר פאר איין סיבה. ווייל איך האב ליב צו זיין אויף די זייט פונעם מציאות!העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:48 pm סיי אידן און סיי אראבער האבן געוואינט אין מדינות ישראל.
די בריטישע האבן געהערשט דערויף, נישט די אראבער.
די בריטישע האבן איבערגעגעבן די פירערשאפט פון חלקים פון דאס לאנד פאר די אידן און חלקים זענען געבליבן ביי ישצאלים.
אלס רעזולטאט דערפון האבן די אראבער זיך ארויסגעלאזט אין א בליטיגע מארד צו הארגענען אלע אידן.
באין ברירה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א קאמף צו זיי פארטרייבן פון לאנד.
מען האט נישט צוגענומען זייער הייזער, זיי וואלטן געקענט מאכן שלום מיט די מצב און שלום על ישראל, די אראבער זענען אבער דאך אראבער און זיי האבן געווילט מלחמה, נו, אז דו ווילסט מלחמה האסטו באקומען מלחמה.
קיינער דא האלט נישט אז די ציונים זענען צדיקים און אז זייערע מצוות אין מעשים טובים איז עפעס צו באווינדערן. אבער יא, זיי זענען די שלוחים פון די אייבערשטער צו באשיצן די ערליכע אידן אין מדינת ישראל. און ניין, די פון זיי וועלכע זענען תינוקות שנשבו זענען נישט מחיוב מיתה און די אייבהערשטער האט זיי ליב זיי זענען אידישע קינדער.
(איך זאג נישט דא וואס די סאטמערע אידן ברויכן האלטן, זיי זאלן פאלגן וואס זייערע רבנים הייסן זיי)
Re: קנאי’שע הרגשים
אדרבה זיי מסביר.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:05 pmאיך בין יא א סאטמארע איד, און איך קריג נישט מיט דיר נאר פאר איין סיבה. ווייל איך האב ליב צו זיין אויף די זייט פונעם מציאות!העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:48 pm סיי אידן און סיי אראבער האבן געוואינט אין מדינות ישראל.
די בריטישע האבן געהערשט דערויף, נישט די אראבער.
די בריטישע האבן איבערגעגעבן די פירערשאפט פון חלקים פון דאס לאנד פאר די אידן און חלקים זענען געבליבן ביי ישצאלים.
אלס רעזולטאט דערפון האבן די אראבער זיך ארויסגעלאזט אין א בליטיגע מארד צו הארגענען אלע אידן.
באין ברירה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א קאמף צו זיי פארטרייבן פון לאנד.
מען האט נישט צוגענומען זייער הייזער, זיי וואלטן געקענט מאכן שלום מיט די מצב און שלום על ישראל, די אראבער זענען אבער דאך אראבער און זיי האבן געווילט מלחמה, נו, אז דו ווילסט מלחמה האסטו באקומען מלחמה.
קיינער דא האלט נישט אז די ציונים זענען צדיקים און אז זייערע מצוות אין מעשים טובים איז עפעס צו באווינדערן. אבער יא, זיי זענען די שלוחים פון די אייבערשטער צו באשיצן די ערליכע אידן אין מדינת ישראל. און ניין, די פון זיי וועלכע זענען תינוקות שנשבו זענען נישט מחיוב מיתה און די אייבהערשטער האט זיי ליב זיי זענען אידישע קינדער.
(איך זאג נישט דא וואס די סאטמערע אידן ברויכן האלטן, זיי זאלן פאלגן וואס זייערע רבנים הייסן זיי)
אגב, וואס וועסטו זאגן אויף די יו''כ מלחמה? זענען זיי נישט געווען די שלוחים פון די אייבערשטער?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: קנאי’שע הרגשים
אויב ווען דו גייסט צום דאקטער ביסטו אויך נישט מתפלל אז די דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער דאקטער זאל צוטרעפען צום פראבלעם, נאר אז די ישועה זאל קומען באיזה אופן. און אויב ווען די קומסט ארויס אינדערפרי און דיין קאר סטארט זיך נישט, רופסטו נישט חברים, נאר דו ביסט מתפלל אז באיזה אופן זאלסטו קענען דאווענען מיט מנין, און האבן געלט צו שפייזען דיין פאמיליע. בין איך גרייט צו הערן פון דיר דעם שפראך.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:47 pmוואס עפעס דארף מענן געבן עצות פאר'ן רבוש"ע?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:59 amזאג אפאר קאפיטלעך אז די וואס זענען כעת די שליחים פון הימעל צו פראטעקטען כלל ישראל זאלן מצליח זיין אויסצוראטען די וואס זייער גאנצע תאווה און ציהל אין לעבן איז נאר צו זעהן נאך אידיש בלוט פארגאסען. (קען זיין אז מגלגלין חובה ע''י חייב, אבער קודם זאל שטיל ווערן)
זיי מתפלל די פארכאפטע זאלן געראטעוועט ווערן! פיניש. פינטל.
וויאזוי? דער אויבערשטער האט אונז שוין גענוג מאל סופרייזד. פארוואס זאל איך "מתפלל זיין" אז ס'זאל קומען דורך כופרים?!
אויב אבער דו פירסט א חי גשמי, און דו ביסט פארנומען מיט דיין השתדלות בדרך הטבע, קענסטו אויך דא רואיג מתפלל זיין פארן דרך הטבע!
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: קנאי’שע הרגשים
און ווען די וואוטסט אריין טשוק שומער דא אין נוי יארק, ווילסטו אויך וויסען אויב מען דארף א מחלל שבת דיר צו פארטרעטן? אפשר איז שוין צייט אז ר' גדליה סעגעדין זאל לויפן פאר סענעט?בן תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:29 pmהייסט ביבי איז דער שליח פון הימל צו פראטעקטען כלל ישראל? אינטערסאנט אז די רבוש"ע האט געשטעלט א מחלל שבת צו פראטעקטן כלל ישראל.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:59 am וואס רודערט מען דא איבער משלים פון צינדערס/לעשערס? דם ישראל איז נשפך כמים רח''ל, און יעצט איז נישט די צייט צו באשולדיגען קיינעם!
גיי נעם א תהילים און זאג אפאר קאפיטלעך אז די וואס זענען כעת די שליחים פון הימעל צו פראטעקטען כלל ישראל זאלן מצליח זיין אויסצוראטען די וואס זייער גאנצע תאווה און ציהל אין לעבן איז נאר צו זעהן נאך אידיש בלוט פארגאסען. (קען זיין אז מגלגלין חובה ע''י חייב, אבער קודם זאל שטיל ווערן)
סאיז סיי ווי נישט דא קיין אנדערע ברירה יעצט ע''פ דרך הטבע, וואס ווילסטו זאלן די צה''ל טוהן יעצט? נישט אטאקירן ווייל דאס איז אנקעגן די שלוש שבועות???
הבא להרגך השכם להרגו, יעדע עזה'ניק גייט אריין אין דעם כלל יעצט!
נישט דא קיין שום מקום צו זאגן אז די צה''ל דארפן אראפלייגען די גווער, און ווארטען אויף א ישועה מן השמים שלא ע''פ טבע!
איין מינוט, און יעצט מיט די באמבאדירונג אין עזה איז ערווארטעט נאר 75 יאר צו אויסראטן איינאמאל פאר אלעמאל די טעראריזם?
דם ישראל איז נשפך כמים רח''ל און איך ציטער וואס די מלחמה גייט נאך קענען קאסטן חלילה פאר אחינו בני ישראל אין ארצינו הקדושה.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: קנאי’שע הרגשים
נישט ריכטיג! משל לא דומה לנמשל.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:09 pmאויב ווען דו גייסט צום דאקטער ביסטו אויך נישט מתפלל אז די דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער דאקטער זאל צוטרעפען צום פראבלעם, נאר אז די ישועה זאל קומען באיזה אופן. און אויב ווען די קומסט ארויס אינדערפרי און דיין קאר סטארט זיך נישט, רופסטו נישט חברים, נאר דו ביסט מתפלל אז באיזה אופן זאלסטו קענען דאווענען מיט מנין, און האבן געלט צו שפייזען דיין פאמיליע. בין איך גרייט צו הערן פון דיר דעם שפראך.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:47 pmוואס עפעס דארף מענן געבן עצות פאר'ן רבוש"ע?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:59 amזאג אפאר קאפיטלעך אז די וואס זענען כעת די שליחים פון הימעל צו פראטעקטען כלל ישראל זאלן מצליח זיין אויסצוראטען די וואס זייער גאנצע תאווה און ציהל אין לעבן איז נאר צו זעהן נאך אידיש בלוט פארגאסען. (קען זיין אז מגלגלין חובה ע''י חייב, אבער קודם זאל שטיל ווערן)
זיי מתפלל די פארכאפטע זאלן געראטעוועט ווערן! פיניש. פינטל.
וויאזוי? דער אויבערשטער האט אונז שוין גענוג מאל סופרייזד. פארוואס זאל איך "מתפלל זיין" אז ס'זאל קומען דורך כופרים?!
אויב אבער דו פירסט א חי גשמי, און דו ביסט פארנומען מיט דיין השתדלות בדרך הטבע, קענסטו אויך דא רואיג מתפלל זיין פארן דרך הטבע!
דא איז ליידער נישטא קיין דאקטאר. ס'איז נאר דא א מאנסטער וואס שניידט פאר אן עקספערימענט וואס קען אפשר אויך היילן. א חולה במצב כזו איז מתפלל לישועה, נישט להצלחת האכזר הזה.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: קנאי’שע הרגשים
מדינת ישראל איז א מרידה בה'.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:13 pm און ווען די וואוטסט אריין טשוק שומער דא אין נוי יארק, ווילסטו אויך וויסען אויב מען דארף א מחלל שבת דיר צו פארטרעטן? אפשר איז שוין צייט אז ר' גדליה סעגעדין זאל לויפן פאר סענעט?
ווי קומט דא אריין אמעריקא?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: קנאי’שע הרגשים
@נקודות טובות דו האלטסט אין 'מציאות' עניטינג אנדערש ווי מיר?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:05 pmאיך בין יא א סאטמארע איד, און איך קריג נישט מיט דיר נאר פאר איין סיבה. ווייל איך האב ליב צו זיין אויף די זייט פונעם מציאות!העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:48 pm סיי אידן און סיי אראבער האבן געוואינט אין מדינות ישראל.
די בריטישע האבן געהערשט דערויף, נישט די אראבער.
די בריטישע האבן איבערגעגעבן די פירערשאפט פון חלקים פון דאס לאנד פאר די אידן און חלקים זענען געבליבן ביי ישצאלים.
אלס רעזולטאט דערפון האבן די אראבער זיך ארויסגעלאזט אין א בליטיגע מארד צו הארגענען אלע אידן.
באין ברירה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א קאמף צו זיי פארטרייבן פון לאנד.
מען האט נישט צוגענומען זייער הייזער, זיי וואלטן געקענט מאכן שלום מיט די מצב און שלום על ישראל, די אראבער זענען אבער דאך אראבער און זיי האבן געווילט מלחמה, נו, אז דו ווילסט מלחמה האסטו באקומען מלחמה.
קיינער דא האלט נישט אז די ציונים זענען צדיקים און אז זייערע מצוות אין מעשים טובים איז עפעס צו באווינדערן. אבער יא, זיי זענען די שלוחים פון די אייבערשטער צו באשיצן די ערליכע אידן אין מדינת ישראל. און ניין, די פון זיי וועלכע זענען תינוקות שנשבו זענען נישט מחיוב מיתה און די אייבהערשטער האט זיי ליב זיי זענען אידישע קינדער.
(איך זאג נישט דא וואס די סאטמערע אידן ברויכן האלטן, זיי זאלן פאלגן וואס זייערע רבנים הייסן זיי)
די חילוק דא איז נאר אין השקפה, נישט אין מציאות.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: קנאי’שע הרגשים
די UN האט געגעבן דעם לאנד פאר דאס אידישע פאלק, איז וואס ווילסטו אז ביבי זאל זיי דאס צוריק געבן?לייבל פריש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:04 pmס’דא אבער א תורה אויך אויף אזעלכע מצבים, די תורה ווערט נישט בטל ווען די נאמען חרבות ברזל ווערט אקטיוויזירט! ע”פ תורה דארף די מדינה צוריק געבן די לאנד פאר די u nנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:59 am וואס רודערט מען דא איבער משלים פון צינדערס/לעשערס? דם ישראל איז נשפך כמים רח''ל, און יעצט איז נישט די צייט צו באשולדיגען קיינעם!
גיי נעם א תהילים און זאג אפאר קאפיטלעך אז די וואס זענען כעת די שליחים פון הימעל צו פראטעקטען כלל ישראל זאלן מצליח זיין אויסצוראטען די וואס זייער גאנצע תאווה און ציהל אין לעבן איז נאר צו זעהן נאך אידיש בלוט פארגאסען. (קען זיין אז מגלגלין חובה ע''י חייב, אבער קודם זאל שטיל ווערן)
סאיז סיי ווי נישט דא קיין אנדערע ברירה יעצט ע''פ דרך הטבע, וואס ווילסטו זאלן די צה''ל טוהן יעצט? נישט אטאקירן ווייל דאס איז אנקעגן די שלוש שבועות???
הבא להרגך השכם להרגו, יעדע עזה'ניק גייט אריין אין דעם כלל יעצט!
נישט דא קיין שום מקום צו זאגן אז די צה''ל דארפן אראפלייגען די גווער, און ווארטען אויף א ישועה מן השמים שלא ע''פ טבע!
ווי אזוי גייט דאס העלפן מיטן מלחמה יעצט? און וואס מיינסטו גייט געשעהן נאכדעם?
פראצענטאעל זענען מער אידן גע'הרג'עט געווארן דורך די אראבער פארן הקמת המדינה, ווי נאכן הקמת המדינה. אודאי איז דאס אן איסור גמור אראפ צו ווארפען פון זיך דעם עול הגלות. אבער סתם צו זאגן אז די מדינה איז א זאך וואס האט געברענגט מער שנאת ישראל, און מער רציחה. איז פשוטע ליגענט! עס זענען נאך נישט געווען זייט חורבן בית ראשון אזאלכע רואיגע זמנים פאר אידישע קינדער קיינמאל!
יעצט דאס איז קלאר אז נישט די מדינה איז וואס שטייט אונטער דעם וואס היינט לעבט מען ברוך השם רעלאטיוו רואיג, נאר דאס איז א פערזענדליכע מתנה פון הימעל. אבער צו זאגן אז היינט איז שנאת ישראל שטערקער ווי 100-150-200-250-300-350-400-450-500 יאר צוריק, איז שקר וכזב!
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: קנאי’שע הרגשים
איך האלט אינמיטן צוזאמען נעמען דיינע תגובות, איך וועל ענדיגען וועל איך זעהן אויב מיר האבן חילוקי דעות אדער נישט.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:16 pm@נקודות טובות דו האלטסט אין 'מציאות' עניטינג אנדערש ווי מיר?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:05 pmאיך בין יא א סאטמארע איד, און איך קריג נישט מיט דיר נאר פאר איין סיבה. ווייל איך האב ליב צו זיין אויף די זייט פונעם מציאות!העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:48 pm סיי אידן און סיי אראבער האבן געוואינט אין מדינות ישראל.
די בריטישע האבן געהערשט דערויף, נישט די אראבער.
די בריטישע האבן איבערגעגעבן די פירערשאפט פון חלקים פון דאס לאנד פאר די אידן און חלקים זענען געבליבן ביי ישצאלים.
אלס רעזולטאט דערפון האבן די אראבער זיך ארויסגעלאזט אין א בליטיגע מארד צו הארגענען אלע אידן.
באין ברירה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א קאמף צו זיי פארטרייבן פון לאנד.
מען האט נישט צוגענומען זייער הייזער, זיי וואלטן געקענט מאכן שלום מיט די מצב און שלום על ישראל, די אראבער זענען אבער דאך אראבער און זיי האבן געווילט מלחמה, נו, אז דו ווילסט מלחמה האסטו באקומען מלחמה.
קיינער דא האלט נישט אז די ציונים זענען צדיקים און אז זייערע מצוות אין מעשים טובים איז עפעס צו באווינדערן. אבער יא, זיי זענען די שלוחים פון די אייבערשטער צו באשיצן די ערליכע אידן אין מדינת ישראל. און ניין, די פון זיי וועלכע זענען תינוקות שנשבו זענען נישט מחיוב מיתה און די אייבהערשטער האט זיי ליב זיי זענען אידישע קינדער.
(איך זאג נישט דא וואס די סאטמערע אידן ברויכן האלטן, זיי זאלן פאלגן וואס זייערע רבנים הייסן זיי)
די חילוק דא איז נאר אין השקפה, נישט אין מציאות.
Re: קנאי’שע הרגשים
פארוואס איז מדינות ישראל א מרידה אין די אייבערשטער???דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:15 pmמדינת ישראל איז א מרידה בה'.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:13 pm און ווען די וואוטסט אריין טשוק שומער דא אין נוי יארק, ווילסטו אויך וויסען אויב מען דארף א מחלל שבת דיר צו פארטרעטן? אפשר איז שוין צייט אז ר' גדליה סעגעדין זאל לויפן פאר סענעט?
ווי קומט דא אריין אמעריקא?
נניח אז עפענען די מדינה איז געקומען פון א רוח מרידה, אבער מיר האלטן שוין 70 זינט דאן, די לאנד איז א מציאות און די רבוש''ע האט עס געהיטן ביז אהער.
דאס אז זיי זענען מחללי שבתות איז טאקע א גרויסע בראך, לאמיר שטיצן די קירוב ארגענעזאציעס א שטייגער ווי ארחים, צהר, ועוד, און די אייבערשטער זאל זיי אלע שיקן א רוח טהרה.
יעצט אויפן מינוט איז נישט דא קיין וועג צו מאכן די מדינה אויס אן דאם וואס דאס זאל פאראורזאכן א האלעקאוסט, נו וואס זאל מען בעטן? אז די מדינות ישראל סאלדאטן זאלן אלע בלייבן געזונט און שטארק און זאלן ערפילן זייער שליחות צו באשיצן די הייליגע לאנד און אלע צדיקים וואס וואינען דערינען
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: קנאי’שע הרגשים
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:20 pm יעצט דאס איז קלאר אז נישט די מדינה איז וואס שטייט אונטער דעם וואס היינט לעבט מען ברוך השם רעלאטיוו רואיג, נאר דאס איז א פערזענדליכע מתנה פון הימעל. אבער צו זאגן אז היינט איז שנאת ישראל שטערקער ווי 100-150-200-250-300-350-400-450-500 יאר צוריק, איז שקר וכזב!
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 09, 2023 3:29 pm לייג צו: און די שווארצע זענען געווען "קנעכט"! פשוטו כמשמעו! ביסט שווארץ? ביסט א קנעכט!
דרייענדיג די זייגער מיט זיבעציג יאר, איז נישטא אזא דערהער בכלל. די שאלה איז פארוואס.
די ענטפער איז, ווייל די וועלט איז מאדערנעזירט געווארן צו דעמאקראטיע, און אפענע אנטיסעמיטיזם און ראסיזם איז געווארן אפגעפרעגט. און די גרעסטע סיבה פארוואס מ'קען נאך יא שטיצן טעראר קעגן אידן, איז צוליב די תירוץ פון "מדינת ישראל אקופאציע" וגו'.
Re: קנאי’שע הרגשים
איז די אראבישער וועלט מאדענעזירט געווארן???דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:24 pmנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:20 pm יעצט דאס איז קלאר אז נישט די מדינה איז וואס שטייט אונטער דעם וואס היינט לעבט מען ברוך השם רעלאטיוו רואיג, נאר דאס איז א פערזענדליכע מתנה פון הימעל. אבער צו זאגן אז היינט איז שנאת ישראל שטערקער ווי 100-150-200-250-300-350-400-450-500 יאר צוריק, איז שקר וכזב!
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 09, 2023 3:29 pm לייג צו: און די שווארצע זענען געווען "קנעכט"! פשוטו כמשמעו! ביסט שווארץ? ביסט א קנעכט!
דרייענדיג די זייגער מיט זיבעציג יאר, איז נישטא אזא דערהער בכלל. די שאלה איז פארוואס.
די ענטפער איז, ווייל די וועלט איז מאדערנעזירט געווארן צו דעמאקראטיע, און אפענע אנטיסעמיטיזם און ראסיזם איז געווארן אפגעפרעגט. און די גרעסטע סיבה פארוואס מ'קען נאך יא שטיצן טעראר קעגן אידן, איז צוליב די תירוץ פון "מדינת ישראל אקופאציע" וגו'.
:קיין צענט נישט
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: קנאי’שע הרגשים
און תימן אויך נישט.
אלא מאי? איינער הייסט דיר וואוינען אין פאקיסטאן? מ'רעדט דאך פון די רואיגקייט אין די ציוויליזרטע לענדער ב"ה. דאס האט גארנישט מיט מדינת ישראל, בלויז פארקערט.
אלא מאי? איינער הייסט דיר וואוינען אין פאקיסטאן? מ'רעדט דאך פון די רואיגקייט אין די ציוויליזרטע לענדער ב"ה. דאס האט גארנישט מיט מדינת ישראל, בלויז פארקערט.
Re: קנאי’שע הרגשים
מתפלל זיין אז די דרך הטבע'דיגע השתדלות פון די צה''ל זאל מצליח זיין מיינט דאסנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:09 pmאויב ווען דו גייסט צום דאקטער ביסטו אויך נישט מתפלל אז די דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער דאקטער זאל צוטרעפען צום פראבלעם, נאר אז די ישועה זאל קומען באיזה אופן. און אויב ווען די קומסט ארויס אינדערפרי און דיין קאר סטארט זיך נישט, רופסטו נישט חברים, נאר דו ביסט מתפלל אז באיזה אופן זאלסטו קענען דאווענען מיט מנין, און האבן געלט צו שפייזען דיין פאמיליע. בין איך גרייט צו הערן פון דיר דעם שפראך.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:47 pmוואס עפעס דארף מענן געבן עצות פאר'ן רבוש"ע?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:59 amזאג אפאר קאפיטלעך אז די וואס זענען כעת די שליחים פון הימעל צו פראטעקטען כלל ישראל זאלן מצליח זיין אויסצוראטען די וואס זייער גאנצע תאווה און ציהל אין לעבן איז נאר צו זעהן נאך אידיש בלוט פארגאסען. (קען זיין אז מגלגלין חובה ע''י חייב, אבער קודם זאל שטיל ווערן)
זיי מתפלל די פארכאפטע זאלן געראטעוועט ווערן! פיניש. פינטל.
וויאזוי? דער אויבערשטער האט אונז שוין גענוג מאל סופרייזד. פארוואס זאל איך "מתפלל זיין" אז ס'זאל קומען דורך כופרים?!
אויב אבער דו פירסט א חי גשמי, און דו ביסט פארנומען מיט דיין השתדלות בדרך הטבע, קענסטו אויך דא רואיג מתפלל זיין פארן דרך הטבע!
1. אז עס גייט אפקאסטן הונדרעטע אדער גאר טויזענטע אידישע נפשות רח''ל, נישט מעגליך צו געווינען בדרך הטבע אן דעם, אונז זעמיר נישט מוותר קיין איין נפש מישראל.
2. די פראבלעמם גייט בכלל נישט געלעזט ווערן, עס גייט ווערן שטיל ביז די נעקסעטע רציחות רח''ל אזווי די לעצעטע 75 יאר,
3. מען טאר נישט מתפלל זיין אז כופרים וואס פירן אן א מרידה בה' זאל מצליח זיין מיט זייער מרידה
די איינציגסעטע עצה דא איז מתפלל זיין אז די מלכות המינות זאל בטל ווערן אן עס זאל קאסטן אפילו איין נפש בישראל, וויאזוי? נישט מיינע דאגות
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: קנאי’שע הרגשים
בן גוריון איז נישט געווען ראש ממשלה אין 67מענדעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 10:45 am אגב בן גריון ימח שמו האט תיכף נאך די מלחמת ששת ימי אפילה געוואלט צירוק געבן די שטחים פאר די אראבער זאגענדיג אז אויב וועט מען אזוי טוהן וועט מען בלייבן מיט א אויבער האנט ווייל אזוי האט מען זיי געלערנט טאנצן אין אויב נישט וועט אייביג זיין ארץ ישראל א בלוט באד נאר זיין קא-אליציע האט נישט געוואלט הערן פון דעים
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: קנאי’שע הרגשים
@דער תהלים איד איך האב נישט ארויס דיין מיינונג אין מציאות, ממילא קען איך נישט קאמענטירן.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:22 pmאיך האלט אינמיטן צוזאמען נעמען דיינע תגובות, איך וועל ענדיגען וועל איך זעהן אויב מיר האבן חילוקי דעות אדער נישט.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:16 pm@נקודות טובות דו האלטסט אין 'מציאות' עניטינג אנדערש ווי מיר?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:05 pm
איך בין יא א סאטמארע איד, און איך קריג נישט מיט דיר נאר פאר איין סיבה. ווייל איך האב ליב צו זיין אויף די זייט פונעם מציאות!
די חילוק דא איז נאר אין השקפה, נישט אין מציאות.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: קנאי’שע הרגשים
1. איך האלט אין מציאות פונקט ווי דו און העלדיש.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:29 pm @דער תהלים איד איך האב נישט ארויס דיין מיינונג אין מציאות, ממילא קען איך נישט קאמענטירן.
2. איך האלט אז מדינת ישראל איז א מרידה בה', ממילא איך אלס 'האשעם לאווער', טאר איך נישט וועלן זייער הצלחה.