נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 3:53 pm
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 3:52 pm
אויב זענט איר נישט מתפלל אזוי ווי איר שרייבט דארט אנפאנג לעבט איר אביסל אין א טעות!
אמת מ'מעג מתפלל זיין עס זאל גיין אויף דער אופן וואס קוקט אייך אויס גוט, אבער ווען איר האט א מהלך וואס וועט בוודאי ברענגען שווערע קאנסעקווענצן פארוואס זאלט איר בעטן אויף דעם מהלך?! בעטסט אז דער אייבערשטער זאל העלפן אויף א די ריכטיגע מהלך וואס זאל נישט האבן די קאנסעקווענצן.
איך בעט אז די צה''ל זאל האבן אזא סוקסעס, אז אפילו איין צה''לניק זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן
דו דערמאנסט מיך די מעשה, פון א בחור וואס האט געוואלט זייער גיין ארבעטן,
אויפן טענה פונעם ר"י הלמאי ביטול תורה, האט ער געעפנטפערט, אז ער גייט דארפן שפייזן זיין פאמיליע דארף ער האבן גענוג געלט דערויף.
האט אים די ר"י געפרעגט, וויאזוי ווייסטו בכלל אז דיין גיין ארבעטן יעצט וועט אריינברענגען געלט אוועקצולייגן?
תירוץ: איך גלייב באמונה שלימה, און איך האב בטחון אז איך וועל מאכן גענוג געלט צו קענען אוועקלייגן.
האט אים די ר"י געפרעגט, וויאזוי ווייסטו אז דו גייסט טרעפן א גוטע שידוך?
תירוץ: איך גלייב באמונה שלימה, און איך האב בטחון אז איך וועל טרעפן א גוטע שידוך.
האט אים די ר"י געפרעגט, וויאזוי ווייסטו אז דו גייסט האבן קינדער?
תירוץ: איך גלייב באמונה שלימה, און איך האב בטחון אז איך וועל האבן קינדער.
האט אים די ר"י געזאגט, הא, הייסט, די גלייבסט באמונה שלימה און דו האסט בטחון אז דו וועסט מאכן גענוג געלט יעצט, אז דו וועסט טרעפן א שידוך, און דו גייסט האבן קינדער.
און די גלייבסט נישט באמונה שלימה, און דו האסט נישט קיין בטחון, אז דער אייבערשטער הזן ומפרנס לכל, וועט דיר טרעפן א גוטע פרנסה דעמאלטס נאך דיין חתונה, און ער וועט דיר געבן צו שפייזן דיין פאמיליע...
=
לענינינו:
איך גלייב באמונה שלימה און איך האב בטחון אז דער אייבערשטער גייט מאכן סדר פון די רוצחים, און אויך באזונדער פון די רשעים, און משיח וועט קומען.
און ס'זענען נעבעך דא אנדערע וואס גלייבן באמונה שלימה און האבן בטחון אז צה"ל גייט געוואונען אויסצוראטן די רוצחים און עס גייט נישט קאסטן גארנישט קיין אידיש בלוט.
גיי געב עצות פארן אייבערשטן...