וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד

נייעס אין אונזער קווארטאל
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 474

וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

שוין עטליכע יאר וואס געציילטע עסקנים דרייען איבער וועלטן קעגן אלע רבני ועסקני לאנדאן אז אלעס איז פארקויפט פאר געלט און מבוקט זיך רח"ל צום צלם מלערנט חוקי תועבה אין ת"ת און אין מיידל שולעס איבער גאנץ לאנדאן אדער כאטש זיך אינטערגענומען צי לערנען

איך מוז מודה זיין אז צוליב וואס כהאב מיר נישט אריינגעלייגט דערין ביז היינט האבעך טיילווייז אדער מער ווי דעם געגלייבט די אלע לשון הרע טראכטענדיג אז אזוי ווי אין נ"י זענען דא עסקנים וואס האבן אלעס פארכאפט און פארקויפן לאקשאן פאר די רבנים איז די זעלבע אין לאנדאן

נאך א שמועס מיט איינע פון די רבנים אין לאנדאן די וואך האבעך אנגעהויבן צי ווארפן מיינע אברים ווי ווייט מקען אונז פארנערן מיט הרוצה לשקר ירחיק עדותו

איך האב נישט צייט פאר אריכות אבער אין קורצן וואס איך נעם ארויס פון יענעם וואס איך און קיינער דאהי האט נישט געוואוסט ביז היינט

1) מיט 12 יאר צוריק 2014 למספרם איז אריין א געזעץ מיט גיזרות על החינוך און עטליכע יאר צוריק האט מען געמאכט טוישינגען לטובת החינוך דורך די ארבעט פון רבני ועסקני חינוך UK

2) מדארף כהיום נישט לערנען קיין חשיבות צי אנדערע גלויבענס אדער כפירה ווי ביז היינט נאר פונקט פארקערט די נייע געזעץ זאגט אז מקען רעדן "קעגן" אלע רעליגיעס און כפירה והשחתה וויפיל מוויל, די עיקר וואס מדארף רעספעקטירן איז נאר אלע "מענטשן" נישט די רעליגיעס און השקפה'ס (אנדערש ווי מפארקויפט אונז אז מלערנט דארט מחשיב צי זיין עבודה זרה באגלייט מיט בילדער וואס דאס האט מען פארשטייטזיךנישט געלערנטאפילובשעת די געזעץ האט נישט געטויגט אבער לעת עתה איז די געזעץ איבערגערייט לטובה)

3) מדארף נישט לערנען קיין תועבה ביז די 12 בכלל אפילו ביי די גויים און פון 12 און העכער וואו ביי די גויים דארף מען יא האט מען ציגעלייגט אז עלטערן קענען זיך ארויסשרייבן פונעם געזעץ און אזוי טוען אלע חרדישע מוסדות מיט צעטלעך פון אלע עלטערן זיך ארויסצישרייבן, און נישט נאר מלערנט נישט גארנישט פון דעם דעם נאר מהאט זיך קיינמאל נישט אינטערגענומען אפילו לפנים דאס צי לערנען

4) די רעגירונג אין לאנדאן צאלט נישט קיין פעני נישט פאר לאנטש נישט פאר באסעס און ניטאמאל פאר די ביכער אלעס דארף מען אליינס קויפן און באצאלן (אנדערש ווי מהאט אונז איינגערעט אז אלע מוסדות לערנען גאר תועבה צוליב געלט..)

5) די עיקר גזירה און פראבלעם וואס בלייבט נאך איז אז די ארטיגע פאליציי איבער דעם וואס הייסט אפסטעד זיי מאכן צרות דא דארט ווי למשל משוגע מאכן מזאל האבן גרייט א ביכל מיט א מלמד אויף תועבה אין פאל עלטערן ווילן חלילה יא לערנען וכדומה לזה (זיי זענען יא רשעותדיג דוגמת עדשיקעישאן דעפארטמענט דאהי אבער בעצם האבן זיי נישט קיין אייגענע כח אזוי ווי די SED דאהי)

6) מהאט אין די היימישע מוסדות נישט געמאכט קיין שום פשרות אדער שינוי אין די לימודים, נישט בפועל און נישט בדיבור אפילו נישט נאר לפנים.

7) פארשטייט זיך אויך אז די כופרים שלאפן נישט און ארבעטן אויף נאך גזירות בפרט אויף ישיבה קטנות ווי סאיז דא א נייע געזעץ וואס זיי ווילן אדורכפירן קעגן אונזער חינוך און מארבעט דארט אויך מיט די באאמטע צי מאכן לעכער כנ"ל און מדארף אסאך תפילות מזאל טאקע מצליח זיין
(און דאהי קומט מען שרייען אז יעדער העלפט דארט די גזירה און נאר איינער איז דא וואס שרייבט צי די לאורד’ס וכו' און פון א ערליכע רב האבעך געהערט אז די אוממסודרדיגע גערעדעכטס צי זיי מיט א ווילדקייט דורך יענעם מאכט נאר חרוב ווען די מציאות איז אז די גוזרי החוק הנקראים לאוד'ס ארבעטן מיט מיט די רבנים ועסקנים אויסצישפילן די רשעים עכ"פ אז כלל ישראל זאל ניצל ווערן פון די געזעץ דורך קלוגע לעכער, ערשט מיטן אפשטופן כסדר ווי ווייט מעגליך און דערנאך מיטן צילייגן אמענדמענטס, ענדליך צי דאהי וואס מארבעט דורך די אסעמבלי לייט און סענעטארן און גאווערנער וכו') אבער סיי וועלכע פשרות אדער שינוי אין די לימודים איז מאן דכר שמי'.

מער וועט אי"ה נאכפאלגן

אבער דאס איז אמאל זיכער אז ווילאנג די רשעים וכופרים אינאיינעם מיט אפסטעד לעבן נאך דארף מען איינרייסן רחמים ווייל זיי פארפירן כסדר אויף די חלקים ווי מקען זיך נאך יא פארלייגן און די אפסטעד זענען יא שונאים וואס זוכן כסדר ווי צי קענען פארשפארן און לייגן פיסלעך היימישע מוסדות און אויך ארבעטן זיי כסדר אויף נאך גזירות חלילה

(ועל כולם דאס אז מקומט בכלל אינספעקטן איז בעצם די גרעסטע צרה ווייל דאס איז נישטא אין די גאנצע וועלט און זיי קומען אראפ פייניגן אבער דאס גייט שוין אן זינט 1988)
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 474

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירות החינוך אין לאנדאן און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך totty »

ביטע נישט רעדן דא איבער די פאן נושא נאר איבער גזירת החינוך אין ענגלאנד
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 474

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך totty »

יענער לייגט מיר יעצט צי אז אפסטעד (די עדשיקעישאן פאליציי) למעשה לייגט שטארקע רדיפות כסדר דעריבער גייט מען גיין אין געריכט קעגן זיי ווייל זיי גייען קעגן געזעץ ענדליך צי די עדשיקעישאן דעפארטמענט דאהי וואס וויל אפלערנען פאלש אונזער נייע געזעץ אין ניו יארק
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 474

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך totty »

לגבי צי עס הייסט א גזירה אדער נישט איז לכאורה פונקט ווי דאהי וואס קיינער זאגט נישט אויס גזירה צוליב די נייע געזעץ סיי ווייל אפילו עס איז לייכטער האבן די רשעים נישט אראפגעלייגט די געווער און די מוסדות זענען כסדר אין א געפאר פון אפסטעד אזוי ווי פון די עדשיקעישאן דעפארטמענט דאהי
און סיי ווייל זיי קענען נאך אויסטייטשן זאכן אנדערש וכו' אויך ווי דאהי
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 389

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירות החינוך אין לאנדאן און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:55 pm ביטע נישט רעדן דא איבער די פאן נושא נאר איבער גזירת החינוך אין ענגלאנד
פארוואס זאל מען נישט דא רעדן פון די מעשה מיט די תועבה סימבאלן? דאס איז דאך א קלארע תוצאה פון די גזירת החינוך אין ענגלאנד.
ווי דען זאל עס קומען ענדערש, ביי די ניו יארק גזירת החינוך?
עפעס זעהט אויס אז איר האט מורא צו רעדן פון די מעשה, ווייל דאס קענט איר נישט אפווענדן.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 389

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך פארטריבן »

איך האב פארגעסן צו זאגן א שכח פארן עפענען די באזונדערע אשכול פאר ענגלאנד.
ווער פון די מנהלים עס קען אריבערברענגען אלעס בנוגע ענגלאנד זאל זיין געבענטשט.

ביטע ברענגן קלאר אלע דאקומענטן ווי מען זעהט וואס איז געווען די געזעץ\גזירה אנהייב פאר 12 יאר צוריק, און וואס האט דאס מחייב געווען צו לערנען, וואס דאס איז כולי עלמא מודה אז דעמאלס איז דאס געווען א געפערליכע גזירה,
ווי אויך פונקטליך די דאטום ווען עס האט זיך געטוישט די נוסח און די נייע אמענדמענט.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 474

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך totty »

ברעקינג:

נאך וואכן פון וויכוחים איבער די מוסד הקדוש יסודי התורה אין לאנדאן פאר אינגערע מיידלעך וואס נעמט נישט קיין געלט פון די רעגירונג אזוי ווי רוב היימישע מוסדות אין ענגלאנד ווערט נתגלה די אמת'ע מעשה מיטן פאן
נאך א בירור וואס אני הקטן האט יעצט געמאכט מיט די הנהלת המוסד שטעלט זיך ארויס ווי פאלגענד:

עס איז דא אין לאנדאן 2 וואכן וואקאציע כמו "דעי קעמפ" אין די חאגע וואכן און דאן איז דא א פראגראם דורך היימישע פרויען און זיי האבן געמאכט א פראגראם מיטן נאמען "שושנים" דעריבער האט א פרוי געזוכט אויף "עמעזאן" קאלירטע פענער ווי שושנים און זייענדיג א היימישע ערליכע פרוי האט זיך ווי מיר און יעדער פון דא ביז היינט נישט געוואוסט גארנישט איבער אזא סימן פון א תועבה פאן נישט די אנפירער און נישט די קינדער האבן א אנונג פון אזא פאן ברוך השם אבער דער סיקריק וואס האט עס באמערקט האט יא געוואוסט און איז געלאפן מיט שמחה אז מהאט זיי געכאפט ביי די מעשה...
אשרי להם פון די ערליכע מוסד אז זיי האבן נישט קיין אנונג פון די זאכן און ליגן נישט אין טמאנע שמוץ אזוי ווי די מוחים וואס הערן נישט אויף זוכן שמוץ אויף גאנץ כלל ישראל און מטינקט זיך טאג אין נאכט אין בלוט אין און שמוץ!!!

אט אזוי קוקט אויס אלע מעשי שוא ושקר!!!

יגודו על נפש צדיק ודם נקי ירשיעו!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:42 pm ברעקינג:

נאך וואכן פון וויכוחים איבער די מוסד הקדוש יסודי התורה אין לאנדאן פאר אינגערע מיידלעך וואס נעמט נישט קיין געלט פון די רעגירונג אזוי ווי רוב היימישע מוסדות אין ענגלאנד ווערט נתגלה די אמת'ע מעשה מיטן פאן
נאך א בירור וואס אני הקטן האט יעצט געמאכט מיט די הנהלת המוסד שטעלט זיך ארויס ווי פאלגענד:

עס איז דא אין לאנדאן 2 וואכן וואקאציע כמו "דעי קעמפ" אין די חאגע וואכן און דאן איז דא א פראגראם דורך היימישע פרויען און זיי האבן געמאכט א פראגראם מיטן נאמען "שושנים" דעריבער האט א פרוי געזוכט אויף "עמעזאן" קאלירטע פענער און זייענדיג א היימישע ערליכע פרוי האט זיך ווי מיר און יעדער פון דא ביז היינט נישט געוואוסט גארנישט איבער אזא סימן פון א תועבה פאן נישט די אנפירער און נישט די קינדער האבן א אנונג פון אזא פאן ברוך השם אבער דער סיקריק וואס האט עס באמערקט האט יא געוואוסט און איז געלאפן מיט שמחה אז מהאט זיי געכאפט ביי די מעשה...
אשרי להם פון די ערליכע מוסד אז זיי האבן נישט קיין אנונג פון די זאכן און ליגן נישט אין טמאנע שמוץ אזוי ווי די מוחים וואס הערן נישט אויף זוכן שמוץ אויף גאנץ כלל ישראל און מטינקט זיך טאג אין נאכט אין בלוט אין און שמוץ!!!

אט אזוי קוקט אויס אלע מעשי שוא ושקר!!!

יגודו על נפש צדיק ודם נקי ירשיעו!
אה. די ערשטע ווערסיע וואס מאכט סענס.

זכה לך.

וכל הרשעה כעשן תכלה.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 474

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך totty »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:45 pm

כמיין מקען שוין צוריקגיין צי זכו...
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 522
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 816

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך תורה ויראה »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:45 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:42 pm ברעקינג:

נאך וואכן פון וויכוחים איבער די מוסד הקדוש יסודי התורה אין לאנדאן פאר אינגערע מיידלעך וואס נעמט נישט קיין געלט פון די רעגירונג אזוי ווי רוב היימישע מוסדות אין ענגלאנד ווערט נתגלה די אמת'ע מעשה מיטן פאן
נאך א בירור וואס אני הקטן האט יעצט געמאכט מיט די הנהלת המוסד שטעלט זיך ארויס ווי פאלגענד:

עס איז דא אין לאנדאן 2 וואכן וואקאציע כמו "דעי קעמפ" אין די חאגע וואכן און דאן איז דא א פראגראם דורך היימישע פרויען און זיי האבן געמאכט א פראגראם מיטן נאמען "שושנים" דעריבער האט א פרוי געזוכט אויף "עמעזאן" קאלירטע פענער און זייענדיג א היימישע ערליכע פרוי האט זיך ווי מיר און יעדער פון דא ביז היינט נישט געוואוסט גארנישט איבער אזא סימן פון א תועבה פאן נישט די אנפירער און נישט די קינדער האבן א אנונג פון אזא פאן ברוך השם אבער דער סיקריק וואס האט עס באמערקט האט יא געוואוסט און איז געלאפן מיט שמחה אז מהאט זיי געכאפט ביי די מעשה...
אשרי להם פון די ערליכע מוסד אז זיי האבן נישט קיין אנונג פון די זאכן און ליגן נישט אין טמאנע שמוץ אזוי ווי די מוחים וואס הערן נישט אויף זוכן שמוץ אויף גאנץ כלל ישראל און מטינקט זיך טאג אין נאכט אין בלוט אין און שמוץ!!!

אט אזוי קוקט אויס אלע מעשי שוא ושקר!!!

יגודו על נפש צדיק ודם נקי ירשיעו!
אה. די ערשטע ווערסיע וואס מאכט סענס.

זכה לך.

וכל הרשעה כעשן תכלה.
אמן.
@totty קענסט שוין פארמאכן די טעמע... טעמע דעגרייכט דעם ציהל.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך חלום חלמתי »

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:42 pm ברעקינג:

נאך וואכן פון וויכוחים איבער די מוסד הקדוש יסודי התורה אין לאנדאן פאר אינגערע מיידלעך וואס נעמט נישט קיין געלט פון די רעגירונג אזוי ווי רוב היימישע מוסדות אין ענגלאנד ווערט נתגלה די אמת'ע מעשה מיטן פאן
נאך א בירור וואס אני הקטן האט יעצט געמאכט מיט די הנהלת המוסד שטעלט זיך ארויס ווי פאלגענד:

עס איז דא אין לאנדאן 2 וואכן וואקאציע כמו "דעי קעמפ" אין די חאגע וואכן און דאן איז דא א פראגראם דורך היימישע פרויען און זיי האבן געמאכט א פראגראם מיטן נאמען "שושנים" דעריבער האט א פרוי געזוכט אויף "עמעזאן" קאלירטע פענער און זייענדיג א היימישע ערליכע פרוי האט זי ווי מיר און יעדער פון דא ביז היינט נישט געוואוסט גארנישט איבער אזא סימן פון א תועבה פאן נישט די אנפירער און נישט די קינדער האבן א אנונג פון אזא פאן ברוך השם אבער דער סיקריק וואס האט עס באמערקט האט יא געוואוסט און איז געלאפן מיט שמחה אז מהאט זיי געכאפט ביי די מעשה...
אשרי להם פון די ערליכע מוסד אז זיי האבן נישט קיין אנונג פון די זאכן און ליגן נישט אין טמאנע שמוץ אזוי ווי די מוחים וואס הערן נישט אויף זוכן שמוץ אויף גאנץ כלל ישראל און מטינקט זיך טאג אין נאכט אין בלוט אין און שמוץ!!!

אט אזוי קוקט אויס אלע מעשי שוא ושקר!!!

יגודו על נפש צדיק ודם נקי ירשיעו!
אה יעצט רעדסטו אידיש. שטח המוסד אהין אהער, דאס מאכט שוין סענס

די טעות האלט - ב"ה - אין איין געשען אין אלע היימישע געגנטער, אין ק"י איז געווען א געשעפט וואס האט פארקויפט קאלירטע טאשקע'ס...
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך יאנטשי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 5:14 pm אין ק"י איז געווען א געשעפט וואס האט פארקויפט קאלירטע טאשקע'ס...
ליידער זענען זיי אזוי צוגעבונדן צו די רעגירונג געלטער, פוד סטעמפס און וויק, אז זיי טוען אפילו נאך מער ווי די רעגירונג פארלאנגט.

מען דארף זיין בלינד דאס צו לייקענען, אפילו די געשעפט אליינס לייקענט עס נישט, נאר דרייט מיטן צינג .
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 232

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך עריק »

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm

איך מוז מודה זיין אז צוליב וואס כהאב מיר נישט אריינגעלייגט דערין ביז היינט האבעך טיילווייז אדער מער ווי דעם געגלייבט די אלע לשון הרע טראכטענדיג אז אזוי ווי אין נ"י זענען דא עסקנים וואס האבן אלעס פארכאפט און פארקויפן לאקשאן פאר די רבנים איז די זעלבע אין לאנדאן

באלד עפענט מען א שאכול ווי מען צונעמט אלעס בנוגע ניו יארק
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:42 pm מוסד הקדוש יסודי התורה אין לאנדאן פאר אינגערע מיידלעך וואס נעמט נישט קיין געלט פון די רעגירונג אזוי ווי רוב היימישע מוסדות אין ענגלאנד
וואס הייסט?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך יאנטשי »

עריק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:22 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm

איך מוז מודה זיין אז צוליב וואס כהאב מיר נישט אריינגעלייגט דערין ביז היינט האבעך טיילווייז אדער מער ווי דעם געגלייבט די אלע לשון הרע טראכטענדיג אז אזוי ווי אין נ"י זענען דא עסקנים וואס האבן אלעס פארכאפט און פארקויפן לאקשאן פאר די רבנים איז די זעלבע אין לאנדאן

באלד עפענט מען א שאכול ווי מען צונעמט אלעס בנוגע ניו יארק
דארט מוז מען קענען שרייבן מינימום 15,000 קארעקטערס פער שעה צו ווערן א צד.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:24 pm
עריק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:22 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm

איך מוז מודה זיין אז צוליב וואס כהאב מיר נישט אריינגעלייגט דערין ביז היינט האבעך טיילווייז אדער מער ווי דעם געגלייבט די אלע לשון הרע טראכטענדיג אז אזוי ווי אין נ"י זענען דא עסקנים וואס האבן אלעס פארכאפט און פארקויפן לאקשאן פאר די רבנים איז די זעלבע אין לאנדאן

באלד עפענט מען א שאכול ווי מען צונעמט אלעס בנוגע ניו יארק
דארט מוז מען קענען שרייבן מינימום 15,000 קארעקטערס פער שעה צו ווערן א צד.
:lol: כ'מיין אז @פ. לאקס און @פארטריבן זענען גוט אין דעם די שאלה איז צו נאך איינער ליינט עס. איך ליין שוין נישט.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 474

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך totty »

עריק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:22 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm

איך מוז מודה זיין אז צוליב וואס כהאב מיר נישט אריינגעלייגט דערין ביז היינט האבעך טיילווייז אדער מער ווי דעם געגלייבט די אלע לשון הרע טראכטענדיג אז אזוי ווי אין נ"י זענען דא עסקנים וואס האבן אלעס פארכאפט און פארקויפן לאקשאן פאר די רבנים איז די זעלבע אין לאנדאן

באלד עפענט מען א שאכול ווי מען צונעמט אלעס בנוגע ניו יארק
מסכים אויב ווייזטו אויף אז אין ניו יארק איז נישטא קיין פשרות און נישט קיין פעטוועי וואו מנעמט זיך אינטער די לימודים בין איך אויף דיין זייט...
מדארף גיין מיט'ן אמת צי עס שמעקט יא צי נישט
סאיז מיר סאך בעטעמטער צי זאגן אז איך בין רעכט לגבי זכו רעכט לגבי חינוך אין ענגלאנד אבער מה נעשה אז דער אמת איז נישט אזוי ווייל ימינם ימין שקר

משא"כ אין ניו-יארק איז געווען א אמתע סיבה אז מהאט געוואלט אריינשלעפן יעדן אין די פעטוועיס וואס איז געווען א ווייסע פאן אויפציגעבן אונזערע רעכטן אבער אין ענגלאנד זענען חינוך יו קעי נישט באגאנגען קיין פשרות און אפילו נישט לפנים זיך אינטערגעגעבן לא מיניהו ולא מקצתיהו
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 474

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך totty »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:23 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:42 pm מוסד הקדוש יסודי התורה אין לאנדאן פאר אינגערע מיידלעך וואס נעמט נישט קיין געלט פון די רעגירונג אזוי ווי רוב היימישע מוסדות אין ענגלאנד
וואס הייסט?
ליין דא אינעם ערשטן תגובה פון די אשכול אז קיין איין היימישע מוסד מהאט נישט דארטן קיין סענט פון די רעגירונג אפילו נישט פאר די ענגלישע ביכער

viewtopic.php?p=235978#p235978
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:30 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:23 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:42 pm מוסד הקדוש יסודי התורה אין לאנדאן פאר אינגערע מיידלעך וואס נעמט נישט קיין געלט פון די רעגירונג אזוי ווי רוב היימישע מוסדות אין ענגלאנד
וואס הייסט?
ליין דא אינעם ערשטן תגובה פון די אשכול אז קיין איין היימישע מוסד מהאט נישט דארטן קיין סענט 0ון די רעגירונג אפילו נישט פאר די ענגלישע ביכער

viewtopic.php?p=235978#p235978
שכוח איך האב עס נישט באמערקט. פארשטיי איך שוין פארוואס דורותינו האט נישט געשריבן וועגן די פענער. ווייל לאנדאן איז א דארן אין אויג פאר די קנאים ווייל עס איז א באווייז אז די גזירות האבן גארנישט מיט געלט? סאו מען רעדט נישט דערפון?.... טאקע אינטערסאנט.
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 300

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך ויצא »

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm שוין עטליכע יאר וואס געציילטע עסקנים דרייען איבער וועלטן קעגן אלע רבני ועסקני לאנדאן אז אלעס איז פארקויפט פאר געלט און מבוקט זיך רח"ל צום צלם מלערנט חוקי תועבה אין ת"ת און אין מיידל שולעס איבער גאנץ לאנדאן אדער כאטש זיך אינטערגענומען צי לערנען

איך מוז מודה זיין אז צוליב וואס כהאב מיר נישט אריינגעלייגט דערין ביז היינט האבעך טיילווייז אדער מער ווי דעם געגלייבט די אלע לשון הרע טראכטענדיג אז אזוי ווי אין נ"י זענען דא עסקנים וואס האבן אלעס פארכאפט און פארקויפן לאקשאן פאר די רבנים איז די זעלבע אין לאנדאן

נאך א שמועס מיט איינע פון די רבנים אין לאנדאן די וואך האבעך אנגעהויבן צי ווארפן מיינע אברים ווי ווייט מקען אונז פארנערן מיט הרוצה לשקר ירחיק עדותו
גלייבט מיר אז סדנא דארעא חד פינקט ווי און לאנדאן האט מען נישט פארקופט פאר די רבנים קיין לאקשאן פארקופט מען אויך פאר די רבנים אין נ"י נישט קיין לאקשען
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 474

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך totty »

ויצא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 7:49 pm

לאקשאן איז געווען אז משיקט א בריוו און מנעמט נישט פעטוועי 6 וכו’ וכו’ און אז מהאט די בעסטע לויער וכו’ און ווער עס נעמט נישט גייט ליידן ועוד
סאיז נישט קיין וויכטיגקייט צי דערמאנען אלטע חטאים ווען כמיין אז היי יאר האט קיינער נישט גענומען קיין פעטוועי אין ניו יארק
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 300

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך ויצא »

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 8:18 pm

איך האב נישט קיין געדלוד אריין צו גיין און קיין אריכות איך וועל בלוז פארציילען א סיפור ובזה יצאתי
סאיז געווען ווען און סאטמאר די פרשה פון די שווארצע האט א רב זיך אנגערופען אז פונקט ווי מען האט פארען היילעגען בעלזע רב פארדרייט א קאפ פארדרייט מען יעצט דעם סאטמאר רב א קאפ האט זיך איינער פון די עלטערע רבנים אונגערופען חס ושלום מען האט נישט פארדרייט פארען בעלזע רב קיין קאפ און אויך נישט יעצט פארען סאטמאר רב!!!
נעמט אייך גוט אריין די מעשה און קאפ וועט אייך גוט זיין בזה ובבא
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

ויצא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 8:34 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 8:18 pm
ויצא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 7:49 pm
גלייבט מיר אז סדנא דארעא חד פינקט ווי און לאנדאן האט מען נישט פארקופט פאר די רבנים קיין לאקשאן פארקופט מען אויך פאר די רבנים אין נ"י נישט קיין לאקשען
לאקשאן איז געווען אז משיקט א בריוו און מנעמט נישט פעטוועי 6 וכו’ וכו’ און אז מהאט די בעסטע לויער וכו’ און ווער עס נעמט נישט גייט ליידן ועוד
סאיז נישט קיין וויכטיגקייט צי דערמאנען אלטע חטאים ווען כמיין אז היי יאר האט קיינער נישט גענומען קיין פעטוועי אין ניו יארק
איך האב נישט קיין געדלוד אריין צו גיין און קיין אריכות איך וועל בלוז פארציילען א סיפור ובזה יצאתי
סאיז געווען ווען און סאטמאר די פרשה פון די שווארצע האט א רב זיך אנגערופען אז פונקט ווי מען האט פארען היילעגען בעלזע רב פארדרייט א קאפ פארדרייט מען יעצט דעם סאטמאר רב א קאפ האט זיך איינער פון די עלטערע רבנים אונגערופען חס ושלום מען האט נישט פארדרייט פארען בעלזע רב קיין קאפ און אויך נישט יעצט פארען סאטמאר רב!!!
נעמט אייך גוט אריין די מעשה און קאפ וועט אייך גוט זיין בזה ובבא
או יאמר אז ווען איינער פאלט אראפ אין גאס, און מען זעט אז פלוני איז שולדיג, איז נישט א הכרח אז נעכטן איז אויך איינער אראפגעפאלן אין גאס, און אויב יא, איז נישט קיין הכרח אז פלוני איז נעכטן געווען שולדיג. יעדע געשעעניש איז א זאך פאר זיך.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 389

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:42 pm ברעקינג:
מזל טוב !!!

נאך וואכן פון וויכוחים און לייקענען די 'מציאות הדברים' פון די מעשה תועבה וואס איז ליידער פארגעקומען אינערהאלב א חרדישע מוסד אין לאנדאן,
(באמאמר המוסגר, רעדט מען פון א מוסד מיט עטליכע אפטיילונגען פאר אינגלעך און מיידלעך גרעסערע און קלענערע, וואס אויסער וואס זיי נעמען גאוועמענט פאנדינג אר די גאנץ קליינע קינדער, איז אט דער מוסד 'הקדוש' פון די ערשטע פורצי גדר און פון די איינציגסטע חרדישע מוסדות, וואס האט כדי צו באקומען געלט פון די רעגירונג, פרייוויליג איינגעגעבן זייער מיידלעך היי סקול אפטיילונג אלץ א 'וואלאנטערי עידעד' סקול וואס דאס מיינט כמעט גענצליך אויסגעהאלטן פון די רעגירונג -כמעט בבחינת פאבליק סקול אין ניו-יארק- , כאטש דאס האט געמיינט אז זיי דארפן זיך אונטערנעמען צו לערנען גאר געפערליכע און געמיינע עניני כפירה ותועבה, אסאך מער ווי די גזירה וואס ווערט פארלאנגט פון אלע אינדעפענדענט סקולס, און ווי די ריפארט פון יענע אפטיילונג באשטעטיגט דאס טאקע אז זיי לערנען ליידער די גאר געפערליכע לימודי תועבה וכפירה).

ווערט יעצט ענדליך צום ערשטן מאהל אפיציעל ערשט האנטיג באשטעטיגט דורך די הנהלת המוסד זעלבסט -נאך וואס איינע פון די חשוב'ע ניקס דא האבן זיך פארבינדען מיט זיי- אז יא, די 'מעשה' האט ליידער ווירקליך פאסירט אינעם מציאות, אקוראט אזויווי באריכטעט אין די אימעיל גרופעס און אין די גליונות (דורותינו\זעקת החינוך לאנדאן),

און עס איז יעצט 'נאכאמאל' קלארגעשטעלט געווארן אלעס וואס מיר האבן דא געשריבן ביז יעצט איבער די 'מציאות הדברים',
1) אז די תועבה סימבאלן און ריזיגע תועבה ליילעכער זענען טאקע געווען ארויפגעלייגט 'נאר' אויף די בניני המוסד...
2) און אויף די ווענט פונעם חצר פון די מוסד...
3) און נישט אויף קיין שום גויאישע בילדינגס, (נישט בילדינג #9 און זיכער נישט #12 בילדינג)...
4) אויך נישט אויף קיין לייט פאולס...
5) ווי אויך אז די תועבה סימבאלן און ריזיגע ליילעכער זענען געווארן אויפגעהאנגען דורך א מענטש פון אינעווייניג פון די מוסד זעלבסט...
6) און קיין שום פרעמדער איז נישט אריינגעקראכן און זיך נישט אריינגע'גנב'עט עס אויפצוהענגען...

און די אלע וואס האבן די לעצטע פאר וואכן פרובירט איינמאל און נאכאמאל אויף אלע סארט וועגן צו צו זיין א כופר הכל אדער מטיל ספק זיין איבער די 'מציאות הדברים', און געהאלטן אין איין איבערקייען די אלע פאלגענדע זינלאזע פאנטאזיעס וכו' וכו':
באקוועמער אידל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 3:44 pm איינער ווייזט מיר אן אויף די פיקטשער אז די 2 גרויסע בילדינגס ווי עס הענגט די סיינס באלאנגט בכלל נישט פאר יסודי התורה, נאר זענען גוי'אישע בילדינגס, די יסודי התורה בילדינג איז די נידריגע , ווי די סיין לויפט נאר אדורך, ס'האט מיר טאקע נישט געדענקט אז יסודי התורה זאל האבן די בילדינגס
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:16 pm יא יא, שטעלט זיך ארויס די גראבע שקר פון די קלארע בילדער פון אט די ביטערע מציאות.
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2026 3:05 am למעשה וואס איז געבליבן איז געווען א טמאנע פאן אויף א מוסד אדער נישט
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 04, 2026 8:45 pm איך האב געזען בילדער, אבער איך ווייס נישט אויב די בילדער זענען טאקע פון די מוסד, און אויב יא צו עס איז זיי אדער פשוט גענוצט די וואנט פון זייער בנין וכו’.
באקוועמער אידל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2026 11:49 am פון וואס מען זעט אויפן פיקטשער קוקט אויס קלאר אז נישט.
באקוועמער אידל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 1:57 pm די אלע פענער זענען "נישט" געהאנגען 'נאר' אויפן שטח וואס באלאנגט פאר יסודי התורה, (און אפשר בכלל נישט) און נישט אויף קיין שום נאר אויך אויף פרעמדע בילדינגס.

דאס זעט מען קלאר אויפן פיקטשער.
totty האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:24 am למעשה האב איך יעצט אנגערופן א ערליכע דיין פון לאנדאן וואס קען די נושא און כאטש וואס ער האט בכלל נישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה דא האט ער ממש נישט אויפגעהערט לאכן אז סאיז זיכער א דמיון גדול און ער הייסט מיר אריבער גיין אהין קוקן צי מזעהט עפעס
יעצט איז שוין יעדער מודה נישט במקצת נאר אינגאנצן, אז די פאקטן און די מציאות הדברים וואס זענען געווען באריכטעט זענען 100% אמת,

און עס שטעלט זיך יעצט ארויס צו וויפלטן מאל אז די 'דורותינו' באריכטן זענען ווי אייביג גאר קראנט און אמת'דיג.

ויסכר פי = עס זענען געווארן פארשטאפט די מיילער, דוברי שקר = פון די אלע וואס האבן פרובירט איינצורעדן זייערע שקרים און פאנטאזיעס.
נאך א פשט איז,
ויסכר פי = עס זענען געווארן פארשטאפט די מיילער, דוברי שקר = פון די אלע וואס האבן געשריגן אז די באריכטן פון דורותינו וכו' זענען שקר.

און דאס איז נישט דאס ערשטע מאל, און הגם עס קען נעמען א שטיקל צייט, טוט צום סוף זיך קריסטאליזירן דער אמת.

און פונקט אזויווי מען האלט שוין ב"ה יעצט אז דער חלק 'המציאות הדברים' האט זיך שוין קריסטאליזירט, וועט אויך די איבריגע קליינע שרייפל וואס מען פרובירט נאך ארומחושען, וועט זיך אויך אויסקלארן, צי די היימישע פרוי וואס האט דאס 'באשטעלט אויף עמעזאן' האט טאקע גארנישט געוואוסט וואס די סימבאלן טוען מיינען...

נ.ב. איך האף אז איר האט שוין איבערגעגעבן פארן ערליכן דיין, אז די מעשה איז גארנישט געווען קיין דמיון, נאר א ווירקליכע פאסירונג וואס האט ליידער פאסירט...
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 300

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד און איבער די מערכה דערקעגן

פאוסט דורך ויצא »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:04 pm

די איינצגסטע זאך וואס שטעלט זיך ארוס קלאר איז אז אנשטאט איר מיט דורותינו זאל טוהן וואס איר זענט מחויב על פי תורה צו טוהן און דן זיין לכף זכות יודן שומרי תורה ומצות האט איר געטוהן פארקערט און ליידער חושד געווען יודן בכשרים. ס'איז צום האפען אז וילמדו תועים בינה און מער נישט חושד זיין בכשרים און פירען מערכות "נאר" על פי תורה
שרייב פאוסט