די קאורט אוו אפיעלס פסק אויף וואס די קעיס "כאפט זיך ארויף" איז די CFE קאורט אוו אפיעלס פסק פון יארן פריער וואס "דארט" איז אויסגעשמועסט געווארן די רעכטן אדער חיוב הלימודים אין די קאנסטיטושען.פארטריבן האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 10:17 pmאון איך זאג אז איר האט ניטאמאל א 'נאנטן בליק'.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:07 pmוואו זאגט יענער: "דער רבי האט געהאט א ווייטן בליק"► Show Spoiler
דורותינו האט שוין פ' נח -עטליכע וואכן נאכן פיילן די קעיס- פאראויס געזעהן אז פ' חיי שרה גייען זיי זיך דארפן יאגן מיט א שנעלער באריכט, און באריכטעט דעם 'קאורט אוו אפיעלס' ליגנט מיט גענויע פונקטליכע נישט געשטויגענע דעטאלן, און די שוידערליכע קאנסעקווענצן נאך וואס לעגאלע עקספערטן האבן געטוהן אנצייגן די שווערע און טיפע נאכווייען פונעם לעצטן פערל'ס געריכטליכע אנקלאגע אינעם קאורט אף אפיעלס.
דאס איז א קלאסישער דורותינו ביישפיל.
און יא מיין פריינט, דאס קומט פאר יעדע איינציגע וואך.
אדרבה כאפט א 'נאנטן בליק' אין דעם שטיקל פונעם רעבעלל קלאגע וואס ער איז מעתיק פונעם קאורט אף אפיעלס פסק [געווינס...] וואס שמעלצט צוזאם די קאנסטיטוציע פארלאנגען פון סאונד בעסיק עדיוקעשאן אז דאס גייט ביינעזאם מיט אלע עדיוקעשאן געזעצן אריינגערעכנט די סאבסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ.
דערנאך געבט א 'נאנטן בליק' רוהיגערהייט וואס עס שטייט אינעם דורותינו ארטיקל פר' נח וואס איר האט מעתיק געווען (וואס באציהט זיך אויף דעם שטיקל פונעם רעבעלל קלאגע), און זייט מסביר פארן עולם וואס פונקטליך איז די ליגנט און נישט געשטויגענע דעטאלן וואס שטייט אין דורותינו....
דאס איז טאקע א ריכטיגע סימבאל פון דורותינו שקרים... וואס קומט פאר יעדע וואך..... (איר האט נאר פשוט נישט קיין צייט צו אויפווייזן יעדע וואך אלע שקרים.....)
אינטערעסאנט נאר אז עס איז דא א גליון וואס קומט שוין ארויס איבער 2 יאר (ב"ה כולן שווין לטובה) און עס איז [לשיטתכם] יעדע איינציגע וואך פול מיט שקרים און דורכאויס פאלש און באטריגעריש, דאך נעמט איר זיך אראפ פון אייער גאר פארנומענע צייט צו אדורך ליינען בעיון גדול יעדע איינציגע גליון מדאשקע לדאשקע, אזש אז איר געדענקט אויסנווייניג יעדן ארטיקל וואס זיי שרייבן.....
זעהט אויס אז עפעס אן אמת איז נאך דא דארט וואס ציהט אייך ווי א מאגנעט צו ליינען יעדעס ווארט, ארויסקוקנדיג מיט האפענונג אפשר וועט זיך פארווארפן עפעס א ווארט וואס מען וועט קענען אויפבלאזן אלץ א שקר....
און אויב מען רעדט שוין יא פון די שרעקליכע דורותינו שקרים פון יעדע וואך.... איז אינטערסאנט צו דערמאנען דעם עולם ווי דער 'אמת'דיגער תורתינו' וואס האט אויפגעדעקט די אלע בלאף פון דורותינו, איז נעבעך זייער שנעל אונטערגעגאנגען, און ווידער דער 'שקר'דיגער דורותינו' האלט שוין ביי איבער 100 גליונות וואך איין וואך אויס.
מען זעהט ב"ה בחוש אז די ווערטער פון חז"ל 'קושטא קאי שיקרא לא קאי' זענען חי וקיים...
דורותינו נח.jpg
REBELL COMPLAINT - COURT OF APPEALS.jpg
דיין צוגעברענגטע אטטעטשמעט זאגט אז די פערלס פסק ציטירט אויך דעם CFE פסק ווי עס איז אויסגעשמועסט די רעכטן אדער חיוב הלימודים אין די קאנסטיטושען. (און איז צוגעברענגט בלויז כלפי אז די קאנסטיטושען איז מחייב יעדן)
(יישר כח פאר'ן עס נישט אראפנעמען פון דיין אטעטעשמענט)
און דעריבער איז די אלע איבריגע דעטאלן וואס שטייט דארט איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, די פערלס פסק מאכט נישט קלאר גארנישט, (נישט די חיוב הלימודים איבער סובסטענשטאל עקוויוועלאנט און זיכער נישט איבער די קאנסטיטושען) די פערלס איז זיכער נישט די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס מאכט קלאר וואס עס מיינט, ווען ביז
דעמאלטס איז דער גאנצער נושא געווען פארנעפעלט און אומקלאר, נאכדעם וואס דאס איז קיינמאל נישט געווארן ארויפגעברענגט געווארן אין קיין געריכט וואס דער עדיוקעשאן פונעם ניו יארק קאנסטעטושן מיינט. און אויך נישט די מיטלסטע מאל.
עס איז פשוט קאמיש און לאכעדיג צו זאגן אז די קלאגע אנטקעגן די פעלדער געזעץ און די גיידליינס אז עס איז קעגן די קאנסטיטושען, איז געבויעט אויף דעם אז עס איז דא א פסק וואס זאגט אז די פעלדער געזעץ מיט די גיידליינס איז א חלק פון די קאנסטיטושען...
די דורותינו באריכטן זענען אפענע שקרים, פאלש און באטריגעריש ווי אויך פשוט אוממעגליך.
(בכלל איז די גאנצע וועג ווי דורותינו לייגט אראפ די קלאגע מי תלוי במי, סאונד בעיסיק און סובסטענשאל עקוויוועלענט, וועלכע האלטן די קלעגער איז קלארער פאר זיי און וואס ווילן זיי זאל זיין ווי וואס, לייגט דורותינו אראפ פונקט פארקערט ווי דער מציאות, און ווען מען האט דאס אליין ארויס קומט פון דעם אליין אויטאמאטיש ארויס ווי ליגנעריש און פאלש די באריכטן זענען, און נישט נאר די באריכטן פון די קלאגע נאר אויך רוב אלטע שטותים בנוגע סובסטענשאל עקוויוועלענט, ווערט אפגעפרעגט, קען זיין מען וועט אמאל אנקומען דערצו)