ווען די פאקטן שרייען פאר זיך און מען האט נישט וואס צו ענטפערן אויף די 'קלארע אומאפפרעגבארע פאקטן' (ווי א ליינער האט זיך אויסגעדרוקט), איז זעלבסט פארשטענדליך אז מ'קומט נישט אן צו שרייבן, דאס איז א נארמאלע ערשיינונג ביי זייער אסאך מענטשן, אז ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן קומט מען נישט אן צו שרייבן...
און ווי מען זעהט האט טאקע געדויערט אנדערטהאלבן וואך (כמעט אזוי לאנג ווי עס האט געדויערט די חבלי לידה אפצובאקן די מעשה איבער די 'פעטוועי בריוו' פון פרייטאג און זונטאג) צו קענען צוריקקומען ווארפן נאכאמאל אביסל זאמד אין די אויגן.
און אויב האבן מיר ביז יעצט געמיינט אז מען רעדט דא פון אזעלכע וואס קענען נישט ריכטיג אפליינען קיין דאקומענטן (וואס צייגט זיך איבער יעצט נאכאמאל פון די פרישע דאקומענטן וואס זענען אראפגעברענגט), ווערן מיר געוואויר נאך סאך א גרעסערע חידוש פון די יעצטיגע פרישע געשרייבעכץ, אז ניטאמאל אידיש געשריבענע תגובות ווערן ריכטיג פארשטאנען און אפגעליינט,
אויסער אויב מען האט דאס באמת זייער גוט פארשטאנען, נאר דאס איז געווען מיט א קלארע ציהל כדי צו פרובירן אוועקנעמען פון די אימפעקט וואס אונזערע קלארע ווערטער האבן פאראורזאכט, ברענגענדיג די אלע קלארע דאקומענטן שווארץ אויף ווייס.
איז די איינציגסטע וועג צו פרובירן אוועקנעמען די השפעה, בלייבט נאר אויב מען וועט פשוט פארדרייען אונזערע ווערטער, וואס דער מהלך און סטראטעגיע שטאמט באמת נאך פון די צייטן פון נחש הקדמוני, דהיינו אז מען לייגט צו ווערטער וואס זענען קיינמאל נישט געזאגט געווארן, און דערנאך פרעגט מען אפ די דאזיגע ווערטער, און דאן הייבט מע אן שרייען זעהסט אז די צוגעלייגטע (וואס מען האט אליין מוסיף געווען) איז פאלש און באטריגעריש, איז דאך די גאנצע זאך שקר.
וזה דרכו כסל למו, צו פאדרייען דעם צד שכנגד'ס ווערטער, און דערנאך מאכן אזא גאנצן קוגל און א מישמאש, ביז די ליינער ווערן צומישט און כאפן שוין נישט פונקטליך ווער האט געזאגט וואס, דאן קען מען אראפשטעלן אפאר פראגן וואס מאכן דעם אויסזעהן ווי שווערע קשיות, און דערמיט באשולדיגן דעם צד שכנגד אז ער האט געשריבן ליגנט און שקר, אינדערצייט וואס יענער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט און די קשיא הייבט זיך בכלל נישט אן, און ברויך נישט תירוץ און קיין הסבר.
צוליב די אויבנדערמאנטע וועלן מיר זיך יעצט נאך בכלל נישט באציהען אויף די עצם דאקומענטן וואס @מיטב הגיון האט צוגעצייכנט און אראפגעברענגט, און מיר וועלן נאך קודם בכלל נישט מטפל זיין דערמיט צו אויפווייזן ווי נישט ריכטיג ער (אדער זיינע משלחים) האבן דאס אפגעלערנט, און נאך באהאלטענע באטריגערישע כוונות וואס ליגן אין דעם וועג וויאזוי ער האט אראפגעברענגט די דאקומענטן.
ווייל אויב זיין גאנצע אטאקע אויף אונזערע ווערטער, און זיין כלומר'שטע פארענטפערן די אלע זאכן וואס מיר האבן אויפגעוויזן פון קלארע דאקומענטן, הייבט זיך גלייך אן מיט עטליכע גראבע ליגנטס און באשולדיגט אונז מיט ווערטער וואס מיר האבן קיינמאל נישט געשריבן, דעריבער איידער דאס ווערט נישט אויסגעקלארט, איז בכלל נישט אינטערעסאנט זיך מטפל צו זיין מיט די אלע נאכפאלגענדע נארישקייטן און כלומרשטע באווייזן מיט קשיות און הסברים.
ווי יעדער קען זעהן הייבט @מיטב הגיון זיינע ווערטער, מיט די פאלגענדע טענות אויף אונזערע ווערטער, כאילו מיר האבן מחדש געווען 2 ליגנטס וואס אויף האבן מיר געבויעט אלע פאלשקייטן:
מיר וואלטן זייער געוואלט בעטן @מיטב הגיון אדער סיי וועמען פון די ליינער דא, זאל אונז אנצייגן וואו אין אונזערע ווערטער מיר האבן געשריבן און אויפגעבויעט די 2 זאכן וואס ווערן דא אויסגערעכנט.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:16 pm די אלע פאלשקייטן זענען בעיקר געבויעט אויף 2 ליגנדס וואס מען פרובירט אויפצובוען :
1) אז ביז היינט האט מען גארנישט אריינגעטייטשט וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'' און די CFE פסק האט גארנישט געזאגט דערוועגן, און די קלאגע ממש נישט געבויעט אויף די CFE פסק.
2) אז די פערלס פסק האט יעצט צום ערשטן מאל אויסגעטייטשט דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' און געזאגט (לכאורה) אז עס מיינט עפעס געוויסע לימודים, וואס מען האט יעצט צום ערשטן מאל אריינגעלייגט אין דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און דאס שטייט אין די קלאגע און אויף דעם כאפן זיי זיך ארויף
ווייל ווילאנג מען זעהט אין ערגעץ נישט אז מיר האבן זאלן דאס בכלל האבן געשריבן, איז אשאד יעדע סעקונדע ווייטער צו מתווכח זיין דא.
דעריבער פארלאנגן מיר פון @מיטב הגיון צו אנצייגן פונקטליך ווי מיר האבן געשריבן די 2 זאכן, און נאר אויב דאס וועט זיך ארויסשטעלן אלץ ריכטיג, דאן וועלן מיר ווייטער ממשיך זיין בעז"ה.