אן אנגעבן וואס די סיבה איז געווען איז נישט שייך צו קאמענטן דערויף. איך האלט קלאר אז צואיילן האט א פשט אין געוויסע פעלער. אבער פון ווארטן מער ווי צוויי וואכן (אדער לויט געוויסע מחמירים מער ווי איין וואך) ווערט נישט געבוירן קיין קינדער פאר די חברה קדישא.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:00 pm העמיר דערציילן א מעשה וואס כ'האב "היינט" געהערט, גאר גאר קראנט, פארגעקומען 3 חדשים צוריק.
א קרוב מיינער האט דער דאקטאר געהייסן צואיילן צוליב א געוויסע חשש. די פרוי האט געפרעגט איר דיין, אזא וואס זי האט אויסגעוועלט כמובן לצורך התשובה, און ער האט טאקע געענטפערט מ'זאל נישט צואיילן.
ווען מ'איז שוין אנגעקומען אין שפיטאל האט דער דאקטאר געזאגט אז יעצט איז שוין זייער מסוכן און מען מוז עס מאכן דורך א פראצעדור וכו', נישט נאטורליך. די פרוי אינאיינעם מיט איר "דולא" (די נייע אנשיקעניש וואס זענען עפ"י רוב פון יענע חברה) האבן זיך געבעטן ברחמים אז זיי נעמען עס אויף זיך, ער זאל איינשטעלן און עס מאכן אן א פראצעדור.
ער האט נאכגעגעבן זייער געבעט, אויף זייער אחריות, וכך הוה, עס איז געברוין געווארן א קינד פאר די חברה קדישא, תנצב"ה.
"געזונטע” רוצחים!
Re: "געזונטע” רוצחים!
Re: "געזונטע” רוצחים!
וואס א חילוק, למעשה קען מען בלעימען די שפיטאל סיסטעם ווייל סוכ"ס איז דארט געשען די אומגליק.
Re: "געזונטע” רוצחים!
מסכים צו טון קעגן הלכה?
פרעכע דיבורים!
רבנים הייסן צואיילן ווען דעת תורה זאגט אז מ'דארף!
Re: "געזונטע” רוצחים!
וואס הייסט צוליב שפיטאל פראצעדורן? מיין אשת חיל האט געהאט אזא עמערדזשענסי, ליטערלי פון איין רגע אויפן צווייטן. ווען נישט זי איז אין שפיטאל מיט די קעיר וואס מען האט געדארפט, וויל איך נישט טראכטן. איך באקום טשילס ווען איך דערמאן זיך דערפון.Who knows האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:38 pmקענסט אוישמועסן די פרטים דערפון? איינע פון די אפטע זאכן איז אז די הארט רעיט האט געדראפט, אן "אנגענומענע" סייד עפעקט פון די אלע פראצעדורן פון שפיטאל.Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:35 pm
איינעמ'ס לייק האט מיר אהערגעפירט און איך האב געזען אז איך האב נאכנישט געענטפערט, וועל איך יעצט ענטפערן: איך אליין האב צוויי גאר נאנטע משפחה מיטגלידער, פון די ז' קרובים פאר מיר אדער מיין ווייב, וואס ביי ביידע האט פאסירט זאכן בשעת געבורט - זאכן וואס קיין שום אבזערוואציע פאר דעם וואלט עס נישט געקענט אויפדעקן ווייל זיי געשעען בשעת'ן געבורט פון איין סעקונדע אויף די צווייטע אן גארנישט פריער - וואס ווען זיי זענען ווען נישט אין שפיטאל וואלטן נישט די מאמע און נישט דאס קינד איבערגעלעבט. דאס איז בלויז פון מיין ענגע קרייז פון גאר גאר נאנטע משפחה, האט זיך געמאכט זאכן וואס מאכן אויס צווישן לעבן און טויט ממש. ווילסטו מיר זאגן אז א מידווייף וואס האט שוין דורכגעפירט שווערער הונדערטער געבורטן האט נאר איין פאל ווי זי האט בכלל געדארפט אריינפירן אין שפיטאל אפילו פאר ספק?
איך ווידערהאל: א מידווייף מיט 30 יאר עקספיריענס וואס האט נאר איינמאל אריינגעפירט אין שפיטאל איז אדער ארבעטסלאז אדער א רוצח'טע.
מיין נאנטע קרוב (שוין דערמאנט די מעשה) האט כמעט פארלוירן א קינד צוליב א היים געבורט וואס איז געגאנגען שלעכט! דאס קינד איז געליגען אין א פריזער (אויב דו ווייסט וואס עס מיינט) פאר וואכן!
וואס האקסטו אין קאפ מיט דמיונות?? שפיטאל פראצעדורן? וואס נאך?
Re: "געזונטע” רוצחים!
הגאון ר' יחזקאל ווייס האט א תשובה צו הגאון בעל נטעי גבריאל (געדריקט אין נטעי גבריאל) אז האבן א דולא פארמינערט ריזיקעס און א דולא מעג אריינפארן אין שפיטאל שב"ק.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:00 pm די פרוי אינאיינעם מיט איר "דולא" (די נייע אנשיקעניש וואס זענען עפ"י רוב פון יענע חברה) האבן זיך געבעטן ברחמים אז זיי נעמען עס אויף זיך, ער זאל איינשטעלן און עס מאכן אן א פראצעדור.
Re: "געזונטע” רוצחים!
זייער קלאר. איין הגה האב איך געמאכט
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: "געזונטע” רוצחים!
וואס זאגסטו דא?

ער פרעגט פארוואס איך זאג אז שפיטאל פראצעדורן קענען גורם זיין א הארט רעיט דראפ, האב איך צוגעצייכענט ווי איך האב אויסגערעכנט וועלכע פראצעדורן קענען עס גורם זיין.אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 2:18 pmוואס זאגסטו דא?
Re: "געזונטע” רוצחים!
יישר כח
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: "געזונטע” רוצחים!
עס האט געהאט א פאקטישע סיבה וואס האט עס געטריגערט און נישט קיין עפידורעל.
און ביי מיין נאנטע משפחה מיטגליד איז דאס זיכער נישט געווען קיין סיבה. ס׳איז דאך געווען א הונדערט פראצענט נאטורליכע געבורט, ביז די רשעות׳דיגע הצלה לייט (פשוטו כמשמעו..) האבן געכאפט דאס קינד און געלאפן.
ס׳איז א געהעריגע גייסטישע דעזיז.
Re: "געזונטע” רוצחים!
The devil is in the details, דו זאגסט אז די סיבה איז נישט געווען עפידורעל, אבער דו זאגטס נישט וואס יא. אז דו וועסט זאגן וועל איך דיר קענען ענטפערן פארוואס איך בין נישט באזארגט דערוועגן.בן מלך האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 8:57 pm עס האט געהאט א פאקטישע סיבה וואס האט עס געטריגערט און נישט קיין עפידורעל.
און ביי מיין נאנטע משפחה מיטגליד איז דאס זיכער נישט געווען קיין סיבה. ס׳איז דאך געווען א הונדערט פראצענט נאטורליכע געבורט, ביז די רשעות׳דיגע הצלה לייט (פשוטו כמשמעו..) האבן געכאפט דאס קינד און געלאפן.
די זעלבע ביי די מעשה וואס דו פארציילסט, איך ווייס נישט די דיטעילס און איך קען נישט ענטפערן אויף האלבע מעשיות. עס איז אויך דא א מעגליכקייט אז יענע מידווייף איז טאקע אומ'אחריות'דיג אבער פון א מעשה מיט פארשלייערטע פרטים קען מען גארנישט בויען.
-
טיש און בענקל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 24
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:44 pm
- x 37
Re: "געזונטע” רוצחים!
אינטערסאנט אז געוויסע מענטשן קענען נישט ענטפערן אויף האלבע מעשיות, אינדערצייט וואס זיי ספעצעלזירן זיך אין באקן גאנצע מעשיות...
-
שטארקע אור
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 37
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:32 pm
- x 61
Re: "געזונטע” רוצחים!
אינטערעסאנט פארוואס מען מוז ענטפערן קרום ווען איינער ענטפערט זייער נארמאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8376
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20249
Re: "געזונטע” רוצחים!
- ראובי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 191
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
- Location: קרית יואל
- x 213
Re: "געזונטע” רוצחים!
תולדות אברהם יצחק רבי וואלט קיינמאל נישט מסכים געווען אז איינער זאל עס טוהן אויב עס וואלט געווען א סכנה. (אגב נישט יעדער וואס בעט אים רשות באקומט רשות)
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8376
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20249
Re: "געזונטע” רוצחים!
היינט אינדערפרי האט מיר איינער דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט ערשטע האנט, א שוידער פון א מעשה, וואס האט נארוואס פאסירט. פחדים.
איך נעם נישט קיין אחריות אז דאס איז א שלימות, ס'קען זיין אז ס'פעלט פרטים וואס קענען עפעס צוגעבן, אדרבה אויב איינער "ווייסט" אז עפעס פעלט זאל ער אריינפילן. (איין חלק לאז איך אליינס אויס, צוליב די הייקלקייט, און ס'מאכט נישט אויס אסאך צו די עצם מעשה).
ומעשה שהי' כך הי':
א קינד איז געבוירן געווארן למז"ט לעצטע יאר זומער. אפאר חדשים שפעטער איז געווען א מעשה, אז דאס קינד האט זיך מיאוס אפגעבריהט אויף א גאר שווער פארנעם רח"ל. כמובן האט מען גערופן הצלה, און ווי אלעמאל ווען עס קומט צו בריען ל"ע איז רעקאמאנדירט צו גיין צו א געוויסע גרופע אינגעלייט וואס טוען אין די נושא פון בריען, מיט אסאך הצלחה, מער ווי דזשענעראל דאקטוירים וואס זענען נישט דוקא באקאנט מיט היילן בריען ספעציפיש אויף אזא פארנעם ווי זיי (איך האב שוין אליינס געהאט - נישט מער געדאכט - א גוטע עקספיריענס ב"ה מיט א קינד).
זייענדיג אבער א גאר שווערע ברי, האט מען אים גע'עצה'ט צו פארן פון ק"י קיין וומסב"ג וואס דארט וואוינט איינער וואס איז די גרעסטע אין די ליין. אנקומענדיג צו יענעם איד האט ער געזאגט אז דער ברי איז שרעקעדיג, ער קען עס נישט נעמען אויף זיך בשו"א, דאס דארף א געהעריגע דאקטאר. אז ער האט א דאקטאר וואס נעמט קעיר, קען ער צולייגן זיינע קריעמס וכו'.
וואס טוט מען דא? האט איינער געגעבן א גוטע עצה, אז דא אין וומסב"ג איז דא א גרויסע דאקטאר, וואס האט ברייטע פלייצעס, (למשל... כמובן... ער גיט צעטלעך פאר ווער ס'וויל נישט נעמען וואקסינען...), און ער ריזיקירט צו נעמען אויף זיך אפילו קעיסעס וואס באלאנגען אין שפיטאל. איז מען געגאנגען צו אים, און ער זאגט נאו פראבלעם, גיי צו יענעם זאל באשמירן דאס קינד אויף מיין אחריות, און אלעס איז פיין.
אפאר טעג שפעטער האבן די עלטערן געזען אז דאס קינד אטעמט ממש שווער, און רעדט פאני, זיי זענען געווארן דערשראקן, און אריינגעפארן אין שטאט אריין צו יענעם דאקטאר, ער קוקט אן דאס קינד און זאגט "ס'איז גוט, די קינד וועט זיך אויסרוען ביז אינדערפרי און וועט אויפשטיין אקעי מיט א גוטע אטעם".
די עלטערן זענען אהיימגעפארן, וכך לא הוה, ליידער. דאס קינד האט זיך אויסגערוהט אויפדערנאכט, אזש ביז צו די אייביגע רוה, און מער נישט אויפגעשטאנען. צוריקגעגעבן די נשמה צום אויבערשטן צום ערשיטערונג און שאק פון אלעמען.
דער צובראכענער טאטע איז זייער ביטער פארווייטאגט וועגן די עצה געבערס, אבער ליידער קען איך נאך ענליכע מעשיות. ה"י רח"ל.
ממילא, ווען מען זוכט א דאקטאר וואס האט ברייטע פלייצעס, נאטורליך געשטימט בלא בלא, זאל מען זיין זייער געווארנט אז ברייטע פלייצעס קען מיינען צו ברייט. אפילו ווען אלע פרענדס ווייסן פאר זיכער אז יענער איז מעכטיג און ריזיג.
איך שרייב עס לתועלת, ויה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידי.

- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: "געזונטע” רוצחים!
הצלה האט געטראגן צו יענעם דאקטער?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:43 pm היינט אינדערפרי האט מיר איינער דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט ערשטע האנט, א שוידער פון א מעשה, וואס האט נארוואס פאסירט. פחדים.
איך נעם נישט קיין אחריות אז דאס איז א שלימות, ס'קען זיין אז ס'פעלט פרטים וואס קענען עפעס צוגעבן, אדרבה אויב איינער "ווייסט" אז עפעס פעלט זאל ער אריינפילן. (איין חלק לאז איך אליינס אויס, צוליב די הייקלקייט, און ס'מאכט נישט אויס אסאך צו די עצם מעשה).
וואס האט דער מענטש געלייגט אין זיינע זאלבן וואס האט ממש אומגעברענגט דאס קינד?
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8376
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20249
Re: "געזונטע” רוצחים!
1) הצלה האט אים נישט געטראגן אין ערגעץ. ער איז געגאנגען צו יענעם איד און יענער האט געהייסן גיין צו א דאקטאר וכו'.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:57 pmהצלה האט געטראגן צו יענעם דאקטער?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:43 pm היינט אינדערפרי האט מיר איינער דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט ערשטע האנט, א שוידער פון א מעשה, וואס האט נארוואס פאסירט. פחדים.
איך נעם נישט קיין אחריות אז דאס איז א שלימות, ס'קען זיין אז ס'פעלט פרטים וואס קענען עפעס צוגעבן, אדרבה אויב איינער "ווייסט" אז עפעס פעלט זאל ער אריינפילן. (איין חלק לאז איך אליינס אויס, צוליב די הייקלקייט, און ס'מאכט נישט אויס אסאך צו די עצם מעשה).
וואס האט דער מענטש געלייגט אין זיינע זאלבן וואס האט ממש אומגעברענגט דאס קינד?
2) דאס קינד איז נישט אוועק פון קיין זאלבן, נאר פון ווערן ביטער קראנק ל"ע פון די יסורים און נישט אנקומען אין שפיטאל פאר באהאנדלונג. (ס'איז געווען נישט סתם א ברי, נאר אויפ'ן גאנצן גוף אויף א שרעקליכע אופן).
Re: "געזונטע” רוצחים!
דאס מיינט אז די ביסט דריטע האנט?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:43 pm היינט אינדערפרי האט מיר איינער דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט ערשטע האנט, א שוידער פון א מעשה, וואס האט נארוואס פאסירט. פחדים.
► Show Spoiler
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8376
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20249
Re: "געזונטע” רוצחים!
יא.טיפע טאשן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:50 pmדאס מיינט אז די ביסט דריטע האנט?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:43 pm היינט אינדערפרי האט מיר איינער דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט ערשטע האנט, א שוידער פון א מעשה, וואס האט נארוואס פאסירט. פחדים.
► Show Spoiler
-
הבוחר בתורה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 148
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
- Location: קרית באבוב45
- x 173
Re: "געזונטע” רוצחים!
מען גייט נישט אוועק פון די זאלבן און נישט פון די יסורים.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:01 pm1) הצלה האט אים נישט געטראגן אין ערגעץ. ער איז געגאנגען צו יענעם איד און יענער האט געהייסן גיין צו א דאקטאר וכו'.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:57 pmהצלה האט געטראגן צו יענעם דאקטער?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:43 pm היינט אינדערפרי האט מיר איינער דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט ערשטע האנט, א שוידער פון א מעשה, וואס האט נארוואס פאסירט. פחדים.
איך נעם נישט קיין אחריות אז דאס איז א שלימות, ס'קען זיין אז ס'פעלט פרטים וואס קענען עפעס צוגעבן, אדרבה אויב איינער "ווייסט" אז עפעס פעלט זאל ער אריינפילן. (איין חלק לאז איך אליינס אויס, צוליב די הייקלקייט, און ס'מאכט נישט אויס אסאך צו די עצם מעשה).
וואס האט דער מענטש געלייגט אין זיינע זאלבן וואס האט ממש אומגעברענגט דאס קינד?
2) דאס קינד איז נישט אוועק פון קיין זאלבן, נאר פון ווערן ביטער קראנק ל"ע פון די יסורים און נישט אנקומען אין שפיטאל פאר באהאנדלונג. (ס'איז געווען נישט סתם א ברי, נאר אויפ'ן גאנצן גוף אויף א שרעקליכע אופן).
די סכנה פון בריען, ספעציעל דריטע גראד, איז אז די מענטש האט נישט קיין הויט, ממילא קען אלע באקטעריעס וועלכע דרייען זיך אויפן וועלט אריינבאקומען אין מינוטן אינעם קערפער און גורם זיין שווערע אינפעקציעס ווי אויך סעפסי''ס רח''ל. דאס קען געשען סיי אין שפיטאל און סיי ווען מען ניצט די אלטערנעטיווע מהלך. ווי אויך קען מען גאר שנעל פארלירן די פלואיד'ס פונעם גוף און ווערן שנעל דיהיידערעיטעט רח''ל.
נארמאל ווען מען גייט און שפיטאל אדער ווען מען נוצט איינער מיט ערפארונג מיט די ארץ ישראל'דיגע מהלך, וועלן זיי זיכער מאכן אז עס ווערט נישט קיין אינפעקציעס.
ווידער אויב מען ניצט ביי א גאר ערנסטע בריה איינעם אן ערפארונג קען מען זיך שפילן מיטן לעבן רח''ל.
פונקט ווי נישט יעדער וועלכע האט זיך געלערנט ערשטע הילף קען ראטעווען א מענטש מיט א הארץ אטאקע, די זעלבע דארף מען וויסן אז נישט יעדער וואס קען לייגן ביי קליינע בריען די זאלבן, קען אויכעט קעיר נעמען פון לעבנס געפארפולע סיריעס בריען.
-
העלאו בעלאו
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 180
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
- Location: Brooklyn
- x 349
Re: "געזונטע” רוצחים!
אז מען רעדט שוין פון די זאלבן קען איינער מסביר זיין פארוואס דאס איז נישט עפראווד ביי עף די עי און זאל ווערן געהעריג גענוצט אין שפיטאל? עס איז דאך פי כמה בעסער פון וואס די שפיטאל?
-
הבוחר בתורה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 148
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
- Location: קרית באבוב45
- x 173
Re: "געזונטע” רוצחים!
עס נעמט יארן, לכאורה וועט עס זיין אין 20 יאר ארום עפראווט....העלאו בעלאו האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:31 pm אז מען רעדט שוין פון די זאלבן קען איינער מסביר זיין פארוואס דאס איז נישט עפראווד ביי עף די עי און זאל ווערן געהעריג גענוצט אין שפיטאל? עס איז דאך פי כמה בעסער פון וואס די שפיטאל?
קודם דארף מען שטודיעס אויב עס ארבעט, נאכדעם וואס זענען די לאנג טערמינונגע סייד עפעקטס וכו וכו