אן אנגעבן וואס די סיבה איז געווען איז נישט שייך צו קאמענטן דערויף. איך האלט קלאר אז צואיילן האט א פשט אין געוויסע פעלער. אבער פון ווארטן מער ווי צוויי וואכן (אדער לויט געוויסע מחמירים מער ווי איין וואך) ווערט נישט געבוירן קיין קינדער פאר די חברה קדישא.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:00 pm העמיר דערציילן א מעשה וואס כ'האב "היינט" געהערט, גאר גאר קראנט, פארגעקומען 3 חדשים צוריק.
א קרוב מיינער האט דער דאקטאר געהייסן צואיילן צוליב א געוויסע חשש. די פרוי האט געפרעגט איר דיין, אזא וואס זי האט אויסגעוועלט כמובן לצורך התשובה, און ער האט טאקע געענטפערט מ'זאל נישט צואיילן.
ווען מ'איז שוין אנגעקומען אין שפיטאל האט דער דאקטאר געזאגט אז יעצט איז שוין זייער מסוכן און מען מוז עס מאכן דורך א פראצעדור וכו', נישט נאטורליך. די פרוי אינאיינעם מיט איר "דולא" (די נייע אנשיקעניש וואס זענען עפ"י רוב פון יענע חברה) האבן זיך געבעטן ברחמים אז זיי נעמען עס אויף זיך, ער זאל איינשטעלן און עס מאכן אן א פראצעדור.
ער האט נאכגעגעבן זייער געבעט, אויף זייער אחריות, וכך הוה, עס איז געברוין געווארן א קינד פאר די חברה קדישא, תנצב"ה.
"געזונטע” רוצחים!
Re: "געזונטע” רוצחים!
Re: "געזונטע” רוצחים!
וואס א חילוק, למעשה קען מען בלעימען די שפיטאל סיסטעם ווייל סוכ"ס איז דארט געשען די אומגליק.
Re: "געזונטע” רוצחים!
מסכים צו טון קעגן הלכה?
פרעכע דיבורים!
רבנים הייסן צואיילן ווען דעת תורה זאגט אז מ'דארף!
Re: "געזונטע” רוצחים!
וואס הייסט צוליב שפיטאל פראצעדורן? מיין אשת חיל האט געהאט אזא עמערדזשענסי, ליטערלי פון איין רגע אויפן צווייטן. ווען נישט זי איז אין שפיטאל מיט די קעיר וואס מען האט געדארפט, וויל איך נישט טראכטן. איך באקום טשילס ווען איך דערמאן זיך דערפון.Who knows האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:38 pmקענסט אוישמועסן די פרטים דערפון? איינע פון די אפטע זאכן איז אז די הארט רעיט האט געדראפט, אן "אנגענומענע" סייד עפעקט פון די אלע פראצעדורן פון שפיטאל.Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:35 pm
איינעמ'ס לייק האט מיר אהערגעפירט און איך האב געזען אז איך האב נאכנישט געענטפערט, וועל איך יעצט ענטפערן: איך אליין האב צוויי גאר נאנטע משפחה מיטגלידער, פון די ז' קרובים פאר מיר אדער מיין ווייב, וואס ביי ביידע האט פאסירט זאכן בשעת געבורט - זאכן וואס קיין שום אבזערוואציע פאר דעם וואלט עס נישט געקענט אויפדעקן ווייל זיי געשעען בשעת'ן געבורט פון איין סעקונדע אויף די צווייטע אן גארנישט פריער - וואס ווען זיי זענען ווען נישט אין שפיטאל וואלטן נישט די מאמע און נישט דאס קינד איבערגעלעבט. דאס איז בלויז פון מיין ענגע קרייז פון גאר גאר נאנטע משפחה, האט זיך געמאכט זאכן וואס מאכן אויס צווישן לעבן און טויט ממש. ווילסטו מיר זאגן אז א מידווייף וואס האט שוין דורכגעפירט שווערער הונדערטער געבורטן האט נאר איין פאל ווי זי האט בכלל געדארפט אריינפירן אין שפיטאל אפילו פאר ספק?
איך ווידערהאל: א מידווייף מיט 30 יאר עקספיריענס וואס האט נאר איינמאל אריינגעפירט אין שפיטאל איז אדער ארבעטסלאז אדער א רוצח'טע.
מיין נאנטע קרוב (שוין דערמאנט די מעשה) האט כמעט פארלוירן א קינד צוליב א היים געבורט וואס איז געגאנגען שלעכט! דאס קינד איז געליגען אין א פריזער (אויב דו ווייסט וואס עס מיינט) פאר וואכן!
וואס האקסטו אין קאפ מיט דמיונות?? שפיטאל פראצעדורן? וואס נאך?
Re: "געזונטע” רוצחים!
הגאון ר' יחזקאל ווייס האט א תשובה צו הגאון בעל נטעי גבריאל (געדריקט אין נטעי גבריאל) אז האבן א דולא פארמינערט ריזיקעס און א דולא מעג אריינפארן אין שפיטאל שב"ק.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 19, 2025 3:00 pm די פרוי אינאיינעם מיט איר "דולא" (די נייע אנשיקעניש וואס זענען עפ"י רוב פון יענע חברה) האבן זיך געבעטן ברחמים אז זיי נעמען עס אויף זיך, ער זאל איינשטעלן און עס מאכן אן א פראצעדור.
Re: "געזונטע” רוצחים!
זייער קלאר. איין הגה האב איך געמאכט
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: "געזונטע” רוצחים!
וואס זאגסטו דא?
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: "געזונטע” רוצחים!
ער פרעגט פארוואס איך זאג אז שפיטאל פראצעדורן קענען גורם זיין א הארט רעיט דראפ, האב איך צוגעצייכענט ווי איך האב אויסגערעכנט וועלכע פראצעדורן קענען עס גורם זיין.אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 2:18 pmוואס זאגסטו דא?
Re: "געזונטע” רוצחים!
יישר כח
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: "געזונטע” רוצחים!
עס האט געהאט א פאקטישע סיבה וואס האט עס געטריגערט און נישט קיין עפידורעל.
און ביי מיין נאנטע משפחה מיטגליד איז דאס זיכער נישט געווען קיין סיבה. ס׳איז דאך געווען א הונדערט פראצענט נאטורליכע געבורט, ביז די רשעות׳דיגע הצלה לייט (פשוטו כמשמעו..) האבן געכאפט דאס קינד און געלאפן.
ס׳איז א געהעריגע גייסטישע דעזיז.
Re: "געזונטע” רוצחים!
The devil is in the details, דו זאגסט אז די סיבה איז נישט געווען עפידורעל, אבער דו זאגטס נישט וואס יא. אז דו וועסט זאגן וועל איך דיר קענען ענטפערן פארוואס איך בין נישט באזארגט דערוועגן.בן מלך האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 8:57 pm עס האט געהאט א פאקטישע סיבה וואס האט עס געטריגערט און נישט קיין עפידורעל.
און ביי מיין נאנטע משפחה מיטגליד איז דאס זיכער נישט געווען קיין סיבה. ס׳איז דאך געווען א הונדערט פראצענט נאטורליכע געבורט, ביז די רשעות׳דיגע הצלה לייט (פשוטו כמשמעו..) האבן געכאפט דאס קינד און געלאפן.
די זעלבע ביי די מעשה וואס דו פארציילסט, איך ווייס נישט די דיטעילס און איך קען נישט ענטפערן אויף האלבע מעשיות. עס איז אויך דא א מעגליכקייט אז יענע מידווייף איז טאקע אומ'אחריות'דיג אבער פון א מעשה מיט פארשלייערטע פרטים קען מען גארנישט בויען.
-
טיש און בענקל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 20
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:44 pm
- x 29
Re: "געזונטע” רוצחים!
אינטערסאנט אז געוויסע מענטשן קענען נישט ענטפערן אויף האלבע מעשיות, אינדערצייט וואס זיי ספעצעלזירן זיך אין באקן גאנצע מעשיות...
-
שטארקע אור
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 37
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:32 pm
- x 61
Re: "געזונטע” רוצחים!
אינטערעסאנט פארוואס מען מוז ענטפערן קרום ווען איינער ענטפערט זייער נארמאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7781
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18662