סוחר האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 26, 2025 1:58 pm
מיינע צוויי צענט אין די נושא,
קודם קלארצושטעלן אז איך בין א פייערדיגע חסיד פון רבינו מהר"א שליט"א בכל נימי נפשי ומאודי אבער מיין מיינונג איז מיין אייגענע אפשאצונג רעפרעזענטירט נישט קיינעם אויסער מיר אליינס.
ובזה החלי,
בלומינגראוו מיט די עקזיסטינג זאונינג קען מען בויען אפי' מיט די ביז יעצדיגע זאונינג אסטראנאמישע ציפערן פון הייזער, גענוג אויף אויסצוליידיגן אלע היימישע משפחות פון וויליאמסבורג און בארא פארק און עס זאל נאך בלייבן זיך אויסצוברייטערן פאר זייערע קינדער און אייניקלעך... כפי ששמעתי רעדט מען פון איבער 100,000 הייזער וואס מען קען בויען מיט די יעצדיגע זאונינג.
כ'האב געהערט נומערן אויף פארשידענע לאט אייגענטומער וויפל מען קען בויען אין זייערע שטחים אבער היות כ'האב עס נישט באשטעטיגט וועל איך עס לאזן פאר די ווייסערס צו מעלדן אויב זיי ווילן.
עס איז פשוט אז סאטמאר קען נישט אנפילן קיין קליינעם טייל פון וואס עס קען געבויעט ווערן
עס איז אויך פשוט אז ווי מער מענטשן עס האבן חשק צו קומען וואוינען אין די געגענט קען מען בויען מער און שנעלער.
ווי אויך, אויב עס איז דא צופיל ליידיגע דירות פאלן די פרייזן (אזויווי עס איז טאקע געשען) ספעציעל אויב עס איז דא רעדי דירות וואס זענען נישט פארקויפט וועלן די פרייזן פי כמה.
אלזא איז עס פאר די אינטערעסע פון יעדע שטח אייגענטומער אז ווי מער מענטשן זאלן קומען קיין בלומינגראוו. מיט יעדע מענטש מער וואס וויל קומען ווערט די דימענד פילפאכיג גרעסער און די פרייזן וואקסן מיט.
אלזא, פאר זיי איז קנאפ א נפק"מ צו עס איז סאטמאר, סקווער, בעלז, פאפא, וויזניץ, כלל חסידי, ליטא, ספרדים אדער מאדערן ארטאדאקס. א מיקס פון מאנסי וואלט געווען די מערסטע געאייגנט פון א ביזנעס פרעספעקטיוו.
כ'האלט באמת נישט אז זיי האבן גענומען פאר א ציל אינטערצוברענגען קרית יואל אלס סיי וועלכע פאליטישע סיבה און זיי זענען גרייט צו שוויצן און גיסן געלט אז קרית יואל זאל ווערן א מאנסי, נאר פשוט זיי זענען דא פאר ביזנעס און עס "שטערט זיי נישט" אז קרית יואל וועט ליידן דערפון, ווידער אנדערע וועלן ליבערשט אריינשטעקן זייער קאפ אין זאמד און זאגן אז עס וועט נישט שאטן פאר קרית יואל... און עס איז מסתמא אויך דא מענטשן וואס פרייען זיך דערמיט אבער די מערהייט דערפון (פון לאנד אייגענטומער, נישט די הולכי בטל) זענען דא פאר ביזנעס.
יעצט, עס איז דא פון נגידי מהר"א וואס האבן אויך ריזיגע שטחים דארטן אבער וויבאלד זיי זענען סרים למשעתו פונעם מרא דאתרא וועלן זיי נישט שטיפן אזא מציאות כאטש וואס זיי קענען פארדינען דערפון עפרות זהב, ווייל ביי זיי איז דאס אידישקייט וואס איז בעפאר ביזנעס. און בעבר אין קרית יואל גופא האבן זיי אויפגעגעבן אויף "הונדערטער מיליאן" בכדי לעשות רצון צדיק.
אלזא, וויזשניץ איז געווען די ערשטע אויפן ארענע ווייל איינע פון די גרויסע דעוועלעפער זענען פון די ראשי קהילה דארט און ער האט גרינגער געהאט די מעגליכקייט עס צו טון. עס איז ביי מיר ברור אז ער האט נישט און אכט גענומען אז עס וועט זיין א שטער פאר קריך יואל, כאטש וואס נאכדעם וואס מען האט אים עס קלאר געמאכט איז עס אים געווען א שווערע פיל אפצוטרעטן שוין זייענדיג מיט ביידע פיס דערונען ועוד אז ער האט באקומען שטיצע און חיזוק פון אזויגערופענע רבי זכרונה לברכה פאר(ט)רעטער. און דאס וואס האדמו"ר מוויזניץ ווילי האט געטון איז באמת געווען א מסירת נפש פון זיין זייט אבער צו זיין אויפריכטיג, קיין צווייטע ברירה האט ער סייווי נישט געהאט (קענסט שרייען וואס די ווילסט...)
ביי מיר איז ברור כשמש אז די מערכה וואס רבינו שליט"א האט אינטערגענומען איז ריין לויטער לשם שמים נישט געפירט אדער אנגעדרייט דורך קיינעם און די רבי איז גרייט צו גיין דערמיט ביז אויס. וחפץ השם בידו יצליח פונקט ווי ער האט מצליח געווען ביי יעדע אידישקייט מערכה דורך אויס אלע זיינע יארן להעמיד הדת על תילה.
בכל אופן האלטן פארשידענע דעוועלאפערס אז עס איז טאקע פארשטייטערט געווארן מיט עטליכע יאר אבער זיי וועלן נאך אנקומען דערצו היו לא תהי' און אין די מיען טיים פרובירן זיי אויף א שטייטער אופן וואס זיי קענען אינטערן ראדאר אינעם יעציגן מציאות (פארמיידענדיג פנעם פאקט אז הוי זהיר בגחלתן כי גחלתם גחלי אש)
די עומדים בראש פון די יעצדיגע בלומינגראוו'ע פירערשאפ זענען סעפארטעט און געשטעלט און פינאנצירט ביי געוויסע דעוועלאפערס וואס זענען "דא פאר ביזנעס" און מאיזה סיבה שטעלן זיך נישט אפ כאטש וואס עס איז א געפאר פאר קרית יואל, מאיזה סיבה שהיא.
די פינאנצירער פון די יעצדיגע באהערדע איז זיי געווען קריטיש צו האבן שוין יעצט נאך פיר יאר ווייל זיי רעכענען אז מיט יעדע פארבייגייענדע יאר וועט עס גרינגער ווערן און האפן אז אין עטליכע יאר פון יעצט וועט זיין איש כל הישר בעיניו דערפאר האבן זיי נישט געקענט נעמען יעצט קיין שאנס מיט אויפריכטיגע וואלן כאטש וואס עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז זייוואלטן געווינען ביושר. און עס גייט זיי קנאפ אן אז די ציבור ווערט פארווייטאגט ווייל ביזנעס בעפאר פלעזשאר און מען רעדט פון גאר אסאך געלט
עניוועי דאס איז און קורצן... (שטעל זיך שוין פאר וויאזוי די אריכות וואלט אויסגעזען...)
איך וויל קלארשטעלן אז ס'קען זיין אז איך בין נישט גערעכט און כ'שטעל זיך פאר אז געוויסע וועלן ארויסנעמען די ליצנות מיטל ווי איידער רעדן דברים של טעם אבער אויב איינער האט יא וואס מגיב צו זיין דברים של טעם ביטע טעגן ווייל כ'טשערק נישט צופיל אריין אין דעם אשכול וואס איז פיל מיט פוד סטעמפס געניסער וואס האבן נאך קיינמאל נישט געזען קיין 6 ציפערן אין זייער אקאונט אבער האבן מיינונגען און יעדע נושא... (טשולדיגט למפרע)
הצלחה