פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

נייעס אין אונזער קווארטאל
שפאט ביליג
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 4:18 am
x 58

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך שפאט ביליג »

אסרוחג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 2:45 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:55 am ברוך המקדש שמו ברבים!!!

ס'איז נישטא די ווערטער ביי קיינעם אויסצודרוקן התרגשות פון די גרויסע הצלחה. שווערע טויזנטער אידן, יעדער מיט א פאלגזאמע רואיגקייט, פייערדיגע דרשות וואס האבן געשניטן און אנגעווארעמט, און: א פאראייניגטע כח העסקנות אויף א זעלטענעם פארנעם.

אלס איינער וואס האט מיטגעהאלטן במשך די לעצטע טעג, קען איך זאגן אז ס'איז יא היסטאריש "די ערשטע מאל"! אזא עכטע געשמאקע צוזאמענארבעט. איך האב מיטגעהאלטן טעלעפאן קאלס דעם מוצאי שבת ביינאכט/פארטאגס צווישן (יעדער זאל זיך נעמען זיינע טיטלען...): יואל ברמ"ד לאנדא, אייזיק דאסקאל, אהרן יוסל פריעדמאן, ברוך כ"ץ, רבי אברהם יוסף פריעדמאן, חיים שלמה פישער, הג"ר בנציון לאוב, משה שווארץ, הג"ר יעקב בער טייטלבוים מסיגוט, נפתלי משה אינדיג, שמואל מרדכי שטערן, שמשון מיטלמאן, ישכר בעריש לאבין, ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש, ר' ישכר ראזענבערג, ר' משה קליין, הבחור [-] פון ק"י, הבחור [-] פון קווינס, איך קאן אייך גארנישט זאגן וויאזוי דאס האט אויסגעזען!

"די צעטלעך אין קרית יואל הענגען בחורים פון ק"י, קווינס וועט הענגען אין וומסב"ג?"

"לאנדא פליז קאל חיים שלמה בנוגע די בענקלעך, מ'דארף אפשמועסן וועלכע גאס אונזער רבי וועט זיין".

"אקעי קווינס נעמט אלע וומסב"ג עוועוניוס! קרית יואל קען נעמען די פאולס ביי בתי מדרשים?"

"אייזיק, די באסעס פון קרית יואל סקול דיסטריקט זענען מסודר, קאל משה אלי' צו ארלעדיגן אמת און דרכי יושר באסעס".

"נאר 2 בחורים פון קרית יואל זענען אוועילעבל צו קלעבן אין בארא פארק! קווינס קען אפשר אהין שיקן 3 בחורים מיט 4 סטעיפלערס? אקעי מ'גייט"!

"רבי יוסך חיים איז הייזעריג. וועמען נאך קען מען מכבד זיין?"

איך שיס סתם נארישע דוגמאות, אבער עכטע...

און אזוי איז קיין וואונדער אז אזא קידוש השם האט פאסירט. און איבער אלעם טאקע די ווערטער פון הג"ר שבתי קעסטנבוים איבער די מטרה פון א הפגנה, וואס האט אזוי אפגעדונערט און אויסגעקלארט יעדן איבער'ן מטרה און איבער "טף למה באו"! יעדער איז אהיים מיט א שטאלץ שזכה לקדש שם שמים, און אויסצורופן פאר יענעם און פאר זיך אליינס דעם אין לנו חלק ונחלה במדינה של גיהנום!

אשרי העם שככה לו.
שוין, מ'קען שוין אנגרייטן א שיינעם בענקל צו די גרויסע חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל, ס'איז אבאוט טיים
ווער ביזטו/זענען אונז צו אפמאכען וואס מענטשן זאלן טין אין א פריוואטע סכסוך ?
דאכט זיך סאיז דא ירושה, מיט נאך געלט זאכן אין די ווערט פון צענדליגע מיליאנען אדער גאר הונדערטע מיליאנען , סאיז נישט די בענקעל ,סאיז דא א תורה וואס פסק'ענט פאר וועם עס באלאנגט ,אין יעדע קהילה ווי עס איז געווען שלום ,איז מען זיך דורעכגעקומען קודם איבער די געלט זאכן ,און דערנאך געמאכט שלום מיט א בענקעל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

פאוסט דורך Think and Thank »

שפאט ביליג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:13 am אין יעדע קהילה ווי עס איז געווען שלום ,איז מען זיך דורעכגעקומען קודם איבער די געלט זאכן און דערנאך געמאכט שלום

גראדע נישט. אין וויזניץ ב"ב למשל האט מען נאך עד היום נישט געענדיגט צוטיילן די ירושה.

בכלל, ווייז מיר איין פוסק וואס זאגט אז ווען מען האט א געלט סכסוך מיט איינעם דארף מען זיין צוקריגט מיט אים.

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:01 pm אין א דראמאטישע אנטווילקונג טוט זיך אויף טישן אין בענק צווישן די ווענט פון די סאטמאר'ע חצרות הקודש, בעסער געזאגט אונטער די טישן.

ווי עס קוקט יעצט אויס וועט ר' יואל ברמ"ד לאנדא פליען פון סאטמאר מהר"א, און ר' אייזיק דאסקאל וועט פליען פון סאטמאר מהרי"י, צוליב די שרעקליכע געלט שאדנס וואס זיי האבן אנגעמאכט פאר'ן ציבור בכלל און פאר די אפיסעס פון UJO און פון CJC בפרט.

ווי יעדער ווייסט שוין יארן לאנג, און ווי ס'איז שוין געווארן קלאר פאר אלעמען ביי די אונטערערדישע טונעלן שווארץ אויף געיל שחור על גבי צהוב מפיהם ומפי כתבם, איז סאטמאר כהיום אונטער די נעגל פון די מעט קאנסול און די ציוניסטישע פעדערעישן, וועלכע גיסן געלט און האבן דערמיט אלעמען אין טאש, און דערפאר קומט כמעט נישט פאר קיין פראטעסטן נאר ממש מפעם לפעם (א שטייגער ווי בימי רביה"ק זי"ע רח"ל), און ווען מען מאכט שוין יא, רעדט מען גארנישט קעגן די מדינה, יעדע שילד און יעדע דרשה איז אויסגערעכנט מיט שרעקליך פיפיגע טריקס צו באפרידיגן די ציונים ימ"ש.

אצינד זענען געקומען אפאר ראצערס, שלא קרו ולא שנו, און אן פרעגן קיינעם האבן זיי אנגעדרייט א הירוס וחורבן. ביליאנען דאלאר'דיגע טשעקס זענען היינט געקענסלט געווארן פון די דזשואיש פעדעריעשן, און עבירה גוררת עבירה, ס'האלט שוין ביי דעם אז די גאנצע קאמאן קאר פראגראם הונקעט שוין אויך אונטער, אזש ס'איז דא מעגליכקייטן אז די מוסדות גייען אראפנעמען די וואקסינען מאנדאט צוליב די געלט קאטאסטראפע.

די ביליאנען שאדנס זענען אוממעגליך צוריק אנצופילן דורך הנגיד יואלי לאנדא'ס נדבות. דער מצב איז קאטאסטראפאל.

הבו עצה הלום...

העריך זאגן אז מען האט באוויזן צו בארואיגן די פעדערעישאן מיט זיי אנווייזן אז דורך די טריק פון נישט מאכן א סטעידזש האט מען אהערגעשטעלט נישט איינס נאר לכל הפחות דריי אויבנאנס, וואס אויף קיין איינציגסטע אויבנאן איז נישט געווען קיין סיין קעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה, אדער סיינס בכלל! ניטאמאל קלענער ווי די איבריגע ווערטער!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3181

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך הדסים »

קאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 11:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:01 pm אין א דראמאטישע אנטווילקונג טוט זיך אויף טישן אין בענק צווישן די ווענט פון די סאטמאר'ע חצרות הקודש, בעסער געזאגט אונטער די טישן.

ווי עס קוקט יעצט אויס וועט ר' יואל ברמ"ד לאנדא פליען פון סאטמאר מהר"א, און ר' אייזיק דאסקאל וועט פליען פון סאטמאר מהרי"י, צוליב די שרעקליכע געלט שאדנס וואס זיי האבן אנגעמאכט פאר'ן ציבור בכלל און פאר די אפיסעס פון UJO און פון CJC בפרט.

ווי יעדער ווייסט שוין יארן לאנג, און ווי ס'איז שוין געווארן קלאר פאר אלעמען ביי די אונטערערדישע טונעלן שווארץ אויף געיל שחור על גבי צהוב מפיהם ומפי כתבם, איז סאטמאר כהיום אונטער די נעגל פון די מעט קאנסול און די ציוניסטישע פעדערעישן, וועלכע גיסן געלט און האבן דערמיט אלעמען אין טאש, און דערפאר קומט כמעט נישט פאר קיין פראטעסטן נאר ממש מפעם לפעם (א שטייגער ווי בימי רביה"ק זי"ע רח"ל), און ווען מען מאכט שוין יא, רעדט מען גארנישט קעגן די מדינה, יעדע שילד און יעדע דרשה איז אויסגערעכנט מיט שרעקליך פיפיגע טריקס צו באפרידיגן די ציונים ימ"ש.

אצינד זענען געקומען אפאר ראצערס, שלא קרו ולא שנו, און אן פרעגן קיינעם האבן זיי אנגעדרייט א הירוס וחורבן. ביליאנען דאלאר'דיגע טשעקס זענען היינט געקענסלט געווארן פון די דזשואיש פעדעריעשן, און עבירה גוררת עבירה, ס'האלט שוין ביי דעם אז די גאנצע קאמאן קאר פראגראם הונקעט שוין אויך אונטער, אזש ס'איז דא מעגליכקייטן אז די מוסדות גייען אראפנעמען די וואקסינען מאנדאט צוליב די געלט קאטאסטראפע.

די ביליאנען שאדנס זענען אוממעגליך צוריק אנצופילן דורך הנגיד יואלי לאנדא'ס נדבות. דער מצב איז קאטאסטראפאל.

הבו עצה הלום...

נישט לאנג צוריק האט איר געשריבען... אז מאכן פראטעסטן איז ביטול הזמן און ביטול תורה...!

און קיין איין בר דעת האלט נישט אז א פראטעסט קען אפילו עפעס אויפטוען אפילו א משהו...!
הע.. און דו האסט א שמוץ אויף דיין בארד!

כ'מיין, דו ווייסט וואס דו האסט יעצט געענטפערט? ער האט געהאלטן אז פראטעסטן טוען נישט אויף (איך האלט גראדע אז יא) און נניח אז יעצט זעט מען אז ער איז ראנג מיט זיין מיינונג, איז וואס?
דא רעדט מען פון איינעם וואס האט ארויסגעגעבן א קונטרס אויפצואווייזן אז ס'איז דא אן אפמאך מיט די ציונים נישט צו מאכן קיין פראטעסטן, קלארע דאקומענטן שווארץ אויף ווייס. און נאכן אויפווייזן מיט עטליכע ראיות איז 'געבליבן' אז ביידע קהילות צוזאמען איז נאך נישט געווען זינט'ן אפמאך. והנה, פלוף! דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, יא אבער דו האסט - אפשר - געטוישט מיינונג.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך פארטריבן »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:27 am
► Show Spoiler
כ'מיין, דו ווייסט וואס דו האסט יעצט געענטפערט? ער האט געהאלטן אז פראטעסטן טוען נישט אויף (איך האלט גראדע אז יא) און נניח אז יעצט זעט מען אז ער איז ראנג מיט זיין מיינונג, איז וואס? דא רעדט מען פון איינער וואס האט ארויסגעגעבן א קונטרס אויפצואווייזן אז ס'איז דא אן אפמאך מיט די ציונים נישט צו מאכן קיין פראטעסטן, קלארע דאקומענטן שווארץ אויף ווייס. און נאכן אויפווייזן מיט עטליכע ראיות איז 'געבליבן' אז ביידע קהילות צוזאמען איז נאך נישט געווען זייטן אפמאך. והנה, פלוף! דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, יא אבער דו האסט - אפשר - געטוישט מיינונג.
און וואס האסטו געענטפערט?
אז נאכדעם וואס מען האט מגלה געווען די דאקומענטן שווארץ אויף ווייס פון די אלע קאנעקשענס מיט די אגודה פעדערעישאן וכו', האט די קונטרס ב"ה אויפגעטוהן די ריכטיגע פעולה, און נאכן אויפדעקן די טונעלען האט דער ציבור הקדוש וואס האבן נאך יא די ווארימקייט וואס רביה"ק האט איינגעווארצלט אין אונז, זיך אויפגעוועקט און געפאדערט אז מען קען נישט בלייבן שטיל אין אזא שרעקליכן זמן פון די גזירת שמד הגיוס, און ב"ה האט סיי די פרעשור פון אינדרויסן און סיי די שטארקע דרוק פון אינעווייניג פונעם ערליכן חלק פונעם ציבור הקדוש וואס ווילן זיך נישט לאזן פירן פון פאליטיקאנטן, אויפגעטוהן דאס ריכטיגע אז מען האט געקענט אנקומען צו אזא עצרת מחאה, וואו עס זענען זיך ב"ה צוזאמגעקומען טויזנטער אידן אויסצושרייען די וויי געשריי פונעם יהדות הגולה אויף דעם וועג ווי רביה"ק האט אונז געלערנט, און דאס איז טאקע געווען די הצלחה פונעם פראטעסט,

עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די אלע טענות און הערות וואס זענען ארויסגעברענגט געווארן אין די לעצטע תקופה סיי אין די קונטריסים, און סיי דא אויף אידטיש און אין אנדערע פלעצער, דאס אלעס האט געשלאגן טיפע ווארצלען, און זייענדיג ביי דעם געוואלדיגן עצרת מחאה, האט מיר שטארק אויסגעקוקט ווי די יעצטיגע ארגאניזירער האבן פרובירט זיכער צו מאכן אז דאס זאל זיך טאקע נישט איבער'חזר'ן מען זאל נישט קענען האבן די אלע טענות, און די מעסעדזש זאל יא ארויסקומען גענוג קלאר, נאכדערצו ווען זיי האבן שטארק געוואלט אז די מער קנאישע לאגער זאל אויך מיטהאלטן די פראטעסט און עס זאל זיין נישט נאר די צוויי גרויסע פארטייען,

און דאס האט מען טאקע שטארק אנגעזעהן סיי ביי די דרשות, ובפרט די דרשה פון הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער, וואס איז לדעתי געווען די בעסטע און שטערקסטע ארויסגעברענגט אלעס וואס האט געדארפט ווערן ארויסגעברענגט, און סיי ביי די סיינס און טאוולעך,
(חוץ די מעסעדזש וואס איז געשטאנען אין די צייטונגען וואס איז לדעתי נישט געווען גענוג קלאר און שטארק, אבער דאס ווייס איך נישט צי דאס איז אזוי געווארן אריינגעשיקט אדער די צייטונגען האבן אליין געמאכט וואס זיי ווילן)

און די אלע וואס האבן מורא אז די פעדערעשאן האט געקענסלט טשעקס, זאלן נישט זיין באזארגט, גארנישט איז געקענסלט, קיינער פליהט נישט, ווייל פונקט ווי יעדער גנב אדער שווינדלער ווען ער זעהט אז מען כאפט איהם ביי די מעשה בעקט ער אביסל צוריק, און ער ווארט זאכן זאלן זיך בארוהיגן ביז ער וועט קענען צוריק ממשיך זיין, די זעלבע פארשטייט אויך די פעדערעשאן מיט זייערע מיטארבייטער אז אמאל קומט א צייט ווען מען דארף אביסל אראפבעקן און לאזן טוהן אביסל קנאות, און צוריק אריינגיין פאר אביסל אין באהעלטעניש ביז די קומענדיגע געלעגענהייט.
אבער דער ציבור דארף זיין געווארנט און בלייבן וואך, און זיכער מאכן אנצוהאלטן די ווארימקייט וואס האט זיך יעצט אויפגעוועקט, און נישט לאזן די חברה אשר קרך'ניקעס צוריק ארויסקומען פון באהעלטעניש, אזוי וועט בעז"ה פארבלייבן דער נצח ישראל לא ישקר.
צופראסקעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
Location: בבל
x 232

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך צופראסקעט »

ירא השם האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 2:51 pm
דעת קדשי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 11:57 pm
איינער ווייסט ווער דער בחור איז?

ער איז זייער גוט
ער רעדט מיט קאנפידענס
א שאד אז ער האקט פאקטן
די ציוניסטישע זייטלעך וועלן מאכן מטעמים פון אים
תורה ויראה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 379
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 575

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך תורה ויראה »

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:19 am
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:27 am
► Show Spoiler
כ'מיין, דו ווייסט וואס דו האסט יעצט געענטפערט? ער האט געהאלטן אז פראטעסטן טוען נישט אויף (איך האלט גראדע אז יא) און נניח אז יעצט זעט מען אז ער איז ראנג מיט זיין מיינונג, איז וואס? דא רעדט מען פון איינער וואס האט ארויסגעגעבן א קונטרס אויפצואווייזן אז ס'איז דא אן אפמאך מיט די ציונים נישט צו מאכן קיין פראטעסטן, קלארע דאקומענטן שווארץ אויף ווייס. און נאכן אויפווייזן מיט עטליכע ראיות איז 'געבליבן' אז ביידע קהילות צוזאמען איז נאך נישט געווען זייטן אפמאך. והנה, פלוף! דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, יא אבער דו האסט - אפשר - געטוישט מיינונג.
און וואס האסטו געענטפערט?
אז נאכדעם וואס מען האט מגלה געווען די דאקומענטן שווארץ אויף ווייס פון די אלע קאנעקשענס מיט די אגודה פעדערעישאן וכו', האט די קונטרס ב"ה אויפגעטוהן די ריכטיגע פעולה, און נאכן אויפדעקן די טונעלען האט דער ציבור הקדוש וואס האבן נאך יא די ווארימקייט וואס רביה"ק האט איינגעווארצלט אין אונז, זיך אויפגעוועקט און געפאדערט אז מען קען נישט בלייבן שטיל אין אזא שרעקליכן זמן פון די גזירת שמד הגיוס, און ב"ה האט סיי די פרעשור פון אינדרויסן און סיי די שטארקע דרוק פון אינעווייניג פונעם ערליכן חלק פונעם ציבור הקדוש וואס ווילן זיך נישט לאזן פירן פון פאליטיקאנטן, אויפגעטוהן דאס ריכטיגע אז מען האט געקענט אנקומען צו אזא עצרת מחאה, וואו עס זענען זיך ב"ה צוזאמגעקומען טויזנטער אידן אויסצושרייען די וויי געשריי פונעם יהדות הגולה אויף דעם וועג ווי רביה"ק האט אונז געלערנט, און דאס איז טאקע געווען די הצלחה פונעם פראטעסט,

עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די אלע טענות און הערות וואס זענען ארויסגעברענגט געווארן אין די לעצטע תקופה סיי אין די קונטריסים, און סיי דא אויף אידטיש און אין אנדערע פלעצער, דאס אלעס האט געשלאגן טיפע ווארצלען, און זייענדיג ביי דעם געוואלדיגן עצרת מחאה, האט מיר שטארק אויסגעקוקט ווי די יעצטיגע ארגאניזירער האבן פרובירט זיכער צו מאכן אז דאס זאל זיך טאקע נישט איבער'חזר'ן מען זאל נישט קענען האבן די אלע טענות, און די מעסעדזש זאל יא ארויסקומען גענוג קלאר, נאכדערצו ווען זיי האבן שטארק געוואלט אז די מער קנאישע לאגער זאל אויך מיטהאלטן די פראטעסט און עס זאל זיין נישט נאר די צוויי גרויסע פארטייען,

און דאס האט מען טאקע שטארק אנגעזעהן סיי ביי די דרשות, ובפרט די דרשה פון הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער, וואס איז לדעתי געווען די בעסטע און שטערקסטע ארויסגעברענגט אלעס וואס האט געדארפט ווערן ארויסגעברענגט, און סיי ביי די סיינס און טאוולעך,
(חוץ די מעסעדזש וואס איז געשטאנען אין די צייטונגען וואס איז לדעתי נישט געווען גענוג קלאר און שטארק, אבער דאס ווייס איך נישט צי דאס איז אזוי געווארן אריינגעשיקט אדער די צייטונגען האבן אליין געמאכט וואס זיי ווילן)

און די אלע וואס האבן מורא אז די פעדערעשאן האט געקענסלט טשעקס, זאלן נישט זיין באזארגט, גארנישט איז געקענסלט, קיינער פליהט נישט, ווייל פונקט ווי יעדער גנב אדער שווינדלער ווען ער זעהט אז מען כאפט איהם ביי די מעשה בעקט ער אביסל צוריק, און ער ווארט זאכן זאלן זיך בארוהיגן ביז ער וועט קענען צוריק ממשיך זיין, די זעלבע פארשטייט אויך די פעדערעשאן מיט זייערע מיטארבייטער אז אמאל קומט א צייט ווען מען דארף אביסל אראפבעקן און לאזן טוהן אביסל קנאות, און צוריק אריינגיין פאר אביסל אין באהעלטעניש ביז די קומענדיגע געלעגענהייט.
אבער דער ציבור דארף זיין געווארנט און בלייבן וואך, און זיכער מאכן אנצוהאלטן די ווארימקייט וואס האט זיך יעצט אויפגעוועקט, און נישט לאזן די חברה אשר קרך'ניקעס צוריק ארויסקומען פון באהעלטעניש, אזוי וועט בעז"ה פארבלייבן דער נצח ישראל לא ישקר.
אה, טאקע, כ'האב טאקע געהערט אז ווען ר' משה דוד האט באקומען די פעדערעישאן ביכל האט ער נאך שטייענדיג ביים פאסט קעסטל אנגערופן ר' אייזיק דאסקאל אז ער זאל יעצט קאלן ר' יואל לאנדא פון מהר"א און מאכן א מאנהעטן פראטעסט, און ער האט ערלעדיגט ביי די פעדערעישאן אז מ'גייט לאזן מאכן די פראטעסט, און אפי' רעדן קעגן די עצם קיום המדינה, און מ'האט שוין אפילו אפגעשמועסט מיט די פעדערעישאן אז א טאג נאך די פראטעסט זאלן זיי פריי לאזן איינע פון די גבורי חיל כדי ס'זאל מאכן א גוטע רושם...
אלעס מיט א תנאי כפול אז די מוסדות זאלן ווייטער לערנען קאמען קאור און נעמען לאנטש פראגרעמס.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2194
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7408

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך שינאווער »

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:19 am
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:27 am
► Show Spoiler
כ'מיין, דו ווייסט וואס דו האסט יעצט געענטפערט? ער האט געהאלטן אז פראטעסטן טוען נישט אויף (איך האלט גראדע אז יא) און נניח אז יעצט זעט מען אז ער איז ראנג מיט זיין מיינונג, איז וואס? דא רעדט מען פון איינער וואס האט ארויסגעגעבן א קונטרס אויפצואווייזן אז ס'איז דא אן אפמאך מיט די ציונים נישט צו מאכן קיין פראטעסטן, קלארע דאקומענטן שווארץ אויף ווייס. און נאכן אויפווייזן מיט עטליכע ראיות איז 'געבליבן' אז ביידע קהילות צוזאמען איז נאך נישט געווען זייטן אפמאך. והנה, פלוף! דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, יא אבער דו האסט - אפשר - געטוישט מיינונג.
און וואס האסטו געענטפערט?
אז נאכדעם וואס מען האט מגלה געווען די דאקומענטן שווארץ אויף ווייס פון די אלע קאנעקשענס מיט די אגודה פעדערעישאן וכו', האט די קונטרס ב"ה אויפגעטוהן די ריכטיגע פעולה, און נאכן אויפדעקן די טונעלען האט דער ציבור הקדוש וואס האבן נאך יא די ווארימקייט וואס רביה"ק האט איינגעווארצלט אין אונז, זיך אויפגעוועקט און געפאדערט אז מען קען נישט בלייבן שטיל אין אזא שרעקליכן זמן פון די גזירת שמד הגיוס, און ב"ה האט סיי די פרעשור פון אינדרויסן און סיי די שטארקע דרוק פון אינעווייניג פונעם ערליכן חלק פונעם ציבור הקדוש וואס ווילן זיך נישט לאזן פירן פון פאליטיקאנטן, אויפגעטוהן דאס ריכטיגע אז מען האט געקענט אנקומען צו אזא עצרת מחאה, וואו עס זענען זיך ב"ה צוזאמגעקומען טויזנטער אידן אויסצושרייען די וויי געשריי פונעם יהדות הגולה אויף דעם וועג ווי רביה"ק האט אונז געלערנט, און דאס איז טאקע געווען די הצלחה פונעם פראטעסט,

עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די אלע טענות און הערות וואס זענען ארויסגעברענגט געווארן אין די לעצטע תקופה סיי אין די קונטריסים, און סיי דא אויף אידטיש און אין אנדערע פלעצער, דאס אלעס האט געשלאגן טיפע ווארצלען, און זייענדיג ביי דעם געוואלדיגן עצרת מחאה, האט מיר שטארק אויסגעקוקט ווי די יעצטיגע ארגאניזירער האבן פרובירט זיכער צו מאכן אז דאס זאל זיך טאקע נישט איבער'חזר'ן מען זאל נישט קענען האבן די אלע טענות, און די מעסעדזש זאל יא ארויסקומען גענוג קלאר, נאכדערצו ווען זיי האבן שטארק געוואלט אז די מער קנאישע לאגער זאל אויך מיטהאלטן די פראטעסט און עס זאל זיין נישט נאר די צוויי גרויסע פארטייען,

און דאס האט מען טאקע שטארק אנגעזעהן סיי ביי די דרשות, ובפרט די דרשה פון הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער, וואס איז לדעתי געווען די בעסטע און שטערקסטע ארויסגעברענגט אלעס וואס האט געדארפט ווערן ארויסגעברענגט, און סיי ביי די סיינס און טאוולעך,
(חוץ די מעסעדזש וואס איז געשטאנען אין די צייטונגען וואס איז לדעתי נישט געווען גענוג קלאר און שטארק, אבער דאס ווייס איך נישט צי דאס איז אזוי געווארן אריינגעשיקט אדער די צייטונגען האבן אליין געמאכט וואס זיי ווילן)

און די אלע וואס האבן מורא אז די פעדערעשאן האט געקענסלט טשעקס, זאלן נישט זיין באזארגט, גארנישט איז געקענסלט, קיינער פליהט נישט, ווייל פונקט ווי יעדער גנב אדער שווינדלער ווען ער זעהט אז מען כאפט איהם ביי די מעשה בעקט ער אביסל צוריק, און ער ווארט זאכן זאלן זיך בארוהיגן ביז ער וועט קענען צוריק ממשיך זיין, די זעלבע פארשטייט אויך די פעדערעשאן מיט זייערע מיטארבייטער אז אמאל קומט א צייט ווען מען דארף אביסל אראפבעקן און לאזן טוהן אביסל קנאות, און צוריק אריינגיין פאר אביסל אין באהעלטעניש ביז די קומענדיגע געלעגענהייט.
אבער דער ציבור דארף זיין געווארנט און בלייבן וואך, און זיכער מאכן אנצוהאלטן די ווארימקייט וואס האט זיך יעצט אויפגעוועקט, און נישט לאזן די חברה אשר קרך'ניקעס צוריק ארויסקומען פון באהעלטעניש, אזוי וועט בעז"ה פארבלייבן דער נצח ישראל לא ישקר.
:lol: :lol: :lol:

יו מעיד מיי דעי.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12034

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

בימי חורפי האב איך מיטגעהאלטן אין א שול ווי עפעס א אידל האט זיך געבייזערט אויף א געוויסע רשכבה"ג אז ער איז א געהעריג ציוני, א איידעם ביי יענעם, און וועט קיינמאל נישט רעדן קעגן ציונות!

פרעגט אים איינער, ער האט גראדע גערעדט נעכטן ביי א טעגליכע שיעור קעגן די אגודה?

זיכער אזוי! צו פארנערן זיינע קעלבער מיז ער יעדע שטיק צייט רעדן שארף קעגן ציונות, זיי זאלן נישט כאפן אז באמת איז ער איינס פון זיי...
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2194
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7408

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך שינאווער »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 11:37 am בימי חורפי האב איך מיטגעהאלטן אין א שול ווי עפעס א אידל האט זיך געבייזערט אויף א געוויסע רשכבה"ג אז ער איז א געהעריג ציוני, א איידעם ביי יענעם, און וועט קיינמאל נישט רעדן קעגן ציונות!

פרעגט אים איינער, ער האט גראדע גערעדט נעכטן ביי א טעגליכע שיעור קעגן די אגודה?

זיכער אזוי! צו פארנערן זיינע קעלבער מיז ער יעדע שטיק צייט רעדן שארף קעגן ציונות, זיי זאלן נישט כאפן אז באמת איז ער איינס פון זיי...
:lol: :D :lol:
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7781
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18662

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

קאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 11:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:01 pm אין א דראמאטישע אנטווילקונג טוט זיך אויף טישן אין בענק צווישן די ווענט פון די סאטמאר'ע חצרות הקודש, בעסער געזאגט אונטער די טישן.

ווי עס קוקט יעצט אויס וועט ר' יואל ברמ"ד לאנדא פליען פון סאטמאר מהר"א, און ר' אייזיק דאסקאל וועט פליען פון סאטמאר מהרי"י, צוליב די שרעקליכע געלט שאדנס וואס זיי האבן אנגעמאכט פאר'ן ציבור בכלל און פאר די אפיסעס פון UJO און פון CJC בפרט.

ווי יעדער ווייסט שוין יארן לאנג, און ווי ס'איז שוין געווארן קלאר פאר אלעמען ביי די אונטערערדישע טונעלן שווארץ אויף געיל שחור על גבי צהוב מפיהם ומפי כתבם, איז סאטמאר כהיום אונטער די נעגל פון די מעט קאנסול און די ציוניסטישע פעדערעישן, וועלכע גיסן געלט און האבן דערמיט אלעמען אין טאש, און דערפאר קומט כמעט נישט פאר קיין פראטעסטן נאר ממש מפעם לפעם (א שטייגער ווי בימי רביה"ק זי"ע רח"ל), און ווען מען מאכט שוין יא, רעדט מען גארנישט קעגן די מדינה, יעדע שילד און יעדע דרשה איז אויסגערעכנט מיט שרעקליך פיפיגע טריקס צו באפרידיגן די ציונים ימ"ש.

אצינד זענען געקומען אפאר ראצערס, שלא קרו ולא שנו, און אן פרעגן קיינעם האבן זיי אנגעדרייט א הירוס וחורבן. ביליאנען דאלאר'דיגע טשעקס זענען היינט געקענסלט געווארן פון די דזשואיש פעדעריעשן, און עבירה גוררת עבירה, ס'האלט שוין ביי דעם אז די גאנצע קאמאן קאר פראגראם הונקעט שוין אויך אונטער, אזש ס'איז דא מעגליכקייטן אז די מוסדות גייען אראפנעמען די וואקסינען מאנדאט צוליב די געלט קאטאסטראפע.

די ביליאנען שאדנס זענען אוממעגליך צוריק אנצופילן דורך הנגיד יואלי לאנדא'ס נדבות. דער מצב איז קאטאסטראפאל.

הבו עצה הלום...

נישט לאנג צוריק האט איר געשריבען... אז מאכן פראטעסטן איז ביטול הזמן און ביטול תורה...!

און קיין איין בר דעת האלט נישט אז א פראטעסט קען אפילו עפעס אויפטוען אפילו א משהו...!

האסט אפשר געוואלט איך זאל דאס שרייבן, צו קענען לייגן אינעם קומענדיגן שווארצע וואלקענעס אויפלאגע.

וואס איך האב געשריבן איז, אז ווען מען רעדט וועגן ראטעווען בחורים דורך מרכז עזרה ויעוץ, און איינער קומט אריין איינמאל און נאכאמאל מיט געוואלדעס "אבער רבוש"ע וואס האב איך דערפון אז מען ראטעוועט א בחור, מען מוז דאך מאכן א פראטעסט!!!", האט ער גערעדט ווי א צולייגער.

צו פראטעסטן אין אמעריקא טוען אויף? איך האלט אז נישט. צו מען דארף מאכן פראטעסטן מזמן לזמן? איך האלט אז יא.

אבער צו ראטעווען בחורים דארף מען "ראטעווען בחורים"! נישט ביזי זיין מיט תאוות און חשבונות און וואקסינאציעס און קאנספיראציעס! איך האף איר פארשטייט יעצט.
שפאט ביליג
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 4:18 am
x 58

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך שפאט ביליג »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:21 am
שפאט ביליג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:13 am אין יעדע קהילה ווי עס איז געווען שלום ,איז מען זיך דורעכגעקומען קודם איבער די געלט זאכן און דערנאך געמאכט שלום

גראדע נישט. אין וויזניץ ב"ב למשל האט מען נאך עד היום נישט געענדיגט צוטיילן די ירושה.

בכלל, ווייז מיר איין פוסק וואס זאגט אז ווען מען האט א געלט סכסוך מיט איינעם דארף מען זיין צוקריגט מיט אים.
בניני הקהילה און מוסדות האט מען זיך צוטיילט על פי תורה גלייך אויף גלייך מיט וואוטס , געהעריג על שוא פרוטה ,למשל און וויליאמסבורג האט מרכז אויסגעקויפט וויזניץ שיכון ,די בנין אויף ראסס סטריט
Potus
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:11 am
x 9

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך Potus »

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:19 am
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:27 am
► Show Spoiler
כ'מיין, דו ווייסט וואס דו האסט יעצט געענטפערט? ער האט געהאלטן אז פראטעסטן טוען נישט אויף (איך האלט גראדע אז יא) און נניח אז יעצט זעט מען אז ער איז ראנג מיט זיין מיינונג, איז וואס? דא רעדט מען פון איינער וואס האט ארויסגעגעבן א קונטרס אויפצואווייזן אז ס'איז דא אן אפמאך מיט די ציונים נישט צו מאכן קיין פראטעסטן, קלארע דאקומענטן שווארץ אויף ווייס. און נאכן אויפווייזן מיט עטליכע ראיות איז 'געבליבן' אז ביידע קהילות צוזאמען איז נאך נישט געווען זייטן אפמאך. והנה, פלוף! דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, יא אבער דו האסט - אפשר - געטוישט מיינונג.
און וואס האסטו געענטפערט?
אז נאכדעם וואס מען האט מגלה געווען די דאקומענטן שווארץ אויף ווייס פון די אלע קאנעקשענס מיט די אגודה פעדערעישאן וכו', האט די קונטרס ב"ה אויפגעטוהן די ריכטיגע פעולה, און נאכן אויפדעקן די טונעלען האט דער ציבור הקדוש וואס האבן נאך יא די ווארימקייט וואס רביה"ק האט איינגעווארצלט אין אונז, זיך אויפגעוועקט און געפאדערט אז מען קען נישט בלייבן שטיל אין אזא שרעקליכן זמן פון די גזירת שמד הגיוס, און ב"ה האט סיי די פרעשור פון אינדרויסן און סיי די שטארקע דרוק פון אינעווייניג פונעם ערליכן חלק פונעם ציבור הקדוש וואס ווילן זיך נישט לאזן פירן פון פאליטיקאנטן, אויפגעטוהן דאס ריכטיגע אז מען האט געקענט אנקומען צו אזא עצרת מחאה, וואו עס זענען זיך ב"ה צוזאמגעקומען טויזנטער אידן אויסצושרייען די וויי געשריי פונעם יהדות הגולה אויף דעם וועג ווי רביה"ק האט אונז געלערנט, און דאס איז טאקע געווען די הצלחה פונעם פראטעסט,

עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די אלע טענות און הערות וואס זענען ארויסגעברענגט געווארן אין די לעצטע תקופה סיי אין די קונטריסים, און סיי דא אויף אידטיש און אין אנדערע פלעצער, דאס אלעס האט געשלאגן טיפע ווארצלען, און זייענדיג ביי דעם געוואלדיגן עצרת מחאה, האט מיר שטארק אויסגעקוקט ווי די יעצטיגע ארגאניזירער האבן פרובירט זיכער צו מאכן אז דאס זאל זיך טאקע נישט איבער'חזר'ן מען זאל נישט קענען האבן די אלע טענות, און די מעסעדזש זאל יא ארויסקומען גענוג קלאר, נאכדערצו ווען זיי האבן שטארק געוואלט אז די מער קנאישע לאגער זאל אויך מיטהאלטן די פראטעסט און עס זאל זיין נישט נאר די צוויי גרויסע פארטייען,

און דאס האט מען טאקע שטארק אנגעזעהן סיי ביי די דרשות, ובפרט די דרשה פון הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער, וואס איז לדעתי געווען די בעסטע און שטערקסטע ארויסגעברענגט אלעס וואס האט געדארפט ווערן ארויסגעברענגט, און סיי ביי די סיינס און טאוולעך,
(חוץ די מעסעדזש וואס איז געשטאנען אין די צייטונגען וואס איז לדעתי נישט געווען גענוג קלאר און שטארק, אבער דאס ווייס איך נישט צי דאס איז אזוי געווארן אריינגעשיקט אדער די צייטונגען האבן אליין געמאכט וואס זיי ווילן)

און די אלע וואס האבן מורא אז די פעדערעשאן האט געקענסלט טשעקס, זאלן נישט זיין באזארגט, גארנישט איז געקענסלט, קיינער פליהט נישט, ווייל פונקט ווי יעדער גנב אדער שווינדלער ווען ער זעהט אז מען כאפט איהם ביי די מעשה בעקט ער אביסל צוריק, און ער ווארט זאכן זאלן זיך בארוהיגן ביז ער וועט קענען צוריק ממשיך זיין, די זעלבע פארשטייט אויך די פעדערעשאן מיט זייערע מיטארבייטער אז אמאל קומט א צייט ווען מען דארף אביסל אראפבעקן און לאזן טוהן אביסל קנאות, און צוריק אריינגיין פאר אביסל אין באהעלטעניש ביז די קומענדיגע געלעגענהייט.
אבער דער ציבור דארף זיין געווארנט און בלייבן וואך, און זיכער מאכן אנצוהאלטן די ווארימקייט וואס האט זיך יעצט אויפגעוועקט, און נישט לאזן די חברה אשר קרך'ניקעס צוריק ארויסקומען פון באהעלטעניש, אזוי וועט בעז"ה פארבלייבן דער נצח ישראל לא ישקר.
ביזדערווייל שריי פוי
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך אגודה »

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:19 am
אז נאכדעם וואס מען האט מגלה געווען די דאקומענטן שווארץ אויף ווייס פון די אלע קאנעקשענס מיט די אגודה פעדערעישאן וכו'
אגודה האט נישט גארנישט מיט די פעדערעשען , די פעדערעישאן ווערט געשטיצט דורך סאך גרעסער ציונים און פרייע אידן ווי די אגודה
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 203

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך עריק »

שפאט ביליג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:03 pm
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:21 am
שפאט ביליג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:13 am אין יעדע קהילה ווי עס איז געווען שלום ,איז מען זיך דורעכגעקומען קודם איבער די געלט זאכן און דערנאך געמאכט שלום

גראדע נישט. אין וויזניץ ב"ב למשל האט מען נאך עד היום נישט געענדיגט צוטיילן די ירושה.

בכלל, ווייז מיר איין פוסק וואס זאגט אז ווען מען האט א געלט סכסוך מיט איינעם דארף מען זיין צוקריגט מיט אים.
בניני הקהילה און מוסדות האט מען זיך צוטיילט על פי תורה גלייך אויף גלייך מיט וואוטס , געהעריג על שוא פרוטה ,למשל און וויליאמסבורג האט מרכז אויסגעקויפט וויזניץ שיכון ,די בנין אויף ראסס סטריט
וויזניץ מרכז האט נישט געקריגען קיין איין בנין חוץ אין וויליאמסבורג
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 752

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:19 am נישט זיין באזארגט, גארנישט איז געקענסלט, קיינער פליהט נישט, ווייל פונקט ווי יעדער גנב אדער שווינדלער ווען ער זעהט אז מען כאפט איהם ביי די מעשה בעקט ער אביסל צוריק, און ער ווארט זאכן זאלן זיך בארוהיגן ביז ער וועט קענען צוריק ממשיך זיין, די זעלבע פארשטייט אויך די פעדערעשאן מיט זייערע מיטארבייטער אז אמאל קומט א צייט ווען מען דארף אביסל אראפבעקן און לאזן טוהן אביסל קנאות, און צוריק אריינגיין פאר אביסל אין באהעלטעניש ביז די קומענדיגע געלעגענהייט
כ'מיין אז ס'איז נישט דוקא אז די פעדערעישן האט עס אליינס פארשטאנען. די עסקנים מיט ר' משה דוד בראש זענען אראפגעפארן פאר א זיצונג אין די וואשינגטאן אפיס פון די פעדערעישן, און מ'האט עס זיי מסביר געווען, זיי האבן עס שווער געוואלט אננעמען, אבער צום סוף האבן זיי געזאגט אז "יעצט איינמאל" פארשטייען זיי דעם צורך, אבער מער נישט. דאס איז דאס לעצטע מאל. און מ'האט זיך דאס אונטערגענומען אז נאך מאנטאג נח וועט מער אזא פראעסט קיינמאל נישט זיין.

אויב שוין חלומות, לאמיר גיין געהעריג, פולקאם און אהערגעשטעלט.
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 203

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך עריק »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:10 pm

איינער האט טאקע דעי גליון , געליינט ווען סאיז ארויסגעקומען און געווען גאר אינטערסאנט אויב איינער קען אהער ברענגען
אסרוחג
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 139

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך אסרוחג »

שפאט ביליג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:13 am
אסרוחג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 2:45 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:55 am ברוך המקדש שמו ברבים!!!

ס'איז נישטא די ווערטער ביי קיינעם אויסצודרוקן התרגשות פון די גרויסע הצלחה. שווערע טויזנטער אידן, יעדער מיט א פאלגזאמע רואיגקייט, פייערדיגע דרשות וואס האבן געשניטן און אנגעווארעמט, און: א פאראייניגטע כח העסקנות אויף א זעלטענעם פארנעם.

אלס איינער וואס האט מיטגעהאלטן במשך די לעצטע טעג, קען איך זאגן אז ס'איז יא היסטאריש "די ערשטע מאל"! אזא עכטע געשמאקע צוזאמענארבעט. איך האב מיטגעהאלטן טעלעפאן קאלס דעם מוצאי שבת ביינאכט/פארטאגס צווישן (יעדער זאל זיך נעמען זיינע טיטלען...): יואל ברמ"ד לאנדא, אייזיק דאסקאל, אהרן יוסל פריעדמאן, ברוך כ"ץ, רבי אברהם יוסף פריעדמאן, חיים שלמה פישער, הג"ר בנציון לאוב, משה שווארץ, הג"ר יעקב בער טייטלבוים מסיגוט, נפתלי משה אינדיג, שמואל מרדכי שטערן, שמשון מיטלמאן, ישכר בעריש לאבין, ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש, ר' ישכר ראזענבערג, ר' משה קליין, הבחור [-] פון ק"י, הבחור [-] פון קווינס, איך קאן אייך גארנישט זאגן וויאזוי דאס האט אויסגעזען!

"די צעטלעך אין קרית יואל הענגען בחורים פון ק"י, קווינס וועט הענגען אין וומסב"ג?"

"לאנדא פליז קאל חיים שלמה בנוגע די בענקלעך, מ'דארף אפשמועסן וועלכע גאס אונזער רבי וועט זיין".

"אקעי קווינס נעמט אלע וומסב"ג עוועוניוס! קרית יואל קען נעמען די פאולס ביי בתי מדרשים?"

"אייזיק, די באסעס פון קרית יואל סקול דיסטריקט זענען מסודר, קאל משה אלי' צו ארלעדיגן אמת און דרכי יושר באסעס".

"נאר 2 בחורים פון קרית יואל זענען אוועילעבל צו קלעבן אין בארא פארק! קווינס קען אפשר אהין שיקן 3 בחורים מיט 4 סטעיפלערס? אקעי מ'גייט"!

"רבי יוסך חיים איז הייזעריג. וועמען נאך קען מען מכבד זיין?"

איך שיס סתם נארישע דוגמאות, אבער עכטע...

און אזוי איז קיין וואונדער אז אזא קידוש השם האט פאסירט. און איבער אלעם טאקע די ווערטער פון הג"ר שבתי קעסטנבוים איבער די מטרה פון א הפגנה, וואס האט אזוי אפגעדונערט און אויסגעקלארט יעדן איבער'ן מטרה און איבער "טף למה באו"! יעדער איז אהיים מיט א שטאלץ שזכה לקדש שם שמים, און אויסצורופן פאר יענעם און פאר זיך אליינס דעם אין לנו חלק ונחלה במדינה של גיהנום!

אשרי העם שככה לו.
שוין, מ'קען שוין אנגרייטן א שיינעם בענקל צו די גרויסע חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל, ס'איז אבאוט טיים
ווער ביזטו/זענען אונז צו אפמאכען וואס מענטשן זאלן טין אין א פריוואטע סכסוך ?
דאכט זיך סאיז דא ירושה, מיט נאך געלט זאכן אין די ווערט פון צענדליגע מיליאנען אדער גאר הונדערטע מיליאנען , סאיז נישט די בענקעל ,סאיז דא א תורה וואס פסק'ענט פאר וועם עס באלאנגט ,אין יעדע קהילה ווי עס איז געווען שלום ,איז מען זיך דורעכגעקומען קודם איבער די געלט זאכן ,און דערנאך געמאכט שלום מיט א בענקעל
די סכסוך האט זיך אנגעהויבן סאך בעפאר ירושה ענינים איז געווען גילטיג, שלום אויף א בענקל דארף מען שוין נישט מאכן, קיינער דארף נישט דעם צווייטנס בענקל (כלומר, דעם צווייטנס חסידים), יעדער איז שוין היינט געסעטלט מער ווייניגער מיט בנינים, נאר די שווערע עגמנ"פ וואס מ'איז אדורך דארף מען קענען אריבערשווימען און עפענען א נייע בלעטל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3181

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך הדסים »

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:19 am
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:27 am
► Show Spoiler
כ'מיין, דו ווייסט וואס דו האסט יעצט געענטפערט? ער האט געהאלטן אז פראטעסטן טוען נישט אויף (איך האלט גראדע אז יא) און נניח אז יעצט זעט מען אז ער איז ראנג מיט זיין מיינונג, איז וואס? דא רעדט מען פון איינער וואס האט ארויסגעגעבן א קונטרס אויפצואווייזן אז ס'איז דא אן אפמאך מיט די ציונים נישט צו מאכן קיין פראטעסטן, קלארע דאקומענטן שווארץ אויף ווייס. און נאכן אויפווייזן מיט עטליכע ראיות איז 'געבליבן' אז ביידע קהילות צוזאמען איז נאך נישט געווען זייטן אפמאך. והנה, פלוף! דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, יא אבער דו האסט - אפשר - געטוישט מיינונג.
און וואס האסטו געענטפערט?
אז נאכדעם וואס מען האט מגלה געווען די דאקומענטן שווארץ אויף ווייס פון די אלע קאנעקשענס מיט די אגודה פעדערעישאן וכו', האט די קונטרס ב"ה אויפגעטוהן די ריכטיגע פעולה, און נאכן אויפדעקן די טונעלען האט דער ציבור הקדוש וואס האבן נאך יא די ווארימקייט וואס רביה"ק האט איינגעווארצלט אין אונז, זיך אויפגעוועקט און געפאדערט אז מען קען נישט בלייבן שטיל אין אזא שרעקליכן זמן פון די גזירת שמד הגיוס, און ב"ה האט סיי די פרעשור פון אינדרויסן און סיי די שטארקע דרוק פון אינעווייניג פונעם ערליכן חלק פונעם ציבור הקדוש וואס ווילן זיך נישט לאזן פירן פון פאליטיקאנטן, אויפגעטוהן דאס ריכטיגע אז מען האט געקענט אנקומען צו אזא עצרת מחאה, וואו עס זענען זיך ב"ה צוזאמגעקומען טויזנטער אידן אויסצושרייען די וויי געשריי פונעם יהדות הגולה אויף דעם וועג ווי רביה"ק האט אונז געלערנט, און דאס איז טאקע געווען די הצלחה פונעם פראטעסט,
► Show Spoiler
וואס איך האב געענטפערט איז אזוי, איינמאל האב איך געענטפערט פאר @היימיש זע דא.

קוק דארט וועסטו זען צוגעצייכנט דריי זייטן מיט הרב @קאכעדיג אנגעהויבן דא און ענדגילטיג געענדיגט דא מיט אן אויסצוג פון די דרשות.

א דריטע מאל האט @Think and Thank געענטפערט טאקע פאר דיר דא.

וויאזוי דו האסט קיין פראבלעם צו קומען נאכאמאל מיט א גלאט געזיכט איבערזאגן דיע זעלבע נאן צענט איז מיר לגמרי נישט קיין פלא, כ'קען עס פשוט באשטיין ארויסצוברענגען.

איך בין נישט בדעה זיך אריינצולאזן מיט דיר אין א טענה'ריי איבער ר' משה דוד'ס מצוות אדער עבירות, מיר איז נוגע איין זאך; קענסט מיר ענטפערן מיינע שאלות אדער נישט? אדערווייז איז מיר נישט אינטערעסאנט.

אין די מיען ווייל הארך די עצה פון ידידי ר' @Potus און 'דערווייל שריי פוי'
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שפאט ביליג
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 4:18 am
x 58

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך שפאט ביליג »

עריק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:10 pm
שפאט ביליג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:03 pm
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:21 am

גראדע נישט. אין וויזניץ ב"ב למשל האט מען נאך עד היום נישט געענדיגט צוטיילן די ירושה.

בכלל, ווייז מיר איין פוסק וואס זאגט אז ווען מען האט א געלט סכסוך מיט איינעם דארף מען זיין צוקריגט מיט אים.
בניני הקהילה און מוסדות האט מען זיך צוטיילט על פי תורה גלייך אויף גלייך מיט וואוטס , געהעריג על שוא פרוטה ,למשל און וויליאמסבורג האט מרכז אויסגעקויפט וויזניץ שיכון ,די בנין אויף ראסס סטריט
וויזניץ מרכז האט נישט געקריגען קיין איין בנין חוץ אין וויליאמסבורג
וועגן זיי האבן נישט געווינען די וואלן נאר אין וויליאמסבורג
משזר עריכה
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:46 pm
Location: ירושלים
x 79

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך משזר עריכה »

שפאט ביליג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:03 pm
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:21 am
שפאט ביליג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:13 am אין יעדע קהילה ווי עס איז געווען שלום ,איז מען זיך דורעכגעקומען קודם איבער די געלט זאכן און דערנאך געמאכט שלום

גראדע נישט. אין וויזניץ ב"ב למשל האט מען נאך עד היום נישט געענדיגט צוטיילן די ירושה.

בכלל, ווייז מיר איין פוסק וואס זאגט אז ווען מען האט א געלט סכסוך מיט איינעם דארף מען זיין צוקריגט מיט אים.
בניני הקהילה און מוסדות האט מען זיך צוטיילט על פי תורה גלייך אויף גלייך מיט וואוטס , געהעריג על שוא פרוטה ,למשל און וויליאמסבורג האט מרכז אויסגעקויפט וויזניץ שיכון ,די בנין אויף ראסס סטריט
:roll: :roll: :roll:
זוכט איר א מגיה/עורך?
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים שטייען גרייט פאר אייך, פאר א צוגענגליכע פרייז!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.

929-373-1139 (call only)
אימעיל: mistxediting@gmail.com
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 203

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך עריק »

שפאט ביליג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 9:05 pm
עריק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:10 pm
שפאט ביליג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:03 pm
בניני הקהילה און מוסדות האט מען זיך צוטיילט על פי תורה גלייך אויף גלייך מיט וואוטס , געהעריג על שוא פרוטה ,למשל און וויליאמסבורג האט מרכז אויסגעקויפט וויזניץ שיכון ,די בנין אויף ראסס סטריט
וויזניץ מרכז האט נישט געקריגען קיין איין בנין חוץ אין וויליאמסבורג
וועגן זיי האבן נישט געווינען די וואלן נאר אין וויליאמסבורג
אין וומסב"ג זענען זיי געווען אין די"ת און מרכז האט געזיגט
שפאט ביליג
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 4:18 am
x 58

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך שפאט ביליג »

עריק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 9:54 pm
שפאט ביליג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 9:05 pm
עריק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:10 pm
וויזניץ מרכז האט נישט געקריגען קיין איין בנין חוץ אין וויליאמסבורג
וועגן זיי האבן נישט געווינען די וואלן נאר אין וויליאמסבורג
אין וומסב"ג זענען זיי געווען אין די"ת און מרכז האט געזיגט
אין סאטמאר איז נאכנישט געווען קיין דין תורה
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך פארטריבן »

אגודה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:09 pm
פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:19 am
אז נאכדעם וואס מען האט מגלה געווען די דאקומענטן שווארץ אויף ווייס פון די אלע קאנעקשענס מיט די אגודה פעדערעישאן וכו'
אגודה האט נישט גארנישט מיט די פעדערעשען , די פעדערעישאן ווערט געשטיצט דורך סאך גרעסער ציונים און פרייע אידן ווי די אגודה
צ"ל דורך סאך פרייערע אידן ווי די אגודה
אבער אין ציונות זענען די אגודה און די אנדערע פרומע פארטייען גארנישט הונטערשטעליג

(ולגוף הדבר, כוונתי הי' אגודה וגם פעדערעשאן ולא לשלבם ביחד)
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך פארטריבן »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:57 pm
► Show Spoiler
וואס איך האב געענטפערט איז אזוי, איינמאל האב איך געענטפערט פאר @היימיש זע דא.

קוק דארט וועסטו זען צוגעצייכנט דריי זייטן מיט הרב @קאכעדיג אנגעהויבן דא און ענדגילטיג געענדיגט דא מיט אן אויסצוג פון די דרשות.

א דריטע מאל האט @Think and Thank געענטפערט טאקע פאר דיר דא.
איך האב נישט קיין בלאסן אנונג וואס דו פרובירסט דא אוועקצופירן די שמועס צו א וויכוח פון עטליכע חדשים צוריק,
דא האט מען גערעדט פון די יעצטיגע פראטעסט פון א' נח

הדסים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:57 pm איך בין נישט בדעה זיך אריינצולאזן מיט דיר אין א טענה'ריי איבער ר' משה דוד'ס מצוות אדער עבירות, מיר איז נוגע איין זאך; קענסט מיר ענטפערן מיינע שאלות אדער נישט? אדערווייז איז מיר נישט אינטערעסאנט.
ווייטער פירסטו אוועק די שמועס,
אין מיינע ווערטער האב איך מיך בכלל נישט באצויגן צי קיין ספעציפישע יחיד, און זיכער נישט דן געווען איבער קיינעם'ס מצוות אדער עבירות,
(מצוות אדער עבירות איז בכלל נישט רעלעוואנט צו די שמועס, מאיר פרוש טוט אויך זייער אסאך מצוות און העלפט זייער אסאך אידן, מיט דעם אלעם האט ער נאך אלץ א פערזענליכן אקטיווע ראלע אין א מלכות המינות וואס איז יעדע מינוט א מרידה בה' ובתורתו)
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 8:57 pm אין די מיען ווייל הארך די עצה פון ידידי ר' @Potus און 'דערווייל שריי פוי'
דאס טוה איך טאקע,
און ב"ה אז איך האב אזוי לאנג געשריגען 'פוי' ביז דאס האט געהאלפן ארויסשלעפן קיין מאנהעטטען צענדליגער טויזנטער אידן (וואס א גרויסער טייל האט נאך אין זייער לעבן נישט געהאט די זכי' צו אויסשרייען דעם 'פוי' אקעגן די מדינה הטמאה) און זיי זאלן מיטשרייען צוזאמען מיט מיר 'פפפפפפווווווווווווייייייייייי'
'איזראעלי גאווערמענט שעים אן יו' 'איזראעלי גאווערמענט שעים א יו' ....
שרייב פאוסט