הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 21, 2025 2:27 am
► Show Spoiler
קאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 11:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:01 pm
אין א דראמאטישע אנטווילקונג טוט זיך אויף טישן אין בענק צווישן די ווענט פון די סאטמאר'ע חצרות הקודש, בעסער געזאגט אונטער די טישן.
ווי עס קוקט יעצט אויס וועט ר' יואל ברמ"ד לאנדא פליען פון סאטמאר מהר"א, און ר' אייזיק דאסקאל וועט פליען פון סאטמאר מהרי"י, צוליב די שרעקליכע געלט שאדנס וואס זיי האבן אנגעמאכט פאר'ן ציבור בכלל און פאר די אפיסעס פון UJO און פון CJC בפרט.
ווי יעדער ווייסט שוין יארן לאנג, און ווי ס'איז שוין געווארן קלאר פאר אלעמען ביי די אונטערערדישע טונעלן שווארץ אויף געיל שחור על גבי צהוב מפיהם ומפי כתבם, איז סאטמאר כהיום אונטער די נעגל פון די מעט קאנסול און די ציוניסטישע פעדערעישן, וועלכע גיסן געלט און האבן דערמיט אלעמען אין טאש, און דערפאר קומט כמעט נישט פאר קיין פראטעסטן נאר ממש מפעם לפעם (א שטייגער ווי בימי רביה"ק זי"ע רח"ל), און ווען מען מאכט שוין יא, רעדט מען גארנישט קעגן די מדינה, יעדע שילד און יעדע דרשה איז אויסגערעכנט מיט שרעקליך פיפיגע טריקס צו באפרידיגן די ציונים ימ"ש.
אצינד זענען געקומען אפאר ראצערס, שלא קרו ולא שנו, און אן פרעגן קיינעם האבן זיי אנגעדרייט א הירוס וחורבן. ביליאנען דאלאר'דיגע טשעקס זענען היינט געקענסלט געווארן פון די דזשואיש פעדעריעשן, און עבירה גוררת עבירה, ס'האלט שוין ביי דעם אז די גאנצע קאמאן קאר פראגראם הונקעט שוין אויך אונטער, אזש ס'איז דא מעגליכקייטן אז די מוסדות גייען אראפנעמען די וואקסינען מאנדאט צוליב די געלט קאטאסטראפע.
די ביליאנען שאדנס זענען אוממעגליך צוריק אנצופילן דורך הנגיד יואלי לאנדא'ס נדבות. דער מצב איז קאטאסטראפאל.
הבו עצה הלום...
נישט לאנג צוריק האט איר געשריבען... אז מאכן פראטעסטן איז ביטול הזמן און ביטול תורה...!
און קיין איין בר דעת האלט נישט אז א פראטעסט קען אפילו עפעס אויפטוען אפילו א משהו...!
הע.. און דו האסט א שמוץ אויף דיין בארד!
כ'מיין, דו ווייסט וואס דו האסט יעצט געענטפערט? ער האט געהאלטן אז פראטעסטן טוען נישט אויף (איך האלט גראדע אז יא) און נניח אז יעצט זעט מען אז ער איז ראנג מיט זיין מיינונג, איז וואס? דא רעדט מען פון איינער וואס האט ארויסגעגעבן א קונטרס אויפצואווייזן אז ס'איז דא אן אפמאך מיט די ציונים נישט צו מאכן קיין פראטעסטן, קלארע דאקומענטן שווארץ אויף ווייס. און נאכן אויפווייזן מיט עטליכע ראיות איז 'געבליבן' אז ביידע קהילות צוזאמען איז נאך נישט געווען זייטן אפמאך. והנה, פלוף! דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, יא אבער דו האסט - אפשר - געטוישט מיינונג.
און וואס האסטו געענטפערט?
אז נאכדעם וואס מען האט מגלה געווען די דאקומענטן שווארץ אויף ווייס פון די אלע קאנעקשענס מיט די אגודה פעדערעישאן וכו', האט די קונטרס ב"ה אויפגעטוהן די ריכטיגע פעולה, און נאכן אויפדעקן די טונעלען האט דער ציבור הקדוש וואס האבן נאך יא די ווארימקייט וואס רביה"ק האט איינגעווארצלט אין אונז, זיך אויפגעוועקט און געפאדערט אז מען קען נישט בלייבן שטיל אין אזא שרעקליכן זמן פון די גזירת שמד הגיוס, און ב"ה האט סיי די פרעשור פון אינדרויסן און סיי די שטארקע דרוק פון אינעווייניג פונעם ערליכן חלק פונעם ציבור הקדוש וואס ווילן זיך נישט לאזן פירן פון פאליטיקאנטן, אויפגעטוהן דאס ריכטיגע אז מען האט געקענט אנקומען צו אזא עצרת מחאה, וואו עס זענען זיך ב"ה צוזאמגעקומען טויזנטער אידן אויסצושרייען די וויי געשריי פונעם יהדות הגולה אויף דעם וועג ווי רביה"ק האט אונז געלערנט, און דאס איז טאקע געווען די הצלחה פונעם פראטעסט,
עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די אלע טענות און הערות וואס זענען ארויסגעברענגט געווארן אין די לעצטע תקופה סיי אין די קונטריסים, און סיי דא אויף אידטיש און אין אנדערע פלעצער, דאס אלעס האט געשלאגן טיפע ווארצלען, און זייענדיג ביי דעם געוואלדיגן עצרת מחאה, האט מיר שטארק אויסגעקוקט ווי די יעצטיגע ארגאניזירער האבן פרובירט זיכער צו מאכן אז דאס זאל זיך טאקע נישט איבער'חזר'ן מען זאל נישט קענען האבן די אלע טענות, און די מעסעדזש זאל יא ארויסקומען גענוג קלאר, נאכדערצו ווען זיי האבן שטארק געוואלט אז די מער קנאישע לאגער זאל אויך מיטהאלטן די פראטעסט און עס זאל זיין נישט נאר די צוויי גרויסע פארטייען,
און דאס האט מען טאקע שטארק אנגעזעהן סיי ביי די דרשות, ובפרט די דרשה פון הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער, וואס איז לדעתי געווען די בעסטע און שטערקסטע ארויסגעברענגט אלעס וואס האט געדארפט ווערן ארויסגעברענגט, און סיי ביי די סיינס און טאוולעך,
(חוץ די מעסעדזש וואס איז געשטאנען אין די צייטונגען וואס איז לדעתי נישט געווען גענוג קלאר און שטארק, אבער דאס ווייס איך נישט צי דאס איז אזוי געווארן אריינגעשיקט אדער די צייטונגען האבן אליין געמאכט וואס זיי ווילן)
און די אלע וואס האבן מורא אז די פעדערעשאן האט געקענסלט טשעקס, זאלן נישט זיין באזארגט, גארנישט איז געקענסלט, קיינער פליהט נישט, ווייל פונקט ווי יעדער גנב אדער שווינדלער ווען ער זעהט אז מען כאפט איהם ביי די מעשה בעקט ער אביסל צוריק, און ער ווארט זאכן זאלן זיך בארוהיגן ביז ער וועט קענען צוריק ממשיך זיין, די זעלבע פארשטייט אויך די פעדערעשאן מיט זייערע מיטארבייטער אז אמאל קומט א צייט ווען מען דארף אביסל אראפבעקן און לאזן טוהן אביסל קנאות, און צוריק אריינגיין פאר אביסל אין באהעלטעניש ביז די קומענדיגע געלעגענהייט.
אבער דער ציבור דארף זיין געווארנט און בלייבן וואך, און זיכער מאכן אנצוהאלטן די ווארימקייט וואס האט זיך יעצט אויפגעוועקט, און נישט לאזן די חברה אשר קרך'ניקעס צוריק ארויסקומען פון באהעלטעניש, אזוי וועט בעז"ה פארבלייבן דער נצח ישראל לא ישקר.