מיינע שוועסטער לערנען אין מוסדות (חסיד'ישע מוסדות אין ניו יארק סיטי) וואס נעמען רידזשענטס שוין כאטש צוואנציג יאר. מען לערנט דארט נישט קיין טריפה'נע זאכן. פאר די רידזשענטס ווייזט מען אן פאר די מיידלעך געוויסע שאלות וואס זיי זאלן אויסלאזן, וזהו.
אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2116
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 7483
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
מיינע שוועסטער לערנען אין מוסדות (חסיד'ישע מוסדות אין ניו יארק סיטי) וואס נעמען רידזשענטס שוין כאטש צוואנציג יאר. מען לערנט דארט נישט קיין טריפה'נע זאכן. פאר די רידזשענטס ווייזט מען אן פאר די מיידלעך געוויסע שאלות וואס זיי זאלן אויסלאזן, וזהו.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
מען קען אריינגעבן אן אמיקוס בריעף אויף די נושא?אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 10, 2025 7:30 pmביטע נישט פאוסטן קיין אלטע זאכן. אויסער ווען עס האט א סיבה וואס איז יעצט נוגע.
אל מעלת כבוד מנהל המערכת,
אחדשה"ט,
דער וואס ברענגט די אלטע זאכן פירט זיך אויף לויט די אידטיש סטאנדארטן, ער אטאקירט קיינעם נישט, און זאגט אפילו גארנישט בשעת ער ברענגט די אלטע זאכן,
ער לייגט סתם ארויף פיילס וואס ער פארמאגט אין זיין אוצר פון זאכן וואס האבן שייכות 'ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור', וואס איז זיכער אז נישט יעדער האט זיי שוין געזעהן, און עס זענען זיכער דא אזעלכע וואס זענען נהנה דערפון,
די וואס זענען נישט צופרידן דערפון, קען גיין צו די נעקסטע תגובה און מוז נישט דרוקן די לינק,
און בכלל קוקט מיר אויס אז די וואס רעדן זיך אפ דערויף, זייער פראבלעם קוקט נישט אויס אז דאס זאל זיין צוליב דעם וואס עס איז אלטע זאכן, נאר זיי האבן בעצם א פראבלעם מיט די זאכן וואס שטייט דארט, און ווי איך פארשטיי איז דאך אידטיש געווארן אוועקגעשטעלט מען זאל מעגן ארויפברענגען אלע צדדים פון א נושא ווילאנג עס איז אויף אן נארמאלע וועג,
איך מיין עס פאסט נישט פאר אידטיש מען זאל אוועקשטעלן תקנות וואס זאל צוימען די פרידאם אף ספיטש.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
קודם כל האב איך גערעדט פון די ווייטערע מוסדות, וואס דארט פאלגט מען מער אויס די פארלאנגען פון די רידזשענטס לימודים, און דארט לערנט מען זיכער פון טריפה'נע לימודים,Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:05 am
מיינע שוועסטער לערנען אין מוסדות (חסיד'ישע מוסדות אין ניו יארק סיטי) וואס נעמען רידזשענטס שוין כאטש צוואנציג יאר. מען לערנט דארט נישט קיין טריפה'נע זאכן. פאר די רידזשענטס ווייזט מען אן פאר די מיידלעך געוויסע שאלות וואס זיי זאלן אויסלאזן, וזהו.
אבער אפילו לגבי די ביסל חסידישע מוסדות אין נ.י. סיטי וואס לערנען רידזשענטס לעבט איר אויך אין טעות,
ווייל עס איז טאקע אמת אז די מער היימישע מוסדות פרובירן צו אויסלאזן אביסל פון די זאכן וואס זענען גאר געפערליך, אבער מען קען נישט אלעס אויסלאזן, און עס איז נישט מעגליך צו נעמען רידזשענטס אן לערנען כאטש אביסל טריפה'נע זאכן,
אויך ווערט דאס ווי יעדע יאר מער שווערער און שווערער צו אויספאפן, ווייל די רעגירונג קוקט מער און מער נאך וואס מען לערנט דארט,
אויך האב איך געזעהן לעסאנס פון א טיטשער אין א חסידישע מוסד וואס לערנט רידזשענטס, און מען לערנט דארט קלאר געוויסע טריפה'נע לימודים,
אויך האט מיר פארציילט א טאטע פון א חסידי'שע מוסד אין נ.י. סיטי וואס זיין טאכטער האט איהם געזאגט נאך די חתונה אז זי קען נישט מוחל זיי די מוסד פארוואס מען האט געמוזט לערנען די אלע טריפה'נע זאכן,
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך האב מיך דערמאנט א וויכטיגע זאך,totty האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 1:28 am לגבי נקודה נומער 2 איז יא קלאר אז אויב מען פייט נישט גייען זיי זיך מער מישן אפילו ביי ווייטערע מוסדות און אויך מיט עניני אמונה ועניני קדושה, און כהאב ערווענט בעיקר די נקודה אז פון די הונדערטער מוסדות וואס זענען היימיש וועט אסאך אוועקפאלן אויב די איינציגע וועג וואלט געווען טהרת הקודש.
אז פאר נקודה נומער 2 האבן מיר דאך שוין די פעדעראלע דיסרימינאציע אנקלאגע וואס פערל'ס האט אריינגעגעבן פאר די סיוויל רייטס אפיס אין וואשינגטאן,
ממילא פון דעם דארף מען שוין נישט מורא האבן ......
איינער ווייסט וואו האלט עס טאקע מיט די דיסקרימינאציע קלאגע?
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2116
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 7483
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:27 amקודם כל האב איך גערעדט פון די ווייטערע מוסדות, וואס דארט פאלגט מען מער אויס די פארלאנגען פון די רידזשענטס לימודים, און דארט לערנט מען זיכער פון טריפה'נע לימודים,Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:05 am
מיינע שוועסטער לערנען אין מוסדות (חסיד'ישע מוסדות אין ניו יארק סיטי) וואס נעמען רידזשענטס שוין כאטש צוואנציג יאר. מען לערנט דארט נישט קיין טריפה'נע זאכן. פאר די רידזשענטס ווייזט מען אן פאר די מיידלעך געוויסע שאלות וואס זיי זאלן אויסלאזן, וזהו.
אבער אפילו לגבי די ביסל חסידישע מוסדות אין נ.י. סיטי וואס לערנען רידזשענטס לעבט איר אויך אין טעות,
ווייל עס איז טאקע אמת אז די מער היימישע מוסדות פרובירן צו אויסלאזן אביסל פון די זאכן וואס זענען גאר געפערליך, אבער מען קען נישט אלעס אויסלאזן, און עס איז נישט מעגליך צו נעמען רידזשענטס אן לערנען כאטש אביסל טריפה'נע זאכן,
אויך ווערט דאס ווי יעדע יאר מער שווערער און שווערער צו אויספאפן, ווייל די רעגירונג קוקט מער און מער נאך וואס מען לערנט דארט,
אויך האב איך געזעהן לעסאנס פון א טיטשער אין א חסידישע מוסד וואס לערנט רידזשענטס, און מען לערנט דארט קלאר געוויסע טריפה'נע לימודים,
אויך האט מיר פארציילט א טאטע פון א חסידי'שע מוסד אין נ.י. סיטי וואס זיין טאכטער האט איהם געזאגט נאך די חתונה אז זי קען נישט מוחל זיי די מוסד פארוואס מען האט געמוזט לערנען די אלע טריפה'נע זאכן,
איך זאג דיר איין מוסד וואס איך ווייס פאר א פאקט בידיעה ברורה, זאגסטו מיר כלליות'דיגע סטעיטמענטס און דעקלעראציעס וואס מ'קען נישט איבערווייזן וואן וועי אר אינאדער, ווי אויך האסטו איין טאטע און איין טיטשער, און דאס דארף צו זיין א הוכחה אז 'אלע' מוסדות טוען די זעלבע אזש איינער וואס ווייסט פאר א פאקט פארקערט - אויף לכה"פ איין מוסד - לעבט גאר אין א טעות.
גאט איט.
(און אפילו כלפי די ווייטערע מוסדות, האסטו קודם אראפגעשטעלט אלס פאקט אז מען לערנט דארט אפיקורסות און ניבול "ווייל יעדע מוסד וואס נעמט רידזשענטס דארף לערנען די אלע טריפה'נע זאכן". יעצט האלט עס שוין אז " דארט לערנט מען זיכער פון טריפה'נע לימודים" בלשון השערה, היות דיין אזויגערופענע הוכחה (נעמען רידזשענטס) איז קיין הוכחה נישט.)
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך זאג דיר וואס איך ווייס פאר א פאקט בידיעה ברורה פון 'צוויי מוסדות', וואס איינס דערפון איז זאכן וואס איך האב 'אליין' געזעהן מיט 'מיינע אויגן',Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:10 am איך זאג דיר איין מוסד וואס איך ווייס פאר א פאקט בידיעה ברורה, זאגסטו מיר כלליות'דיגע סטעיטמענטס און דעקלעראציעס וואס מ'קען נישט איבערווייזן וואן וועי אר אינאדער, ווי אויך האסטו איין טאטע און איין טיטשער, און דאס דארף צו זיין א הוכחה אז 'אלע' מוסדות טוען די זעלבע אזש איינער וואס ווייסט פאר א פאקט פארקערט - אויף לכה"פ איין מוסד - לעבט גאר אין א טעות.
גאט איט.
זאגסטו מיר אז דאס וואס דו ווייסט פון 'איין מוסד' וואס דו האסט געהערט 'כלי שני' פון דיין שוועסטער (אויב דאס איז בכלל מאסגעבנד) איז א שטארקערע פאקט,
גאט איט.
איך האב נישט געוויסט אז 'דארט לערנט מען זיכער' איז א לשון השערה,Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:10 am (און אפילו כלפי די ווייטערע מוסדות, האסטו קודם אראפגעשטעלט אלס פאקט אז מען לערנט דארט אפיקורסות און ניבול "ווייל יעדע מוסד וואס נעמט רידזשענטס דארף לערנען די אלע טריפה'נע זאכן". יעצט האלט עס שוין אז " דארט לערנט מען זיכער פון טריפה'נע לימודים" בלשון השערה, היות דיין אזויגערופענע הוכחה (נעמען רידזשענטס) איז קיין הוכחה נישט.)
דו פרובירסט סך הכל צו פארדרייען מיינע ווערטער,
איך האב פון אנהויב אראפגעשטעלט א פאקט, און איך זאג נאך ווייטער אלץ א פאקט אז דארט מען טריפה'נע לימודים,
און איך האב גראדע אויך 'אליין' גערעדט מיט איינגעשטעלטע אין ווייטערע מוסדות,
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
זאל ער לייגן זיינע ארכיוון איבער חינוך ערגעץ אנדערש, עס קומט נישט אריין דא צום שמועס דא.פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:13 amמען קען אריינגעבן אן אמיקוס בריעף אויף די נושא?אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 10, 2025 7:30 pmביטע נישט פאוסטן קיין אלטע זאכן. אויסער ווען עס האט א סיבה וואס איז יעצט נוגע.
אל מעלת כבוד מנהל המערכת,
אחדשה"ט,
דער וואס ברענגט די אלטע זאכן פירט זיך אויף לויט די אידטיש סטאנדארטן, ער אטאקירט קיינעם נישט, און זאגט אפילו גארנישט בשעת ער ברענגט די אלטע זאכן,
ער לייגט סתם ארויף פיילס וואס ער פארמאגט אין זיין אוצר פון זאכן וואס האבן שייכות 'ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור', וואס איז זיכער אז נישט יעדער האט זיי שוין געזעהן, און עס זענען זיכער דא אזעלכע וואס זענען נהנה דערפון,
די וואס זענען נישט צופרידן דערפון, קען גיין צו די נעקסטע תגובה און מוז נישט דרוקן די לינק,
און בכלל קוקט מיר אויס אז די וואס רעדן זיך אפ דערויף, זייער פראבלעם קוקט נישט אויס אז דאס זאל זיין צוליב דעם וואס עס איז אלטע זאכן, נאר זיי האבן בעצם א פראבלעם מיט די זאכן וואס שטייט דארט, און ווי איך פארשטיי איז דאך אידטיש געווארן אוועקגעשטעלט מען זאל מעגן ארויפברענגען אלע צדדים פון א נושא ווילאנג עס איז אויף אן נארמאלע וועג,
איך מיין עס פאסט נישט פאר אידטיש מען זאל אוועקשטעלן תקנות וואס זאל צוימען די פרידאם אף ספיטש.
אדער קען ער לייגן אלעס אויף איינמאל און נעקסט, וואס איז פשט פון וועכענטליך ברענגן אלטע זאכן כאילו ער ברענגט עפעס חדשות??
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2116
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 7483
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:43 amאיך זאג דיר וואס איך ווייס פאר א פאקט בידיעה ברורה פון 'צוויי מוסדות', וואס איינס דערפון איז זאכן וואס איך האב 'אליין' געזעהן מיט 'מיינע אויגן',Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:10 am איך זאג דיר איין מוסד וואס איך ווייס פאר א פאקט בידיעה ברורה, זאגסטו מיר כלליות'דיגע סטעיטמענטס און דעקלעראציעס וואס מ'קען נישט איבערווייזן וואן וועי אר אינאדער, ווי אויך האסטו איין טאטע און איין טיטשער, און דאס דארף צו זיין א הוכחה אז 'אלע' מוסדות טוען די זעלבע אזש איינער וואס ווייסט פאר א פאקט פארקערט - אויף לכה"פ איין מוסד - לעבט גאר אין א טעות.
גאט איט.
זאגסטו מיר אז דאס וואס דו ווייסט פון 'איין מוסד' וואס דו האסט געהערט 'כלי שני' פון דיין שוועסטער (אויב דאס איז בכלל מאסגעבנד) איז א שטארקערע פאקט,
גאט איט.
איך האב נישט געזאגט אז אין קיין איין מוסד וואס נעמט רידזשענטס לערנט מען נישט, ווייל איך ווייס נישט. איך ווייס אבער יא אז די הנחה וואס דו האסט אראפגעשטעלט אז יעדע מוסד לערנט, איז שקר.
דו טענה'סט אבער ווייטער אז היות דו ווייסט בידיעה ברורה אז אין צוויי מוסדות לערנט מען יא, מיינט עס אז אין אלע מוסדות וואס נעמען רידזשענטס לערנט מען יא אזש איך לעב אין א טעות.
שטימט?
Off Topic
דרך אגב, אן קיין שייכות מיט די נושא בכלל, איר האט שוין אמאל געמאכט א טעות? איז בכלל שייך אזא מציאות אז איר זאלט זיך טועה זיין?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אנטשולדיגט פארטריבן כהאב נישט צייט אויפציזיין ביז נאכן נץ אזוי ווי אייך פאר א תגובה קטנה אויף א זייטל
כמיין סאיז גענוג די 6 נקודות למי שמבקש האמת אז די געריכט יעצט איז איין זאך הצלת החינוך
זייט מיר מוחל אז כהאב (דערווייל) נישט געליינט אפילו אלע 20 תגובות פון אייך..
כמיין סאיז גענוג די 6 נקודות למי שמבקש האמת אז די געריכט יעצט איז איין זאך הצלת החינוך
זייט מיר מוחל אז כהאב (דערווייל) נישט געליינט אפילו אלע 20 תגובות פון אייך..
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 894
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1530
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואס איז שייך צו זאגן,פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:44 amווער עס האט נישט געזעהן אין די נ.י. טיימס העצע און אזוי אויך אלע אנדערע מידיע העצערייען, און אלע רדיפות פון יאפפעד, און אויך ביי די יעצטיגע נייע געריכט וואס די קאמישאנער ברענגט אן עקזיביט פון די שווערע מיליאנען וואס די מוסדות באקומען, אז די עיקר וויאזוי זיי ווילן אויפרייצן און באקומען סימפאטיע אין די גוי'אישע גאס קעגן אונזער ערליכע חינוך איז בעיקר דורכדעם וואס זיי ברענגען אראפ די אלע צענדליגע מיליאנען וואס מען שנארט ארויס פון די גאווערמענט,הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:29 am ווער עס האלט אז דער נ"י טיימס העצע, וואס רייצט אויף דער בער, און אלע רדיפות פון יאפעד און די סטעיט, גייט זיך אפשטעלן ווען מען גייט אויפהערן נעמען פאנדינג, און מען גייט מאכן אומלעגאלע מוסדות פאר צענדליגער טויזענטער קינדער, לעבט אין דענייעל.
דער לעבט אין דענייעל, אדער קען ער נישט ליינען קיין ענגליש,
חוץ אויב מען וועט זאגן אז @הלבלר בקולמסו איז א גרעסערע צדיק וקדוש און מנהיג הדורות און פארשטייט בעסער ווי רבינו הק' מסאטמאר זי"ע וואס האט געזאגט בשעתו פאר די הנהלת המוסדות אין מאנטריאל, אז אויב מען וועט נישט נעמען פון זיי דאן וועלן זיך נישט אריינמישן.
ער איז נעבעך געווען ארומגענומען מיט א קליקע, וואס האבן אים מיאוס פארנארט...
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 894
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1530
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ריקאלקעלעיטינג....
-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 427
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1401
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואס מיינט דאס זיי מסביר ביטע
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ווען איך האב געליינט די מאושען מוצ"ש האב איך געזעהן אז עס האט אפאר טייפאגרעפיקל מיסטעיקס, און דאס מיינט 'ריטוירנד פאר קאררעקשאן', און נישט קיין ריקאלקעלעטינג.
עס קוקט אויס אז מען האט זיך זייער געיאגט פרייטאג ווייל מען האט עס געמוזט פיילן נאך פארן זמן (עס איז טאקע ארויף בערך ביים ערשטן פייף), איז צוליב די יאגעניש האט מען פארזעהן אפאר גרייזן,
ווען עס וועט צוריק ארויפגיין די פארראכטענע וועל איך קענען פארגלייכן די צוויי ווערסיעס.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
שוין לאנג צוריק ארויף...פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 2:33 pmווען איך האב געליינט די מאושען מוצ"ש האב איך געזעהן אז עס האט אפאר טייפאגרעפיקל מיסטעיקס, און דאס מיינט 'ריטוירנד פאר קאררעקשאן', און נישט קיין ריקאלקעלעטינג.
עס קוקט אויס אז מען האט זיך זייער געיאגט פרייטאג ווייל מען האט עס געמוזט פיילן נאך פארן זמן (עס איז טאקע ארויף בערך ביים ערשטן פייף), איז צוליב די יאגעניש האט מען פארזעהן אפאר גרייזן,
ווען עס וועט צוריק ארויפגיין די פארראכטענע וועל איך קענען פארגלייכן די צוויי ווערסיעס.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יעט ביזטו שוין א מודה במקצת, אז עס זענען דא מוסדות וואס נעמען רידזשענטס, וואו מען לערנט דארט יא די טריפה'נע לימודים וואס ווערן פארלאנגט,Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 11:29 am► Show Spoiler
איך האב נישט געזאגט אז אין קיין איין מוסד וואס נעמט רידזשענטס לערנט מען נישט, ווייל איך ווייס נישט. איך ווייס אבער יא אז די הנחה וואס דו האסט אראפגעשטעלט אז יעדע מוסד לערנט, איז שקר.
דו טענה'סט אבער ווייטער אז היות דו ווייסט בידיעה ברורה אז אין צוויי מוסדות לערנט מען יא, מיינט עס אז אין אלע מוסדות וואס נעמען רידזשענטס לערנט מען יא אזש איך לעב אין א טעות.
שטימט?
Off Topicדרך אגב, אן קיין שייכות מיט די נושא בכלל, איר האט שוין אמאל געמאכט א טעות? איז בכלל שייך אזא מציאות אז איר זאלט זיך טועה זיין?
ס"ה ווילסטו 'פארקויפן' אז דו האסט געטראפן 'איין' חסידישע מוסד וואס מען לאזט אויס אפאר קשיות פון די טעסטס.
גראדע, לויט ווי איך זעה דיין געשרייבאכטס אין אנדערע נושאים, ביזטו אויפגעוואקסען אין א היימישע סאטמארע שטוב, ממילא הייב איך אן מסופק זיין אין די גאנצע מעשה וואס דו האסט פארקויפט אז דיינע שוועסטערס האבן געלערנט רידזשענטס, אז דאס שטימט נישט מיטן מציאות, ווייל ווי באקאנט איז דער רבי זי"ע געווען גאר שארף דערקעגן,
און דרך אגב,
יא איך האב שוין געמאכט אמאל א טעות, און נישט געהאט קיין פראבלעם מודה צו זיין ברבים,
איך בין נישט זיכער אז דו קענסט זאגן די זעלבע,
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2116
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 7483
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:10 pmיעט ביזטו שוין א מודה במקצת, אז עס זענען דא מוסדות וואס נעמען רידזשענטס, וואו מען לערנט דארט יא די טריפה'נע לימודים וואס ווערן פארלאנגט,Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 11:29 am► Show Spoiler
איך האב נישט געזאגט אז אין קיין איין מוסד וואס נעמט רידזשענטס לערנט מען נישט, ווייל איך ווייס נישט. איך ווייס אבער יא אז די הנחה וואס דו האסט אראפגעשטעלט אז יעדע מוסד לערנט, איז שקר.
דו טענה'סט אבער ווייטער אז היות דו ווייסט בידיעה ברורה אז אין צוויי מוסדות לערנט מען יא, מיינט עס אז אין אלע מוסדות וואס נעמען רידזשענטס לערנט מען יא אזש איך לעב אין א טעות.
שטימט?
Off Topicדרך אגב, אן קיין שייכות מיט די נושא בכלל, איר האט שוין אמאל געמאכט א טעות? איז בכלל שייך אזא מציאות אז איר זאלט זיך טועה זיין?
ס"ה ווילסטו 'פארקויפן' אז דו האסט געטראפן 'איין' חסידישע מוסד וואס מען לאזט אויס אפאר קשיות פון די טעסטס.
יעצט וויאזוי ווענדט דאס אפ וואס איך האב געשריבן כלפי די ווייטערע מוסדות? וואס דארט ביזטו מודה אז דו האסט נישט קיין שום ידיעה.
גראדע, לויט ווי איך זעה דיין געשרייבאכטס אין אנדערע נושאים, ביזטו אויפגעוואקסען אין א היימישע סאטמארע שטוב, ממילא הייב איך אן מסופק זיין אין די גאנצע מעשה וואס דו האסט פארקויפט אז דיינע שוועסטערס האבן געלערנט רידזשענטס, אז דאס שטימט נישט מיטן מציאות, ווייל ווי באקאנט איז דער רבי זי"ע געווען גאר שארף דערקעגן,
און דרך אגב,
יא איך האב שוין געמאכט אמאל א טעות, און נישט געהאט קיין פראבלעם מודה צו זיין ברבים,
איך בין נישט זיכער אז דו קענסט זאגן די זעלבע,
האלאו, דריי נישט קיין קאפ! ווייז מיר אן איין פאוסט וואו איך האב געשריבן, אדער אפילו אנגעדייטעט, אז קיין איין מוסד וואס נעמט רידזשענטס לערנט נישט קיין טריפה'נע לימודים! איך האב בלויז געשריבן וואס איך ווייס בנוגע איין ספעציפישע מוסד, און דו האסט נישט די מינדעסטע ראי' דערקעגן אבער דאס האלט דיר נישט צוריק פון דערקלערן אלס 'פאקט' אנדערש ווייל אזוי האסטו באשטימט (און 'איך' בין גאר דער וואס חוש'ט), ווי די באקאנטע סטעיטמענט גייט "Don't confuse me with facts. I've already made up my mind." איך פלאן בלי נדר נישט צו פירן ווייטער דעם שמועס ווייל עס איז ברור אז אויסער וואס איר זענט נישט אינטערעסירט אין פאקטן וואס שטימען נישט מיט אייער אגענדע (בעסער געזאגט: איר דערקלערט זיי אויס פאקט ומי יבא אחר...) זענט איר א פראפעסיאנאלער ספינער.
(אגב, וויאזוי ווערט ספינען דערמאנט אין די תורה? ולא תשקרו.)
די שטוב ווי איך בין אויפגעוואקסן איז סאטמאר בשיטה, אבער נישט אין חסידות/קהילה. איך האב געלערנט טייל פון מיינע יארן אין סאטמארע מוסדות און טייל אין אנדערע, אבער מיינע שוועסטער האבן אין קיין סאטמארע מוסד נישט אריינגעטראטן.
און יא, איך האב שוין מער ווי איין מאל מודה געווען ברבים אז איך האב זיך טועה געווען, און נישט נאר ביים שרייבן פארשלייערט אונטער א ניק. איך לייג ארויף א שטיקל פון א דרשה וואס איך האב לעצטנס געזאגט אין א פולן ביהמ"ד וואס אינמיטן האב איך זיך געכאפט אז איך האב זיך טועה געווען מיט א נקודה און איך האב זיך פארראכטן.
- פיילס
-
- טעות.mp3
- (41.8 KiB) דאונלאודעד 94 מאל
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ריכטיג, ווען מוסדות וואס נעמען פאנדינג, און פארלעצן דעם געזעץ וועט אוודאי ווערן א גרעסערע טומעלהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:29 am מ'האט שוין געזען ביי קאוויד, ווען די "טהרת הקודש" מוסדות האבן געמאכט חדרים אינדערהיים, איז עס קיינעם נישט אנגעגאנגען.
אבער ווען "סאטמאר" האט געמאכט, זענען געווען פאליציי אויף די דעכער...
ווער עס האלט אז דער נ"י טיימס העצע, וואס רייצט אויף דער בער, און אלע רדיפות פון יאפעד און די סטעיט, גייט זיך אפשטעלן ווען מען גייט אויפהערן נעמען פאנדינג, און מען גייט מאכן אומלעגאלע מוסדות פאר צענדליגער טויזענטער קינדער, לעבט אין דענייעל.
בנוגע דעם ניו יארק טיימס, אין זייער ארטיקל וואס זיי האבן געדרוקט א טאג איידערן שטימען פאר די נייע גיידליינס, האט זיך די קעפל געליינט ווי פאלגענד:
In Hasidic Enclaves, Failing Private Schools Flush With Public Money
New York’s Hasidic Jewish religious schools have benefited from $1 billion in government funding in the last four years but are unaccountable to outside
oversight.New York’s Hasidic Jewish religious schools have benefited from $1 billion in government funding in the last four years but are unaccountable to outside
וואוסענדיג אז דאס רעגט די מערסטע אויף דעם גוי, אז די נעמסט געלט און די שטעלסט דיך נישט צו צום געזעץ
און עס האט טאקע ליידער פיין געארבייט, ווען אלע 17 רידשענטס האבן א טאג דערויף באשטעטיגט די נייע חינוך גיידליינס אונטער אן אויגנבליק
דער טיימס ארטיקל האט באקומען טויזענטער קאמענטס, אזש די טיימס האט עס געמוזט אפשליסן, זייער אסאך קאמענטירער האבן געגאסן פעך און שוועבל, אויף די נקודה, ווילסט נישט לערנען דאס וואס מען בעט פון דיר, פיין, אבער נעם נישט קיין טעקס פעיאר מאני
-
חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6340
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51737
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
@הלבלר בקולמסו ביטע שיק מיר אין אישי די מעסידזש
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2451
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8108
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
כהאב יעצט געוואלט שרייבן די זעלבע זאך, אבער פארוואס אין אישי?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:57 pm @הלבלר בקולמסו ביטע שיק מיר אין אישי די מעסידזש
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 22084
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אויפ'ן אינציאטיוו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (סאטמאר מהר"א) איז נארוואס אפגעהאלטן געווארן א גאר עהרנפולע באזוך אין "מחנה בית רחל" וואו די 2,500 סאטמאר'ע תלמידות - וועלכע וויילן אצינד אין קעמפ אויפ'ן צווייטן העלפט זומער - האבן אויפגענומען בכבוד גדול די ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול, און איר אפגעגעבן דעם פאסיגן כבוד מלכים און דעם אויסטערלישער הכרת הטוב און יישר כח פאר איר געוואגטע הילף וואס די גאווערנאר האט באוויזן צו שענקען פאר די מוסדות התורה, ביים היסטארישער דערגרייכונג מיט'ן באשטעטיגן דעם נייעם "חינוך ביל" אין אלבאני טראץ אלע ארטיגע בייזע ווינטן.
viewtopic.php?p=197438#p197438
viewtopic.php?p=197438#p197438
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
-
חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6340
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51737
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די ביל איז נאך רעלעוואנטע נייעס ?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 5:00 pm אויפ'ן אינציאטיוו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (סאטמאר מהר"א) איז נארוואס אפגעהאלטן געווארן א גאר עהרנפולע באזוך אין "מחנה בית רחל" וואו די 2,500 סאטמאר'ע תלמידות - וועלכע וויילן אצינד אין קעמפ אויפ'ן צווייטן העלפט זומער - האבן אויפגענומען בכבוד גדול די ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול, און איר אפגעגעבן דעם פאסיגן כבוד מלכים און דעם אויסטערלישער הכרת הטוב און יישר כח פאר איר געוואגטע הילף וואס די גאווערנאר האט באוויזן צו שענקען פאר די מוסדות התורה, ביים היסטארישער דערגרייכונג מיט'ן באשטעטיגן דעם נייעם "חינוך ביל" אין אלבאני טראץ אלע ארטיגע בייזע ווינטן.
viewtopic.php?p=197438#p197438
Image_20250811_163138_008 copy.jpg
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
זייט מסביר אייער שאלהחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 5:07 pmדי ביל איז נאך רעלעוואנטע נייעס ?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 5:00 pm אויפ'ן אינציאטיוו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (סאטמאר מהר"א) איז נארוואס אפגעהאלטן געווארן א גאר עהרנפולע באזוך אין "מחנה בית רחל" וואו די 2,500 סאטמאר'ע תלמידות - וועלכע וויילן אצינד אין קעמפ אויפ'ן צווייטן העלפט זומער - האבן אויפגענומען בכבוד גדול די ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול, און איר אפגעגעבן דעם פאסיגן כבוד מלכים און דעם אויסטערלישער הכרת הטוב און יישר כח פאר איר געוואגטע הילף וואס די גאווערנאר האט באוויזן צו שענקען פאר די מוסדות התורה, ביים היסטארישער דערגרייכונג מיט'ן באשטעטיגן דעם נייעם "חינוך ביל" אין אלבאני טראץ אלע ארטיגע בייזע ווינטן.
viewtopic.php?p=197438#p197438
Image_20250811_163138_008 copy.jpg
-
חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6340
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51737
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
שווער צו פארשטיין?היימיש האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 5:10 pmזייט מסביר אייער שאלהחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 5:07 pmדי ביל איז נאך רעלעוואנטע נייעס ?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 5:00 pm אויפ'ן אינציאטיוו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (סאטמאר מהר"א) איז נארוואס אפגעהאלטן געווארן א גאר עהרנפולע באזוך אין "מחנה בית רחל" וואו די 2,500 סאטמאר'ע תלמידות - וועלכע וויילן אצינד אין קעמפ אויפ'ן צווייטן העלפט זומער - האבן אויפגענומען בכבוד גדול די ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול, און איר אפגעגעבן דעם פאסיגן כבוד מלכים און דעם אויסטערלישער הכרת הטוב און יישר כח פאר איר געוואגטע הילף וואס די גאווערנאר האט באוויזן צו שענקען פאר די מוסדות התורה, ביים היסטארישער דערגרייכונג מיט'ן באשטעטיגן דעם נייעם "חינוך ביל" אין אלבאני טראץ אלע ארטיגע בייזע ווינטן.
viewtopic.php?p=197438#p197438
Image_20250811_163138_008 copy.jpg
מיין שאלה איז אויב די ביל איז נאך נוגע, צו ס'האט עפעס אויפגעטון למעשה אדער נישט
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואס הייסט אויב עס איז נוגע?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 5:16 pmשווער צו פארשטיין?
מיין שאלה איז אויב די ביל איז נאך נוגע, צו ס'האט עפעס אויפגעטון למעשה אדער נישט
די גאנצע בארשעוו געריכט איצט דרייט זיך ארום דעם נייעם געזעץ ביל, אז די דריי מוסדות ווילן אויך קענען נוצן דעם נייעם ביל , און אדאנק דעם וואס די ריכטער האט געגעבן א TRO האבן זיי ביזדערווייל צוריקבאקומען זייערע פאנדינג
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
עפעס זיכער די שאלה איז צי אינגאנצן אדער נישטחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 5:16 pmשווער צו פארשטיין?
מיין שאלה איז אויב די ביל איז נאך נוגע, צו ס'האט עפעס אויפגעטון למעשה אדער נישט
דהיינו סאיז קלאר אינעם געזעץ אז זיי מוזן לאזן נעמען כשרע טעסט וואס שטימט מיט אונזער רעליגיע און מסורה קולטור אפילו וואס זיי אפראוון נישט און נאך ענליכע נקודות
אויך איז לכאורה קלאר אז פאר 2032 קענען זיי נישט אפירנעמען א מוסד בכלל
די שאלה איז נאר צי מוועט קענען ווייטער מסר'ן אז מלערנט נישט אלע סובדשעקטס, ווייל די סטעיט טענהט אז מדארף ווייטער לערנען, אבער האפענטליך וועט געריכט קלארשטעלן דאס וואס שטייט גאנץ קלאר אינעם געזעץ -אבער די סטעיט וויל עס לייקענען- אז מקוקט נאר אויף די אוטקאם נישט אויף די לימודים, און אז איינער וואס גיבט די כשרע טעסטס איז שוין אויך קלאר מסודר און מקען מער גארנישט פארלאנגען פון אים מער ווי דעם.