אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 63
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
- Location: new york
- x 25
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
חלום חלמתי געשריבן:
סאו מהר"א האט געארבעט פאר א געזעץ וואס וועט אפיציעל לאזן פאלן זייער מוסד אין בארא פארק. סימן טוב ומזל טוב נישט טרעסאנט צו ליינען ווייטער אפילו...
חלום חלמתי געשריבן: וואס האסטו דעיס פארמעקט?
זעהט אויס ס'יא געווען אינטרעסאנט פאר אייך צו ליינען ווייטער...

- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 546
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 803
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
כ'אב דאך געדארפט גיין נאכקוקן וואס ער וויל דא צענזורירן...קיין מיינונג האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 2:16 am חלום חלמתי געשריבן:
סאו מהר"א האט געארבעט פאר א געזעץ וואס וועט אפיציעל לאזן פאלן זייער מוסד אין בארא פארק. סימן טוב ומזל טוב נישט טרעסאנט צו ליינען ווייטער אפילו...
חלום חלמתי געשריבן: וואס האסטו דעיס פארמעקט?
זעהט אויס ס'יא געווען אינטרעסאנט פאר אייך צו ליינען ווייטער...
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2770
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6435
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דער דורותינו די וואך איז לדעתי איבערגעשטיגן דעם שטירמער. איך מיין אז יעדער ווייסט אז איך גלייך צורעדן רואיג אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן. מען שרייבט אראפ א גאנצע געשיכטע געבויט לכולי עלמא אויף א שיינע השערה, און מען צולייגט עס נאך אזוי מיט אלע קליפערלעך ווי עס וואלט געווען א מעשה שהיה. נאצי דייטשלאנד פלעגט טוןדי זעלבע אויף אידן. איך ווייס נישט פארוואס מען האלט אז זיי האבן געטון עפעס ראנג אויב טוט מען די זעלבע.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 255
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 179
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יא יא ווען ס'שטימט נישט מיט די אייגענע אגענדע דעמאלטס פלאצט עס, סתם אזוי איז דא א היבשע פארשטענדעניש און צוזאמארבייט צווישן די צוויי פראקציעס,(אפילו אין דעם ארטיקל אליין אויך).Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 10:41 am דער דורותינו די וואך איז לדעתי איבערגעשטיגן דעם שטירמער. איך מיין אז יעדער ווייסט אז איך גלייך צורעדן רואיג אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן. מען שרייבט אראפ א גאנצע געשיכטע געבויט לכולי עלמא אויף א שיינע השערה, און מען צולייגט עס נאך אזוי מיט אלע קליפערלעך ווי עס וואלט געווען א מעשה שהיה. נאצי דייטשלאנד פלעגט טוןדי זעלבע אויף אידן. איך ווייס נישט פארוואס מען האלט אז זיי האבן געטון עפעס ראנג אויב טוט מען די זעלבע.
דורותינו איז אזוי וואך איין וואך אויס, עס האט אין זיך אלעס, עס איז א פולשטענדיגער קאפיע פון די שטירמער מיט העצעריי און ספינעריי, די משכילי'שע טיפ ליצנות, און די מזרחיסטישע ציוניסטישע שפראך פון: די רעגירונג איז פארלוירן, צומישט, צעווילדעוועט, מאכטלאז וכו' וכו' א דירעקטער איבערזעצונג פון די היטלער באיקאט שפראך.
און טאקע צוליב דעם איז מיר דאס יא אינטערעסאנט צו לייענען ווען אסאך מאל זעה איך ווי אמת'ע ערליכע אידן זענען נעבעך פארכאפט דארט און קען אסאך מאל וויי טוהן, און כ'לייען דעם דורותינו און כ'זעה מיט וואספארא נידריגע משחיתים מען האט באמת צו טוהן געט דאס א שטארקע חיזוק.
דורותינו איז מלא ליגנדס סתירות און השחתה באופן מבהיל, עס וואלט כדי געווען צו עפענען א באזונדערע אשכול בלויז פאר דורותינו, ווי מען קען דאס געהעריג דיקוסירן, כ'בין זיכער איר וועט שטוינען
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
@מיטב הגיון, קריינא דאיגרתא, אפשר עפנט איר טאקע א באזונדערע אשכול וואו איר וועט אויפווייזן אלע סתירות און השחתה פון דורותינו.
זאל זיך טאקע דער עולם אליין איבערצייגן די געפערליכע השחתה....
אגב, איך האב נישט געוואוסט אז אין די שטירמער פלעגט שטיין ארטיקלען צו ווארענען די ערליכע אידן זיי זאלן נישט ווערן פארכאפט מיט די דייטשע שטודירטע לויטע, און אז די משכילים פלעגן כסדר האקן קעגן לערנען לימודי חול און אקעגן זיך אונטערגעבן פאר די רעגירונג פארלאנגען...
עס וואלט געווען זייער אינטערעסאנט איר זאלט ברענגן אזעלכע שטירמער און משכילישע שטיקלעך......
איך וואלט ווען ענדערש געזאגט אז די אלע היינטיגע וואל קאמפיין מסעדזשעס צווישן די היימישע ציבור זענען מזרח'יסטישע ציוני'סטישע סטייל כחי ועוצם ידי....

- פאוסטס: 207
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
- x 227
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
כ'האב עס געטראכט די ערשטע מינוט אבער יכול להיות אז סאטמאר ב"פ וועט זיך א עצה געבן מיט לייגן די נעמען אין א אנדערע בנין וכו ווייל עס איז גענוג א גרויסע מוסד מיט גענוג ברענטשעס משא"כ די אנדערע, עס איז בכלל מעגליך די טעאריע?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 8:38 pm סאו מהר"א האט געארבעט פאר א געזעץ וואס וועט אפיציעל לאזן פאלן זייער מוסד אין בארא פארק. סימן טוב ומזל טוב נישט טרעסאנט צו ליינען ווייטער אפילו...
די נייעס קוקט אויס האראויפשטעלנד און ארויסגעזויגן פון די פינגער, אבער די ברענעדיגע שאלה וועגן די רציחה און די אנדערע שאלות זענען אזוי שטארק און דאס פארענטפערט עס אזוי שיין אז איך הייב שוין אן צו טראכטן אז יש דברים בגוי...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6612
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15258
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פארפאלן
גוט איז גוט
איך האב הנאה פון דורותינו די וואך
גוט איז גוט
איך האב הנאה פון דורותינו די וואך
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4885
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14587
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
האלאו... דו הייבסט אן סאונדן ווי א צמח שבצמח...פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 12:27 am אבער פאר די גזירת החינוך זעהט מען נאכנישט דערווייל אויפן האריזאנט עפעס א געהעריגע ריוח פונעם דיעל..... און דער 'נצח שבנצח' איז מעגליך ווערט א 'רעטעך שברעטעך'...
ובפרט אויב דאס פארשווייגען און לאזן דורכגיין די רציחה ביל איז א חלק פונעם דיעל, דאן האב איך מורא אז דער 'נצח שבנצח' ווערט גאר א 'רצח שברצח'.....
ווען דו פארבינדסט אלע אנגייענדע מערכות מיט די עסקנים און עסטעבלישמענט ווי איין גרויסע קאנספיראציע, זאלסטו נישט נאכדעם בלעימען תהילים איד פארן רעדן פון וואקסינען.
לאזן דורכגיין... כאילו די עסקנים, וועלכע האבן געדארפט שפייען בלוט פאר עטליכע יאר ביזן קוים מיט צרות דורכשטופן א לעגיסלאציע, האבן א וועטאו מאכט צו בלאקירן א ביל, וועלכע קען מעגליך אין די עתיד שטעלן א סכנה, און זיי זענען איינגעגאנגען דאס דורכצולאזן ווייל מגיבט זיי א חינוך געזעץ.
העלאו? איינער איז דא?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
מען קען מיינען אז מען פארבינדט דא אלע אנגייענדע מערכות,שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 12:12 am ווען דו פארבינדסט אלע אנגייענדע מערכות מיט די עסקנים און עסטעבלישמענט ווי איין גרויסע קאנספיראציע, זאלסטו נישט נאכדעם בלעימען תהילים איד פארן רעדן פון וואקסינען.
מען רעדט דא ס"ה פון צוויי נושאים וואס זענען געלאפן אין די זעלבע צייט אינעם סטעיט סענאט, איז מאי כל הרעש וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז דא איז געווען א שמור לי ואשמור לך,
און גראדע נישט איך בין דער וואס האט דאס פארבינדען, אינעם שכינות'דיגן צימער וואו מען האט דן געווען איבער דעם רציחה ביל האט מען שוין לאנג דערמאנט דערוועגן,
און בעיקר די נאכאנאנדע השתקה, וואס מען האט פרובירט מיט אלע כוחות צו פארשטיקן און שטיל מאכן אלע וואס האבן געוואלט אויפוועקן דעם ציבור צו די סכנה, איז אזוי שטארק בולט געווען, אז עס האט נישט קיין שום אנדערע שכל'דיגע הסבר, און עס גייט בכלל נישט אריין בגדר קאנספיראציע.
קודם כל, יא וועטאו מאכט נישט וועטאו מאכט, דאס איז נישט קיין שום תירוץ פאר די געפערליכע השתקה וואס מען האט געמאכטשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 12:12 am לאזן דורכגיין... כאילו די עסקנים, וועלכע האבן געדארפט שפייען בלוט פאר עטליכע יאר ביזן קוים מיט צרות דורכשטופן א לעגיסלאציע, האבן א וועטאו מאכט צו בלאקירן א ביל, וועלכע קען מעגליך אין די עתיד שטעלן א סכנה, און זיי זענען איינגעגאנגען דאס דורכצולאזן ווייל מגיבט זיי א חינוך געזעץ.
ווייל מען איז בכל אופן מחוייב ארויסצוברענגען 'ברבים' אונזער קענערשאפט, אפגעזעהן צו מען האט א וועטאו מאכט אדער נישט
ובפרט ווען אין די גויאישע גאס טוען די אנשטענדיגע אוה"ע פארפירן דערקעגן, דאן איז א געפערליכע חילול השם אויב די היימישע ווארטזאגער קומען נישט ארויס מיט א וויי געשריי 'ברבים', ובפרט ווען עס איז בולט אז נאר דא ביי די פאר היימישע פלעצער האט מען עס טיף באגראבן, בשעת ווען אנדערע אידישע ארגאניזאציעס אפילו מער ווייטערע קרייזן האבן דאס יא גאר שארף פארדאמט, הלא דבר הוא...
און אויף אזויפיל האט מען זיכער א כח אז דער אייגענער אריינגעוועלטער סקופיס וואס איז געווען איינער פון די קא-ספאנסארס, אויף איהם וואלט מען דאך זיכער געקענט האבן אן השפעה.
נאכדערצו ווען מען זעהט מיט ווי ווייניג שטימעס עס אריבער, אויב וואלט מען ווען ארייגעלייגט גענוג כוחות וואלט מען זיכער געקענט אראפנעמען אפאר וואוטס און עס וואלט נישט אדורך.
אבער אז דו רעדסט שוין פון וועטאו מאכט,
לויט ווי די עסקנים האלטן זיך אין איין אויפטוהן פון זייער כח הבלאק וואוט, דארפן זיי ווען טאקע יא האבן א וועטאו מאכט
ווייל אויב נישט פארשטיי איך נישט ווען ארבעט יא די כח הבלאק וואוט און ווען נישט?
ובפרט נאכן פאלגן די דעת תורה און אריינוועלן גאווערנאר האוקעל האבן דאך די עסקנים זיכער א וועטאו מאכט
ווייל די גאווערנער איז דאך אנגעוויזן אויף אונזער בלאק וואוט, ווי אויך אלע דעמאקראטן, ממש אז זיי קומען צולויפן און בוקן זיך אויף די קניען צו באקומען אונזערע שטימען, און זענען גרייט דערפאר אלעס נאכצוגעבן
אזויווי עס איז געווען פראפאגאנדירט אין די היימשטאט ביילאגע נאך די נייע בודזשעט איז אדורך
שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 15, 2025 10:53 am
Heimshtut 0433 Amoir - Chinuch Edition - Compressed.pdf
Heimshtut 0433 Amoir - Chinuch Edition - Compressed.pdf
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2770
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6435
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
@פארטריבן וואס מאכט אייך טראכטן אז מיט א בלאק וואוט קען מען טון וואס מען וויל? אפשר מיינט איר אז מען קען מאכן ניו יארק אלס א 'זערא שטייערן' סטעיט אויך? אונזער חינוך קענען מיר ענדערשט פאדערן ווי אנדערע זאכן וואס די גויים טוען פאר זיך. עס שיינט טאקע אז מיט שכל קומט מען אן ווייט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אפשר ברענגט איר א קאפי פון דעם רציחה ביל וואו עס שטייט אז דער געזעץ איז נאר חל אויף גויים?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 2:04 pm @פארטריבן וואס מאכט אייך טראכטן אז מיט א בלאק וואוט קען מען טון וואס מען וויל? אפשר מיינט איר אז מען קען מאכן ניו יארק אלס א 'זערא שטייערן' סטעיט אויך? אונזער חינוך קענען מיר ענדערשט פאדערן ווי אנדערע זאכן וואס די גויים טוען פאר זיך. עס שיינט טאקע אז מיט שכל קומט מען אן ווייט.
יעדער נארמאלער בר דעת פארשטייט אז דאס איז נוגע יעדן פערזאן אין ניו יארק סטעיט, זייט נישט פלוצלינג אזא תם, און מאכט אייך נישט אזוי נאאיוו כאילו דאס איז עפעס וואס איז נוגע נאר פאר גויים, גייט אריבער אינעם דערנענבדיגן צימער און ליינט איבער אלעס וואס מען האט אויסגעשמועסט איבער די נושא באריכות.
איר ווייסט זייער גוט וואס מען קען אויפטוהן (אויב מען וויל....) מיט א בלאק וואוט אויסער פייפליין...
און מאכט אייך נישט אזוי ת'מעוואטע כאילו מען האט דא גערעדט פון מאכן ניו יארק אלץ א 'זערא שטייערן'.
ובעיקר די קשיא שאין לה פירכא, נישט קיין חילוק צי מען וואלט אויפגעטון אדער נישט, וואס איר האט בכלל נישט פארענטפערט,
פארוואס האט מען נישט געטארט ארויסברענגען אונזער קעגנערשאפט בשום אין אופן?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
@פארטריבן ביטע נישט פארדרייען די טעמע דא, דא איז די חינוך טעמע נישט איבער יענעם ביל דא א עקסטערע טעמע אויף יענע ביל
אלע טענות אויף די עסקנים פארוואס זיי האבן נישט געטוען איבער יענעם ביל ביטע גיי אהין
אלע טענות אויף די עסקנים פארוואס זיי האבן נישט געטוען איבער יענעם ביל ביטע גיי אהין
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 186
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 115
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
היינט האט דער קאורט אף אפיעלס ארויסגעגעבן פרישע 5 אורטיילן [נישט איבער פערל"ס]
צוויי קעיסעס זענען פון די וועלכע האבן געהאט ארעל ארגומענטס, אינעם זעלבן טאג פון פערל"ס, [53 54] אום מאי 14 [די דריטע האבן זיי שוין געאורטיילט אום יוני 12, די פערדע קעיס איז געווען פון פערל"ס]
ווי אויך 3 פריערדיגע קעיסעס [45 46 47] וואס זיי האבן שוין אויסגעהערט ארעל ארגומענטס מיט א חודש בעפאר דעם פערל"ס קעיס [56], אפריל 8 -9 למספרם.
צוויי קעיסעס זענען פון די וועלכע האבן געהאט ארעל ארגומענטס, אינעם זעלבן טאג פון פערל"ס, [53 54] אום מאי 14 [די דריטע האבן זיי שוין געאורטיילט אום יוני 12, די פערדע קעיס איז געווען פון פערל"ס]
ווי אויך 3 פריערדיגע קעיסעס [45 46 47] וואס זיי האבן שוין אויסגעהערט ארעל ארגומענטס מיט א חודש בעפאר דעם פערל"ס קעיס [56], אפריל 8 -9 למספרם.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4885
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14587
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
בנוגע די וויכוח צי סנוגע פאר אידן אדער נישט, וועליך לאזן פאר יענע טעמע.פארטריבן האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 3:05 pm איר ווייסט זייער גוט וואס מען קען אויפטוהן (אויב מען וויל....) מיט א בלאק וואוט אויסער פייפליין...
און מאכט אייך נישט אזוי ת'מעוואטע כאילו מען האט דא גערעדט פון מאכן ניו יארק אלץ א 'זערא שטייערן'.
ובעיקר די קשיא שאין לה פירכא, נישט קיין חילוק צי מען וואלט אויפגעטון אדער נישט, וואס איר האט בכלל נישט פארענטפערט,
פארוואס האט מען נישט געטארט ארויסברענגען אונזער קעגנערשאפט בשום אין אופן?
אבער איר זענט גערעכט, מיר אלע ווייסן זייער גוט וואס מען קען אויפטון מיט א בלאק וואוט, און דאס איז אז די פאליטיקאנטן זאלן אונז ווילן אויסהערן. אבער דורכפירן אדער בלאקירן א געזעץ איז א שווערער מערכה, און די פייפליין איז אויך געווען א לאנג פארצויגענע מערכה, גארנישט קומט נישט צופוס און קיין איין פאליטיקאנט קלאפט נישט אויף דיין טיר צו זען וואס ער קען דיר העלפן [חוץ בעפאר די וואלן...]. מדארף שווער, ביטער שווער ארבעטן צו זען פירות.
און יא, עפענען א קאמף קעגן די ליבעראלן אין ניו יארק איז כמעט אזוי שווער ווי מאכן א זעראו שטייער סטעיט. זיי זענען א מאכטפולע רוב און געבן נישט אזוי שנעל אויף.
און אויף די קשיא שאין לה פירכא, די תירוץ אויף דעם וועט איר אפשר טרעפן אין יענע טעמע, אפשר נישט. די פאקט איז אז אונזער קעגנערשאפט טוט נאנט צו גארנישט צו טוישן די מיינונג פון די ליבעראלן ביים שפיץ, און קיין איין פארטיי מיטגליד וועט זיך נישט שלאגן מיט זיין קאקוס ווייל אפאר אידן האבן אריינגעשיקט אימעילס.
אגב, אויף דאס וואס דו און די דורותינו האלטן אין איין אונטערשטרייכן אז סקופיס איז געווען דער קא-ספאנסאר, כאילו אויף אים איז געשטאנען די ביל, ער איז איינס פון מערערע ספאנסארס און קא-ספאנסארס, כהאב נישט די נומערן יעצט פאר מיר, אבער כמיין אז סגעווען א ליסטע פון העכער צען און אפשר נאנט צו צוואנציג נעמען, סאו אויב ער בעקט ארויס פאלט עס נאכנישט צוזאם.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ווי @דער תהלים איד האט שוין ארויסגעברענגט איז דאס נישט בלויז וואס גויים טוען פאר זיך עס גייט אויך אפעקטירן שוואכערע אידן וואס גייען מעגליך אליינס באגיין רציחה,Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 2:04 pm @פארטריבן וואס מאכט אייך טראכטן אז מיט א בלאק וואוט קען מען טון וואס מען וויל? אפשר מיינט איר אז מען קען מאכן ניו יארק אלס א 'זערא שטייערן' סטעיט אויך? אונזער חינוך קענען מיר ענדערשט פאדערן ווי אנדערע זאכן וואס די גויים טוען פאר זיך. עס שיינט טאקע אז מיט שכל קומט מען אן ווייט.
ווי אויך ווי יעדער בר דעת פארשטייט גייט דאס זייער מעגליך אפעקטירן - חולי ישראל - וואס אין צוגאב צו די ביז איצטיגע פעלער וואס מען ווייסט ווי די שפיטעלער מאכן א סוף צו מענטשליכע לעבנס רח"ל, וועט אזא נייע געזעץ וועלכע וועט צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פון ניו יארק 'לעגאליזירן מערדעריי', זיכער פארמערן אזוינע מארד סיטואציעס.
עס איז קלאר ווי די טאג, אז די איינציגסטע סיבה אז עס קען זיך געפונען היימישע אידן וואס זאלן בארעכטיגן, אוועקמאכן, דערשטיקן, איבער די געפערליכע פראבלעמען וואס אזא סארט רציחה ביל קען אנברענגן, איז זיכער בלויז 'פאליטיש' 'פארטייאיש' געשטימט!!
'נאר דאס' קען שטיל מאכן א 'אידיש הארץ', ווען מען רעדט איבער 'פאלנע רציחה' - אפילו ווען עס וואלט ווען נאר געווען א גאר ווייטע מעגליכקייט -
ליידער...!
און איצט מיט די פרישע אויפדעקונג איבער געהיימע דיעלס כדי אדורך צופירן דעם 'חינוך אמענדמענט' ווערן אסאך קשיות ליידער פארענטפערט...!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6612
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15258
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
סקופיס איז געווען איינס פון "24" קאו ספאנסארס.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 6:31 pm אגב, אויף דאס וואס דו און די דורותינו האלטן אין איין אונטערשטרייכן אז סקופיס איז געווען דער קא-ספאנסאר, כאילו אויף אים איז געשטאנען די ביל, ער איז איינס פון מערערע ספאנסארס און קא-ספאנסארס, כהאב נישט די נומערן יעצט פאר מיר, אבער כמיין אז סגעווען א ליסטע פון העכער צען און אפשר נאנט צו צוואנציג נעמען, סאו אויב ער בעקט ארויס פאלט עס נאכנישט צוזאם.
און אגב, סקופיס - אלס איינער וואס זוכט אלס צו געפעלן אויך קאנסערוואטיווע וויילער - האט צוגעלייגט 2 תנאים צום געזעץ. אבער ס'נישט אינטערסאנט אריינצוגיין אין פרטים ווייל ס'האט נישט מיט אונז.
און אגב דאגב, עפ"י הוראות הרבנים האט מען יא געשיקט א מעסעדזש בעפאר די וואוט אז אונז זעמיר שארפע מתנגדים צום ביל.
אלעס וואס ער טוט פאר זיך, גייט אפעקטירן שוואכע אידן און פרייע אידן אויך.
די תשובה איז נישט געווען אז ס'גייט אונז נישט אן, נאר אז אונז האמיר נישט די כח אים צו איינטיילן וואס צו טון ווען ער טוט עס וועגן זיך.
מנהלים, מ'קען שוין טוישן קעפל צו "דורותינו דמיונות דעבאטעס"?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 212
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 405
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
כאטש איך האלט אז מדארף יא טוהן אלעס וואס שייך קעגן דעם ביל איז אבער די דורותינו די וואך א מוסטער פון פאלשע אינפארמאציע אנע שום דעקונג
כאילו עס האט איינס מיטן צווייטן געהאט
די חינוך איז געווען זיכער שווערער ווי אפשטעלן די רציחה ביל אבער לדעתי דארף מען טוהן כל ההשתדלות אויף דעם אויך ואינו בקשר עם החינוך כלל וכלל
כאילו עס האט איינס מיטן צווייטן געהאט
די חינוך איז געווען זיכער שווערער ווי אפשטעלן די רציחה ביל אבער לדעתי דארף מען טוהן כל ההשתדלות אויף דעם אויך ואינו בקשר עם החינוך כלל וכלל
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 7:23 pmסקופיס איז געווען איינס פון "24" קאו ספאנסארס.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 6:31 pm אגב, אויף דאס וואס דו און די דורותינו האלטן אין איין אונטערשטרייכן אז סקופיס איז געווען דער קא-ספאנסאר, כאילו אויף אים איז געשטאנען די ביל, ער איז איינס פון מערערע ספאנסארס און קא-ספאנסארס, כהאב נישט די נומערן יעצט פאר מיר, אבער כמיין אז סגעווען א ליסטע פון העכער צען און אפשר נאנט צו צוואנציג נעמען, סאו אויב ער בעקט ארויס פאלט עס נאכנישט צוזאם.
און אגב, סקופיס - אלס איינער וואס זוכט אלס צו געפעלן אויך קאנסערוואטיווע וויילער - האט צוגעלייגט 2 תנאים צום געזעץ. אבער ס'נישט אינטערסאנט אריינצוגיין אין פרטים ווייל ס'האט נישט מיט אונז.
און אגב דאגב, עפ"י הוראות הרבנים האט מען יא געשיקט א מעסעדזש בעפאר די וואוט אז אונז זעמיר שארפע מתנגדים צום ביל.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ארויס געקומען די פסק פון 'קארט אף אפיעלס'
- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 546
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 803
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2770
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6435
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2770
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6435
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
עס קוקט אויס א טאטאלע פארלוסט פאר'ן קלאגע.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
רעדט עפעס וועגן די נייע געזעץ?
לייגט די געפעך אויף מאאט? אדער גאר ווארפט אינגאנצן ארויס ריבא?
לייגט די געפעך אויף מאאט? אדער גאר ווארפט אינגאנצן ארויס ריבא?
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2770
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6435
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וויפיל איך פארשטיי פון ליינען שנעל, 1) עס זאגט אז די נייע געזעץ גיט טאקע פרישע וועגן וויאזוי צו ווערן עקוויווילענט (דורך מאכן די טעסטס וואס דער געזעץ רעכנט אויס און דערמיט ווייזן אז מען איז איז עקוויווילענט), אבער עס טוישט נישט די רעכט פארן קאמישאנער וויאזוי צו פסל'ען די (6) מוסדות וואס זענען למעשה בכלל נישט עקוויווילענט. 2) די קאמישאנער האט געהאנדלט ריכטיג פונקטליך וויאזוי עס איז געשטאנען אין די פעלדער אמענדמענט וויאזוי צוצוגיין צו א דעטערמינעישן און 3) ריבא'ס פסק בלייבט ארויסגעווארפן ווייל די סטעיט טיילט נישט איין וואס צו טון מיט די קינדער אבער די סטעיט קען יא זאגן אז דער מוסד איז נישט קיין מוסד.