אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 112

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

איך זעה דא צוויי אידן @הלבלר בקולמסו און @קאכעדיג טענה'ן זיך ארום
איינער שרייט אז ער ווייסט קלאר אז קהילת מהר"א האט פארראטן פערל'ס און אונטערגעלייגט פיסלעך צו שטערן זייערע פעולות
דער צווייטער טענה'ט צוריק אז לויט ווי ער ווייסט האט קהילת מהר"א קיינמאל נישט געשטערט פערל'ס פון זייערע פעולות און נישט אונטערגעלייגט פיסלעך

אני הקטן, און איך גלייב אז אויך דער גאנצער ציבור, האבן געווענליך ליב אליין צו מברר זיין די פאקטן און ליינען די דאקומענטן כדי זיך צו קענען אליין איבערצייגן
דערווייל אויפן מינוט האב איך נישט געזעהן קיין שום פאקטן צו באשטעטיגן די באשולדיגונג,
נאר יעדער איינער פון די צוויי האלט אז דאס וואס ער ווייסט איז ריכטיג, און דער צווייטער ווייסט נישט גוט,
וויאזוי קען מען מברר זיין וואס איז די אמת?

איך מיין אז דער וואס האט ארויסגעלייגט די באשולדיגונג, כדי זיינע באשולדיגונגען זאלן האבן עפעס א שטיקל ווערט, וואלט ער געדארפט קודם אהערברענגען וואס און וואו פונקטליך קהילת מהר"א האבן געשטערט אדער אונטער געלייגט פיסלעך פאר פערל'ס, און ברענגען דערויף כאטש עפעס דעקונג,
און העמיר זעהן צי דער צווייטער וועט האבן א תירוץ דערויף, וירא הקהל וישפוט
דערווייל קען מען נישט וויסן צי עס איז דא עפעס א משהו אמת אין די באשולדיגונג , אדער דאס איז סתם אויסגעזויגן פון פינגער
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 546
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 805

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חלום חלמתי »

@הלבלר בקולמסו די איד האט געשריבן קעגן די פעלדער געזעץ זומער תשע"ח און ר' מענדל בן מהר"א זיצט ביים אסיפה ביים וויען'ע רב אין קאנטרי זומער שנת תשע"ט. סך הכל האט ער זיך דארט דערוואגט אנצוריפן די מיינונג פון זיין פאטער וואס האט למעשה עטליכע צענדליגע טויזנט קינדער אויף זיין אחריות, און דארט האט זיך די געשיכטע געענדיגט כיודע... קודם מיט די קאמפיין און נאכדעם מיט די פעטיציעס.

לגבי קרעדיט ביסטו גערעכט, אבער סקוקט אויס ווי ס'איז שויניש דא כמעט אויף וואס צו נעמען קרעדיט, סאו ס'האט בכלל נישט אויסגעפעלט...
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 88

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך ויצא »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 8:33 pm @הלבלר בקולמסו די איד האט געשריבן קעגן די פעלדער געזעץ זומער תשע"ח און ר' מענדל בן מהר"א זיצט ביים אסיפה ביים וויען'ע רב אין קאנטרי זומער שנת תשע"ט. סך הכל האט ער זיך דארט דערוואגט אנצוריפן די מיינונג פון זיין פאטער וואס האט למעשה עטליכע צענדליגע טויזנט קינדער אויף זיין אחריות, און דארט האט זיך די געשיכטע געענדיגט כיודע... קודם מיט די קאמפיין און נאכדעם מיט די פעטיציעס.

לגבי קרעדיט ביסטו גערעכט, אבער סקוקט אויס ווי ס'איז שויניש דא כמעט אויף וואס צו נעמען קרעדיט, סאו ס'האט בכלל נישט אויסגעפעלט...
די ערשטע ארוסטריט קעגען פערלס פון מהר"א איז געווען אלול תשעט ביי די קאמפיין וואס פערלס האט גמאכט . די טענהריי צווישען מהר"יי און ר' מענדל בן מהר"א איז געווען כסלו תש"פ און שטוב פון וויזנצע רבי פון וומסב"ג
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 303
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 562

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

קאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 3:36 pm
פ. לאקס האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 3:01 pm
קאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 1:51 pm

אין די אלע ציטאטן וואס די האסט געברענגט דא, זעה איך נאר ווי די ריכטער האלטן און איין איבערחזר'ן זייער פראגע, פארוואס איז נאך דא וואס דן צו זיין בכלל אויף די איצטיגע קעיס, זיי האלטן אין איין איבערפרעגן פארוואס די גיידליינס צופאלט נישט נאכן נייעם געזעץ
און דאס איז געווען מיין פראגע, אויב זאלן די ריכטער דאס פסק'ן אז די איצטיגע 'קעיס' איז 'אויס', ווייל די 'גיידליינס' זענען 'אויס',
וועט לכאורה מיט אזא פסק, אויך אוטאמאטיש ווערן 'אויס' אלע פיינעל דעטערמינעישאנ'ס וואס האבן געפסל'ט סקולס פון זיין סקולס, וואס דאס האט געגעבן די רעכטן פאר די סטעיט אפצוהאקן די פאנדינג, וכו'
ווייל די אלע זאכן זענען אלעס נאר געווען געבויעט אויף די אלטע גיידליינס,
ביז גערעכט אז אויב זיי אורטיילן אז די יעצטיגע קעיס איז אויס ווייל די גיידליינס זענען אויס דעמאלט דארף (עכ"פ שכל'דיג) אלע דעטערמינעישאנס וואס זענען געבויט אויף די גיידליינס ווערן אויס.

אבער דא קען פאסירן 2 אנדערע זאכן


2) אפילו אויב די ריכטער שרייבן יא אז די גיידליינס זענען אויס צוליב די נייע געזעץ קען די סטעיט באשליסן צו טענה'ן אז די וואס זענען שוין דעטערמינד געווארן לויט די גיידליינס פארבלייבן אזוי, זינט זיי זענען שוין דערקלערט געווארן אויס שולע נאך איידער די נייע געזעץ איז אריבער, און דעריבער גייט עס נישט צוריק צו וועגס
דאס איז נישט מסתבר, ווייל אויב די גיידליינס עקספייערן , צוליב די נייע געזעץ, ברויכן אלע מוסדות וואס זענען געווארן 'געפסל'ט' בלויז צוליב דעם וואס די עדיוקעישאן דעפארטמענטס האט זיך אזוי אליינס גענומען די רעכטן צוליב זייערע אייגענע געשריבענע גיידליינס,
איז אויב א געריכט זאגט אז עס איז נישטא קיין קעיס, ווייל די גיידליינס זענען צופאלן, און די עדיוקעישאן דעפט וועט מוזן איבערשרייבן נייע גיידליינס אויפן נייעם געזעץ, ברויכן די מוסדות וואס האבן נאר פארלוירן זייערע סטאטוס [נישט צוליב א געזעץ], נאר בלויז צוליב אייגן געמאכטע גיידליינס, לכאורה ברויכן די פסול אויף די מוסדות אויך אוועקפאלן צוזאמען מיט די גיידליינס,
ווייל עס עקזעסטירט מער נישט אזא גיידליין, וועלכע זאלן זאגן אז א מוסד וואס קומט נישט נאך דאס וואס זיי ווילן איז נישט קיין סקול,
דאס איז דאך געווען זייערע אייגענע חידוש און רעכט וואס זיי האבן זיך אליינס גענומען,
ווילאנג עס איז דא א סיעף ערגעץ וואו, איז אזא מוסד טאקע נישט קיין סקול, איינמאל עס נישטא מער אזא סעיף איז נישטא ווער עס זאגט אז דער מוסד איז נישט קיין סקול

די ריכטער האבן ארומגערעדט אויב מען ברויך 'וועקעטען' דעם נידריגען פסק, דאס הייסט אז זיי האלטן אז אויב דער געזעץ צוטראסקעט די אלטע גיידליינס, צופאלט אויך מעגליך די אפעלאט פסק, ווייל די גאנצע נדון אויב ריבא איז יא אדער נישט גערעכט צו מען קען יא אדער נישט אויסשטרייכען צוויי שורות פון די גיידליינס, איז מער נישט נוגע, ווייל עס איז מער נישטא קיין גיידליינס,
און עס קלאר אז עס איז נישט קיין חילוק, אז אויב וואלט מען שוין גענוצט די פסק פונעם אפעלאט געריכט בעפאר דעם נייעם געזעץ פאר געוויסע מוסדות, אז דארט זאל נאך יא בלייבן אין קראפט דעם פסק פונעם אפעלאט געריכט ווייל מען האט דאס גענוצט בעפארן נייעם געזעץ...!
דו זאגסט סך הכל די זעלבע וואס איך האב דא געשריבן די לעצטע צען בלעטער, אז מיט די נייע געזעץ דארפן אלע מוסדות צו ווערן צוריק מסודר, די מציאות איז אבער אז די סטעיט טענה'ט פארקערט, און שרייט אז די נייע געזעץ גייט נישט אויף צוריק-צו-וועגס, און דעריבער בלייבן די זעקס מוסדות גע'פסל'ט.
לויט זיי איז די גיידליין געהעריג א לעגאלע גיידליין ביז די טאג וואס די נייע געזעץ איז אריבער, און דערפאר זענען אלע מוסדות וואס זענען גע'פסל'ט געווארן ביז יענע טאג ווייטער אין קראפט.

איי עס איז נישט שכל'דיג? נישט געזעצליך? גוט מארגן

דאס זאג איך דא שוין א וואך צייט, און דאס גייט מען בעז"ה גיין אין געריכט און אויפווייזן און זיי אפשטעלן אויב גייען די קאורט אוו אפיעלס ריכטער נישט געבן קיין גינסטיגן אורטייל.

סך הכל דאס וואס דו און דיינע חברים זענען פארנומען שרייען אז די נייע געזעץ האט גארנישט אויפגעטון דאס איז טאקע שטותים, ווייל אפילו אויב די סטעיט לערנט דערווייל פאלש פשט קען מען זיי בעז"ה צווינגען דורך די געריכטן יא צו הארכן דעם געזעץ.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 303
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 562

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 6:17 pm אגב, איך האלט אז דער איד און טועמי', וואכנשריפט און מערכת האבן זייער נישט גוט באהאנדלט די געזעץ.

פאקטיש אז איינער האט באוויזן צו טון עפעס א גוטע זאך, דארף מען אים געבן קרעדיט דערפאר. אפילו ער איז פון יענעם זייט.

ווען מען האט געגרינדעט פעירלס האט מען אריינגענומען געוויסע מוסדות און עסקנים כאטש זיי וואלטן זיך גרינגער געקענט אן עצה געבן מיט די שטאט, זיי האבן אבער פארשטאנען אז ווען די רעגירונג מישט זיך אריין מוז מען ארבעטן אינאיינעם און האבן א כוח הרבים, אבער דא רעדט מען דאך פון היימישע מוסדות וואס געפונען זיך אין זעלבן פעקל, אויב אזוי וואס איז די קונץ פון זיך קריגן און שרייען, איך בין ערשט דו ביסט ערשט, דו ביסט א מחריב, איך בין א העלד... אזוי גייט מען געוואונען די גזירה?!...

איך פארשטיי אז די אנדערע זייט האט פארראטן פעירלס - וואס זיי האבן מיטגעגרינדעט - און לייגט אונטער פיסלעך, אבער פארדעם דארספטו צוריקעקטן ווי א קינד? דאנק דעם אויבערשטן שהבדילנו מן התועים, און עקט אביסל העכער פון דעם! ווייז דו ביסט מער ערוואקסן פון אים, דו קענסט געבן קרעדיט אויך פאר אידן וואס דאווענען אין אן אנדער ביהמ"ד ווען זיי טוען א גוטע זאך, און ווער ווייסט, אפשר וועלן זיי איין טאג נאך דיך אויך אפגעבן קרעדיט...

אדרבא, זאל מען יעצט איינזען אז מיטן כוח האחדות קען יא עפעס אויפטון, און פרובירן זיך צו רוקן אין דעם ריכטונג.
האסט גוטע טענות, אבער פון דעם וואס מען זעט אז איד און וואכנשריפט האבן נישט געטון אזויווי דו זאגסט, שטעלט זיך ארויס אז דיין גאנצע הנחה איז פשוט פאלש...
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 303
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 562

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

קאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 3:25 pm
פ. לאקס האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 2:55 pm
קאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 1:33 pm

איך זעה נישטא אז די קאורט אף אפיעלס ריכטער האט מודה געווען אז די סטעיט האט נישט קיין רעכט, בס"ה האט אבי שיק ציטירט ריכטערין ריבא'ס ווערטער אז מען קען נישט
ענדיג צו, דער הויפט ריכטער שטימט צו אז ריבא איז ווארשיינליך גערעכט...
ער זאגט אז מעגליך אז זי איז גערעכט, מיט דעם חלק אז מען קען סאפלעמענטן די לימודים און מען ברויך נישט ארויסנעמן די קינדער [אבער אלס ווייל אויך די 'גיידליינס האט עס קיינמאל נישט פארלאנגט']
קוק ווייטער אויף דעם בלאט אויף שורה 8 שורה בלאט 29 שורה 10,
ווי די ריכטער חזר'ן איבער נאכאמאל זייערע נקודה צו עס שטייט יא אדער נישט אין די גיידליינס, א באפעל פאר די עלטערן אז זיי מוזן ארויסנעמען די קינדער,
לפענ"ד נישטא געהעריג קיין שטארקע מקור אין די ארעל ארגעמענטס אז זיי האלטן אז די סטעיט 'קען דאס נישט פארלאנגן'
פערהעפס איז טייטש ווארשיינליך, נישט מעגליך.

אבער די טענה'ריי גייט ווייטער אז אפילו די אפעלאט האט נישט פארארדנט צו פארמאכן די שולעס, אויף וואס אבי שיק טענה'ט צוריק אז עס האט יא, און מען קריגט זיך ארום איבער די דעטאלן דערפון.

אבער די עצם יסוד צי די סטעיט האט א רעכט צו פארמאכן שולעס זעט געהעריג אויס ווי זיי זענען מודה אז נישט, סך הכל קריגט מען זיך צי אינעם געזעץ אדער רעגולאציעס אדער אפעלאט אורטייל שטייט אז זיי האבן יא די רעכט
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
מתושלח
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 5:03 pm
x 19

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מתושלח »

קאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 6:01 pm
מתושלח האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 4:51 pm @דער תהלים איד
@פ. לאקס
דא ביים סוף ריקארדינג (ביי 9:05 בערך) הערט מען ווי הרב מרגליות פארשטייט מיט א פשטות אז די סובסטענטשעל עקווילענט געזעץ איז קאי וקיים...

וואס איז די ריקארדינג?
ווער איז דער הרב מרגליות?
די ריקארדינג איז פון קול סאטמאר, (אפטיילונג פאר מעמבערס...)
הרב בערל מרגליות איז פון די שישקעס אינערהאלב די קהילה/ בית רבינו, און דער מייסד הוועד פאר די שכינות/גלילות...
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 170

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חצקל משמש »

טייערע אידן די שמועס איבער קהילות, קרעדיט, וכדו’ זאל זיך ביטע אויפהערן,
יישר כח מיט פארשטענדעניש.
אנטשולדיגט פארן אריין קומען אזוי שפעט נישט אנגעקומען צו ליינען ביז יעצט

אויסשמועסן איבער די פרטים איבער די גזירה און ארום זייער גערן.
קאכעדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 186
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
Location: אריין די קארנער
x 116

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קאכעדיג »

פ. לאקס האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 9:19 pm
קאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 3:25 pm
פ. לאקס האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 2:55 pm

ענדיג צו, דער הויפט ריכטער שטימט צו אז ריבא איז ווארשיינליך גערעכט...
ער זאגט אז מעגליך אז זי איז גערעכט, מיט דעם חלק אז מען קען סאפלעמענטן די לימודים און מען ברויך נישט ארויסנעמן די קינדער [אבער אלס ווייל אויך די 'גיידליינס האט עס קיינמאל נישט פארלאנגט']
קוק ווייטער אויף דעם בלאט אויף שורה 8 שורה בלאט 29 שורה 10,
ווי די ריכטער חזר'ן איבער נאכאמאל זייערע נקודה צו עס שטייט יא אדער נישט אין די גיידליינס, א באפעל פאר די עלטערן אז זיי מוזן ארויסנעמען די קינדער,
לפענ"ד נישטא געהעריג קיין שטארקע מקור אין די ארעל ארגעמענטס אז זיי האלטן אז די סטעיט 'קען דאס נישט פארלאנגן'
פערהעפס איז טייטש ווארשיינליך, נישט מעגליך.

אבער די טענה'ריי גייט ווייטער אז אפילו די אפעלאט האט נישט פארארדנט צו פארמאכן די שולעס, אויף וואס אבי שיק טענה'ט צוריק אז עס האט יא, און מען קריגט זיך ארום איבער די דעטאלן דערפון.

אבער די עצם יסוד צי די סטעיט האט א רעכט צו פארמאכן שולעס זעט געהעריג אויס ווי זיי זענען מודה אז נישט, סך הכל קריגט מען זיך צי אינעם געזעץ אדער רעגולאציעס אדער אפעלאט אורטייל שטייט אז זיי האבן יא די רעכט
מיין דיקשענערי זאגט אז פערהעפס מיינט נישט זיכער, מעגליך
per·haps
/pərˈ(h)aps/
adverb
used to express uncertainty or possibility.

דאס איז וואס איך האב געפרעגט, איר האט געשריבען אז די ריכטער האט 'מודה' געווען אז די סטעיט קען נישט ארויסנעמען די קינדער,
האב איך געפרעגט א מקור,
ס"ה זאגט איר איצט אז עס "זעהט געהעריג אויס ווי זיי זענען מודה אז נישט".
דאס איז די גאנצע וואס כ'האב געוואלט פעסטשטעלן
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3945
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5124

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמח »

חינוך ביילאגע אין ''קרית יואל היימשטאט'' חלק ב

חינוך ביילאגע #2 במדבר פ''ה.pdf
(8.41 MiB) דאונלאודעד 25 מאל
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15260

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 30, 2025 3:30 pm הכרת הטוב! לפני מלכים ושרים! א זעלטענער פאון געשפרעך מיט'ן גאווערנאר פון ניו יארק!

אין די לעצטע מינוט'ן יעצט עש"ק איז פארגעקומען א טעלעפאן מיטינג פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) מיט'ן גאווערנאר פון ניו יארק סטעיט, וואו דער רבי האט זיך הערצליך באדאנקט פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס האקול האט באוויזן ביים שטיפן פאראויס און באשטעטיגן דעם אזוי-שווערער טויש אינעם חינוך געזעץ פון ניו יארק, וועלכע וועט האפנטליך אי"ה זיין דער הצלה-ברעט פאר אלע חרדישע מוסדות איבער ניו יארק סטעיט און האלטן א פאנצער קעגן די מלשינים ומהרסים און קעגן די גוזרי הגזירה אינעם עדיוקעישן דעפארטמענט.

דער געשפרעך האט זיך אנגעהויבן ווען דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין - וואס איז געזיצן נעבן רבי'ן שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. - האט גערעדט שטארקע דאנק ווערטער ארויסברענגענדיג אז דער גאווערנאר זאל וויסן אז די גאנצע יהדות החרדית איז איר דאנקבאר, און מיר געדענקען נאך ווי שווער ס'איז געווען פאר איר אראפצוקומען בעפאר די וואלן צום רבי'ן און געבן א צוזאג וועגן דעם שווערן חינוך נושא, אבער זי האט עס געטון, און נישט בלויז געטון א צוזאג נאר טאקע געהאלטן ווארט, און די גאנצע 2 יאר געארבעט צו שטיפן די זאך פאראויס אין אלע שטאפלען וואו דער עקזעקיוטיווער אפיס האט געקענט ארויסהעלפן, ביז'ן ענדגילטיג אונטערשרייבן אויפ'ן ביל.

ר' גדלי' האט ארויסגעברענגט אז אונזער מדה איז הכרת הטוב, און די קאמיונעטי איז איר שטארק מכיר טובה און וועט עס ארויסווייזן אויף ווייטער.

דאן האט דער גאווערנאר זעלבסט גענומען דאס ווארט און זיך באדאנקט פארן געבן די מעגליכקייט צו העלפן דורך אזא נאנטע צוזאמענארבעט, און זי האט דערביי אויסגערעכנט אז אויסער עדיוקעישן איז מען פארנומען מיט נאך גרויסע זאכן פאר די אידישע קאמיונעטי, מיט סעיפטי, מיט האוזינג געברויכן, מיט באקעמפן אנטיסעמיטיזם, מיט סעיוון די וואוטשערס פאר עלטערן פון פרייוועט סקולס, און נאך.

דא האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן אליינס זאגן גאר שטארקע דאנק ווערטער, זאגנדיג אז אין נאמען פון אלע אידן איבער די סטעיט טוען מיר זיך שטארק באדאנקען פארן ראטעווען אונזער עדיוקעישן, און און פאר אלעם וואס מ'טוט פאר די אידישע קאמיונטי, און פאר'ן ווילעדזש אף קרית יואל.

דער רבי האט צוגעלייגט אז אידן געדענקען שטארק ווער עס טוט א טובה פאר זיי, און מיר זענען דאנקבאר! און דאן געוואונטשן: איר זאלט האבן ווייטער הצלחה!

דער טעלעפאן מיטינג צייגט אויף די שטארקע אנערקענונג פון ביידע זייטן אויף די געוואלדיגע דערגרייכונג וואס מ'האט ב"ה באוויזן, און כלל ישראל קוקט טאקע ארויס אויף די ווייטערדיגע הצלחה פונעם קשר וואס דאס יהדות החרדית האט ב"ה מצליח געווען צו אנהאלטן אין אלבאני אויף אזא ערנסטער פארנעם, טראץ אלע שוועריקייטן! און מ'זאל דורך די אויסגעטרעטענע וועגן באווייזן ווייטער אנצוגיין אין גלות אמעריקא בהשכל ובדעת, במנוחה ובשלוה, עד שיבא גואלינו, במהרה אמן.
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 238
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 101

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

דורותינו גליון ע”ח חג שבועות תשפ”ה לפ”ק
unnamed.jpg
unnamed.jpg (605.62 KiB) געזען געווארן 964 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (579.32 KiB) געזען געווארן 964 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 238
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 101

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

די 'גאנצע' 'דורותינו גליון מורחב' אויף חג השבעות
דורותינו_גליון_ע_039_039_ח_שבועות_פה.pdf
(3.21 MiB) דאונלאודעד 38 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 238
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 101

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

אמיקעס בריוו פון יאפפע”ד שר”י
IMOPEARLvYoung_amicus_Young_amicusbrief_6_.pdf
(3.11 MiB) דאונלאודעד 31 מאל
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 238
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 101

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

די צווי בריוון פון אגודת ישראל
Preliminary_Advice_on_Substantial_Equivalency_Compliance.pdf
(299.22 KiB) דאונלאודעד 10 מאל
Fwd__Breaking_Substantial_Equivalency_Update_5_20_25.pdf
(254.43 KiB) דאונלאודעד 12 מאל
היימיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 26

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

איינער ווייסט ווען די קאורט אף אפיעלס גייט ארויסגעבן זייער פסק איבער די פערל"ס קעיס?
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 776

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יאנטשי »

היימיש האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm איינער ווייסט ווען די קאורט אף אפיעלס גייט ארויסגעבן זייער פסק איבער די פערל"ס קעיס?
זיי געבן נישט אן קיין דאטום, עס נעמט געווענליך צווישן 6 און 8 וואכן.
היימיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 26

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

דאס הייסט אז נעקסטע וואך קען שוין זיין א רולינג?
היימיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 26

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

אויב איינער קען אויסשמועסן אלע אפציעס/מעגליכקייטן וויאזוי די קאורט אף אפיעלס קען מעגליך אורטיילן, און די נאכווייען וואס יעדע אפציע קען מעגליך ברענגן פארן יהדות החרדית?
(ווייס נישט אויב מען קען אויך בויען אויף די ארעל ארגומענטס אבער אויסשמועסן קען מען עס לכאורה)
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 303
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 562

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

היימיש האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 5:44 pm אויב איינער קען אויסשמועסן אלע אפציעס/מעגליכקייטן וויאזוי די קאורט אף אפיעלס קען מעגליך אורטיילן, און די נאכווייען וואס יעדע אפציע קען מעגליך ברענגן פארן יהדות החרדית?
(ווייס נישט אויב מען קען אויך בויען אויף די ארעל ארגומענטס אבער אויסשמועסן קען מען עס לכאורה)
זיי קענען אורטיילן אז עס איז מער נישט נוגע די גאנצע קעיס צוליב די נייע געזעץ, און דאן קענען זיי באשליסן אויב זיי זאלן יא אדער נישט ארויסווארפן די גאנצע קעיס אריין גערעכנט די אורטיילן פון די אונטערשטע געריכטן, אדער לאזן די אונטערשטע אורטייל שטיין.

אדער קענען זיי אורטיילן אז פערלס איז גערעכט און די סטעיט האט נישט קיין רעכט צו פארמאכן א מוסד - הגם דאס האט די אפעלאט אויך מודה געווען אבער גע'טענה'ט אז דערקלערן אז א שולע קומט נישט נאך די געזעץ הייסט נישט פארמאכט - און די געריכט קען דאס איבערדרייען אז אזא דעקלעראציע הייסט פארמאכט א מוסד.

אויך קענען זיי געבן גערעכט פאר די סטעיט אז זיי האבן יא די רעכט צו פארמאכן א שולע - אדער געבן גערעכט אז א נעגאטיווע סובסטענטשעל עקוויווילענט דעקלעראציע הייסט נישט פארמאכט א שולע.

באזונדער קען די געריכט אורטיילן עטליכע סארט פשרות וכדומה און נאכגעבן נאר געוויסע זאכן פאר איין זייט אבער אנדערע זאכן נישט, צ.ב.ש. פאנדינג און נאך אסאך קליינע דעטאלן וואס עס איז זייער שווער צו וויסן וואו מען קען אנקומען און וואס עס וועט זיין.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 303
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 562

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

זע איך אז ביידע זייטן האבן געפיילט פרישע דאקומענטן אינעם קעיס

איך האב עס דערווייל נישט אדורכגעליינט
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2770
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6435

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 9:53 pm זע איך אז ביידע זייטן האבן געפיילט פרישע דאקומענטן אינעם קעיס

איך האב עס דערווייל נישט אדורכגעליינט
וויאזוי קען מען פיילן פרישע דאקומענטן נאך ארעל ארגומענטס?
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 112

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 11:37 am
פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 9:53 pm זע איך אז ביידע זייטן האבן געפיילט פרישע דאקומענטן אינעם קעיס

איך האב עס דערווייל נישט אדורכגעליינט
וויאזוי קען מען פיילן פרישע דאקומענטן נאך ארעל ארגומענטס?
לויט ווי עס שטייט אנהייב פון די פריש געפיילטע סטעיט פאפירן, קוקט אויס ווי די קאורט האט א טאג נאך די ארעל ארגומענטס געבעטן ביידע צדדים אז זיי זאלן אריינגעבן פאפירן צו קלארשטעלן זייערע מיינונגען בנוגע די שאלה צי די קעיס דארף ווערן moot
אויך אנהייב פון אבי שיק'ס פאפירן שטייט אז דאס איז א סופלעמענטל בריעף וואס די קאורט האט פארלאנגט
ביידע צדדים האבן אריינגעגעבן זייערע פאפירן פאריגע וואך מיטוואך MAY 28
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 486
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 623

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

לינק?
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 112

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

אינטערעסאנט צו זעהן צווישן די ווערטער פון אבי שיק, ווי ער האט אפגעלערנט אז די סטעיט פרעלימינערי גיידענס וואס זיי האבן ארומגעשיקט 2 וואכן צוריק, אז מען זעהט דארט די שטעלונג פון די עדיוקעשאן דעפארטמענט אז זיי גייען ווייטער אינפארסירן די אלטע גיידליינס נישט נאר כלפי די 6 מוסדות, נאר אויך כלפי די איבריגע מוסדות וואס האלטן אינמיטן זייער טיימליין פלאן.
כאטש וואס אויבנאויף זעהט אויס אין די סטעיט'ס ווערטער אז יענע מוסדות וועלן יא קענען אויסקלויבן די אסעסמענט פעטוועי און האבן אפילו באקומען אביסל א פארלענגערונג ביז סעפט.1 צו מעלדן אז זיי ווילן אויסקויבן דעם פעטוועי.
זעהט אבער אויס ווי אבי שיק האט בעסער אפגעלערנט די סטעיט'ס ווערטער, און דאס וואס זיי האבן געשריבן אז די טיימליין מוסדות וואס ווילן יעצט אויסקלויבן די נייע אסעסמענט פעטוועי, וועלן דארפן צושטעלן פאר די לאקאלע סקול אוטאריטי "אן איבערגעמאכטע טיימליין פלאן וואס וועט ענטהאלטן די דעטאלן וויאזוי זיי גייען אריינברענגען פעיז-אין די אסעסמענטס דורכאויס אלע קלאסן-גרעידס", האט ער פארשטאנען אז דאס איז בכלל נישט אזוי פשוט און גרינג צו באווייזן, און אז דאס מיינט בכלל נישט די זעלבע ווי די פשוט'ע פשט פון די נייע אמענדמענט אז מען וועט הערשט דארפן אנהייבן געבן אסעסמענטס אין 2 יאר ארום, און אויך נאר אנגעהויבן פון 3'טע קלאס און יעדע יאר צולייגן נאך איין קלאס.
דעריבער טענה'ט ער אז די עדיוקעשאן דעפארטמענט טוט ווייטער אינפארסירן די יעצטיגע שווערע גיידליינס אפילו כלפי די איבריגע מוסדות.

פאלגענגד איז די אויסשניט פון אבי שיק'ס ווערטער כלפי די טיימליין מוסדות
AviSchick1.jpg
AviSchick1.jpg (85.09 KiB) געזען געווארן 164 מאל
שרייב פאוסט