דער רב איז אן אויסנאמ'ס מעשה,מנהיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:52 pmניין?????? סאו זיי גייט מען דארט לאזן און די כת גייט געהעריג אנגיין???? הייבעך שוין אן טראכטן אז אויב האבן זיי נאו וועי בעק, דאן וואזשע וויל מען פון זיי?.......פלאם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:49 pmוזאת ועוד, איך בין נישט אזוי אלט, אבער ווי איך געדענק עס איז עס געווען א בעל תשובה וואס האט גערעדט ביי אונז אין די שטעט, בעיקר אין מאנסי צו די פרומע ציבור, און פראבירט איינצורעדן די עולם אז ער זיכט קירבת אלקים מיט אן אמת, דאס האט געמאכט אז מ'זאל מיזן אפהאקן מיט די עלטערן, און נישט פארקערט.פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:22 pm
בין איך די איינציגער וואס הייבט נישט אן כאפען וואס די כותב התגובה וויל דא?
די גאנצע פראבלעם פון לב טמא איז אז מ'האט זיך צוקריגט מיט עלטערן און זיי זענען אנגעהעצט אז זיי קענען נישט שעפן נחת פון די אייניקלעך, אדער אפשר אז מ'פייניגט דארט אויס קינדער (און עלטערע) מיט נאצישע פייניגונגען און איסורי מיתות בי"ד וכריתות אלס א דבר שבשיגרה וכו' וכו' וכו'???
[פארשטייט זיך יעצט שעמען זיי זיך צוריק צוקומען אהער, נעמטס די רב (זאל ער ווען קענען קומען) צו וועם זאל ער קומען צו זיין ערשטע ווייב מיט קינדער? צווייטע ווייב מיט קינדער? אדער גאר בלייבן מיט די דריטע?, די בעל תשובה האט גענומען מענטשן אין זיי ערנסט איינגעמיירעט, זיי האבן נישט קיין וועג צוריק אפילו זיי ווילן, ב"ה ביים צווייטן דור איז נישט אזוי].
און ביי די וועי, די משפחה זיינע רעספקעטירט אים גראדע, זיי האלטן אז ער איז בעצם א וואוילער נשמה נאר זייער תמימות'דיג און נעבאך פארקויפט געווארן פאר'ן שטן,
זאת ועוד דער רב פלעגט זיך אנצוריקן ביי די חתונות פון זיינע קינדער וועם ער האט אזוי רשעות'דיג (פארשטייט זיך שלמה'עס רשעות) געווארפן צו די הינט על לא עוול בכפם, צוליב דעם וואס דער ימח שמו'ניק האט אים געוואלט פאר אן איידים, ער פלעגט ליידן בזיונות ביי אלע חתונות פארשטייט זיך... איין קינד זיינע וועלכער האט לאנגע יארן נישט געהאט קיין קינדער איז ספעציעל אפגעפארן קיין בבל זיך איבערבעטן איבער די בזיונות וואס ער האט געהאט ביי איר חתונה, און טאקע געהאט קינדער נאכדעם ב''ה.
ממילא ער וועט טאקע נישט קענען וואוינען אין וומ''ס ווי עס וואוינט זיינע ערשטע צוויי ווייבער, אבער זינט די עולם קוקט אים נישט אן פאר א שלעכטער פארוואס זאל ער נישט קענען קומען קיין מונסי\לעיקוואד\קרית יואל וכו'?
אגב משפחת טעללער האלט זיך נאנט מיט די ערשטע צוויי ווייבער, די שמחות און אלעס..
די אנדערע הנהלה פירער וואס ידם דמם מילאו און זיי האבן געפייניגט אידישע קינדער מיט רציחות און אכזריות פאר אזויפיל יארן, לכאו' איז דא א דרך תשובה פאר זיי אויכעט, אבער נאר אויב ווילן זיי תשובה טוען... און דערווייל זאלן זיי אפשימלען אין די תפיסות געזונטערהייט.