אנטשולדיגט איך האב געשריבן זיי האבן נישט קיין וועג צוריק, איך האב געמיינט צו זאגן די וועג צוריק איז אסאך שווערער ווי דארט בלייבן, ווי אומבאקוועם דארט איז.מנהיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:52 pmניין?????? סאו זיי גייט מען דארט לאזן און די כת גייט געהעריג אנגיין???? הייבעך שוין אן טראכטן אז אויב האבן זיי נאו וועי בעק, דאן וואזשע וויל מען פון זיי?.......פלאם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:49 pmוזאת ועוד, איך בין נישט אזוי אלט, אבער ווי איך געדענק עס איז עס געווען א בעל תשובה וואס האט גערעדט ביי אונז אין די שטעט, בעיקר אין מאנסי צו די פרומע ציבור, און פראבירט איינצורעדן די עולם אז ער זיכט קירבת אלקים מיט אן אמת, דאס האט געמאכט אז מ'זאל מיזן אפהאקן מיט די עלטערן, און נישט פארקערט.פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:22 pm
בין איך די איינציגער וואס הייבט נישט אן כאפען וואס די כותב התגובה וויל דא?
די גאנצע פראבלעם פון לב טמא איז אז מ'האט זיך צוקריגט מיט עלטערן און זיי זענען אנגעהעצט אז זיי קענען נישט שעפן נחת פון די אייניקלעך, אדער אפשר אז מ'פייניגט דארט אויס קינדער (און עלטערע) מיט נאצישע פייניגונגען און איסורי מיתות בי"ד וכריתות אלס א דבר שבשיגרה וכו' וכו' וכו'???
[פארשטייט זיך יעצט שעמען זיי זיך צוריק צוקומען אהער, נעמטס די רב (זאל ער ווען קענען קומען) צו וועם זאל ער קומען צו זיין ערשטע ווייב מיט קינדער? צווייטע ווייב מיט קינדער? אדער גאר בלייבן מיט די דריטע?, די בעל תשובה האט גענומען מענטשן אין זיי ערנסט איינגעמיירעט, זיי האבן נישט קיין וועג צוריק אפילו זיי ווילן, ב"ה ביים צווייטן דור איז נישט אזוי].
בנוסף לזה דארף מען פארשטיין די אלע פון די ערשטע דור זיי האבן זיך געשלאגן מיט זייערע עלטערן אויף זייער א מיאוס'ע אופן, מ'האט זיך געשלאגן וכו', יעצט צירוק קומען אין זאגן פאר די עלטערן [די וועלכע זענען נאך דא] און געשוויסטער מ'האט מיר גענומען אויף א רייד פאר צוואנציג דרייסיג יאר און טעיתי, איז זייער א שווער פיל צו טוען, די קינדער האבן נישט די אפהאלט, זיי האבן סך הכל זיידע באבע דא [דער וואס האט] וואס ווארטן אויף זיי בכליון עינים, און פעטערס און מומעס, זיי פארשטייען שנעלער אז קיינער וועט זיי קיינמאל פרעגן היתכן, די ערשטע דור האט ווי נישט ווי אונטער די באווסזיין, יא מיין מאמע וועט מיר אויפנעמען און זיך האלדזן, אבער פינף וואכן שפעטער גייט זי מיר נישט פרעגן א שאלה וואס וועט מיר שטעלן אין א פאזיציע פון צו דארפן זאגן טעיתי? אין פארגעס נישט דאס זאגן טעיתי מיינט איך האב מקריב געווען מיין לעבן [און מיין משפחה'ס לעבן] פאר די טעות.
בנוסף לזה די אלע פונעם אויבשטן שטייסל זענען דארט אויף א געוויסע פאזיציע, ווען זיי קומען אהער גייען זיי מסתבר גארנישט קענען אנהאלטן, זיי וועלן זיין [לכל היותר] אנשים מן השורה, דאס איז א גרויסע אפהאלט פאר זיי, אפילו דארט זענען זיי סך הכל מלך אויף א הויפן גארבידזש, אבער ווען די ווערימל איז איינגעגעסן אין די חריין זעט ער גארנישט בעסער דערפון, און ער האלט אז ער האט אלעס צו פארלירן [און ער גייט פארלירן שררה ביים פארלאזן די פלאץ] אויב לאזט ער אפ די דארטיגע מקום.
און צו דעם אלעם קומט צו די קולט וואס נעמט אוועק די שכל הישר פון א מענטש, בנוסף צום פחד פון פארלאזן דעם פלאץ, קיינער ווייסט נישט אויב זיין ווייב און קינדער קומען מיט וכו', און ווי אויך די באקוועמקייט פון בלייבן ווי מ'איז [אונז אלע האבן די פראבלעם] און איבער לאזן אלעס וואס מ'קען היימיש.