וזאת ועוד, איך בין נישט אזוי אלט, אבער ווי איך געדענק עס איז עס געווען א בעל תשובה וואס האט גערעדט ביי אונז אין די שטעט, בעיקר אין מאנסי צו די פרומע ציבור, און פראבירט איינצורעדן די עולם אז ער זיכט קירבת אלקים מיט אן אמת, דאס האט געמאכט אז מ'זאל מיזן אפהאקן מיט די עלטערן, און נישט פארקערט.פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:22 pmבין איך די איינציגער וואס הייבט נישט אן כאפען וואס די כותב התגובה וויל דא?ווייסע טיילס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:51 pm דא איז די ערשטע מאל וואס אינגעלייט וואס האבען 30 יאר צירוק געפילט ווי זייער עלטערען זענען צי שווער פאר זיי עלטערען קאנטראלען זיי ח"ו, און אנשטאט עס זאל אויסקראכען אז זיי זאלען ווערען שקצים אפענע פרייע סעלף העיטערס און האקען אויף די סיסטעם, חינוך פון ווי זיי קומען אזוי ווי די שטייגער פון די זאכען, האבען זיי זיך צוזאמגענומען מיט די הילף פון א בעל תשובה אין אפגעבראכען פאר א אייגענע סא קאלד קהילה צו שיקען א מעסעזש אויף די וועג פאר יעדעם, און ביי דיפאלט אפפרעגען זייערע עלטערען און זייער מסורה,
דעס אז מען באהאלט זיך אונטער א שלייער פון קנאות אז עלטערען זענען נישט גענוג גוט איז כבר היה לעולמים, גארנישט ניי,
נאר נישט מיט די גאנצע רעסעפי ווי געשמועסט
איך האב טאקע נישט גובה עדות געווען מעגליך מען האט אפשר ציגעלייגט זאכען די לעצטע 30 יאר כדרך המחלוקת ווי שוויגערס און מומעס זענען אינוואלווד..
דעס איז זייער א אינטים פייט זייער פערזענליך,
די עלטערען זענען אנגעהעצט אנגעווייטיגט און ווילען נישט משלים זיין אז זייערע גרויסע קינדער זענען אין גווטאמאלא און זענען געבליבען ציקריגט און קענען נישט שעפען נחת פון זייערע אייניקלעך, פארפאלען דאס זענען זייערע עלטערען זיי קענען עס נישט טוישען די גוטאמאלא חברה דארפען זיך אויסלערנען לעבן מיט די מציאות,
עטס יכולטס זייערע שוויגערס יכול'ן אויך,
זיי האבען געווינען די פי אר פייט און זיי גייען יעצט באקומען זייערע אייניקלעך ביז ווילאנג עטס פירטס ענק אויף מיט ענקערע עלטערענס מסורה.
די גאנצע פראבלעם פון לב טמא איז אז מ'האט זיך צוקריגט מיט עלטערן און זיי זענען אנגעהעצט אז זיי קענען נישט שעפן נחת פון די אייניקלעך, אדער אפשר אז מ'פייניגט דארט אויס קינדער (און עלטערע) מיט נאצישע פייניגונגען און איסורי מיתות בי"ד וכריתות אלס א דבר שבשיגרה וכו' וכו' וכו'???
[פארשטייט זיך יעצט שעמען זיי זיך צוריק צוקומען אהער, נעמטס די רב (זאל ער ווען קענען קומען) צו וועם זאל ער קומען צו זיין ערשטע ווייב מיט קינדער? צווייטע ווייב מיט קינדער? אדער גאר בלייבן מיט די דריטע?, די בעל תשובה האט גענומען מענטשן אין זיי ערנסט איינגעמיירעט, זיי האבן נישט קיין וועג צוריק אפילו זיי ווילן, ב"ה ביים צווייטן דור איז נישט אזוי].