דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
1. דער ווילנער גאון האט זיין גאנץ לעבן בשום אופן נישט געוואלט גיין צו א דאקטער. ער האט געהאט א שיטה, אז אויב האט מען ריכטיגע בטחון דארף מען ניטאמאל גיין צו א דאקטער. אין זיינע עלטערע יארן האבן די קינדער גערופן צו אים א דאקטער, דער גאון איז געווען זייער ברוגז און האט נישט געוואלט זיך לאזן פונעם דאקטער אים צו אינטערזוכן.
האט דער דאקטער זיך אנגערופן: "דער רב זאל וויסן אז אפילו דער גלח גלייבט אין מיר מער וויפיל ער גלייבט אין יאשקע!"
האט דער גאון געענטפערט: "איך גלייב אויך אין דיר מער ווי איך גלייב אין יאשקע..."
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.