בליציגע מעשה'לעך — דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און קלוגע אידעלעך
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2250
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7006

איך זעה אז מען דארף עס יא אפטיילן
עס איז שוין דא א אשכול כללי פאר ווערטלעך
עס איז שוין דא אן אשכול פאר דברי צחות בדברי תורה וואס דאס איז בעיקר פאר אינטערעסאנטע פשטים, פורים פשעטלעך, טייטשן בענינים העומדים על הפרק, מערקווירדיגע שאלות ותשובות אויף אן הומאריסטישן אופן מיט א תורה'דיגע געשמאק
אבער עפעס אינמיטן, א בליציגע ענטפער פון א גדול בישראל, א קלוגע ענטפער פון עמך בית ישראל, א אונטערגעציפט שטיקל פון קלוגע אידעלעך באורך הגלות, זאכן וואס זענען לאו דוקא א ווערטל אדער א תורה, נאר סתם א געלונגענע בליץ, דא איז דער פלאץ וואו עס וועט אי"ה געלופטערט ווערן!
קומטס אריין מיט אייערע סחורה להנות בהם בני אדם!

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2250
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7006
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
ובזה החלו בס"ד
שלד) די מעשה מיטן רבי'ן ר' יונתן - מעשה שהיה,
ער האט געזאלט ווערן א חתן ביי ר' שמשון ווערטהיימער זייענדיג א מקורב אין קייזערליכן הויף האט ער מיטגענומען דעם צוקונפטיגן חתן אין פאלאץ, און זיך בארימען אין קעניגליכן הויף. שפאצירנדיג אין גארטן אינאיינעם מיט די פארשאלטענע קעניגן מאריא טערעזיא ימ"ש זענען זיי דורכגעגאנגען א ע"ז, רופט זי זיך אן אז עס וואלט געפאסט אז דער ר"ר יונתן זאל זאגן אפאר ווערטער לכבוד דעם געטשקע. רופט זיך אן דער ר' ר' יונתן ,אז די געטשקע איז חשובער פון אים און עס פאסט נישט אז ער זאל רעדן פאר דער געטשקע, דעריבער זאל קודם די געטשקע רעדן...דער שידוך איז שוין נישט געווארן... מאריא טערעזיא האט זיך אזוי באליידיגט אז זי האט נישט געלאזט ר' שמשון טון דעם שידוך...

איינער האט געפרעגט דעם סאטמארער רבי זל אז לכאורה איז די אותיות ס ש ת איבעריג איינס וואלט גענוג געווען
דער רבי האט געענטפערט אין א סעקונדע. און וויאזוי וואלט מען געשריבן דעם פסוק וכסילים מתי תשכילו?

- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 507
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 408
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
די תירוץ איז אויף דעם פרעגער נישט אויף די קשיא. און די תירוץ האט אלע 3 אותיות
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 507
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 408
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
ווער איז געווען די פרעגער?אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 03, 2025 11:14 amדי תירוץ איז אויף דעם פרעגער נישט אויף די קשיא. און די תירוץ האט אלע 3 אותיות
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
א משכיל וואס האט געוואלט אפשפעטן פון די חסידים וואס האבן נישט געלערענט דקדוק.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 03, 2025 11:35 amווער איז געווען די פרעגער?
---------------------------------------------------------------------------------
יעדער איינער נעמט א חלק
--------------------------------------------------------------------------------
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
זיכער? איך געדענק נישט פונקטליך דער ראש הקהל פון קאסאן אדער קאסוב אדער א ענליכע נאמעןשמח האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 04, 2025 6:34 pmא משכיל וואס האט געוואלט אפשפעטן פון די חסידים וואס האבן נישט געלערענט דקדוק.
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
קען זיין כ'בין זיך טועה.
---------------------------------------------------------------------------------
יעדער איינער נעמט א חלק
--------------------------------------------------------------------------------
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 507
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 408
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
דאן דארפט איר טוישן די נאמען פונעם נשאל..שמח האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 04, 2025 6:34 pmא משכיל וואס האט געוואלט אפשפעטן פון די חסידים וואס האבן נישט געלערענט דקדוק.
ווי ווייט איך ווייס זענען נישט געווען קיין משכילים בימי סאטמאר רב.
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
משכיל איז א סארט מהלך המחשבה, כהיום איז ליידער אויך דא! צו יעדער רופט עס אזוי? מיז נישט זיין, אבער עס טוישט נישט די מציאות!תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 04, 2025 11:06 pmדאן דארפט איר טוישן די נאמען פונעם נשאל..
ווי ווייט איך ווייס זענען נישט געווען קיין משכילים בימי סאטמאר רב.
און קורצן, לויט ווי איך האב געדענקט איז עס געווען איינער וואס האט געוואלט אפשפעטן, אבער נאכאמאל, כ'בין נישט זיכער.
---------------------------------------------------------------------------------
יעדער איינער נעמט א חלק
--------------------------------------------------------------------------------
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
אבער מניצט די טערמין משכיל פאר די אמאליגע משכליםשמח האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 04, 2025 11:25 pmמשכיל איז א סארט מהלך המחשבה, כהיום איז ליידער אויך דא! צו יעדער רופט עס אזוי? מיז נישט זיין, אבער עס טוישט נישט די מציאות!תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 04, 2025 11:06 pmדאן דארפט איר טוישן די נאמען פונעם נשאל..
ווי ווייט איך ווייס זענען נישט געווען קיין משכילים בימי סאטמאר רב.
און קורצן, לויט ווי איך האב געדענקט איז עס געווען איינער וואס האט געוואלט אפשפעטן, אבער נאכאמאל, כ'בין נישט זיכער.
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
די ווארט משכיל מיינט איינער וואס איז קלוג. די פארשאלטענע משכילים האבן געהאט דעם נאמען ווייל זיי האבן געוואלט זיין קלוגער פון באשעפער און זיין תורהYankel האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 05, 2025 1:09 amאבער מניצט די טערמין משכיל פאר די אמאליגע משכליםשמח האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 04, 2025 11:25 pmמשכיל איז א סארט מהלך המחשבה, כהיום איז ליידער אויך דא! צו יעדער רופט עס אזוי? מיז נישט זיין, אבער עס טוישט נישט די מציאות!תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 04, 2025 11:06 pm
דאן דארפט איר טוישן די נאמען פונעם נשאל..
ווי ווייט איך ווייס זענען נישט געווען קיין משכילים בימי סאטמאר רב.
און קורצן, לויט ווי איך האב געדענקט איז עס געווען איינער וואס האט געוואלט אפשפעטן, אבער נאכאמאל, כ'בין נישט זיכער.
ווער עס פירט זיך ל"ע אזוי קען באקומען די טיטול אפילו היינטיגע טעג
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
ביזט הינדערט פראצענט גערכעט, אבער ווען איינער גייט דיר פארציילען א מעשה פון די משכלים וועסטו טראכטען פון די צייטען פון ר׳ יונתן אייבשיץאנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 05, 2025 1:11 pmדי ווארט משכיל מיינט איינער וואס איז קלוג. די פארשאלטענע משכילים האבן געהאט דעם נאמען ווייל זיי האבן געוואלט זיין קלוגער פון באשעפער און זיין תורה
ווער עס פירט זיך ל"ע אזוי קען באקומען די טיטול אפילו היינטיגע טעג
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 42
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:00 pm
- x 92
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
א עסקן האט אמאל אריין געברענגט א גרופ פון בעלי תשובה צום בית ישראל פון גור זצ"ל.
פרעגט אים דער בית ישראל, ווער זענען זיי?
זאגט ער, בעלי תשובה.
פרעגט ער אים: דו אויך?
זאגט ער, ניין...
פרעגט דער בית ישראל, פארוואס טאקע נישט...
פרעגט אים דער בית ישראל, ווער זענען זיי?
זאגט ער, בעלי תשובה.
פרעגט ער אים: דו אויך?
זאגט ער, ניין...
פרעגט דער בית ישראל, פארוואס טאקע נישט...
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 42
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:00 pm
- x 92
Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.
אויף די היינטיגע אדער נעכטיגע גיבור קליפ איז דא א זיסע מעשה
א איד האט איין טאג אנגעהויבן אויפשטיין יעדע צופרי מיט דמיונות אז זיין קאפ ווערט גרעסער און גרעסער, און ס'האט אים ממש געשטערט.
מ'האט אים גענומען צו א טעראפסט וואס האט אים דיאגנאזירט מיט שווערע פראבלעמען און געגעבן פילן וכו'.
די משפחה האט אים גענומען צום בית ישראל זצ"ל פון גור, און דער בית ישראל האט אים געזאגט, איך וועל דיר געבן א פשוטע עצה.
יעדע נאכט פאר ווען די לייגסט זיך, גרייט צו נעבן דיין בעט, דיין הוט, און צופרי גלייך טוה עס אן, אזוי וועסטו זעהן אז דיין קאפ איז נישט געוואקסן...

כעין זה:
א איד האט אנגעהויבן דמיון'נען יעדע נאכט, אז אונטער זיין בעט זענען דא חיות רעות רח"ל, און ער פלעגט אויפשטיין און קוויטשען פאר שרעק.

די משפחה האט אים גענומען צו איינעם, איך ווייס נישט צו וועם, און ער האט געהייבן אפשניידן די פיס פון די בעט...

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4777
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14226
Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.
ענליך צו @הויזן זאקן'ס מעשיות.
א איד איז אמאל געקומען צו הג' ר שמואל סאלאנט, ירושלימ'ע רב, און זיך אויסגערעדט אז ער איז געמאכט פון גלאז, און ער קען זיך נישט בייגן/אראפזעצן וכו', וויל ער גייט זיך צוקראכן...
האט ר' שמואל געהייסן זיין גבאי שטיין הונטערן טיר מיט א גלעזל און ער האט געגעבן א זעץ אראפ דעם איד אויפן בענקל, ווען אין די זעלבע סעקונדע האט דער גבאי אראפגעווארפן דעם גלאז און עס האט זיך געהערט א קול ווי גלאז צעקראכט זיך.
האט ער אים געזאגט, נ'שוין ביסט שוין סייווי צוקראכט יעצט קענסטו געהעריג ארומגיין...

איינער איז אמאל געקומען צום קאצקער [מפארציילט עס אויך אויף אנדערע גדולים] אז ער וויל רופן די לבנה צו דין תורה, אז וואו ער גייט, גייט אים די לבנה נאך, און הערט אים נישט אויף אנקוקן...
דער קאצקער האט אים געהייסן צוריקקוצמען די קומענדיגע טאג, נאך וואס ער וועט הערן וואס די לבנה האט צו ענטפערן, און האט אים געזאגט אז די לבנה טענה'ט אז דו האסט ערשט אנגעהויבן קוקן אויף איר, און אויב דו נעמסט זיך אונטער מער נישט צו קוקן אויף די לבנה וועט זי מער נישט קוקן אויף דיר...
והאך קאווע, ויהי לעפעלע...
דער קאצקער האט אים געהייסן צוריקקוצמען די קומענדיגע טאג, נאך וואס ער וועט הערן וואס די לבנה האט צו ענטפערן, און האט אים געזאגט אז די לבנה טענה'ט אז דו האסט ערשט אנגעהויבן קוקן אויף איר, און אויב דו נעמסט זיך אונטער מער נישט צו קוקן אויף די לבנה וועט זי מער נישט קוקן אויף דיר...
והאך קאווע, ויהי לעפעלע...
Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.
איינע פון די היינטיגע רבנים האט זיך אמאל זיך געשטעלט כאפן א היטש איינע פון זיינע נישט גוטע פריינד האט זיך אפגעשטעלט און אים צוגעפירט
אויפן וועג האט ער זיך גערייצט מיטן רב זאגענדיג 'דער רב ווייסט דורך וועם דו ווערסט געפירט'
זאגט אים די רב 'נו וואס איז אינדערהיים פלעגט מען אויך געפירט ווערן דורך א פערד און וועגעלע..
אויפן וועג האט ער זיך גערייצט מיטן רב זאגענדיג 'דער רב ווייסט דורך וועם דו ווערסט געפירט'
זאגט אים די רב 'נו וואס איז אינדערהיים פלעגט מען אויך געפירט ווערן דורך א פערד און וועגעלע..
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2250
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7006
Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.
מען דערציילט אויפ'ן לב אהרן אז ער האט אמאל שפאצירט אין א געוויסער סטעיט,(כ'געדענקט נישט וואו און פארוואס) און עס האט דורכשפאצירט דער ציוניסטישער אשכנזישער רב הראשי, יענער האט זיך אזוי מתנצל געווען אז ער איז אן אייניקל פון הרה"ק ר' יוסף חיים זאנענפעלד. האט דער רבי רעאגירט "אבער איר זענט נישט זיין ממלא מקום..."
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4777
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14226
Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.
צעלימער רב ז"ל פלעגט זאגן אז צדיקים ווערן מגולגל אין א 'דג', און אמעריקאניזירטע רבנים ווערן מגולגל אין אן אמעריקאנער 'דאג'...
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
מיט וואסערע ווארט מיטשעסט זיך אזוי?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 03, 2025 11:35 amווער איז געווען די פרעגער?
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2250
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7006
Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.
לייגט איינער צו אין אישי:להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 06, 2025 1:19 pm מען דערציילט אויפ'ן לב אהרן אז ער האט אמאל שפאצירט אין א געוויסער סטעיט,(כ'געדענקט נישט וואו און פארוואס) און עס האט דורכשפאצירט דער ציוניסטישער אשכנזישער רב הראשי, יענער האט זיך אזוי מתנצל געווען אז ער איז אן אייניקל פון הרה"ק ר' יוסף חיים זאנענפעלד. האט דער רבי רעאגירט "אבער איר זענט נישט זיין ממלא מקום..."
האט ער געענטפערט ווער איז דען ראוי צו זיין דעם זיידנס ממלא מקום, זאגט אים דער רבי אבער זיין קעגנערס ממלא מקום זענט איר יא...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 507
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 408
Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.
ער איז דאך געווען באקאנט אלס א קלוגער איד, איז וואו קומט צו אים אזא נארישע תירוץ אויף א לעגיטימער שאלה?א טויב האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 06, 2025 2:11 pmמיט וואסערע ווארט מיטשעסט זיך אזוי?
דער תירוץ איז אז די מעשה לא היה ולא נברא, נאר א חסיד שוטה האט עס אנגעקלעפט אויף אים.( וידועים דברי החתם סופר "איר קענט זאגן מיינע חידושים אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערע חידושים אין מיין נאמען)