בליציגע מעשה'לעך — דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און קלוגע אידעלעך

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 6335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 51553

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך חלום חלמתי »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:00 pm שמע מייק בנוסח הידוע "נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש וכו' די לוואיע פון וכו' הגיב "לעצטנס קריגט מען זיך דא אויף שטותים..."
דעיס איז א מעשה מיט נעמען....

די בריסקער רב האט עס געזאגט ביים לוי' פון ****, אין הימל קריגט מען זיך אויף אזאנע נארישקייטן?!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2778
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6790

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך הדסים »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:00 pm שמע מייק בנוסח הידוע "נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש וכו' די לוואיע פון וכו' הגיב "לעצטנס קריגט מען זיך דא אויף שטותים..."
שטארק...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3058
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9575

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. שאלו מהדברי יואל שהמדובר קצת קינדעריש און זיי האפן אז ער וועט עס אויסוואקסן, ענה א קעלבל וואקסט אונטער און ווערט א אקס...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3058
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9575

Re: בליציגע מעשה'לעך — דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און קלוגע אידעלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. דער ווילנער גאון האט זיין גאנץ לעבן בשום אופן נישט געוואלט גיין צו א דאקטער. ער האט געהאט א שיטה, אז אויב האט מען ריכטיגע בטחון דארף מען ניטאמאל גיין צו א דאקטער. אין זיינע עלטערע יארן האבן די קינדער גערופן צו אים א דאקטער, דער גאון איז געווען זייער ברוגז און האט נישט געוואלט זיך לאזן פונעם דאקטער אים צו אינטערזוכן.
האט דער דאקטער זיך אנגערופן: "דער רב זאל וויסן אז אפילו דער גלח גלייבט אין מיר מער וויפיל ער גלייבט אין יאשקע!"
האט דער גאון געענטפערט: "איך גלייב אויך אין דיר מער ווי איך גלייב אין יאשקע..."
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3058
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9575

Re: בליציגע מעשה'לעך — דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און קלוגע אידעלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• חסיד: פארוואס איז אים דער רבי אזוי מכבד? וועגן ער האט מחבר געווען א ספר? עס איז א שטיק אמעראציס!!!
רבי: אבער די טעג אין נעכט חדשים און יארן וואס ער האט אינוועסטירט דערין האט ער נישט גערעדט קיין לשון הרע, קיין ניבול פה, און דברים בטלים, ער איז געליגן אין תורה!!! דאס איז א געוואלדיגע מדריגה...
שרייב פאוסט