חינוך כדת משה וישראל

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

אלף טויב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:40 pm איך גלייב נישט אז א אמת'ער ירא שמים זאל מאכן פילן ווייט דערפון,

איך האב געהאט א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה ער האט פארשטאנען צי חינוך ווי איך פארשטיי צי בנענעס, אבער ער איז געווען אן אמת'ער ירא שמים עס וואלט מיר בכלל נישט געשטערט מיינע קינדער זאלן אויך כאפן א ביסל אימזיסטע פעטש פונעם, אבער צי די זעלבע צייט זעהן ווי ער וויינט איבער מוסר ספרים, נישט ווען ער האט פארגעלערנט נאר ווען דער עולם האט געזאלט חזר'ן,

איך דערמאן זיך ער האט אמאל אויסגעלערנט ווי אזוי זיך איינצוגעוויינען פאר מסירת נפש, קלער אז איינער געט דיר א ציפ אויב די טויבסט נישט גלויבן ח"ו, דערנאך ווי איינער גייט דיר אראפווארפן די שטיגן, דערנאך איינער וועט דיר מאכן א שניט'עלע, אא"וו.
100%
אויב איז די תכלית מחנך זיין צו יראת שמים
האסטו כאטש עפעס(אסאך) פון אזא מלמד, אפילו אויב פארשטייטער נישט צו חינוך. און אויב איז ער געווען א אמתער עובד האט ער עפעס פארשטאנען אז מען דארף זיך אויפבויען.
אבער מיט די יארן מן הסתם איז געווען פראבלעמען פון די סארט מלמדים מיט די סיסטעם, אז מען פארקוקט אויף די עיקר און מען גייט ענדערש פאר מלמדים וואס פארשטייען צו קינדער אבער נישט צו עבודה.
לכתחילה וואלט איך געוואלט א מלמד א יראי שמים אבער אויך איינער וואס פארשטייט א צווייטן, נישט נאר איינער וואס לעבט זיך און זיין וועלטל.
אבער דאס איז בעסער פון גארנישט ערענסטקייט פארשטייט זיך,
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

אלף טויב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:40 pm איך גלייב נישט אז א אמת'ער ירא שמים זאל מאכן פילן ווייט דערפון,
למעט שווערע מידות און זאגט אז דאס איז יראת שמים

עס זענען דא מענטשן וואס זענען בטבע נעגעטיוו, זעהן די וועלט שלעכט, ווייט צו אנקומען ערגעץ,
און עס זענען דא מענשטן וואס זענען פינגט פארקערט, אלעס איז ליצנות, גרינג, נישט ערענס,

ביידע זענען נישט גוט.
ביידע דארפן ארבייטן אויף זיך.

אבער אמאל קוקט אויס א נעגעטיווער מענשט ווי א ערליכער, ווייל ער איז מער אפגעשייד פון די וועלט, אבער ער האט א חסרון, אז אלעס איז אזוי ווייט און מען וועט קיימאל נישט אנקומען אין ערגעץ, (און זיין פרזענדליכע עבודה גיי איך נישט אריין, קען זיין ער איז טאקע א צדיק) אבער פאר אינזערע דורות איז עס א מעססעטש וואס קען שאטן
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 235

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך אלף טויב »

ניק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 2:03 pm
אלף טויב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:40 pm איך גלייב נישט אז א אמת'ער ירא שמים זאל מאכן פילן ווייט דערפון,
למעט שווערע מידות און זאגט אז דאס איז יראת שמים

עס זענען דא מענטשן וואס זענען בטבע נעגעטיוו, זעהן די וועלט שלעכט, ווייט צו אנקומען ערגעץ,
און עס זענען דא מענשטן וואס זענען פינגט פארקערט, אלעס איז ליצנות, גרינג, נישט ערענס,

ביידע זענען נישט גוט.
ביידע דארפן ארבייטן אויף זיך.

אבער אמאל קוקט אויס א נעגעטיווער מענשט ווי א ערליכער, ווייל ער איז מער אפגעשייד פון די וועלט, אבער ער האט א חסרון, אז אלעס איז אזוי ווייט און מען וועט קיימאל נישט אנקומען אין ערגעץ, (און זיין פרזענדליכע עבודה גיי איך נישט אריין, קען זיין ער איז טאקע א צדיק) אבער פאר אינזערע דורות איז עס א מעססעטש וואס קען שאטן
מיר זענען אייניג
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

די מוסד זאגט
''מיר זענען שותפים מיט די עלטערן''

די מוסד איז עכט
''שלוחים פון די עלטערן''

עכט עכט למעשה
''די מוסד טוט און די עלטערן דארפן מיט גיין''


גיי פארשטיי פארוואס די מוסד זאל נישט אויסהערן אלע עלטערן, צו זיי זענען צופרידן?
גיי פארשטיי פארוואס עלטערן זענען בכלל נישט און די פיקטשער?
גיי פארשטיי אז די וואס זענען געלערנט מאכן אפ וואס מען גייט טוהן?
גיי פארשטיי ווי אזוי די מוסד קען זאגן פאר א טאטע דאס מיסטו טוהן?
גיי פארשטיי אז די מוסד קען אוועקווארפן קינדער ווען זיי זענען די שלוחים פון די עלטערן(חוץ אויב די מוסד האט א אחראי, אדער רוב עלטערן זענען מסכים)
גיי פארשטיי פארוואס די עלטערן וואס פארשטייען נישט צו חינוך זענען אלעמאל צופרידן, און עלטערן וואס פארשטייען יא צו חינוך זענען נישט אזוי צופרידן

איך בין דא אריין אין א שווערע פלאץ
ווייל וואס זאל מען טון? קענען דען אלע עלטערן פירן א מוסד צוזאמען? קען מען זיך רעכענען מיט יעדע טאטע?

אבער מיר זענען נישטא דערווייל פאר קיין סעלושנס, מיר ווילן נאר עפענען די נושא און פארשטיין ווי אזוי עס דארף צו זיין, אז באמת זענען די מוסדות שלוחים פון די עלטערן, און באמת וואלטן אלע עלטערן געדאפט האבן א ווארט אויף זייערע קינדער,

נאר למעשה איז א גוטע קשיא, אבער עס דארף בלייבן א קשיא, נישט אויפגעבן ח'ו אויף די עתיד פון אינזערע קינדער
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4969
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8452

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כ'בין מורא'דיג נייגעריג אין וועלכע מוסד דו שיקסט.

ווייל אז דו קלערסט אז "ווען די מוסדות הערן אויס די עלטערן צו זיי זענען צופרידן" וואלט געווען אן עולם התיקון, אדער בכלל בעסער ווי יעצט, מוז זיין אז דו שיקסט אין א מוסד וואס איך קען נישט...
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 5:46 pm כ'בין מורא'דיג נייגעריג אין וועלכע מוסד דו שיקסט.

ווייל אז דו קלערסט אז "ווען די מוסדות הערן אויס די עלטערן צו זיי זענען צופרידן" וואלט געווען אן עולם התיקון, אדער בכלל בעסער ווי יעצט, מוז זיין אז דו שיקסט אין א מוסד וואס איך קען נישט...
ביסט 100% גערעכט אז היינט וואלט עס שוין נישט געהאלפן
אבער איך רעדט פון די נקודה, דאס מיינט די געדאנק אז די טאטע האט די אחריות אויף זיין חינוך, און ער שיקט און א מוסד וואס זאל מחנך זיין זיין קינד,
וואלט ער על כל פנים געדאפט האבן עפעס א ווארט און זיין אייגענע קינד'ס חינוך,

ליידער אז די זאגסט אז דאס וואלט אויך שוין נישט געהאלפן, מיינט עס ''נישט אז די מוסדות האבן פארגעסן אז עס זענען דא עלטערן וואס ווילן א תכלית'' נאר זיי זענען אסאאאאך שטרעקער פון דעם עס גייט זיי אפילו נישט אן וואס די טאטע פון די קינד האלט, און עס גייט זיי אפילו נישט אן וואס די תכלית איז, און ווער עס וויל זיך נישט צושטעלן זאל שיקן ארגעץ אנדערש, דאס אליינס איז א ווייטאג אז מיר האלטן שוין דא,
זיי האבן פארגעסן פארוואס זיי זענען דא
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

עס איז דא אין די טבע און די מענטש אז מען דארף האבן חיות.

יעדע מענטש דארף א פלאץ ווי ער האט חיות,
ביי א קינד איז עס בעבישע זאכן,ווי שפילן טויס, זיין מעכטיג, וכדומה
ביי אן ערוואקסענער איז עס גרעסערע זאכן,ווי קענען נושאים,זינגען, תורה, חסידות, פאליטיק, וכדומה.

הכלל יעדער האט א פלאץ און די וועלט ווי ער לעבט אריין, וואס דארט פילט ער אז ער לעבט נאטירלעך, און איז א חלק פון די געשמאק פון די וועלט,
דער צדיק האט חיות פון זיין בטול צו רצון הבורא , וואס דאס איז שוין א גרויסע עבודה וואס יעדער דארף שטרעבן צו אנקומען דערצו.
און די מענטש פארן ארבייטן אויף זיך האט פשוטע חיות פון וועלטליכע זאכן
אוואדע איז דא נישט גוטע חיות און די בריאה, פארשטייט זיך אז זאכען וואס זענען אסור איז נישט קיין נידן אז מען טאר נישט, אבער מיר רעדן פון נישט ערוואקסנע חיות, נישט אויסגעארבייטע חיות,

און אויב נעמט מען אוועק די חיות אויף איין מאל, ווערט די מענטש אויסגעלאשן דאס מיינט אן קיין חיות (לעבן), וואס טוט זיך אבער אויב די קינד ליגט און שטותים, זאגט אגאנצן טאג נארישע טשאקס וכדומה, און מען וויל די קינד זאל גרויס ווערן,
מען קען אים אוועק נעמען די אלע נארישקייטן, מען קען אוועקמאכן זיינע זאכן, מען קען אים צוקוועטשן,
אבער זיין חיות וועט פארלוירן ווערן.

מען זעהט זייער אסאך מאל ווי בחורים וואס ווערן 13 14 יאר, ווערן פשוט אויסגעלאשן, איז די שאלה פארוואס? ווען זיי זענען געווען קליין האבן זיי געלעבט געשפרונגען איז וואס איז יעצט געשען?
קען זיין פשוט א קינד האט אסאך מער פלאץ ווי צו האבן חיות ווי בחור מעג האבן, מען פארלאנגט פון זיי מער, און די איינציקע פלאץ פאר א בחור צו האבן חיות איז פון תורה פון חסידות, אבער וואס טוט זיך מיט די בחור וואס האט נאכנישט זוכה געווען(אדער נאכנישט נתחנך געווארן צו תורה)

איך זאג נישט אז די ישיבה זאל מאכן פאון, אבער וואס איך זאג איז נישט אפהאקן זיין אלטע חיות אויף איין מאל, דורך זאגן פאר די בחורים זאלן גרויס ווערן און איין מינוט, פארשטיין די נפש און פארשטיין אז אויב ליידער האט ער נישט חיות פון תורה לאז אים לעבן ארגעץ אנדערש דערוויילע ביז מען האט א מהלך.

די זעלבע איז ביי עלטערן, וואס זעהען זייערע קינדער לעבן אריין אין שטותים, און עס שטערט פאר די עלטערן, קודם פארשטיי דיין קינד אז ער דארף חיות, פארשטיי אז ער איז א מענטש נישט קיין מאשין, און לויף נישט אים צוצוקלאפן גלייך אן קיין מהלך, ווייל די קינד איז איינס מיט זיינע שטותים און אויב די לעשט אויס זיינע שטותים לעשסטו אים אויך אויס ווייל דאס איז ער,

מען דארף דאס גוט פארשטיין.
אז דורך אים אוועקנעמען זיין אלטע חיות, לעשט מען אים אויס, אפילו מען זאגט אים , הייב אן צו לעבן פון א דאווענען, הייב אן צו לעבן פון א תוספות, ווייל ווי אזוי מאכט מען דאס? ווי אזוי קען א נייע זאך ווערן געשמאק פאר מען האט דיוועלאפט די טעסט?

די עיקר איז צו געדענקען אז חינוך נעמט נישט איין מינוט, חינוך איז פאר זיין גאנצע לעבן, און תורה און מצות איז נישט געשמאק פון די ערשטע מינוט, און מען דארף דאס אויפבויען ציביסלעך, חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה,
און דורך אים גיבן די ריכטיגע השקפה וועט ער ציביסלעך אוועק גיין פון נארישקייטן און קלעבן צו אמת זוכן נאר דעם אייבירשטן
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
בעל מנוחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:44 pm
x 2

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך בעל מנוחה »

א גרויסן דאנק פאר אונזער געשמאקע מגיד שיעור @ניק
גיי ווייטער מיט דיין תוכן׳פולע שיעורים
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 447

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך צווייטער »

@ניק איים קרעיזי פאר דיין טיפע הבנה און נאך בעסערע הסברה!
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

חלק א'

וואס איז דיין ערשטע בליק אויף דיין קינד?

א מלמד שפאצירט אינעם האלוועי דערנעטערט זיך צו זיין קלאס, וואס טוט זיך יעצט אין זיין קאפ?

אויב די טאג הייבט זיך אן גוט (דאס מיינט שטרענג) גייט די גאנצע טאג גוט (דאס האב איך געהערט פון א מלמד)
איך גיי עפענען די טיר פון מיין קלאס, די קינדער זאלן זעהן אז איך בין אנגעצויגן, איך וועל נישט רעדן קיין סאך, לאזן די מצב אומוטיג פאר די ערשטע פאר מינוט, אזוי וועט די גאנצע טאג זיין גוט.
דאס מיינט אז אגאנצן טאג וועלן די קינדער פילן שרעקליך נישט ראיג נישט סעיף מיטן מלמד, און אזוי וועלן זיי איינפאקן, און די מלמד וועט האבן א גוטע סוקסעספולער טאג.

צרוק צו די שאלה וואס האלטסטו אויף דיין קינד?
איז ער א שלעטער בטבע? און ער וועט אייביג זיכער מאכן צו מאכן טראבל?
איז א קינד וואס לעבט אין זיין וועלט, און מען קען נישט רעדן צו אים?
איז ער א קינד וואס קען נישט איינזיצן קיין רגע?
איז ער פשוט די קינד וואס וועט אייביג אויסטרעפן א פלאץ דיר צו אויפרעגן?

מיט אזא בליק קען מען נישט מחנך זיין א קינד.
פארוואס? ווייל דאס איז נישט די קינד, און אויב האלסטו אויף דיין קינד עפעס אנדערש פון וואס ער איז, וועסטו אים מחנך זיין לויט וואס די האלסט ער איז, און ער איז נישט דאס ער איז עפעס אנדערש,
די קינד וואס מיר האבן אראפגעלייגט איז אפשר א (עכטע) ווילדע חיה, וואס דאס צו לערנען איז א אנדערע מהלך.

אבער מיר וואס מיר האבן קינדער וואס האבן א נשמה, וואס האבן שכל, און אויך א נפש הבהמיות, איז עס גאר עפעס אנדערש.

יעדע מענטש האט טוב ורע גוט און שלעכטץ
חלק הטוב: וויל זיין גוט,
חלק הרע:וויל עצלות, האט נישט קיין כח צו עול, וכדומה,(נישט אז ער וויל דוקה זיין שלעכט, זעה ביי די יצר הרע פון א מענטש, קיינער איז נישטא פאר דוקה, להכעית)

די חלק הטוב דארף מען אויפבויען, דורך אריין ברענגען די קינד צו גוטע זאכן, מחנך זיין צו תורה ודרך ארץ, און ארויסברענגען זיינע גוטע זאכן אין די וועלט, די פארקערטע איז, גארנישט פארלאנגען, גארנישט אויסלערנען, לאזן די קינד די פלאץ ווי ער איז.

די חלק הרע דארף מען מכניעה זיין, דורך אויסלערנען די קינד אז מען דארף טון אפילו מען וויל נישט,אפילו עס איז שווער,
די ציל פון דעם איז, אז די קינד זאל וויסן אז ער דארף זיין בטול צו רצון השם אפילו עס איז שווער,
פארדעם איז וויכטיג א קינד זאל האבן הכנעה פאר די עלטערן, און טון אפילו ער פארשטייט נישט,
מיינט נישט אז ער גייט דארף זיין א ראבאט און פאלגן אלעס די ערשטע מינוט, איך רעדט פון אויסלערנען די געדאנק פון פאלגן אן פארשטיין, דאס קען זיין ביי איין פלאץ אויך, דאס מיינט ביי איין זאך זיך שטעלן שטארק אן קיין הסברים, פשוט זיך צו לערנען הכנעה,

אויב איינער וועט נאר טון און עשה טוב,
ער וועט גיבן אסאך ליבשאפט פאר די קינד, גיבן אסאך קאמפלימענטן, גיבן מתנות פארן ענדיגן מסכת, גיבן חשק לכל דבר שבקדושה, וכדומה,
די קינד וועט טאקע וואקסן און שטייגן, אבער וואס וועט זיין מיט זיין רע ווען ער וועט גרויס ווערן, און עס וועט ארויסקומען זיין רע, ווי וועט ער דעמאץ גיין ווי אזוי וועט ער בכלל קענען זיך א עצה גיבן, ער וועט טרעפן שלעכץ אין זיך וואס ער האט נאכקיימאל נישט געזעהן ר'ל פאר אזא קינד.

אויב איינער וועט נאר טון און סור מרע,
זיכער מאכן אז די קינד פאלגט יעדע זאך, זאגן כסדר פארן קינד אז עס איז א שווערע וועלט,
די קינד וועט נאר זעהן אלעמאל זיין שלעכטער חלק קיימאל נישט זיין גוטס, וואס קען פון אים אויסוואקסן? צום בעסטן פאל א בועט
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 136

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך בינת הלב »

מורא'דיג מורא'דיג!

דיין וועג פון עס אראפלייגן איז עפעס עקסטער!

זיי ממשיך.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

חלק ב'

וואס איז דיין ערשטע בליק אויף דיין קינד?


וואס איז די סיבה פארוואס עלטערן קוקן אראפ די אייגענע קינדער?

קען זיין אז זיי ווייסן פשוט נישט די חשיבות פון א יוד ביי זיך אליין,
די קינד טריגערט זייער שטארק די עלטערן,

בעצם כדי צו קענען מחנך זיין, דארף מען זיין א אויפגעבויטע עובד השם, ווייל אויב נישט צו וואס ביסטו מחנך.

אויך ביי אינזער דוגמה, דארף מען וויסן די חשיבות פון א יוד, אויך אז מען האט א ייצר וואס ציט אוועק פון זיין גוט, אבער די יוד בפנימיות וויל זיין גוט, קען זיין ער ווייסט נישט ווי אזוי און וויבאלד עס טוט אים וויי זיין מצב ווערט ער ערגער, דורך פילן גילט אין זיך אנקוקן סיי ווי שלעכט.
(עס איז טיפער פון פשוט זיך אנקוקן שלעכט, עס איז מער אז נאר ביי שלעכטץ האט ער א פלאץ, און נאר דארט קען ער לעבן, פארדעם וועט ער מער אהין לויפן,)

הכלל בעבודה: אויב א יוד וועט מיינען אז ווען מען האט א דורכפאל, איז מען פארטיג פארן לעבן, וועט ער נאר בלייבן ביי רע.
אבער א יוד וואס פארשטייט אז ער איז אייביג חשוב ביים אייבירשטן, און דער אין איז גוט משורש, און נישט קיין חילוק וואס
זיין מצב איז דארף די אייבישטער זיין עבודה, אזא יוד קען טאקע וואקסן.


די זעלבע איז ביי קינדער.
אויב ווען איז שלעכט איז ער שוין גארנישט ווערט אין דיינע אויגן, סא וואס וועט אים גיבן האפענונג, פארוואס זאל ער זיין גוט?
נאר פארוואס טוען זיי זאכן וואס זענען נישט אזוי גוט?
פשוט ווייל ער איז א קינד, נישט מחונך, ער האט נישט אייביג נערווען פאר עול, אדער ווייל נאר דארט בייקומט ער זיין אויפמערגזאמקייט פון די עלטערן,
איז ער שלעכט?
ער האט רע אין זיך אבער ער האט אויך טוב,

די מלמד וואס קומט אריין און קלאס מיט די שיטה אז די קינדער ווילן זיין שלעכט, און מען דארף זיי אייננעמען פארדעם, זיכער אז זיי וועלן זיין שלעכט,(חוץ אויב די וועסט אים צוקוועטשן, דאס טוט מען טאקע, און יעדער איז צופרידן, איז דאס חינוך?)

די מלמד וואס קומט אריין אין קלאס אין ווייסט אז ער האט גוטע קינדער, יעדער וויל זיין גוט, יעדער וויל ארויסברענגען זיין חלק הטוב, קען זיין אז קינדער וועלן טרייען צו איבערדרייען, אבער נישט ווייל ער איז שלעכט, נאר פשוט ווייל ער פילט אז ער איז סיי ווי נישט גוט, אדער יעצט האט ער נישט קיין נערוון, אבער דאס מיינט נישט אז ער איז שלעכט, קען זיין מען וועט דארפן זיין שטרענג צו אים, אבער נאר כדי צו מכניעה זיין זיין רע, און אים ברענגען צו גיטס,
אין אויב די וועסט גלייבן אז ער וויל זיין גוט, וועט ער דאס שפירן, און די וועסט אים נישט דארפן צוקוועשטן כדי ער זאל זיין גוט(פארמאכט),

דאס איז זיכער אז א מלמד(טאטע) דארף געבן אהבה פינקט ווי יראה
אהבה מיינט גלייבן אז ער קען, זעהן אן אים א עתיד,ארויסברענגען זיין גוטס, גיבן קאמפלימענטס, האבן א נאנטשאפט,
יראה מיינט האבן א רעספעקט, מען קען נישט טון וואס מען וויל, סדר, אויסלערנען ווי אזוי מען פירט זיך,

די יראה און אהבה איז נישט קיין סתירה, אויב די ביסט קלאר ווער איז די קינד,

היינט וועלן די מלמדים זאגן, אן דיספלין איז גארנישט דא,
פרעג איך, אן טראסט איז יא עפעס דא
נאר די מלמדים זענען נעבעך אינטער גאר גרויסע סטרעס (איך האב מיר געדרייט אין מוסדות) אז די קלאס זאל פארן ווי א באן, יעדער זאל קענען, מען זאל לערנען אסאך,
האבן זיי נישט קיין צייט צו מחנך זיין, זענען זיי געצווינגען צו זיין אזוי שטרענג אפילו אויב ער פארגעסט אז עס זיצן פאר אים קינדער נישט ראבאטס (איז דאס א גוטע תריץ? ווען עס קומט צו אינזערע קינדער? זיכער אז נישט!)
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
בעל מנוחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:44 pm
x 2

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך בעל מנוחה »

@ניק מיר ווארטן שוין בכליון עינים אויפן המשך.
דו האסט א אויסנאם געשמאקע שפראך צו ארויסברענגען דיין טיפע הבנה בנפש האדם (סיי די נפש האלוקות און סיי די בהמיות) און דיין השגה ברוחניות בחובת האדם
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 710
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1032

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ווירקליך »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 8:14 pm @ניק איים קרעיזי פאר דיין טיפע הבנה און נאך בעסערע הסברה!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

ראה אנכי נתן לפנים היום ברכה וקללה.
די ציל פון חינוך איז צו אויפבויען די קינד אז ער זאל זיין שטארק צו קענען בחור זיין ווען ער וועט גרויס ווערן,
אין אויך ער זאל זיין געוואוינט צו טון, אז עס זאל נישט זיין פאר אים אוממעגלעך ווען ער ווערט גרויס אויב האט ער קיינמאל גארנישט געטון.
חינוך איז נישט אז די קינד זאל זיין געצווונגען אייביג אפילו ווען ער וועט זיין גרויס,

קען זיין אז מען דארף אמאל צווינגען, כדי ער זאל זיך אויסלערנען,

אבער מאך זיכער ווען די ביסט אים מחנך,
אז ווען ער וועט ווערן גרויס, וואס דעמאלץ ווען עס וועט ליגן פאר אים טוב ורע זאל ער זיין שטארק צו מאכן די אויסוואל.
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

חלק א'

מיר ווייסן די וויכטיקייט אז א קינד זאל זיין באקוועם צו רעדן מיט די עלטערן אלעס.
וואס מיינט זיין אפען?
וואס איז די טובה אז די קינד זאל זיין אפען?
וואס שטערט די קינד פון זיין אפען?
ווי אזוי צי אויפבויען די אפענע רילעשן שיפ

פאר מיר גייען אריין אין די נושא, לאמיר באטראכטן די נושא פון טראסט אין די קינדער
ווי אזוי פילט די קינד לגבי די עלטערן, וואס איז זיין בליק אויף דיר, ווי אזוי קוקט ער דיר אן ווען די גייסט אים עפעס זאגן, און ווי אזוי פילט ער לגבי דיר ווען ער טוט א אומרעכט.
טראכט א מינוט ווי זיכער פילט דיין קינד מיט דיר, זיכער מיינט אז די נעמסט אים אן, און ער איז גוט און דיינע אויגן,

א קינד זוכט צו זיין סעיף און זיכער מיט זיינע עלטערן, דאס מיינט אז זיינע עלטערן עקסעפטן אים און האלטן פון אים, זעהן אים אלץ א גוטער מענטש,

פארשטייט זיך אז א קינד דארף זיכערקייט פון די עלטערן דאס מיינט אז זיינע עלטערן טראסטן אים אז ער קען און האט די כוחות צו לעבן גוט אין די וועלט, און די עלטערן ווערן נישט פארלוירן אויב ער מאכט א טעות, און האבן די פולע טראסט אין אים, בדרך משל אז מען ווערט משוגע פאר זיינע כוחות, שכל, קריעטיבעטי, וכדומה,דאס איז אלעס נאך פאר די קינד ווייזט עפעס כוחות במציאות גלייבן מיר שוין אין זיינע כוחות, ווייל אויב גלייבן מיר אין א קינד נאר ווען ער ווייזט עפעס און נאר ווען ער קומט ערגעץ אן במציאות נאר דעמאלץ איז ער גוט און דיינע אויגן, דאס מיינט אז מיר זענען נאכנישט זיכער מיט אים און ער דארף עס נאך איבערווייזען, און אויב מאכט ער א טעות, איז ער שוין גארנישט ווערט,

גלייבן אין א קינד בלינדערהייט ווערט נישט אויס אויב מאכט ער א טעות,
ווייל יעדער קען מאכן א טעות אפילו איינער וואס איז עכט גוט, בפרט א קינד וואס האט כוחות נאר בכוח נאכנישט בפעול, קען מאכן א טעות, וויבאלט ער איז נאך עכט ניי און דארף אויסטרייען אלע וועגן, אבער וויבאלד ער ער האט די סקילס וועט ער זיך לערנען און אנקומען צו די ריכטיגע וועג,
וויבאלט מיר גלייבן אין אים און אים גיבן די זיכערקייט, פילט ער זיכער און קען טאקע ניצן זיינע כוחות און קען אנקומען צום ריכטיגן וועג,
אבער אויב מיר וועלן אים ציקלאפן און האלטן אז זיין ווערט קוקט מען נאר לויט זיינע מעשים וועט נישט זיין גוט, ווייל ער וועט נישט פילן די זיכערקייט אז ער קען.

הכלל א קינד דארף פילן זיכער אז ער האט כוחות און זיינע עלטערן גלייבן באמת אז ער איז גוט, דעמאלץ קען ער זיך אויפבויען און עס ברענגען למעשה ,ווייל ער האט די זיכערקייט און האט די טראסט אין אים, אבער אויב די עלטערן זענען נישט זיכער אין ער אליין איז פארשטייט זיך אויך נישט זיכער אין זיך, וועט ער גלייך אויפגעבן אויף זיך און האלטן אז ער איז נישט ווערט, און ער וועט זיך נאר אפגעבן צו פייטן פאר זיין ווערט טרעפן פלעצער ווי ער קען ווייזן זיין ווערט, און ער וועט נישט זיך אויפבויען ווייל ער וועט אייביג פילן אז ער איז נישט ווערט באמת,
(בעצם דארף מען פארשטיין מער די מושג פון טראסט, וועלן מיר עס איבערלאזן פאר א צווייטע צייט)

צרוק צום נושא
וואס מיינט אפען?

א קינד וואס פילט אייביג עקסעפטעט ביי זיינע עלטערן, נישט לויט זיינע מעשים, און אויב וועט ער וועלן הילף פאר עפעס, וועט ער קענען גיין צו זיינע עלטערן, אן דעם וואס מען זאל אים אראפקוקן, נאר ער ווייסט אז מען וועט אים פארשטיין, און מען וועט אים העלפן.

וואס איז די טובה אז די קינד זאל זיין אפען?

דאס איז פשוט אין אינזערע טעג, ווען עס קען זיך מאכן פראבלעמען וואס עס איז נישטא צו וועם מען קען רעדן, איז דאך די בעסטע זאך אז די קינד ווייסט אז זיינע עלטערן קענען הערן פון אים אלעס און אלעס מיינט אלעס,
און וואס מיר ווילן נישט אז די קינד זאל זיך אריין עסן מיט זיינע פראבלעמען, און פילן אז ער שוין גארנישט ווערט, לעבן אין א חושך, און זיכער אויב ער דארף ערענסטע הילף זאל מען אים עס קענען גיבן.

וואס שטערט די קינד פון זיין אפען?

פארוואס ווען איינער טוט א עוולה וויל ער אז קיינער זאל נישט וויסן?
פשוט, ווייל ער וויל נישט אז קיינער זאל אים אראפוקוקן פאר די עוולה וואס איז באגאנגען, אבער עכט טוט אים וויי זיין עוולה אבער ער האט נישט צו וועם צו רעדן, אויב האט ער א גוטע חבר וואס ער פילט סעיף מיט יענעם דאס מיינט אז יענער האט אים ליב און יענער וועט אים פארשטיין פארוואס ער האט געטון די עוולה און ער וועט אים נישט אראפקוקן זיין גאנצע ווערט פאר די עוולה, וועט ער פילן סעיף צו רעדן צו יענעם און אזוי זיך העלפן,

אין איין ווארט, א קינד וואס פילט אז זיינע עלטערן וועלן אים אראפקוקן פאר א עוולה וועט נישט קומען פארציילן,

די ערשטע איז און די מחשבה וואס האלטסו אויף דיין קינד, איז ער אינטער א פראגע צייכן, אדער איז ער אנגענומען ביי דיר?
איך גיי אריין האקן מיט א משל, ווען א מענשט האט א רבי וואס ער איז א פאטריאט פאר אים, און די רבי וועט טוהן א עוולה וועט די חסיד גלייך (פארן טראכטן) טרעפן א מליץ טוב, און וועט פארענפערן זיין רבי, פארוואס ווייל ער האט אים ליב, און ער גלייבט און אים מער פון אלעס, דאס מיינט ליבשאפט, אבער פארוואס ווען עס קומט צו זיין אייגן קינד טראכט ער שוין אז אפשר איז די צד שני גערעכט, און זיין קינד איז טאקע שילדיג,
אבער באמת דארפן מיר אויפבויען אזא פאטריאטישקייט פאר אינזערער קינדער ביז ממש מען וועט זעהן ווי זיי זענען אייביג גערעכט (פארשטייט זיך אז מען דארף זיי מחנך זיין, אבער זיי פארשטיין פאר די פארשטייסט א די צווייטע זייט)

די צווייטע איז די מעשה, ווי אזוי די עלטערן פירן זיך אויף צו די קינד ווען ער טוט א עוולה, ווען א קינד באגייט א עוולה, קען זיין אז די עלטערן וועלן ווערן זייער אויפגערעגט, קען זיין אז עס וועט זיי טריגערן זייער שטארק (מען דארף א עקסטער רעדן פון דעם אז די קינדער טריגערן די מערסטע פאר די עלטערן און דאס האקט אויך אפ די קשר) בקיצור יעדע זאך וואס מאכט די קינד פילן אז מען גיט אים נישט קיין שום פלאץ צו זיין שלעכט, און פאר יעדע קליינע עוולה ווערט זיין ווערט אויס, דאס וועט אים מאכן פילן אז ווען איך טו א עוולה וויל איך אז מיינע עלטערן זאלן קיימאל נישט וויסן פון דעם,

און בכלל די ערשטע בליק וואס מען קוקט אויף א קינד מיט אזא פארדעכטיגע בליק ''וואס גייט ער שוין ווייטער טון''', עלטערן וואס גיבן די ענערטשי אז יעדע רגע גייט עפעס גיין ראנג און די קינד וועט איבערדרייען, די לופט איז נישט גוט דאס מאכט אים פארמאכט, און ער קען זיך נישט ארויסגעבן, מה שאין כן א ראיגע לופט ווי מען טראסט אים און מען האט נישט מורא יעדע רגע פון אים, אפילו ער גייט איבער דרייען פילט ער אז אין זיין הויז קען ער זיך ארויסגעבן דאס וואס ער איז באמת, דאס מיינט אז עס איז גוט פאר קינדער צו פילן ראיג זיך צו קענען ארויסגעבן, אוואדע מיינט נישט אז ער קען טון וואס ער וויל, מען מעג אים זאגן אז דאס טאר ער נישט טון, אבער נישט פרזענדליך אז ער איז שלעכט אז ער טיט דאס און אז ער איז לעבעדיג, מען קען אים זאגן איך וויל נישט יעצט אז מען זאל איבערדרייען, וכדומה, (מען רעדט דא פון פשוט זיין לעבעדיג אדער מער, מען רעד נישט פון עפעס מער, אבער זי זעלבע כלל איז דארט אויך, דאס איז א אריכות פאר א צווייטע צייט)

ווי אזוי צי אויפבויען א אפענע רילעשן שיפ

המשך יבא
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 710
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1032

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ווירקליך »

דער @ניק קומט אריין קריסטאל קלאר!

יישר כח!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3077
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3463

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך שמח »

אפשר איז גוט אפצוטיילן צו עקסטערע טעמעס די באשרייבונג פון די קאמענטס.
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1182
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1488

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך טיפע טאשן »

@ניק גייט קומען א המשך?

זייער קלאר ארויסגעברענגט
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 9:33 pm @ניק גייט קומען א המשך?

זייער קלאר ארויסגעברענגט
בעזר השם
כווייס נאכנישט ווען
מען דארף האבן צייט
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 79

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך חצקל משמש »

ניק האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:47 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 9:33 pm @ניק גייט קומען א המשך?

זייער קלאר ארויסגעברענגט
בעזר השם
כווייס נאכנישט ווען
מען דארף האבן צייט
יעצט אנגעטראפן די אשכול, די זאגסט דאך געוואלדיג!

כהאף די וועסט אנטרעפן דיין צייט בקרוב
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

ווען א קינד גייט עפעס אדורך אין חדר
זיין מלמד פארשעמט אים.פייניגט אים
חברים טשעפענען אים

וואס דארף מען טוהן?

זאל מען שנעל רופן די מלמד? שנעל רופן די חברים אדער זייער טאטע?

אפשר קען מען דאס טוהן, אבער נאכנישט (ווארט אפאר מינוט פאר די לויפסט שנעל פערטעקטן דיין קינד)

קודם לאמיר פארשטיין אז אין די וועלט גייט זיין שוועריקייטן, דיין קינד ווען ער וועט גרויס ווערן וועט ער האבן פארשידענע זמנים וואס וועט אים זיין שווער,
און אינזער ארבייט איז זיי צו אנגרייטן פאר דעם און זיי גיבן די כוחות דאס צו בייקומען, און נישט ווערן אויס, פאר יעדע שטער,

זיכער אז אלץ קינד איז ער נישט גרייט פאר דעם און יעדע קלייניקייט מאכט אים אויס ד'מ אז ער פילט פארלוירן זיין ווערט ווייל יענקי האט געלאכט פון אים, אדער זיין רבי האט אים געזאגט אז ער איז נאך א בעבי,

איז מיר וועלן אים גיבן גערעכט ד'מ אז ער איז נאכאלץ ווערט אין אינזערע אויגן, דורך גיבן ליבשאפט און זיך אנעמען פאר אים, און אים פארשטיין, פארן לויפן קאלן די רבי כדי ער זאך מער קיינמאל נישט דארפן זיך ספראווענען מיט זיינע שוועריקייטן, נאר אדרבה נישט ווערן פארלוירן ווען ער האט א שוועריקייט, און בלייבן גלייבן און אים, און גלייבן אז ער וועט דאס בייקומען, און זיין ווערט וועט נישט ווערן אויס,

ווען דיין קינד האט א פראבלעם און די ווערסט אינגאנצן פארלוירן, אז די ווייסט שוין נישט וואס וועט זיין מיט דיין קינד ווי אזוי וועט ער עס אדורך טראגן, פארדעם וויל מען שנעל העלפן און מסדר זיין ,
אבער וואס דארפן מיר טוהן פאר די טובה פונעם קינד?
אים פארשטיין, גיבן גערעכט, און גלייבן און אים אז ער וועט זיך מסדר זיין, מען קען אים גיבן א עצה רעדן צו אים אבער די עיקר פארדעם נישט פארלוירן ווערן פאר אים און זיין מיט זיין געפיל און אים פארשטיין.

אזוי ווי ביי א גרויסע מענטש וויאזוי קומט ער איבער זיינע שוועריקייטן?
1. ער ווייסט אז עס איז שווער, ער איז געווארן פארשעמט, און עס טוט וויי
2. אויך ווייסט ער אז זיין מציאות איז ווייטער דא און ער נאכאלץ ווערט, און קען ווייטער אנגיין
אויב פעלט איינער פון די צוויי וועט ער זיך נישט קיין עצה גיבן.
אויב וויל ער נישט פעסן אז עס איז אים שווער און ער וועט נאר פייטן און אנגיין ווייטער, וועט ער דאך זיין מלא סטרעס.
און אויב וועט ער נאר זעהן זיינע יסורים אן די טראסט אז ער איז א אדם און קען אנגיין ווייטער, וועט ער דאך ווערן מער און מער ציבראכן.

די זעלבע דארף די קינד זיך אנהייבן צו אויסלערנען.
1. עס טוט וויי,
2. איך גלייב און דיר

ווי אזוי גיט מען דאס איבער פארן קינד?
1. אים לאזן פילן צובראכן, פארשטיין זיין ווייטאג, אמאל אפילו ארויס ברענגען דאס און דאס פילסטו אוי איך פיל אזוי שלעכט אז דאס האט פאסירט מיט דיר, גיבן גערעכט פאר זיינע הרגשים דורך זיך אנעמען פאר אים .
2. נישט ווערן פארלוירן, אויסלערנען ווער ביסטו באמת, א מענטש קען מאכן א טעות, אויב איינער פארשעמט דיר מיינט נישט אז יענער איז גערעכט, קען זיין יענער קען דיר נישט אדער פארשטייט דיר נישט, אבער גיבן זיכערקייט עס וועט זיין גוט די וועסט עס בייקומען, דיין גאנצע לעבן איז נישט די רבי די חבר, די גייסט גרויס ווערן וכדומה
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

וואס האט אברהם אבינו אויסגעלערנט פאר יצחק ??


מידת החסד?
אז א יוד מיינט טוהן פאר א צווייטן?



ניין!!!
דאס קען נישט זיין ווייל יצחק האט דאס נישט געטוהן!!
יצחק אבינו איז נישט געגאנגען טוהן חסד נישט געגעבן עסן פאר מענטשן

נאר וואס דען?


אלע האבן דעמאץ פארשטאנען אז עס איז דא א בורא.
און אויב עס איז דא בורא, פארוואס האט ער דאס באשאפן? זיכער וויל ער עפעס! דארף מען טוהן וואס ער וויל, דאס מיינט דינען דעם בורא, טוהן די רצון פונעם באשעפער פארוואס ער האט דיר באשאפן.
נאר זיי האבן געגלייבט און עבודה זרה, און אפגעטער, ר'ל און זיי האבן געזאגט אז אזוי דארף מען דאס דינען, א צווייטער האט געזאגט א אנדערע מהלך וואס די לבנה האט זיך פאר אים בייוויזן.
אברהם האט נישט פארשטאנען די עבודה זרה ביז ער האט פארשטאנען אז עס איז זיכער דא איין בורא וואס האט אלעס באשאפן און מען דארף אים דינען.
איז ער געגאנגען מיט זיין מידת החסד און פארשפרייט דעם אייברשטנס נאמען אויף די וועלט

און יעדען אויסגעלערנט אז מען דארף אנערקענען אין די בורא און אים דינען.

און דאס האט טאקע יצחק אבינו געטוהן געדינט דעם בורא מיט זיין מידה פון גבורה
וַֽיהֹוָ֖ה אָמָ֑ר הַֽמְכַסֶּ֤ה אֲנִי֙ מֵֽאַבְרָהָ֔ם אֲשֶׁ֖ר אֲנִ֥י עֹשֶֽׂה׃
וְאַ֨בְרָהָ֔ם הָי֧וֹ יִֽהְיֶ֛ה לְג֥וֹי גָּד֖וֹל וְעָצ֑וּם וְנִ֨בְרְכוּ ב֔וֹ כֹּ֖ל גּוֹיֵ֥י הָאָֽרֶץ׃
כִּ֣י יְדַעְתִּ֗יו לְמַעַן֩ אֲשֶׁ֨ר יְצַוֶּ֜ה אֶת־בָּנָ֤יו וְאֶת־בֵּיתוֹ֙ אַחֲרָ֔יו וְשָֽׁמְרוּ֙ דֶּ֣רֶךְ יְהוָ֔ה לַעֲשׂ֥וֹת צְדָקָ֖ה וּמִשְׁפָּ֑ט לְמַ֗עַן הָבִ֤יא יְהוָה֙ עַל־אַבְרָהָ֔ם אֵ֥ת אֲשֶׁר־דִּבֶּ֖ר עָלָֽיו׃

דאס הייסט ער האט אויסגערענט צו גיין און די אייבירשטן דרכים
נישט זיין נקודה
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
אוועיטער
ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:43 pm
x 108

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך ניק »

אביסל די נושא פון יוסעלע וואס קוקט מאוויס

ערשטנס א בחור וואס וויל יעדעם געפעלן, און וויל זיין די בעסטע בחור, דאס איז די ערשטע פראבלעם, פאר די פראבלעם פון קוקן מאוויס(ווי מיר וועלן מזביר זיין)
מיר זענען עבודי השם, נישט עובד את עצמו, די אייגענע כבוד אדער גאוה וכדומה.

וואס טאקע קען מען טוהן??

יעדע יוד האט א נפש אלקות און נפש בהמיות, דאס איז די ערשטע יסוד,
מיר זענען געקומען אויף די וועלט אריין און א מלחמה פון טוב ורע, און דאס איז נישט קיין פראבלעם צו זיין און די מלחמה, נאר אדרבה דאס איז די ציל , צו זיין און די מלחמה און גובר זיין צום סוף,
אבער דאס פארשטייט נאר א עובד, נאר איינער וואס האט שוין אפילו אביסל געארבייט אויף זיך וועט דאס פארשטיין, ווייל איינער וואס האט קיינמאל נישט געארבייט איף זיך מיינט אז אלעס איז גרינג, נאר מען דארף נאר טוהן, און ער ווייסט נישט אז פון וועלן ביז טוהן ליגט אסאך ארבייט אסאך דורכפעלער אסאך הזחזקות ביז ער קומט איבער אלע שוועריקייטן און ווערט אויפגעבויט,
די תניא זאגט אז איינער וואס ווערט מרה שחורה אז ער איז דורך געפאלן איז א בעל גאוה, ווייל ער ווייסט נישט אז דאס איז די נפש הבהמיות, די ציסט צו שלעכט, אבער די טארסט נישט די דארפסט ארבייטן אויף דיר, אבער קוק דיר נישט אן ווי די ביסט געפאלן פון א דורכפאל ווייל די ביסט פון ערגעץ נישט געפאלן נאר דאס ביסטו (מצד די נפש הבהמיות)

הכלל צרוק צו יוסעלע
אויב א בחור האט א נסיון, איז דאס א פראבלעם? ניין!
אויב א בחור האלט אז ער טאר נישט האבן קיין נסיונות איז א פראבלעם?? יא!!
וואס טוט זיך מיט א בחור וואס זיין נסיון איז נישט צווישן טוב ורע, נאר צווישן רע ורע (אפשר בוחר הרע במעיטו)
וואס הייסט??

זיין גאנצע נסיון איז צו זיין די גוטע בחור אדער קוקן מאוויס
זיין די גוטע בחור וואס מיין טאטע זאל האבן נחת אדער זיין די בחור וואס קוקט מאוויס
זיין די בחור וואס ליגט און לערנען (בקיצור= זיין די חריף) אדער זיין די בחור וואס קוקט מאוויס

אויב איז דאס די מעשה איז עס א פארלוירענע מלחמה, נישט קיין חיליק וועלעכע זייט עס געווינט

פאר איך גיי ווייטער וויל איך דיר פרעגן,
גלייבסטו אז עס איז דא א באשעפער?
גלייבסטו אז די תורה ועבודה זענען עכט?
גלייבסטו אז א יוד האט א חלק אלוקי ממעל?
גלייבסטו אז א יוד קען בוחר זיין בטוב?
גלייבסטו אז א יוד איז מקושר עכט מיט די אייבישטער און די תורה?

פארוואס פרעג איך דאס?

ווייל קודם מוז מען פארשטיין אז די מלחמה מיט טוב ורע איז א מלחמה מיט טוב און רע, און עס איז טאקע דא צוויי זייטען, נישט נאר זיך צו אפהיטן פון שלעכטץ ווייל עס איז דאך דא אזויפיל רע אין די וועלט, נאר אויך גלייבן אין די טוב וואס איז דא אין די וועלט, אין די יכולת פון די טוב, וויסן אז עס איז עכט דא צוויי זייטן זה לעומת זה

היינט אין די וועלט גלייבט מען נאר און די רע וואס די וועלט האט ליידער גלייבט מען נישט און די טוב

יעצט לאמיר אבערשפילן די נסיון פונעם בחור
זאל איך גיין קוקן מאוויס? אדער טוהן רצון הבורא?
זאל איך גיין קוקן מאוויס און זעהן זאכן וואס דער אייבישטער לאזט נישט?
און אויב האב איך יא געקוקט ליידער! ווער איך אפשר אויס גוטע בחור, אבער איך בלייב א יוד און איך יא דינען השם אחד

די מלחמה זאל זיין צווישן טוב ורע, מיר זענען עבדי השם מען דארף טוהן זיין רצון אפילו איך בין שוין פארפאלן וכדומה

ווען מען קוקט אויף די אייגענע פערסטיטש איז אלעס, ביסטו גוט אדער שלעכט, אבער אויב מען קוקט פארן אייבירשטן, ביסטו דא צו טון זיין רצון, און א דורך פאל טוט מען תשובה אבער ביסט נישט אויס, עס איז דאך א מלחמה פון צוויי זייטן, איך פארשטיי אז עס איז שווער אבער עס איז נאכאלץ דא א שיבוד צום רבונו של עולם, וואס ווארט אויף מיין עבודה,

פארדעם מיז מען אויפבויען די קינדער (אדער זיך) מיט עשה טוב
דער אייבישטער דארף יעדע יודס עבודה
מיר זענען דא צו דינען און טוהן נאר פארן אייבישטער נישט פאר אינזער כבוד
א יוד איז מקושר צו טוב צום אייבירשטן און צו די תורה
יעדע יוד האט שייחות צו עבודה
יעדע מצוה מאכט א יוד דבוק צו רצון השם
יעדע יוד גייט האבן שייחות צו גן עדן און צו ימות המשיח
יעדע קלייניקייט איז חשוב
מיר זענען דא צו מאכן א נחת רוח פארן אייבירשטן מיט יעדע זאך אפילו איך פארדין נישט דערפון
וכדומה...........

וואס איז די עצה פאר אינזער דור???

נאר אויפבויען עכטע שיבוד צו רצון השם,

סור מרע איז טאקע אויך וויכטיג, אבער נאר סור מרע, וואס וועסטו האבן?
וועסט אסאך מער האבן ווען נאך די דורכפאל וועט זיין הזחזקות צו טוב אמיתי, וואס דאס איז דאך די לעבן פון א יוד וסוף דבר הכל נשמע את אלקים ירא ומצותיו שמור כי זה כל האדם

בקיצור נישט אזוי מורא האבן פון די רע, נאר מער זיכער מאכן אז די קינד האט די טוב, און ער איז אויפגעבויט מיט אסאך גוטס א עכטע עבודת השם.
אז ווען די טאג וועט קומען אין ער וועט האבן נסיונות זאל עס זיין א בארעכטיגע צוויי זייטען און האפנטליך גובר זיין די טוב, קען זיין עס וועט נעמען צייט, ער וועט דארן אסאך הזחזקות, אבער עס וועט זיין א נחת צום סוף
מיין עכטע נאמען איז אויף מיין טלית בייטל
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 617
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 964

Re: חינוך כדת משה וישראל

פאוסט דורך דעת קדשי »

ניק האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 4:04 pm
פארדעם מיז מען אויפבויען די קינדער (אדער זיך) מיט עשה טוב
דער אייבישטער דארף יעדע יודס עבודה
מיר זענען דא צו דינען און טוהן נאר פארן אייבישטער נישט פאר אינזער כבוד
א יוד איז מקושר צו טוב צום אייבירשטן און צו די תורה
יעדע יוד האט שייחות צו עבודה
יעדע מצוה מאכט א יוד דבוק צו רצון השם
יעדע יוד גייט האבן שייחות צו גן עדן און צו ימות המשיח
יעדע קלייניקייט איז חשוב
מיר זענען דא צו מאכן א נחת רוח פארן אייבירשטן מיט יעדע זאך אפילו איך פארדין נישט דערפון
וכדומה...........

וואס איז די עצה פאר אינזער דור???

נאר אויפבויען עכטע שיבוד צו רצון השם

סור מרע איז טאקע אויך וויכטיג, אבער נאר סור מרע, וואס וועסטו האבן?
וועסט אסאך מער האבן ווען נאך די דורכפאל וועט זיין הזחזקות צו טוב אמיתי, וואס דאס איז דאך די לעבן פון א יוד וסוף דבר הכל נשמע את אלקים ירא ומצותיו שמור כי זה כל האדם
יעדע בחור וואקסט אויף מיט אלע אויבנדערמאנטע זאכן
דאס באקט מען אריין טאג טעגליך דורך די מגידי שיעור מנהלים משפיעים
יעדע בחור ווייסט זייער גוט וועם מ'דארף דינען....עכ''ז מוטשעט זיך מיט דעם זייער אסאך בחורים
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
שרייב פאוסט