נייעס ארום די טראמפ פראצעסן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1586

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
צוריק אין סעסיע

בלענטש ציטירט פון קאהען'ס בוך אז זיין טרוים אין לעבן איז מאכט, פובליק אנערקענונג, גרויסע אפמאכן, שנעלע דיעלס, שנעלע אויטאמאבילן און פריוואטע פליגער

איז עס אויסגעהאלטן צו זאגן אז דו ווערט מאטיווירט פון מעכטיג און אנגעזעהן?

קאהען: ניין, איך ווער געטריבן פון מערערע פאקטארן

סעסיע פארטיג פארן טאג און וועט פארזעצן דאנערשטאג


א גוטן טאג!
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1586

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
דאנערשטאג 5/16

א לעכטיגן פרימארגן!

געריכט סעסיע אונטערוועגנס


היינט איז טראמפ געקומען אין באגלייטונג פון קאנגרעס מטגלידער מעט געיטץ, מייק וואלץ, ראבערט גוד און לאורען באובערט, איליי קרעין, דיאנא הערשבערגער, ענדי ביגס, ראלף נארמאן, מייקל קלאוד, ענדי אגעלס, אנא לונא

די ליניע פון פאליטיקאנטן וועלכע האבן באוויידלט טראמפ אויפן וועג אריין צום געריכט האט זיך געשלענגלט פאר אזוי לאנג אז די זיכערהייט באאמטע האבן זיך געמוטשעט צו טרעפן גענוג זיצן צו פלאצירן אלע פון זיי

----

בלענטש זעצט פאר מיט די קרייץ פארהער

בלענטש ערווענט די פארבינדונגען וואס קאהען האט געהאט מיט א געוועזענע אויספארשער פון די דיסטריקט אטוירני אפיס

יענער איז די דעטעקטיוו פאר וועם קאהען האט איבערגעגעבן זיינע טעלעפאנען

מען שפילט אויף די טעקסט מעסעדזש קארעספאנדעץ צווישן קאהען מיט יענעם און גרויסע טיילן זענען פארמעקט

פראקוראר האפינגער פארלאנגט אז מען זאל נישט קענען אריינשטעלן די מעסעדזשעס אין די באווייזן זאפאס וואס די דזשורי זאל קענען נוצן און קאהען פארלאנגט אויך אזוי

ריכטער מערשאן אורטיילט אקעגן די פראקוראר זאגנדיג אז מען קען עס יא רעכענען

אין איינע פון די מעסעדזשעס שרייבט קאהען אז ער גייט האלטן טראמפ פאראנטווארטליך

פראקורארן פרובירן עס צו בלאקירן אבער ריכטער איז נישט איינשטימיג

די דעטעקטיוו פון וועם מען רעדט איז ירמי' ראזנבערג און בלענטש וויל וויסן אויב ראזנבערג איז דער וועלכע האט באשטעאטיגט צו קאהען אז טראמפ גייט ווערן אנגעקלאגט

קאהען: ניין

קאהען זאגט אז ער איז געוואויר געווארן איבער די קלאגעס פון די ניו יארק טיימס ארטיקל

אין א מעסעדזש פון קאהען צו ראזנבערג שרייבט ער: שיין אויסצוגעפונען דורך די ניו יארק טיימס ארטיקל, א דאנק פארן לאזן וויסן פון פאראויס

בלענטש דערמאנט אן אינטערוויו וועלכע קאהען האט געגעבן פאר סי ען ען נאך די קלאגעס אקעגן טראמפ און עסס באצייכנט ווי דוד אקעגן גלית


קאהען ערקלערט איצט אז ער האט זיך באטראכט ווי דוד און טראמפ ווי גלית

מען שפילט אויף א קליפ פון א קאהען פאדקעסט גלייך נאך די קלאגע

האפינגער וויל עס בלאקירן אבער ריכטער אומאיינשטימיג

ריכטער , קאהען און בלענטש טוען אן די העדפאונס עס צו קענען הערן אבער טראמפ נישט

קאהען ווערט געהערט זיך באדאנקן פאר די דיסטריקט אטוירני אפיס און איר שרעקלאזע פירער אלווין ברעג

ער זאגט אז טראמפ גייט אצינד פארזוכן דאס וואס ער (קאהען) איז אריבער און ער פארזיכערט אז עס איז נישט קיין פאן

דאס פילמירן טראמפ ביים ווערן ארעסטירט פארפולט מיר מיט פרייד און טרויער צוגלייך און עס איז א שאנדע צו די אפיס פונעם פרעזידענט

אין א פרישע שמועס הערט מען קאהען זאגן אז ער האפט מיט גאנצן כח אז טראמפ קומט אין אין טורמע

ער פירט אויס: נקמה איז א שפייז וועלכע איז אס בעסטע ווען עס ווערט סערווירט קאלט און איך האף אז ער גייט אראפ אהין און שימלט אפ צוליב וואס ער האט געטון צו מיין פאמיליע

אויף די אנפראגע פון בלענטש שטימט קאהען צו אז דאס וואס טראמפ איז געווארן אנגעקלאגט איז כאטש טיילווייז צו פארדאנקן די שריט וואס קאהען האט גענומען עס צו מאכן פאסירן

בלענטש: דו האסט געזאגט אז דו נעמסט פאראנטווארטליכקייט פאר דיינע ליגנס אבער אין די זעלבע צייט נאכאנאנד באשולדיגט די לאיאליטעט צו טראמפ אלס אויסרייד פארן זאגן ליגן

קאהען: מיר האבן געזאגט די סטעיטמענטס זיך צו האלטן אין ליניע מיט פארטיידיגונג אפמאך וואס מיר אלע האבן געוואוסט אז טראמפ וויל אז מיר זאלן זאגן

בלענטש: הייסט עס אז דו נעמסט פאראנטווארטליכקייט אויף די ליגנס אדער דו ווארפסט גאר די שולד אויף די פארטיידיגונג אפמאךך?!

קאהען: איך נעם פאראנטווארטליכקייט

ווען דו האסט זיך דערקלערט שולדיג אויף פעדעראלע קלאגעס איז עס געקומעןנאכן וויסן אז א מאן מיט וועלכע דו האסט געהאנדלט אין די טעקסי ביזנעסס קאאפערירט מיט די רעגירונג אקעגן אים?

קאהען: ריכטיג

בלענטש: האט די רעימיצער געסטראשעט אז דו מוזט זיך דערקלערן שולדיג?

קאהען: איך האב באקומען אן 48 אולטימאטום צו אקצעפטירן די שולד דעקלעראציע אדער אויסשטיין קלאגעס אקעגן מיר און מיין פרוי און באשלאסן איר צו שטעלן פאראויס

זענען די סטעיטמענטס (אין די שטייער קעיס) געווען ליגן?

קאהען: עס איז נישט געווען אמת

בלענטש: וואס איז די אונטערשיד צווישן נישט אמת און ליגן?

קאהען: איך האב בלויז גענוצט א צווייטע אויסדרוק

בלענטש: איז עס ווירקליך געווען ליגן?

קאהען: ריכטיג

בלענטש: לויט וואס דו האסט געשריבן אין דיין בוך און ווידערהאלסט ביז היינט ביזטו נישט באגאנגען שטייער שווינדל אבער זיך געמוזט דערקלערן שולדיג צו באשווצן דיין פרוי

קאהען: ריכטיג

קאהען באשטעטיגט אז די פראקורארן זענען אין אנהויב געווען אומצופרידן פארן נישט נעמען קיין עכטע פאראנטווארטליכקייט אויף די שטייער קלאגעס

קאהען זאגט אז ער שטייט נאך אונטער די סטעיטמענט אז די ריכטער וועלכע האט אים פאראורטיילט אין די שטייער קעיס איז קארופטירט און האט געזוכט אים טשעפען און אז ער האט באצייכנט די פראקורארן אלס געמיינע חיות

בלענטש: דו האסט געזאגט אויפן עדות שטול אין די טראמפ ציווילע קעיס אז דו ביזט נישט באגאנגען די פארברעכן אויף וועלכע דו האסט זיך דערקלערט שולדיג?

קאהען: ריכטיג

קאהען הויבט אן רעדן עטוואס שנעלער און מער אומרואיג ביים ערקלערן פאר די דזשורי פארוואס ער האט נישט געזאלט אויסשטיין די שטייער קלאגעס

בלענטש רייסט איבער קאהען אינמיטן רעדן זאגנדיג אז ער וויל נישט הערן קיין לאנגע רעדעס

בלענטש: האסטו געזאגט ליגן אויף די געריכט אפליקאציע ביים זיך דערקלערן שולדיג?

קאהען: איך האב גענומען די גלאבאלע פלי וואס מען האט מיר צוגעשטעלט

איז ריכטיג צו זאגן אז דו האסט געזאגט ליגן אונטער שבועה צוליב וואס עס האט אפעקטירט דיר פערזענליך?

קאהען: ריכטיג

האסטו פארציילט צו קאנגרעס אדער סענאט אז דו האסט געזאגט ליגן פארן ריכטער אונטער שבועה?

קאהען: ניין

בלענטש: גלויבסטו אז דערמיט האסטו צוריקגעהאלטן וויכטיגע אינפארמאציע פון געזעצגעבער?

ריכטער מערשאן בלאקירט א פארזוך צו בלאקירן די פראגע

קאהען ענטפערט סייווי: איך גלויב נישט אז זיי האבן מיר געפרעגט די פראגע

דו האסט געזאגט אין קאנגרעס אז דו דו האסט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דיין אויפפירונג

ביזטו איינשטימיג אז זיך פאלש דערקלערן שולדיג העעסט נישט גענומען פאראנטווארטליכקייט?

קאהען: איך האב אקצעפטירט פאראנטווארטליכקייט און געליטן די קאנסקווענצן אין רעזולטאט מיטן גיין אין טורמע

דו האסט באקומען קרעדיט אין די סענטענסינג צוליב וואס דו האסט גענומען פאראנטווארטליכקייט דורך א פאלשע שולד דעקלעראציע

קאהען: נאכאמאל, איך ווייס נישט ווי אזוי די ריכטער האט באשלאסן די סענטענסינג און ווי די ווייסט פארמאגן ריכטער א ברייטע אויסוואל פון רעכטן איבער סענטענסינג פארשריפטן

בלענטש: קלערסטו אז דער ריכטער וואלט געוואלט וויסן אז דו האסט געזאגט ליגן צו אים?

קאהען: איך ווייס נישט אויב דער ריכטער..

בלענטש: דו ווייסט נישט אויב ער וואלט געוואלט וויסן אז דו פארקויפסט אים ליגן?

קאהען: איך בין זיכער אז ער וואלט געוואלט וויסן

דו ווארפסט די שולד פון די אויפפירונג איבער וועלכע דו ביזט געפונען געווארן שולדיג אין די לעצטע יארן אויף אנדערע

קאהען: יא, איך באשולדיג אנדערע

דו באשולדיגסט דיין בוכהאלטער?

קאהען: ריכטיג

אין צייטן קענסטו באשולדיגן די באנק?

קאהען: ריכטיג

דו באשולדיגסט פעדעראלע פראקורארן?

קאהען: ריכטיג

דו באשולדיגסט די ריכטער?

קאהען: ריכטיג

דו באשולדיגסט טראמפ?

קאהען: ריכטיג

טוט די אויסגאנג אין די פראצעס אפעקטירן דיר פערזענליך?

קאהען: ריכטיג

קאהען באווייזט זיך דערווייל צו האלטן פראפעסיאנאל אבער איז קענטליך אנגעצויגן

קאהען ערקלערט פארוואס ער האט באקומען באצאלט פון אזויפיל קארפארעישאנס זייענדיג אין די טעקסי אינדוסטריע זאגנדיג אז עס איז סטאנדארד און מען האט געהאלטן איינס אדער 2 מעדאליאנס אין איטליכע קארפארעישאן

בלענטש: א דאנק

קאהען: דו ביזט וועלקאם

צימער פארגייט אין געלעכטער

בלענטש: די סטעיטמענט אין קאנגרעס אז דו האסט קיינמאל געבעטן א פארדאן איז געווען פאלש?

קאהעןף איך האב עס קיינמאל געבעטן און בלויז גערעדט צו מיין אדוואקאט דערוועגן


ער זאגט אז ער האט בלויז געוואלט הערן אויב אזא פארדאן איז לעגיטים אבער זאגט אז א פארדאן וואלט געווען א קאשמאר

בלענטש: דו האסט געזאגט אין קאנגרעס אז דיין אדוואקאט האט עס באטראכט ווייל דו ביזט געווען 100 פראצענט אפן דערצו?

קאהען: ריכטיג

האסטו א געוואוינהייט צו בעטן מענטשן ארום דיר צו פארמעקן יעדע שטיק צייט זייער קאמיוניקאציע מיט דיר?

קאהען באשטעטיגט אז דאס איז די פאל ווען עס קומט צו געוויסע מענטשן


אין מערץ 9 2018 למספרם האט מייקל אוואנאטי ארויסגעלייגט א סטעיטמענט וועלכע האט פארציילט אז די האסט גענוצט די היים עקוויטי יין אוו קרעדיט פאר די לא תחרץ צאלונג

2 טאג שפעטער האסטו פארמעקט אלע טעקסט מעסעדזשעס וואס דו האסט געהאט מיט דיין פרוי (אום מערץ 11 למספרם) ?

קאהען: ניין, איך בין נישט באוואוסטזיניג צו אזא זאך

קאהען זאגט אז ווען ער האט געזאגט פאר קאנגרעס אז ער האט נישט און וואלט קיינמאל אקצעפטירט א פארדאן פארשלאג איז עס געווען ריכטיג אין יענע צייט ווייל אין יענע תקופה האט ער טאקע נישט פארהאנדלט איבער אזא זאך

בלענטש דערמאנט אז קאהען' אדוואקאט האט געדארפט פיילן א סטעיטמענט אויסצוקלארן קאהען'ס ווערטער אין קאנגרעס איבער די פארדאן ווייל קאהען'ס ענפטער'ס זענען געווען ליגן

האבן זיי געדארפט פארריכטן דיין עדות'שאפט ווייל עס איז נישט געווען אמת אין די צייט וואס דו האסט עס געזאגט?

קאהען: ריכטיג

קאהען ערקלערט אז יענע געשפרעך איז געווען צומישט

בלענטש (העכערט זיין שטימע) : עס איז נישט געווען א צומישטע געשפרעך

עס איז געועון א געשריבענע סטעיטמענט אריינגעשטעלט אין די רעקארד

----

סי ען ען לעגאלע אנאליסט אלי' האניג זאגט אז קאהען גליטשט אראפ פון די שינעס און אז אז זיין דאס רעדן פון זיין שולד דעקלעראציע אויף באנק און שטייער שווינדל נעמט אים אזוי ארויס פון די געשיר טראץ וואס ביי אנדערע טעמעס האלט ער זיך רואיג

אויך אנדערע אנאליסטן אין די מידיא וועלכע זענען נישט איבריג אין שטיצע פון טראמפ האלטן אז קאהען הויבט אן אונטערהינקען און אז זיין עדות'שאפט ברענגט אויף ערנסטע צווייפלען ביי די דזשורי

----

פויזע
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1586

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
צוריק אין סעסיע

קאהען געעדענקט 3 (פרוכטלאזע) פארזוכן צו ענדיגן זיין סופערוויזשאן נאכן ווערט באפרייט פריער ווי געסקעדזשועלט

בלענטש דערמאנט אים א פערטע און קאהען שטימט צו

ערוענט ווידער אז קאהען האט געוואלט כאטש ווערן באטראכט אלס מעגליכע ווייסע הויז שטאב הויפט און ווען זיין טאכטער האט אים געשריבן אז ריינס פריבוס ווערט באטראכט פאר די פאזיציע האט ער געשריבן אז פריבוס איז א גערעגטע מאן וועלכע איבט אויס דרוק מען זאל אים נעמען

קאהען זאגט אז ער איז געווען אנטוישט אז ער איז נישט געווען אויף די ליסטע און געוואלט דארט זיין צוליב זיין עגא

קאהען שרייבט צו זיין טאכטער: בין איצט מיט אים (טראמפ) און ער וויל מיר האבן אבער נאכנישט קלאר וועלכע פאזיציע

ער איז נישט צופרידן מיט די טיטל וואס איך וויל באקומען

בלענטש: איז עס ריכטיג אז דו האסט ווערן ספעשל קאונסעל צום פרעזידענט?

קאהען: מיין טאכטער האט עס מעגליך גערופן ספעשל קאונסעל אבער די ראלע ואס איך האב געוואלט איז פערזענליכע אדוואקאט צום פרעזידענט קענעדיג זיין נאנט צום פרעזידענט אבער ארבעטן אויך אינדרויסן פון די רעגירונג

בלענטש פרעדט אויב קאהען איז געווען אנטוישט ביים הערן אז טראמפ האט געגעבן א פאזיציע פאר גערי קאהן און נישט פאר אים

קאהען לייקנט און בלענטש צייגט אים טעקסט מעסעדזשעס אין וועלכע קאהען באקלאגט זיך צו זיין טאכטער אז ער אפילו צו באקומען טיקעטס צו די איינשווערונגס צערעמאניע מאכט מען אים שווער

בלענטש: דיין טאכטער שרייבט אז טראמפ און זיין נייע קליקע פארן דיך איבער און דו האסט צוגעשטימט?

קאהען: אין יענע צייט

אבער דו ביזט געווען אנטוישט אז נאך 9 יאר ארבעטן פאר טראמפ האט מען דיר קיינער ניטאמאל אנגעבאטן א פאזיציע

קאהען: דאס איז נישט אקוראט

האסטו אויסגעדרוקט דיין אנטריסונג איבער דעם אז מען האט דיך נישט אריינגענומען אין ווייסן הויז צו דערעל סקאט (א מיטגליד אין די טראמפ דייווערסיטי קאאליציע)?

קאהען: נישט אין די אדמיניסטראציע, איך האב געוואוסט וואס איך האב געוואלט און איך האב מעגליך אויסגעדרוקט מיין אויפברויז און עס איז אלעמאל גוט צו האבן א צווייטן וואס זאל אדוואקאטירן פאר דיר

וואס האסטו געוואלט אז סקאט זאל זאגן פאר טראמפ?

קאהען: ווי וויכטיג עס איז די דייווערסיטי קאאליציע אלס א באזע פאר די קאמפיין און איר סוקסעס

בלענטש פרעגט אויס קאהען איבער א טעלעפאן רוף וועלכע ער האט געמאכט צו רעדן מיט טראמפ איבער לא תחרץ אראנזשירונג

האסטו געבעטן גבאי שילער צו לייגן טראמפ אויף ספיקער אדער גערעדט צו טראמפ פריוואט?

קאהען זאגט אז ער פלעגט קענען טוהן ביידע אבער געדנקט נישט ווי אזוי עס איז געווען ביי די ספעציפישע געשפרעך

אין דיין עדות'שאפט אין די פראצעס האסטו פארציילט אז דו האסט אנגערופן טראמפ באשטעטיגן אז מען האט יענעם באצאלט


האסטו געהאט ערווענט אזא געשפרעך ביים רעדן מיט פראקורארן ?

קאהען געדנקט נישטו און בלענטש וויל אז מען זאל עס נאכקוקן אבער פראוקוראר וויל נישט

נאך א דיון מיטן ריכטער טוט קאהען איבערקוקן די טראנסקריפט פון זיין מיטינג מיט פראקורארן און זאגט אז ער געדענקט יא צו האבן גערעדט מיט זיי איבער די געשפרעך

----

די דזשורארס קוקן איצט איבער די טראנסקריפט פון די געשפרעך צווישן קאהען און שילער אבער וויבאלד די טעלעפאן נומערן זענען נישט פארמעקט קענען מיר נישט זעהן די אינהאלט ואתכם הסליחה

מיטאג פויזע
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1586

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
צוריק אין סעסיע

איבער די רוף (לויט קאהען צו טראמפ) דורך שילער צו מעלדן אז די באצאלונג איז געמאכט געווארן האט בלענטש ווי פריער דערמאנט אנגעוויזן אז קאהען האט נישט געזאגט בעפאר פאר פראקורארן אז יענע רוף איז געווען איבער די לא תחרץ געלט

בלענטש זאגט אויך אז אין טעקסט קארעספאנדעץ בעפאר די רוף מיט שילער דערמאנט נישט קאהען אז עס איז איבער א לא תחרץ אנגעלעגנהייט נאר גאר אז ער ווערט סעקירט דורך עפעס א 14 יעריגער

דער 14 יעריגער בחור'ל האט ביי איינע פון זיינע פאני קאלס פארגעסן צו בלאקירן זיין נומער גיבנדיג א געלעגנהייט פאר קאהען צו זען ווער עס דרייעט אים א קאפ די גאנצע צייט

מען ווייזט איצט די אויסטויש פאר די דזשורי

קאהען שרייבט צו יענעם אז ער האט געשיקט זיין נומער צו די סיקרעט סערוויס


דער מעכטיגער בחור לייגט זיך צוזאם אין דרייען און שרייבט מיט טרערן צו קאהען אז ער זאל אים פארצייען און עס איז געווען א צווייטע בחור פון זיין כתה וואס האט אים געהייסן רופן

קאהען ווידערהאלט אז ער האט געשיקט די נומער צו די אינסטאנצן און אויב דער באטרעפנדער איז א מינדעריעריגער זאל ער זיך פארבונדן מיט זיינע עלעטערן דערוועגן
ביטע

יענער בעהט זיך צו קאהען: איך האב עס נישט געטון, איך בין 14 יאר אלט, טוה עס נישט

קאהען ענטפערט אז די עלטערן זאלן זיך פארבונדן מיט אים בעפאר די סיקרעט סערוויס פארבונדט זיך צו זיי

קאהען זאגט אז ער האט אין יענע טעלעפאן געשפרעך מיט שילער גערעדט סיי איבער די ישיבה קטנה בחור קעיס און סיי איבער די לא תחרץ קעיס

בלענטש גייט איצט צוריק מיט די כראנאלאגיע צו די אנהויב פון די קאהען טראמפ שידוך


מען רעדט איבער די ארבעט פון קאהען צו פארפשרייטן פאזיטיווע זאכן איבער טראמפ אין די מידיא

קאהען ערקלערט אז ער האט געמוזט ארבעטן שווער ווייל אויב טראמפ וואלט נישט געגליכן וואס ער זעהט "וואלט ער זיך אויפגעריסן" און עס וואלט באדייט די ענדע פון זיין ארבעט פאר אים


טראמפ שאקלט מיטן קאפ אויף ניין

די ערשטע מאל וואס די האסט געהערט איבער די לא תחרץ קעיס און עס אויסגעשועסט מיט טראמפ האט ער דיר געזאגט אז ער איז באזארגט ווי אזוי עס קען זיך אפרופן אויף זיין פאמיליע?

קאהען: ריכטיג, און גלייכצייטיג ווי אזוי עס וועט זיך אפרופן אויף די ברענד

קאהען רעדט איבער זייןן נאנטע פארבינדונג מיט מעגי העבערמאן פון די ניו יארק טיימס (זי געפונט זיך אין צימער)

פלעגסטו רעקארדירן געפשרעכן מיט רעפארטער?

קאהען: נישט צו אפט

וויפיל געשפרעכן?

קאהען:ארום 40

טראמפ דרייעט זי אויס אין ריכטונג פון זיין אדוואקאט מיט א ברייטע שמייכל

קאהען זאגט אז ער האט אויפגעהערט צו רעקארדיררן רעפארטער נאר די 2016 למספרם פרעזידענט וואלן

האסטו נישט רעקארדירט רעפארטער אין 2017 און אין 2018 למספרם?

קאהען: איך וועל דארפן נאכקוקן

בלענטש: מיר וועלן עס נאכקוקן צוזאמען אין א מינוט ארום

בלענטש: אגב, האסטו געזאגט פאר די רעפארטער אז דו רעקארדירסט זיי?

קאהען: ניין

האבן זיי דיר געפרעגט אויב זיי ווערן רעקארדירט און דו האסט געזאגט אז נישט?

קאהען: איך געדענק נישט ספעציפיש

עס איז נישט אומלעגאל אין ניו יארק

בלענטש: זענען פארהאן 95 געהיימע רעקארדירונגען אויף דיין טעלעפאן?

קאהען: יא

איינע פון די רעקארדירונגען איז מיט סי ען ען פרעזידענט דזשעף צוקער

דו פארשטייסט אז עס איז נישט עטיש פון אן אדוואקאט צו רעקארדירן זיין קליענט?

קאהען: יא, אבער עס איז לעגאל אויסגעהאלטן אונטער די קריים פראוד אויסנאם

קלארצומאכן, דו האסט בכוונה רעקארדירט געשפרעכן מיט דיינס א קליענט עס צו קענען שפעטער אויפשפילן פאר א דדריטע פארטיי (פעקער)

קאהען? ריכטיג

קאהען האט געהאט געזאגט פארן פראקוראר פריער אין וואך אז ער האט געהאלטן אז נעשאנעל ענקוויירער מאכט און איינפלוס קומט פון דעם וואס עס ליגט פארנט ביים קעשיר אין די סופערמארקעטס

בלענטש: האטו דאס געהאט געזאגט פאר פראקורארן בעפאר די פראצעס?

קאהען: נישט וואס איך געדענק

איז האסטו עס געהערט ביי די עדות פעקער אויפטריט? (בלענטש זוכט צו איבערצייגן אז ער האט בלויז נאכגפלאפלט וואס פעקער האט געזאגט)

קאהען ווארפט עס אפ

----

ראבערט קאסטעלא (שוין דערמאנט דא אין לויפן פונעם פראצעס) קען לויט באריכטן מעגליך ווערן גערופן אלס עד דרך די פארטיידיגונג

ער האט נעכטן אויפגעטראטן אין קאנגרעס און היינט אינדערפרי אויף פאקס מיט א לאנגס און ברייטס

עס האט פאר א לענגערע צייט געהייסן אז זיי ווילן אים נישט רופן אבער נאך זיין אויפטריט אין קאנגרעס האבן זיך זאכן געטוישט טראץ וואס עס איז נאכנישט באשלאסן

א קורצע פויזע

געדענקסטו זיך זאגן אז דו האבט געגלויבט אז יענע זוכט איינפאך ארויסצופרעסן געלט פון טראמפ?

קאהען: יא

קאהען איינשטימיג אז די עצם לא תחרץ קאנטראקט איז געווען פולשטענדיג לעגאל און א רוטינע אפמאך

איינע פון זאכן וואס די פראקוראר האט געהאט אנגעוויזן איז אז קאהען האט קיינמאל נישט געהאט געמאכט קיין ריטעינער מיט טטראמפ און זיין ארגאנאזאציע וואס זאל קלארשטעלן אז דאס וואס ער ווערט צוריקגעצאלט דאס געלט איז פאר לעגאלע סערוויסעס

קאהען זאגט איצט אז אויך פאר זיין געלט וואס ער האט פארדינט בעפאר דעם איז נישט געווען קיין אפיציעלע ריטעינער

----

דזשורי גייט שוין אהיים אבער סעסיע נאכנישט פארטיג

טראמפ אדוואקאטן גייען איצט אויסשמועסן מיטן ריכטער די מעגליכקייט פון אראפברענגן א קאמפיין פינאנץ עקספערט

מייקעל קאהען וועט זיין צוריק אום מאנטאג

פארטיידיגונג האפט צו קענען ענדיגן זיין קרייץ פארהער מאנטאג

פראקוראר וויל דערנאך א שטונדע צו פארהערן קאהען

סעסיע פארטיג פארן טאג

טראמפ שפאנט איצט ארויס פון געריכט: א פאנטאסטישע טאג
בלענטש האט געוואלט ארויסברענגן אז די טעלעפאנישע געשפרעך צו טראמפ'ס משב"ט וואס איז לויט קאהען געווען איבער די לא תחרץ קעיס איז אין פאקט געוען איבער דעם בחור

קאהען זאגט אז מען האט גערעדט איבער ביידע זאכן
עס איז דא א קאל לאג אבער נישט א רעקארדירונג פונעם געשפרעך אין ניטאמאל קיין באווייזן אז קאהען האט דעמאלט גערעדט מיט טראמפ

ווי קלאר געשריבן אין לויף פונעם סעסיע האט קאהען שעיקט מעסעדזשעס צו שילער בעפאר די קאל און דארט האט מען בלויז גערעדט פונעם לאנגווייליגן בחור און דאס האט בלענטש גענוצט פאר אן אנדייטונג אז דא איז געווען די רעדע אויפן טעלעפאן
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1586

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
איך האף אז עס נערווירט נישט קיינעם אבער עס איז צייט זיך ווידער צו באגריסן מיט א לעכטיגן פרימארגן!

מען גרייט זיך פאר די לעצטע פאזע פון די קרייץ פארהער אויף מייקעל קאהען

ריכטער מערשאן זאגט אז ער ערוארט צו האבן פארטיג די פולע עדות פרעזענטאציע נאך אויף די וואך

קומענדיגע וואך דינסטאג וועט מען הערן די שליסונג ארגומענטן

די צוויי זייטן זעצן איצט פאר זיך אויסצוקריגן אויב צו ערלויבן פאר קאמפיין פינאנץ עקספערט ברעט סמיט אויפצוטרעטן

----

קליינע קרישקעלע פארזעהן צו שרייבן פארלאפענע וואך

קאהען האט געהאט געשיקט א טעקרסט מעסעדזש צו משב"ט קיעט שילער זיך צו פרעגן ווער עס קען אים העלפן מיט בחור'ל

שילער האט אים צוריקגעשריבן אז קאהען זאל זיך פארבונדן טעלעפאניש

דאס מיינט אז די גאנצע רוף איז גאר געקומען אויף שילער'ס פארלאנג און גיבט די איינדרוק אז ווען נישט דאס וואלט קאהען מעגליך ניטאמאל

----

פארטיידיגונג נאכנישט געפאסט באשלוס אויב אראפצורופן ראבערט קאסטעלא

ריכטער אורטיילט אז ברעט סמיט קען אויפטרעטן אלס עד אבער אויף א באגרעניצטע פארנעם

פארטיידיגונג האט זייער געוואלט ארויסשלעפן פאר סמיט א קלארשטעלונג איבער וועלכע סארט אויסגאבן ווערן יא אדער נישט פאררעכנט אלס קאמפיין פינאנץ פארלעצונג

ער וועט עס אבער נישט קענען טון צוליב די באגרעניצונג פונעם ריכטער וועלכע האט צווישן אנדערן געזאגט אז עס וועט עפענען א דעבאטע צווישן עקספערטן און בלויז מישן די דזשורי וועלכע וועט הערן דע פאקטא אינסטרוקציעס פון מערערע ריכטונגען

טראמפ שאקלט מיטן קאפ אומצופרידן מיטן אורטייל

אדוואקאט איז זייער אויפגעברויזט און האקט איבער דעם ריכטער וועלכע בעט אים זיך צו בארואיגן

יענער וויל הערן וועלכע אינסטרוקציעס דער ריכטער פלאנט צו גיבן פאר די דזשורי איבער ווי אזוי צו מעסטן קאמפייו פינאנץ פארלעצונגען און דער ריכטער זאגט אז ער מוז עכט נישט דעפינירן יעדע איינציגע טערמין אדער פראזע און אז דער אדוואקאט קען מאכן א רעקאמענדאציע און ער וועט עס באשטעטיגן אדער אפווארפן

קורצע פויזע
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1586

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
צוריק אין סעסיע

קאהען אויפן עדות שטוהל

בלענטש:

צו וויפיל רעפארטער האסטו גערעדט זינט דאנערשטאג?

קאהען: איך רעד נישט צו רעפארטערס איבער וואס איז פארגעקומען פארלאפענע וואך

בלענטש: האסטו גערעדט צו רעפארטער?

קאהען: בלויז געהאט געשפרעכן מיט די וועלכע האבן גערופן זיך אינטערסירן איבער מיין וואוילזיין אבער נישט דיסקוטירט די קעיס

בלענטש: זיי האבן בלויז זיך געלאזט הערן מיט א גרוס און נישט געפרעגט איבער די קעיס?

קאהען: ריכטיג

קאהען באשטעטיגט אז ער האט געהאט א זיצונג מיט קאנגרעסמאן דאן גאלדמאן בעפאר זיין עדות אויפטריט אין 2019 למספרם אין קאנגרעס

קאהען באשטעטיגט אז אינעם טאג וואס ער האט געמאכט די צאלונג האט ער גערעדט 2 מאל אינדערפרי צו א פאמיליע מיטגליד צו מארטין לוטער קינג און געארבעט אויף איר אינדארסירונג פאר טראמפ

בלענטש פרעגט אויב טראמפ האט עס מיטגעהאטלן און קאהען געדענקט נישט


בלענטש פרעגט אויב טראמפ האט דאן געאלט אפהאלטן אן אינטערוויו אויף ABC אום 9 אזייגער

קאהען געדענקט נישט אא זאך און בלענטשוויל אריינשטעלן א דאקומענט אין די עדות'שאפט עס אונטערצושטיצן אבער ריכטער בלאקירט עס

בלענטש: ביזטו נאך זיכער א דו האסט גערעדט מיט טראמפ אויפן טעלעפאן איבער די צאלונגען?

קאהען: יא, איך געדענק עס ווייל עס איז געווען א וויכטיגע זאך צו מיר

המשך יבוא - די געריכט קומט יעצט פאר
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1586

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
המשך היינט אין געריכט

קאהען באשטעטיגט אז ער האט בארויבט די טראמפ ארגאנאזאציע

ער האט ליגן געזאגט פאר וויסעלבערג איבער א חוב וואס ער האט געהאט צו א פאליטישע פירמע גערופן רעד פינטש וואס האט געהאלפן די רעפובליקאנע פארטיי און געטריבן פאלשע אנקעטע ציפערן אין שטיצע פון טראמפ און רעקרוטירט חסידים צו זיין אנוועזנד ביי די עקסקעלעיטאר קאמפיין מעלדונג

ער האט אים געזאגט אז ער האט אויסגעלייגט 50 טויזנט פאר רעד פינטש

אין פאקט האט ער זיי באצאלט בלויז 20 טויזנט און ער ווען מען האט אים עווענטועל צוגעגעבן די 50 טויזנט אלס טייל פון די 420 טויזנט אפמאך איז געווען דערין געלט צו פארגיטיגן זיין באנוס וועלכע ער האט פאלש אנגעגעבן צו האבן באצאלט פאר רעד פינטש

קאהען באשטעטיגט אז ער האט עס געזאגט פאר פראקורארן אבער נישט אויסגעשטאנען קיין דרוק זיך צו דערקלערן שולדיג איבער גניבה
מידיא אנאליסטן (אינדרויסן פון די טראמפ וועלט) ערשטוינט א די עפיזאד ווערט ערשט איצט אויפגעברענגט און וואונדערן זיך אז פראקורארן האבן עס נישט באהאנדלט פון פאראויס ביי זייער פארהער אין א וועג וואס זאל ארויסנעמען כאטש עפעס לופט פון די רעדער פון די פארטיידיגונג

זיי ווייזן אן אז אויב קאהען האט געקענט אויסנארן די טראמפ ארגאנאזאציע מיט די 30 טוינט דאלאר וואס ער האט געהאלטן פאר זיך און נישט געגעבן פאר רעד פינטש צייגט עס אז טראמפ האט נישט געוואוסט גענוי וואס טוט זיך ביים באצאלן פאר קאהען די 420 טויזנט דאלאר

אין די צייט וואס קאהען האט געהאט די ראלע פון פערזעליכע אדוואקאט צום פרעזידענט האט ער רעפרעזענטירט 6 אנדערע קליענטן

איינע פון זיי איז געווען AT&T וועלכע האט דאן געוואלט אויסקויפן טיים ווארנער

קאהען זאגט אז ער טראמפ האט אים באקענט מיט די פירמע'ס הויפט עקזעקוטיוו וועלכע האט אים שפעטער רעקרוטירט צו פארטרען די פארהאנדלונגען

ער באשטעטיגט אבער אז טראמ האט נישט געוואוסט דערפון און וען בלענטש פרעגט אויב טראמפ איז געווארן אויפגעברויזט ביים שפעטער הערן דערוועגן פארלאנגט די פראקוראר צו בלאקירן די פראגע און דער ריכטער שטיימט צו

קאהען וועלכע פרובירט אראפצושפילן זיין זוכן הילף פון קאסטעלא זאגט אז ער האט גערעדט צו אים אויפן טעלעפאן ארום 10 מאל אדער אביסל מער

בלענטש זאגט אז אין לויף פון עטליכע מאנאטן האבן זיי גערעדט פאר מער פון 9 שטונדן און קאהען זאגט אז עס קען זיין

בלענטש: וועט דיר איבערראשן צוהערן אז ענק האבן געהאט 75 טעלעפאנישט געשפרעכן?

קאהען: שיינט צו זיין איבערגעטריבן אבער עס איז מעגליך

קאהען און קאסטעלא האבן קיינאמל נישט אונטערגעשריבן אן אפיציעלע ריטעינער אבער קאהען האלט אז זייערע געשפרעכן געניסן פון אטוירני קליענט פריווילעיגע צוליב וואס עס איז געווען ערווארטעט פאטענציאלע לעגאלע רעפרעזענטאציע

קאהען באשטעטיגט אז ער קלערט פון לויפן צו קאנגרעס

באשטעטיגט אז ער האט געזאגט צו א רעפארטער אז איינע פון די סיבות צו לויפן איז ווייל ער האט די שטארקסע נאמען אנערקענונג און באקאנטשאפט פון סיי וועם

קאהען: מיין נאמען אנערקענונג איז צוליב די לעבנסגעשיכטע וואס איך בין אריבער און איז אפיליאירט מיט מר. טראמפ אבער איז נישט צוליב אים

טראמפ צושמייכלט זיך ביים הערן די זאץ

בלענטש: דיין געשיכטע זינט 2020 לספרם איז צו אטאקירן טראמפ כמעט אויף א טעגליכע פארנעם

קאהען: זיכער

בלענטש: זאג נישט זיכער, ענטפער יא אדער ניין


קאהען: יא סיר

האסטו א פינאנציעלע אינטערסע אין די אויסגאנג פון די קעיס?
קאהען: יא

בלענטש: איז עס צוליב וואס אויב טראמפ ווערט געפונען שולדיג וועט עס דיר בענעפיטירן פערזענליך און פינאנציעל?

קאהען: ניין, איך האב זיך באצויגן צו מיינע פאדקעסטס און טיקטאק ווי איך פארדין געלט

קאהען זאגט אז פאר אים איז בעסער אויב טראמפ ווערט געפונען אומשולדיג ווייל עס וועט אים גיבן מער וואס צו רעדן אין די צוקונפט

----

קרייץ פארהער פארטיג

פראקוראר נעמט איבער דאס ברעטל


----

פראקוראר האפינגער פארריכט קאהען'ס ווערטער אז ער האט ליגן געזאגט אין קאנגרעס אום 2019 למספרם און עס איז ווירקליך געווען אין 2017 למספרם

פריער אין טאג האט בלענטש אויסגערעכנט א רייע פראיעקטן אויף וועלכע קאהען האט געארבעט אין די צייט פון די צאלונג

בלענטש האט פרובירט צו גיבן די איינדרוק אז ער איז געווען צו פארנומען אין יענע צייט צו האבן גערעדט מיט טראמפ איבער די צאלונג

האפינגער קלארט איצט אויס מיט קאהען אז ער האט געהאט געהעריג צייט צו רעדן מיט טראמפ דערוועגן

קאהען ערקלערט די ארבעט פון רעד פינטש פאר טראמפ


טראמפ איז געווען זייער נידריג לויט די NBC אנקעטע און איז געווען זייער בייז דערוועגן און מיר געבעטן אריבערצוקומען צו זיין אפיס מיט א צעטל וואס צייגט די ציפערן

קאהען האט זיך פארבונדן מיט רעד פינטש וועלכע האט פארשפראכן אז זיי קענען זיך ארומשפילן מיט די איי פי אדרעסן אהערצושטעלן אן אלגאריטם וואס וועט ערנסט ארויפרוקן טראמפ אין די אנקעטעס

טראמפ האט פארלאנגט אז זיי זאלן אים באווייזן צו רוקן צו נומער 1 אין די אנקעטע אבער אין די ענדע איז ער אנגעקומען צן נומער 9

קאהען: טראמפ האט געשפורט אז די פעלשונג פארזוך האט זיך נישט אויסגעצאלט

עווענטועל איז ען בי סי נישט פאראויסגעגאנגען מיט די אנקעטע און טראמפ האט נישט באצאלט פאר רעד פינטש

האפינגער אדרעסירט די 30 טויזנט דאלאר גניבה


קאהען ערקלערט אז ער האט געשפורט אז דאס ארומשלעפן מיט אים אזוי לאנג נאך וואס ער האט געדארפט אויסלייגן דאס געלט פאר רעד פינטש און די באשולדיגער און דאן שניידן זיין באנוס פארדרוסט אים גענונג שטארק אז ער דארף ארויסרוקן דערפאר פון טראמפ צו וערן אנטשעדיגט

האפינגער: אבער דו האסט אנערקענט ביים קריייץ פארהער אז דאס איז נישט געווען אויסגעהאלטן

קאהען: ריכטיג

מיטאג פויזע

האפינגער וועט שפעטער פארזעצן מיט איר פארהער
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1194
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1526

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך טיפע טאשן »

יישר כח
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1586

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
צוריק אין סעסיע

טראמפ געהילף נאטאלי הארפ (די וועלכע טראגט זיך אלעמאל ארום מיט א פרינטער און פעקלעך טינט צו קענען ארויספרינטן פאר טראמפ ארטיקלען וואס ער וויל האבן צו יעדע צייט) גייט ארויס פון געריכט צימער צו שאפן און קומט צוריק מיט א פאפיר

זי קומט צוריק אריין און דערלאנגט עס פאר טראמפ וועלכע מאכט א צופרידהייט צייכן מיט די האנט

בלענטש זאגט אז ביידע זייטן גייען מעגליך היינט האבן פארטיג זייער קעיס

זאגט אז די פראקורארן ווילן צוריקרופן א פריערדיגע עד אבער ער שטעלט זיך דערקעגן

פראקוראר וויל צוריקרופן סי ספען ארכיוויסט

ריכטער וויל וויסן אויב ער קען זיין אין געריכט מארגן 9:30 און פראקוראר זאגט מען האט אים אנגעפרעגט און מען ווארט צו הערן אן אנטווארט

קורצע פויזע צו אויסווארטן די אנטווארט

בלענטש באקלאגט זיך אז עס איז נישט די ערשטע מאל וואס מען גייט אויף פויזע ווייל די פראקורארן זענען נישט גרייט מיט זייער עד

בלענטש: דאס איז נישט ווי אזוי א פראצעס דארף אויסצוזען

ריכטער שמייכלט און זאגט: אקעי

פראקוראר זאגט אז עד (ראבערט בראונינג) גרייט צו טראוועל פלענער און רייזע בילעטן

ריכטער זאגט פאר בלענטש אז ער קען באשליסן אויב פארצוזעצן מיט זיין קעיס איצט נאכמיטאג אדער ווארטן ביז נאך עדות בראונינג

טראמפ דיסקוטירט ווייטערדיגע סטראטעגיע מיט זיינע אדוואקאטן

----

קאהען צוריק אויפן עדות שטוהל

קאהען זאגט אז ער האט גערעדט מער פון 20 מאל מיט טראמפ אין אקטאבער 2016 למספרם איבער די צאלונג

זאגט אז איבערקוקן רעקארדס האט אויפגעפרישט זיין געדעכעניש איבער די אנגעלעגנהייט

טראמפ צושמייכלט זיך

פויזע צו גיבן צייט פארן פראקוראר צו פארריכטן זיין אודיא וואס מאכט פראבלעמען

מען הערט קאהען רעדן מיט קיעט דעיווידסאן

ריכטער שטעלט אפ אויף א מינוט די רעקארדירונג צוליב די טראנסקריפט פונעם געשפרעך וואס האט געדארפט ערשיינען אויף קאהען'ס סקרין האט זיך פארקלאצט

פארהער אויף קאהען פארטיג

איצט גייט בלענטש ווידער אויספרעגן קאהען

בלענטש צו קאהען "דו האסט פארלוירן דיין געזעץ לייסענס. איז דאס פרעזידענט טראמפ'ס שולד?"

קאהען: ״היפש״

קאהען איינשטימיג אז מען פארלירט די לייסנעס פאר די שטייער פארברעך אין וועלכע ער זאגט אז טראמפ האט נישט געשפילט קיין ראלע אבער באשולדיגט פארט טראמפ

ערקלערט אז דאס איז צוליב וואס טראמפ האט בייגעשטייערט צו די טאטאל פון זיינע פארברעכנס וואס רעכנט אריין די קאמפיין פינאנץ פארלעצונג

בלענטש פרעגט איבער אויב אין די קורצע טעלעפאן געשפרעך האט מען געדקט די בחור און די באשולדיגער און קאהען האלט זיך ביי דאס זייניגע

פראקורארן ענדיגן זייער קעיס

עדות קאהען פארטיג

----

פארטיידיגונג ערשטע עד איז דניאל סיטקא וועלכע ארבעט אין בלענטש'ס פירמע

ער ווערט איצט אויסגעפרעגט דורך בלענטש

פארטיידיגונג רופט אראפ ראבערט קאסטעלא עדות צו זאגן

קאסטעלא גייט עדות זאגן אז ער האט נאכאנאנד געזאגט פאר קאהען אז זיין איינציגסטע וועג ארויס פון די סומאטוכע וועט זיין אויב ער האט עכטע אינפארמאציע אקעגן טראמפ און קאהען האט אים יעדע מאל פארזיכערט אז ער האט גארנישט אקעגן טראמפ ווייל טראמפ איז נישט געווען פארמישט

ריכטער זאגט אז ער וואלט זיך געוואונטשן צו האבן אויספלאנירט עדות קאסטעלא פריער

פראקורארן ווילן באגרעניצן עדות קאסטעלא

אדוואקאט עמיל באוועי ערקלערט אז קאסטעלא ווערט גערופן אלס קאנטער עד אקעגן די פראקוראר ארגומענט אז טראמפ האט אנגעפירט א דרוק קאמפיין אקעגן קאהען

באוועי פארפירט אז די ציל פון פראקורארן אויפברענגן די דרוק קאמפיין איז צו גיבן די אנזען אז טראמפ איז א שרעק ווארפנדע דיקטאטאר און די פארטיידיגונג האלטן אז עס איז וויכטיג צו ערלויבן קאסטעלא מאכן די קאנטער קעיס

ריכטער קוקט אויס אומאיינשטימיג און גייט איבערטראכטן די אנדערע ארגומענטן פון באוועי

ריכטער צוריק אויפן באנק און זאגט אז ער דארף נאך 5 מינוט

טראמפ אדוואקאט באריס עפשטיין בייגט זיך איבער די גאלערי צוים צוצורופן בלענטש פאר א קורצע געשפרעך

ראבערט קאסטעלא איינגעשוואוירן

קאסטעלא: איך האב זיךגעטראפן מיט קאהען אום אפריל 17 למספרם ווערנדיג באגלייט דורך מיין געהילף דזשעפרי סיטראן

קאהען האט געפאניקט אין לויף פון די 2 שטונדן זיצונג אינעם האטעל צימער

ריכטער בלאקירט אן ענטפער און קאסטעלא שאקלט גערעגט מיטן קאפ

ריכטער בלאקירט עטליכע פראגן

אדוואקאטן און פראקורארן גייען אריבער פאר פריוואטע דיסקוסיע מיטן ריכטער און קאסטעלא צוברומט זיך אינעם מיקראפאן: "פאררוקט"

קאסטעלא זאגט אין געריכט אז קאהען האט אים עטליכע מאל געזאגט אז טראמפ ווייסט נישט גארנישט איבער די צאלונגען

נאך א פרישע בלאקאדא פונעם ריכטער צוברומט זיך קאסטעלא: "יאשקע"

מערשאן: אנטשולדיגט ?

פארזאמלטע שיסן אויס אין געלעכטער

נאך א פרישע אויסברוך קרעכץ פון קאסטעלא און זייטיגע בליקן פון אים צום ריכטער זאגט דער ריכטער אז ער דארף אדרעסירן די רעספעקטפולע באנעמונג וואס פארדערט זיך אין געריכט

דו קענסט נישט ווארפן קיין זייטיגע בליקן און ארומקרייזן מיט דיינע אפלען

ווען די גלייכסט נישט מיינע אורטיילן קענסטו נישט ברומען די באמערקונגען וואס דו האסט פריער געלאזט פאלן

יזכור

ריכטער פארשיקט די פרעסע צו קענען מחנך זיין קאסטעלא אז ווען מען בלאקירט זיינע פראגן טאר ער עס נישט ענטפערן

עס קומט נאך ואוס קאסטעלא האט עטליכע מאל ווייטער געענטפערט טראץ די אנווייזונגען פונעם ריכטער נישט צו ענטפערן די פראגע

קאסטעלא אונטער קרייץ פארהער

לויט קאסטעלא האט קאהען געוואלט אראפשפרונגען פון די האטעל דאך

אקעי, דזשורי גייט אהיים פארן טאג

פראקוראר דארף נאך ארום 45 מינוט מארגן און דערנאך וויל האוועי קענען ווידער פארהערן פאר נאך ארום 15 מינוט

די ריזיגע אומאנטשידענע פראגע וואס הענגט אין די לופט איז ווי פאלגענד:

אויב דארפן ביידע זייטן אינאיינעם בלויז נאך א שטונדע פאר עדות קאסטעלא פארוואס ערווארט די ריכטער אז די שליסונג ארגומענטן וועט ערשט פארקומען פון מארגן א וואך?

גייט ער טוישן פלאן?

ביים קרייץ פארהער האט האפינגער געפרעגט פון קאסטעלא אויב ער האט געטרוימט צו באקומען קאהען אלס קליענט

קאסטעלא שטימט צו זאגנדיג אז עס וואלט געווען א הויכע פראפיל קליענט

האפינגער שטעלט אריין אין עדות אן אימעיל אויסטויש אין וועלכע קאסטעלא שרייבט צו זיין זוהן אז ער גייט רעפרעזענטירן קאהען און יענער וואונטשט אים סוקסעס

א גוטן טאג
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2058
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2155

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך אנדערער »

פארפאלענער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 4:54 pmיזכור
:lol:
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1194
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1526

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך טיפע טאשן »

20240521_005914.jpg
20240521_005914.jpg (305.71 KiB) געזען געווארן 544 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1586

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
היינט קומט מיט טראמפ אין געריכט

סאנאטאר עריק שמיט
קאנגרעסמאן דעניעל וועבסטער
טארי נעילס
ראני דזשעקסאן

טראמפ געפינט זיך אין געריכט זאל

ס'ערווארטעט אז ראבערט קאסטעלא וועט פארענדיגן זיין עדותשאפט

ריכטער אריינקומען

געריכט איז אין סעסיע

ריכטער רופט אויף קאסטעלא

קאסטעלא איז אריין אין זאל

שפאנט צו צום עדות שטוהל מיט גראדע טריט, אן ווארפן בליקן צו טראמפ

ריכטער מערטשען: "גוט מארגן מר. קאסטעלא, א דערמאנונג אז דו ביסט נאך אונטער שבועה"

קאסטעלא און דער ריכטער שפרעכן א שטילן מורמלעריי...

די דזשורי קומט אריין

פראקוראר הייבט אן קרייץ פארהער אויף קאסטעלא

האפינגער פרעגט קאסטעלא איבער די פאקט אז קאהען האט אין ענדע אויפגענומען א צווייטע אדוואקאטן פירמע און נישט קאסטעלא'ס

קאסטעלא ווערט געבעטן צו באשטעטיגן אז אן אימעיל אריינגעשיקט צו די פראקורארן קומט פון אים
ער ענטפערט אז זער האט צוגעשטעלט פאר זיי א שלל פון אימעילס

ער מיינט ארויסצוברענגן אז ער האט זיי צוגעשטעלט א געוואלד מיט דאטא וואס זיי האבן באשלאסן נישט צו צייגן פאר די דזשורי

פינאנץ עקספערט ברעד סמיט ווייזט אן אזז אפילו אויב די טראמפ קאמפיין וואלט געפלאנט צו באריכטן די אצלונג אלס א קאמפיין אוסגאבע וואלטן זיי עס נישט געדארפט פיילן בעפאר די וואלן

דאס מיינט אז עס קען ניטאמאל זיין אז זיי האבן גזעזוכט צו באהאלטן די צאלונג אין א פארזוך צו באאיינפלוסן די וואלן

טראמפ הערט זיך צו זיצנדיג באקוועם אנגעלאנט, ווען די הענט הענגן אים פון אינטן...
א מגיד אויף ען בי סי ערקלערט דאס וואס קאהען האט גערעכנט 30 טויזנט דאלאר מער פון די טראמפ ארגאנאאציע אלס: דאס ביסל וואס קאהען האט געקענט טוהן צו רעבאלאנסירן די אונטערגעצאלטע באנוס ואס ער האט געשפורט אז עס קומט אים
מען שפילט אויף אן אימעיל אין וועלכע קאסטעלא שרייבט צו א מיטארבעטער אז די סטראטעגיע דארף זיין צו שטעלן קאהען אויפן ריכטיגן בלאט אן וואס ער זאל שפורן אז מיר פאלגן אויס אנווייזונגען פון דשוליאני

קרייץ פארהער פארטיג

----

אביסל מער פון די נעכטיגע דראמאטישע געריכט עוואקואציע ארדער פונעם ריכטער און די אומשטענדן ארום

מען דארף געדענקן אז קאסטעלא איז א געוועזענע פעדעראלע פראקוראר מיט לאנגיעריגע ערפארונג וואס פארשטייט ווי אזוי א געריכט ארבעט און אז ווען א ריכטער באפעלט צו שווייגן דארף מען זיין שטיל

קאסטעלא האט געגעבן ברייטע ענטפערס וואס איז געווען ווייניגער צום הארצן פון די ריכטער וועלכע האט אים באפוילן זיך אפצושטעלן

ביי איינע פון די פעלער האט דער ריכטער אים געבעטן זיך אפצושטעלן אבער עס געזאגט אויף א שטילע טאן און קאסטעלא האט עס נישט געהערט און פארגעזעצט צו רעדן און דער ריכטער האט אים דאן שארף אפגעשטעלט

קאסטעלא איז געווען גערעגט און אנגעהויבן מיט א רייע מונדליכע זיפצן און באמערקונגען און אויגליכע גרימאסן ווען דער ריכטער האט אים ערקלערט אז דאס קען נישט פארזעצן

אביסל שפעטער האט דער ריכטער אים געפרעגט אויב ער קוקט אויף אים מיט פאראכטונג און ער ווען קאסטעלא האט אנגעהויבן ענטפערן אז נישט האט אים דער ריכטער איבערגעהאקט און פארארדנט צו פארשיקן די פרעסע

ווען די פרעסע איז געווען אינדרויסן האט ער אים געווארנט אז אויב ער מאכט ווייטער קונצן וועט ער אפשטעלן זיין עדות'שאפט און אים פארשיקן און אנולירן זיין שוין געזאגטע עדות

----

אדוואקאט עמיל באוועי צוריק ביים פאדיום

באוועי וויל איצט אדרעסירן אן אימיעל וועלכע די פראקוראר האט פריער ארויפגעברענגט ביים קריייץ פארהער

פראקוראר שטעלט זיך דערקעגן און ריכטער נעמט די זייט פון די פראקוראר

סניגור פארטיג מיט זייער פרעזענטאציע

קטיגור האט מער נישט קיין עדות וועם זיי ווילן ברענגן

דזשורי ווערט אהיימגעשיקט ביז קומענדיגע וואך דינסטאג

טראמפ גייט נישט אויפטרעטן אין געריכט און דינסטאג וועט מען מארשירן צו די שליסונג ארגומענטן

היינט נאכמיטאג גייט פארקומען א פארהער צו דיסקוטירן וואס ביידע זייטן קענען יא אדער נישט זאגן ביי די שליסונג ארגומענטן און איבער די אינסטרוקציעס ואוס דער ריכטער וועט גיבן פאר די דזשורי

א לעכטיגן טאג!
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1586

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
די צוויי זייטן קריגן זיך איצט אויס אין געריכט איבער די דזשורי אינסטרוקציעס

די פראקורארן ווילן אז דזשורארס זאלן באקומען אן אומגעווענליך ברייטע רעכטן ביים באשליסן אויב טראמפ האט געשפילט א ראלע אין דאס פעלשן די רעקארדס

זיי זאגן אז אויך אויב טראמפ האט נישט דירעקט און פערזענליך געפעלשט די רעקארדס קען אים די דזשורי האלטפ פאראנטווארטליך אויב דאס פעלשן די רעקארד איז געווען א פארשטענדליך פאראויסגעזעענע קאנסקווענץ פון זיין אויפפירונג

די פארטיידיגונג וויל אז דער ריכטער זאל זאגן פאר די דזשזורארס אז אז זיי קענען אננעמען אז אלעס וואס מייקל קאהען האט פארמעקט פון זיין טעלעפאן זענען זאכן וואס וואלטן געווען אומגונסטיג צו אים

די קלאגע אקעגן טראמפ איז אז ער האט געפעלשט רעקארדס אין א פארזוך אויסצובאהאלטן א צווייטע פארברעך (די קאמפיין פינאנץ פארלעצונג) דורך אומגעזצליכע מיטלען

וואס זענען די אומגעזעצליכע מיטלען?

פראקורארן זאגן אז די דזשורי זאל קענען נוצן איינע פון דריי :

א פעדעראלע וואל געזעץ פארלעצונג

פעלשן א צווייטע ביזנעס רעקארד

א שטייער געזעץ פארלעצונג

זיי זאגן אז די דזשורי מוז קומען צו אן איינשטימיגע באשלוס אז טראמפ האט קאנספירירט צו פארלעצן די וואל קאמפיין געזעץ אבער זיי מוזן נישט זיין איינשטימיג איבער וועלכע פון די 3 אומלעגאלע מיטלען ער האט זיך באנוצט

פראקוראר זאגט אז אויך אויב מען האט אין די ענדע נישט דורכגעפירט די וואל קאמפיין פארברעך קען טראמפ געפונען ווערן שולדיג פארן קאנספירירן עס צו טוהן

ריכטער ווארפט אפ פארלאנגט פון די פארטיידיגונג און שניידט ארויס די ווארט "בכוונה" נאך ווואס פראקורארן זאגן אז עס פעלט נישט אויס צו שרייבן אז די קאמפיין פינאנץ פארלעצונג איז געווען בכוונה

סניגור וויל אז מען זאל זאגן פאר די דזשורי אז אין 2015 און 2016 למספרם האט טראמפ געמעגט ביישטייערן צו זיין קאמפיין וויפיל ער האט געוואלט

קטיגור זאגט אז די טעמע איז אומרעלעוואנט צו די קעיס און וועט צומישן די דזשורי

ריכטער זאגט אז ער וועט נישט גיבן סיי וועלכע אנווייזונגען פאר די דזשורי איבער דעם אבער אז די סינגור קען זאגן ביי זייערע שליסונג ארגומענטן אז זייער קליענט איז רייך און וואלט עס געקענט באצאלן פון זיין אייגענע טאש

פראקוראר וויל אז מען זאל שרייבן "אויב די צאלונג וואלט נישט געמאכט געווארן ווען נישט די סטאטוס פונעם קאנדידאט אינעם קאמפיין זאל עס גערעכנט ווערן ווי א קאמפיין ביישטייערונג טראץ אפילו אויב עס איז נישט געווען די איינציגסטע מאטיוואציע פון די צאלונג"

אבער פארטיידיגונג וויל אז מען זאל שרייבן "אויב די צאלונג וואלט געמאכט געווארן אויך ווען נישט די קאנדידאטור זאל עס נישט גערעכנט ווערן ווי א ביישטייערונג"

פארן ריכטער געפעלט מער די פארטיידיגונג ווערסיע און וועט שפעטער באשליסן אבער איז גענויגט צו נוצן ווערטער פון ביידע אין מאכן א קוגעל אינסטרוקציע

סעסיע פארטיג פארן טאג

ריכטער זאגט אז ער וועט האבן פארטיגע אינסטרוקציעס אויף ביז ענדע דאנערשטאג
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2592
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 7294

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

געוועזענע FBI דיירעקטער קאומי (ז"ל...) זאגט אז ער האלט אז עס איז נישט דא קיין מעגליכקייט אז טראמפ זאל ווערן ריינגעוואשן פון די נ"י קעיס.
א תוכן'פולע ליידיג גייער
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2592
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 7294

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

די סיקרעט סערוויס האט זיך געטראפן מיט טורמע באאמטע אין ניו יארק צו דיסקוסירן וואס מען גייט טון אין פאל פרעזידענט טראמפ ווערט געפונען שולדיג
אין פאל טראמפ ווערט אריין געזעצט אין טורמע וועט ער זיך ווארשיינליך געפונען דארט מיט סיקרעט סערוויס אגענטן וועלכע גייען דארפן באשיצט ווערן דורך טורמע וועכטער. איינס פון די ערטער וואו טראמפ קען ווערן אריין געזעצט איז רייקערס איילענד, וועלכע האט צוויי פליגלן פאר פראמינענטע ארעסטאנטן.

https://www.yiddish24.com/cat/57
א תוכן'פולע ליידיג גייער
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1636
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 2893

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך ווער »

דזשורי פארהאנדלונגן האבן זיך עמטליך אנגעפאנגן אין די ניו יארק סטעיט פראצעס אקעגן פרעזידענט טראמפ
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1636
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 2893

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך ווער »

דזשורי פארהאנדלונגן פארטיג פאר היינט
צוריק אין געריכט מארגן 9:30
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1636
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 2893

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך ווער »

זיך געעפענט די צווייטע טאג דזשורי פארהאנדלונגן אין די ניו יארק סטעיט פראצעס אקעגן פרעזידענט טראמפ
היימישער יונגערמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:41 pm
x 7

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך היימישער יונגערמאן »

Any updates?
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11720
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25275

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך ניקל »

דזשורי זאגט עס איז דא א אורטייל
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 543

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך לך לך »

די דזשורי האט דערגרייכט א ווערדיקט
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11720
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25275

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך ניקל »

דארפן א האלבע שעה עס אפצושרייבן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:47 pm די דזשורי האט דערגרייכט א ווערדיקט
ווערדיקט איז טייטש באשולדיגונג?
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 168

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך ר' משה »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:56 pm
לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:47 pm די דזשורי האט דערגרייכט א ווערדיקט
ווערדיקט איז טייטש באשולדיגונג?
א באשלוס
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11720
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25275

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס

פאוסט דורך ניקל »

די געריכט צימער איז געווארן געלאקט
שרייב פאוסט